הקטן האט געשריבן:איך קען אזאלעכע וואס זענען געגאנגען OTD נאר נאך נאך וואס מען האט זיי געכאפט, און זענען געווארן פארשעמט.
פאר דעם זענען זיי פשוט דורך געפאלן פאר סיי וואספארא סיבה, אבער האבן געהאלטן אנדערע זאכן אפילה בצינעה - בינם לבין בוראם,
נאכן ווערן געכאפט איז די איינציגע וועג ארויס פין די אייגענע cognitive dissonance געווען, איך גלייב אין גארנישט.
אסאך אויב וואלט מען זיי נישט געהאט געכאפט וואלטן שוין לאנג געווען אויפן וועג צוריק, אזוי איז אבער שווער.
אויב פארשעמען זאל זיין א טובה בין איך זיכער אז אסאך דא וואלט געהאלטן, זיכער דארף מען פארשעמען!, וואס דען? לאזן יענעם שטארבן?!?
פון דא און ווייטער קען מען זיך ארומקריגן וואס הייסט א טובה.
עס האט מיר פארציילט א יוד אין זיינע פופציגער יארן א מעשה וואס בדידיה הוי עובדה.
חנוכה, ווען די מלמדים באקומען זייערע ענוועלאפס מיט טיפס האט דער בעל מספר, זייענדיג א יונגל אין חדר, באמערקט ווי דער מלמד פאקט אוועק אן ענוועלאפ אין זיין לעדל מיט גרינע באנקנאטן אינעווייניג. דאס אינגל טראכט נישט קיין צוויי, ביי די ערשטע געלעגנהייט גייט ער צו צום לעדל, קיינער מערקט נישט, ליידיגט אויס דעם ענוועלאפ, די אינהאלט אריין אין טאש און דער ליידיגער ענוועלאפ צוריק אין לעדל אריין. דער מלמד קומט צוריק נאך ריסעס און ער מערקט זיין בראך... מאכט חקירות און דרישות, ער קען בשו"א דערגיין ווער דער לקחן פון דעם אינהאלט איז. א אנגעצויגענקייט הערשט אין כתה, קיין איין יונגל וויל נישט ווערן נחשד, דער מלמד זעהט אז אלע קינדער ציטערן אייניג, ער זעהט נישט אויפ'ן פרצוף פונעם נעמער עפעס מער אנגעצויגענקייט ווי די אנדערע קינדער. (נישט געהאט קיין עקספיריענס זעהט אויס)
דער מלמד לאזט איבער די כיתה אנגעפוהלט מיט אנגסט, די קינדער קלערן וואס גייט דא יעצט פאסירן, ווער איז דער גנב, וויאזוי גייט מען דאס מברר זיין, עס גייט דא זיין לעבעדיג. נישט מער נישט ווייניגער נאך אפאר אנגעצויגענע מינוטן שפאצירט אריין דער מלמד מיט דער פריימאנער רב זצ"ל וואס איז דאן געוועהן דער מנהל אין סאטמאר ת"ת אין וויליאמסבורג. א איינדרוקספולער צורה געווארפן א שרעק אויף די קינדער. ער הייסט אלע קינדער זיך שטעלן צו דער וואנט און ער זאגט אזוי ווי קיינער האט זיך נישט מודה געווען וועט ער אויסטאפן די טאשן פון אלע קינדער, השמר והזהר ביי וועם נמצא הגביע.
דער בעל מספר דער אינגל ציט זיינע ווערטער שטייטליך, און ער זאגט מיר, סיי וואספארא שלעק איך גיי יעצט כאפן איז נישט קיין משל צו די בושות וואס איך גיי יעצט אריינהייבן, וואס טוה איך דא, איך דארף נישט דא מסביר זיין ווי קינדער קענען צאפן בלוט פון א חבר אומשולדיגערהייט, כ"ש ווען איך בין יא שולדיג און איך ווער געכאפט מיט אזא מעשה נבלה ווי פלעין פשוט גניבה...
די סקונדעס רוקן זיך נישט, איך בין דער 10טער יונגעל אין די רייע, די קאפ פיבערט מיר, איך טראכט צו ארויסלויפן אדער צוזאם פאלן דא אויפן פלאץ, אבער איך שטיי פארגליווערט, איך קען ניטאמאל רוקן מיינע פיס ארויסצוגיין פון כתה, איך באמאך זיך פון שרעק, מען האלט שוין ביי צוויי קינדער פאר מיר. איך וויל אויסשרייען אבער די האלז איז מיר פארטרוקענט פון שרעק, איך קען אפי' נישט רעדן, און נאך א מינוט און דער דאך איז אויף מיין קאפ, און דער רב זצ"ל איז שוין ביי מיר... קוקט מיר אריין אין די אויגן, איך לאז אראפ די אויגן, איך זעה נישט גארנישט, איך הער שוין גארנישט. און ער לייגט אריין זיינע הענט אין מיין טאש און איך ווארט צו הערן 'אט איז דער גנב מען האט אים געכאפט'... אבער נאך א מינוט וואס זעהט אויס ווי אפאר שעה נעמט ער ארויס זיין האנט פון מיין טאש נאכ'ן שפירן די באנקנאטן און גייט צום נעקסטן יונגעל אין די שורה. איך וואונדער זיך אויף די נס וואס דא האט פאסירט.
דער פריימאנער רב זצ"ל ענדיגט די רעוויזיע און רופט ארויס דעם מלמד, און איך האלט מיט פונעם קליינעם פענסטער אויפן טיר, דער מנהל מיט מיין רבי דעבאטירן און דער מנהל גייט זיך לחיים. דער מלמד קומט צוריק אריין אין כיתה און זאגט בזה"ל, איך ווייס נישט ווי דאס געלט איז פארשוואונדן געווארן, עס מוז זיין אז איך האב פארגעסן און ערגעץ אוועקגעשטעלט דאס אינהאלט פונעם ענוועלאפ אין א גוטע פלאץ און איך האב פארגעסן ווי איך האב עס אוועקגעשטעלט, איך וועל געבן אפאר פרוטות פאר צדקה און זאגן אלקא דמאיר עננו, און דער רבש"ע וועט שוין העלפן איך זאל עס אי"ה טרעפן.
איך האב בכלל נישט פארשטאנען מיט מיין קליינעם מח וואס דא קומט פאר, דער מנהל האט דאך געפילט דאס געלט אין מיין טאש, פארוואס האט ער נישט פארלאנגט איך זאל אויסליידיגן מיינע טאשן און דאס געלט איז צוריק. איך פארשטיי נישט, אבער איך פאק איין און ווארט דער טאג זאל זיך ענדיגן.
פארשטייט זיך די חרטה און די ספיקות האבן מיר גענאגט א גאנצן טאג, עס איז קלאר אז עפעס שפילט זיך אפ אונטער מיין רוקן, אבער וואס איז דאס און וואס גייט מיט מיר פאסירן דרוקט מיר א גאנצן טאג אויף מיין מחשבה. די חרטה נאגט מיר שרעקליך, עס פייניגט מיין געוויסן נאך שרעקליכער, איך בין נישט באקוועם אין כתה, איך בעהט דעם מלמד ארויסצוגיין פון כתה צום בית הכבוד. איך גיי ארויס, אויפ'ן וועג צום ביה"כ פלאץ איך אויס אין א יאמערליך געוויין פשוט פון פרעשור ריליעס. אין די דאזיגע סעקונדע שפיר איך א שטייפע האנט אויף מיינע אקסלען פון אונטן. נאך פאר איך האב א טשענס זיך אויסצודרייען בין איך שוין אין דעם מנהל'ס אפיס און געכאפט געהארגעטע מכות. נאך די מכות ברענגט מיר דער מנהל א גלעזל וואסער און זאגט מיר בארואיג זיך און לאמיר שמועסן.
דער שמועס איז געוועהן ליבליך, געפלאכטן מיט שטארקע מוסר, איך האב שוין אפי' פארגעסן פון די קלעפ וואס איך האב געכאפט 5 מינוט פריער. ארויסגייענדיג פונעם אפיס בין איך שוין געווען בעק טא נארמעל, און מער האט מען פון די מעשה נישט גערעדט.
דער מלמד האט צוריקבאקומען די אינהאלט. איך האב מער אין מיין לעבן אויפדערווייל נישט צוגערירט צו א זאך וואס איז נישט מיינס.
מיין כבוד געראטעוועט א כלי קודש אין די סאטמערע ישיבה געווארן 10 יאר שפעטער.
דער פריימאנער רב איז שוין דאן געווען ראש ישיבה אין ישיבה. איך האב אמאל אדרעסירט די מעשה מיט אים. בלשון קדשו ענטפערט ער מיר מיט א פשטות, המלבין פני חבירו ברבים אין לו חלק בעה"ב אן קיין תנאים. אפי' א קינד וואס מען דארף מחנך זיין נישט צו גנב'ענען טאר מען נישט פארשעמען.
ודפח"ח, יהא זכרו ברוך.
שטעלט אייך פאר וויאזוי די מעשה קען זיך ווען אויסשטעלן. דאס לאז איך איבער פאר אייער אימעדזשינעשאן.