Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » קלמן יעגער - טרעט אפ פון אמט!!

קלמן יעגער - טרעט אפ פון אמט!!

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
25 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 26 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #13023
דאנערשטאג מערץ 28, 2019 7:38 pm#427257
קלמן יעגער - טרעט אפ פון אמט!!
א שרעקליכער קאנטראווערסיע האט זיך אנטוויקלט אין בארא פארק נאך ווואס דער אומ'אחריות'דיגער יונגאטש קאנסילמען קלמן יעגער האט ארויסגעשיקט א טיפשות'דיגן טוויט אז פאלעסטינע עקזיסטירט נישט און עס האט אנגעזייעט אן אינטערנאציאנאלער שטורם.

מאסן זענען יעצט פארזאמלט פארנט פון זיין אפיס אויף 16'טע עוועניו צו פראטעסטירן זיין אקט, צווישן זיי אנשי נטורי קרתא און מוסלמענער שכנים. צוהיצטע ציוניסטישע שטיצער גיסן נאך צו נאך אויל צום פייער טראגנדיג איזראעלישע פענער.

מיר רופן צו קאנסולמאן קלמן יעגער, ער זאל זיך אנטשולדיגן און פארמעקן די טוויט אדער ריזיגנירן פון אמט!!
דאנערשטאג מערץ 28, 2019 9:58 pm#427268
איך האב שוין לאנג געהאלטן אז בעצם איז נטירי קרתא פשוט די שופר פון סאטמער, האסט עס יעצט קאנפירמד.
מיר זעט אויס ווי די ב"פ עולם איז מיט דוב הייקינד , און ב"ה אז מען האט פאטריבן די פאר סאטמערע ישמאלים און א פאליס טרעקעל.
נ.ב. עס וואלט אפשר געווען אן איידיע אז די סאטמערע דארט זאלן ארויף לייגן אויף זייערע אקסלען אפאר פאלאסטינע קינדער בעסער ארויס צו ברענגן זייער פוינט.
דאנערשטאג מערץ 28, 2019 10:09 pm#427272
איסר האטלקי האט געשריבן:א שרעקליכער קאנטראווערסיע האט זיך אנטוויקלט אין בארא פארק נאך ווואס דער אומ'אחריות'דיגער יונגאטש קאנסילמען קלמן יעגער האט ארויסגעשיקט א טיפשות'דיגן טוויט אז פאלעסטינע עקזיסטירט נישט און עס האט אנגעזייעט אן אינטערנאציאנאלער שטורם.

מאסן זענען יעצט פארזאמלט פארנט פון זיין אפיס אויף 16'טע עוועניו צו פראטעסטירן זיין אקט, צווישן זיי אנשי נטורי קרתא און מוסלמענער שכנים. צוהיצטע ציוניסטישע שטיצער גיסן נאך צו נאך אויל צום פייער טראגנדיג איזראעלישע פענער.

מיר רופן צו קאנסולמאן קלמן יעגער, ער זאל זיך אנטשולדיגן און פארמעקן די טוויט אדער ריזיגנירן פון אמט!!

פארמעקן וועט נישט העלפן, ער מוז פערזענליך אראפ פארן קיין פאליסטינע, און זיך אנטשולדיגן פארנט פונעם פאלעסטיניען פרעזידענט, און מקבל זיין נזיפה אינעם פאליסטיניען פארלאמענט, און די גאנצע פאליסטיניען מיליטער וועט שפייען, ביז די חרון אף וועט צולאזט ווערן.
דאנערשטאג מערץ 28, 2019 10:25 pm#427273
ווער האט פארטיידיגט ניטורי קרתא דא?

א קאנסולמאן וואס פארטרעט אויך מוסלמענער דארף זיך רעכענען מיט די אראבער פון זיין דיסטריקט. פונקט ווי מיר אידעלעך וואלטן פארשריגן סיי וועלכער קאנגרעסמאן פון מיסיסיפי וואס וואלט בטעות גענוצט א פארצייטישער נאצי סימבאל אויף טוויטער.
דאנערשטאג מערץ 28, 2019 10:28 pm#427274
איסר האטלקי האט געשריבן:ווער האט פארטיידיגט ניטורי קרתא דא?

א קאנסולמאן וואס פארטרעט אויך מוסלמענער דארף זיך רעכענען מיט די אראבער פון זיין דיסטריקט. פונקט ווי מיר אידעלעך וואלטן פארשריגן סיי וועלכער קאנגרעסמאן פון מיסיסיפי וואס וואלט בטעות גענוצט א פארצייטישער נאצי סימבאל אויף טוויטער.

נאצי סימבאל מאן דכר שמיה? אזויווי א מוזארי קאנגרעספרוי טוויט: ״כנען דאזענט עקזיסט״ קבל את האמת ממי שאמרו.
דאנערשטאג מערץ 28, 2019 10:33 pm#427275
ביסט גערעכט. ס'איז טאקע די זעלבע זאך. חטאתי עויתי ופשעתי.

פארמעקן מיין תגובה איז גענוג אדער איך דארף אראפפארן צו זיין אפיס אים איבערבעטן?
דאנערשטאג מערץ 28, 2019 10:37 pm#427276
איסר האטלקי האט געשריבן:ביסט גערעכט. ס'איז טאקע די זעלבע זאך. חטאתי עויתי ופשעתי.

פארמעקן מיין תגובה איז גענוג אדער איך דארף אראפפארן צו זיין אפיס אים איבערבעטן?

דאס איז שוין א שאלת חכם פאר מ״ב דרעק אויב ער לעבט נאך, אויב נישט קענסטו פרעגן זיין רעבין ר׳ יאסיר ז״ל.
דאנערשטאג מערץ 28, 2019 10:40 pm#427277
אדונינו האט געשריבן:מ״ב דרעק אויב ער לעבט נאך

רמ"ב איז טאקע נישט אין איינקלאנג מיט אונזערע שיטות, ער איז אויך נישט אזא גאון ווי יעגער, אבער עפעס לערנען געדענקט ער נאך פון זיינע אינגע יארן אין וויזניץ.
דאנערשטאג מערץ 28, 2019 11:01 pm#427278
Re: קלמן יעגער - טרעט אפ פון אמט!!
הגם אז איך בין נישט קיין אנטי-ציוניסט, מ"מ פארשטיי איך גוט די אויפברויז פון דער פותח האשכול, לויט זיין געשיכטע. עס איז זינלאז און טאקטלאז זיך אריין צו לייגען אין א קאנטראווערסיע וואס האט נישט קיין קלארען וועג צו א נצחון. וועמן העלפט עס צו טוויטען אזעלכע מימרות? וועלכע איד ווערט געהאלפען דערמיט? און אויפרעגן מענטשן איז נישט גענוג א סבה דאס נישט צו טון? זיצען ביין אמט און זיך פיהרען כאילו מ׳קראצט זיך די פיס אין מקוה איז א סכנה.

נאר למעשה, וואס האט מען געמיינט? ווען ער האט דען גענוג שכל, וואלט ער דען אריין געגאנגען אין אזא ארבעט?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
פרייטאג מערץ 29, 2019 12:21 am#427285
יעגער = רודף
איך בין נישט סאטמאר און נישט נטורא חרטא ימח שמם וזכרם
אבער דער יעגער = רודף און לשון הקודש, האט גענומען א שטילע באשיידענע געגענט פון בארא פארק און פאר סיי וואס פארא סיבה צו פאר אויפמערקזאמקייט אדער סתם פאר טיפשות געמאכט א ריס צווישן די אראבישע געמיינדע און די אידישע געמיינדע

קיינער איז נישט אינטרעסירט אויב עס עקזעסטירט פאלעסטינע אדער איזראעיל,

ברוקלין בכלל און בארא פארק בפרט, איז א געגענט ווי מיר וואוינען זייט ביי זייט בלויז קעפיגע, אפ העטס מיט טורבאן געדעקטע קעפ, מיר גריסן זיך און מיר לעבן מיט פרידן
אידן און ברוקלין ווילן קענען שיקן די קינדער שפאצירן רואיג צווישן טיכליך באדעקטע מענטשן אן קיין שרעק, און ב"ה מען האט עס באוויזן אלע יארן אידן זענען געזעצן פולע יארן רואיג
יעצט פארוואס זאלן אומפאראנטפארטליכע פארשוינען ווי יעגער צושטערן אונזער מנוחה

לייג חסידות פאליטיק שם שמים אין די זייט ביסט א פאלעטישן ווילט עטענטשין טו עס אויף א וועג ווי עס וועט נישט שטערן דיינע שכנים
פרייטאג מערץ 29, 2019 12:50 am#427289
Re: קלמן יעגער - טרעט אפ פון אמט!!
דאכצעכמער האט געשריבן:איך בין נישט סאטמאר און נישט נטורא חרטא ימח שמם וזכרם
אבער דער יעגער = רודף און לשון הקודש, האט גענומען א שטילע באשיידענע געגענט פון בארא פארק און פאר סיי וואס פארא סיבה צו פאר אויפמערקזאמקייט אדער סתם פאר טיפשות געמאכט א ריס צווישן די אראבישע געמיינדע און די אידישע געמיינדע

קיינער איז נישט אינטרעסירט אויב עס עקזעסטירט פאלעסטינע אדער איזראעיל,

ברוקלין בכלל און בארא פארק בפרט, איז א געגענט ווי מיר וואוינען זייט ביי זייט בלויז קעפיגע, אפ העטס מיט טורבאן געדעקטע קעפ, מיר גריסן זיך און מיר לעבן מיט פרידן
אידן און ברוקלין ווילן קענען שיקן די קינדער שפאצירן רואיג צווישן טיכליך באדעקטע מענטשן אן קיין שרעק, און ב"ה מען האט עס באוויזן אלע יארן אידן זענען געזעצן פולע יארן רואיג
יעצט פארוואס זאלן אומפאראנטפארטליכע פארשוינען ווי יעגער צושטערן אונזער מנוחה

לייג חסידות פאליטיק שם שמים אין די זייט ביסט א פאלעטישן ווילט עטענטשין טו עס אויף א וועג ווי עס וועט נישט שטערן דיינע שכנים

איך בין מוחה אויף דיין ווערטער רבי ״דאכצעכמער״, מיר אלע ווילן ״יא״ ווייטער זעהן איזראעיל עקזעסטירן און בליען, ווילן דען סאטמאר זעהן אלע אידן ארויס פון א״י? אפשר ווילן א חלק ״אויך״ זעהן א ״פאלעסטינע״ לאנד (ווענד זיך צו מען האלט פון א Two state solution) חכמים יזהרו בדבריכם!
ולגופו של ענין, קלמן יעגער איז יא גערעכט, עס איז טאקע אנגענומען צו רופן די אראבער בשם פאלעסטינע, אבער דאס מיינט נאכנישט אז עס איז דא א לאנד בשם Palestine, און דאס האט קלמן יעגער געשריבן
נאר מקען זאגן אז ער וואלט נישט געדארפט זאגן די אמת ווייל עס רעגט אויף די אראבער, און ווען די אראבער דא וואלטן געמאכט די פראטעסט מדעת עצמם וואלט דוב הייקענד קיינמאל נישט געהייסן גיין דאס צו באשרייען, נאר וויבאלד Linda Sarsour האט דאס גערופן וואס זי שטיצט טערעריסטען, האט הייקענד גערופן קומען זי זאגן אז קום די נישט אונז זאגן וואס איז גערעכט ווען די אליינס ביסט פארפאלט און קאראפטירט, אבער למעשה איז זי נישט אנגעקומען

Sent from my iPhone using Tapatalk
פרייטאג מערץ 29, 2019 1:14 am#427290
Re: קלמן יעגער - טרעט אפ פון אמט!!
לאמיר זאגן קלאר סאטמאר ווילן זעהן א שטארקע איזראעיל פונקט ווי יעדע איינע! נאר וויבאלד לשיטתם איז די עצם מדינה נישט לרוחו פונעם באשעפער וכמבאור בויואל משה ווילן זיי אז משיח זאל קומען און דאס שנעל מבטל זיין, די איינציגסטע וואס זאגן ארויס קלאר אז זיי ווילן זעהן יאסיר אראפאט ביים רעדל פון גאנץ א״י זענען די נטורי קרטא און פארדעם זענען זיי טאקע משוגע
אבער אפי׳ סאטמאר פירט זיך נישט אויף ווי זיי ברבים, טוט אבער ״נטרונא״ אויף Social media דאס וואס נטורי קרטא טוט אויפן גאס וכדי בזיון וקצף

Sent from my iPhone using Tapatalk
פרייטאג מערץ 29, 2019 1:46 am#427291
Re: קלמן יעגער - טרעט אפ פון אמט!!
אונזער פערזענליכע שליח צום ווייסען הויז Turx, לייגט עס גוט אראפ כדלהלן
Palestine, as a region, had existed for centuries.

Palestine, as a British colony, had existed for decades.

Palestine, as a nation, is a recent invention.

Palestine, as an independent country, has never existed.

Enjoy these facts, have a nice day.

Sent from my iPhone using Tapatalk
פרייטאג מערץ 29, 2019 3:56 am#427293
Re: קלמן יעגער - טרעט אפ פון אמט!!
חוקר ודורש האט געשריבן:לאמיר זאגן קלאר סאטמאר ווילן זעהן א שטארקע איזראעיל פונקט ווי יעדע איינע! נאר וויבאלד לשיטתם איז די עצם מדינה נישט לרוחו פונעם באשעפער וכמבאור בויואל משה ווילן זיי אז משיח זאל קומען און דאס שנעל מבטל זיין, די איינציגסטע וואס זאגן ארויס קלאר אז זיי ווילן זעהן יאסיר אראפאט ביים רעדל פון גאנץ א״י זענען די נטורי קרטא און פארדעם זענען זיי טאקע משוגע
אבער אפי׳ סאטמאר פירט זיך נישט אויף ווי זיי ברבים, טוט אבער ״נטרונא״ אויף Social media דאס וואס נטורי קרטא טוט אויפן גאס וכדי בזיון וקצף

Sent from my iPhone using Tapatalk
ביסטו קאנווינסט אז נטרונא איז יא סאטמאר, אדער איז עס בלויז אפאר יונגען וואס האבן געטראפן א מאני מאשין פון ווי צו פרעסען געלטער און דריקן אויף די שוואכקייטן פון די סאטמערער געמיינדע?
איך דענק נישט אין ערגעץ זעהן אן אפישעל דעקלעראציע אז סאטמאר שטייט אונטער דעם.

Sent from my SM-N960U using Tapatalk
פרייטאג מערץ 29, 2019 11:24 am#427299
ביזט גערעכט, לכאורה איז עס א קבוצה גערע חסידים פארשטעלט ווי סאטמערע.
פרייטאג מערץ 29, 2019 2:18 pm#427304
דער חשובע פותח האשכול פירט א פעסטע מערכה ב'ה.
סיי דא און סיי אויף אייוועלט.
פרייטאג מערץ 29, 2019 4:38 pm#427313
חוקר ודורש האט געשריבן:אונזער פערזענליכע שליח צום ווייסען הויז Turx, לייגט עס גוט אראפ כדלהלן
Palestine, as a region, had existed for centuries.

Palestine, as a British colony, had existed for decades.

Palestine, as a nation, is a recent invention.

Palestine, as an independent country, has never existed.

Enjoy these facts, have a nice day.

Sent from my iPhone using Tapatalk

א גאנץ געשעפט מיט די היסטאריע פון די פאלעסטינער... למעשה איז היינט דא דארט אפאר מיליאן פון זיי און מ׳דארף זיך רעכענען מיט זיי צי מ׳וויל יא צי מ׳וויל נישט. נישט קיין חילוק וואו זייער עלטער באבע האט געטרוקענט די וועש...

דאס וואס יעגער טוט מאכט נאר די מצב ערגער... און גארנישט בעסער. ער מעג האלטן וואס ער וויל, ער האט רעכט, אבער אלץ א פאליטשאן דארף ער מאכן ״חשבונות״... דאס גייט נאר פארערגערן די אנגעצויגנע מצב צווישן אידן און אראבער אין אמעריקע. קיין איין איד גייט נישט ווערן געהאלפן פון זיינע נערישע טוויטס... טוה צו די זאך און רעד וואס ווייניגער זאכן וואס וועט אונז נאר קאליע מאכן.
פרייטאג מערץ 29, 2019 4:47 pm#427314
איסר האטלקי האט געשריבן:מאסן זענען יעצט פארזאמלט פארנט פון זיין אפיס אויף 16'טע עוועניו צו פראטעסטירן זיין אקט, צווישן זיי אנשי נטורי קרתא און מוסלמענער שכנים. צוהיצטע ציוניסטישע שטיצער גיסן נאך צו נאך אויל צום פייער טראגנדיג איזראעלישע פענער.

נישט ממש מאסן. געווען 20 פראטעסטירער קעגן יעגער, דוב הייקינד מיט אפאר מענטשן פראטעסטירט קעגן די פראטעסטירער, עטליכע נטורי קרתא פראטעסטירט קעגן דוב הייקינד, עטליכע יונגעלייט בחורים פראטעסטירט קעגן נטורי קרתא און הינדרעטע ציקוקער, והעיר שושן צהלה ושמחה
פרייטאג מערץ 29, 2019 5:13 pm#427316
אמת. ווען איך האב עס געשריבן האט עס געהאלטן אינמיטן פאסירן און עס האט אויסגעקוקט גרעסער ווי ס'איז...
זונטאג מערץ 31, 2019 12:33 am#427330
און כאילו טאמער יעגער טרעט אפ קומט נישט א צווייטע טיפש במקומו.

דער פראבלעם איז אז אונז מיינען אונז זענען אמעריקאנער אידען, אונז זענען אין גלות, און וואלטען נישט געדארפט האבן אייגענע אידען אין די ממשלה בכלל. אונזער מיינדסעט איז דער פראבלעם.
זונטאג מערץ 31, 2019 2:05 am#427333
אישתישבי האט געשריבן:און כאילו טאמער יעגער טרעט אפ קומט נישט א צווייטע טיפש במקומו.

דער פראבלעם איז אז אונז מיינען אונז זענען אמעריקאנער אידען, אונז זענען אין גלות, און וואלטען נישט געדארפט האבן אייגענע אידען אין די ממשלה בכלל. אונזער מיינדסעט איז דער פראבלעם.

עס איז נישט קיין פראבלעם צו האבן אידן, און אפי' ציוניסטן אין פאליטיק. שמחה פעלדער טוט אויף פאר כלל ישראל, דוב הייקינד איז געווען א געטרייער עסקן און שמחה אייכנשטיין און דוד שווארץ זענען דא פארן כלל.

ס"ה דער יעגער האט נישט קיין שום קוואליפיקאציעס אויסער א בעקיטשע ביים קאמפיינען און א טוויטער אקאונט, און ער גייט אין די דרכים פון דוד גרינעלד מיטן נישט גארנישט טון צו העלפן ב"פ אויסער מאכן פרעסע קאנפערענסן.
זונטאג מערץ 31, 2019 2:32 am#427334
איסר האטלקי האט געשריבן:

אבי גערעדט
זונטאג מערץ 31, 2019 8:38 am#427336
פליישיג האט געשריבן:

גוט גערעדט
זונטאג מערץ 31, 2019 11:47 am#427342
א באשיידענע ארענטליכער בקשה צו ר' קלמן'ען

m https://www.change.org/p/kalman-yeger-p ... -apologize m

איך בין בטוח אז דעיוויד גרינפעלד דער פריערדיקער קאנסילמאן וואס איז פונקט אזא פרא איזרעאל זאגט איהם פריוואט אז ער האט דא געטאן א מיסטעיק.
זונטאג מערץ 31, 2019 12:49 pm#427346
אזוי ווי אסאך דא,
טוט מיר זייער וויי וואס דער צורעדערטער יעגער, האט דערנענעטערט דדי בארא פארקע גאסען און א פאליטיק זאון.
מאכען א פאטאציע איז א גוטע זאך, אבער דיע פאטיציע איז אביסעל ארויס פון די ליניע, נעם ארויס די סאטמערע חלק, און נעם ארויס די חלק אז דאס העלפט נישט קיין איין יוד איבער די גארער וועלט, די חלקים וועלען נאר צוריקהאלטען מענטשו פון סיינען.
שרייב א פשוטע פאטיציע,
אלץ איינער וואס רעפרעזענט א קאממיונוטי זאל ער נישט ברענגען קיין אינטערנאציאנעלע טעמעס איין און די קאממיונוטי ווייל סאיז נישט די קיין הילף פאר אונז, און סקען גאר ברענגען דרויענגען אויף די לאקאלע קאממיונוטי.