מאנטאג אפריל 01, 2019 7:02 pm#427531
דער סקולענער רבי וויל נישט אריין אין גן עדן

פון: העניך
ווען דער סקולענער רבי זצוק"ל האט צוגעמאכט זיינע הייליגע אויגן, און זיין אויסגעלייטערטע נשמה האט זיך ארויסגעגליטשט פון זיין גוף, האט ער פלוצים געשפירט ווי א וואלקן פון ליכטיגקייט נעמט ארום זיין גאנצן גוף. די וועלט וואו ער האט פארברענגט זיינע לאנגע יארן האט ער פלוצים געזען פיל קלארער און שארפער ווי סיי ווען. די מענטשן ארום זיין בעט האבן נאך נישט געכאפט אז ער איז שוין נפטר געווארן; זיי האבן נאך געשריגן פסוקי יחוד און געהאפט אויף א ישועה. אבער דער רבי האט זיי קלאר געקענט זען פון אויבן, ווי ער וואלט גערייזט אין א העליקאפטער. אפילו זיין גוף האט ער געזען ליגן אויפ'ן בעט, מיט פייפנדע מאשינען ארום.
דער רבי האט זיי געוואלט בארואיגן. 'זארגט נישט,' וואלט ער זיי געזאגט ווען ער קען ווען אראפשרייען. 'ס'איז מיר גוט, ס'איז מיר אנגענעם.' דער רבי האט געשפירט ווי אלע זיינע גופניות'דיגע יסורים זענען פארשוואונדן געווארן, ס'האט אים ארומגענומען א געפיל פון הונדערט-פראצענטיגער שלות הנפש. אוועק פון דעם עולם הגשמי, אריין צום עולם שכולו טוב. צום ריינעם אמת, צו אייביגער רוחניות.
אין סעקונדעס האבן די גאסן פון אנגעהויבן ווערן קלענער און קלענער פאר זיינע אויגן. דער רבי האט גאר שנעל געשוועבט אויף ארויף. ער האט נאך געוואלט כאפן א בליק אויף די בארא פארקער גאסן וואו ער האט געפירט זיין עבודת הקודש אזויפיל יארן, ס'האט אים שוין אנגעהויבן בענקען אויף צוריק. אבער ער האט געפילט ווי ער ווערט אוועקגעריסן, און ס'האט אים נישט באנג געטון. 'אויף דעם האב איך דאך געארבעט אלע יארן,' האט דער רבי געטראכט. ענדליך וועל איך שוין זיך געפונען בצילא דמהימנותא, נהנה זיין מזיו השכינה, צדיקים יושבים ועטרותיהם בראשיהם, אין שפיץ פון הייליגן טאטן רבי אליעזר זוסיא זכותו יגן עלינו.
אנקומענדיג אין הימל מינוטן נאך דער פטירה איז דער רבי אנגעקומען אין א ריזיגן ווארטזאל פון טויזנטער מענטשן. דא קומען אן אלע מענטשן גלייך נאכ'ן שטארבן, אידן ווי גוים צוגלייך, און ווערן סארטירט לויט דעם אפשטאם און רעליגיע. די רגע וואס דער רבי איז אנגעקומען איז געווארן א רעש אין הימל. מ'האט געהערט א הויך קול אויסרופן: "מאכטס פלאץ פאר'ן צדיק הדור!" אלע פארזאמלטע האבן זיך גערוקט אין א זייט, און געמאכט פלאץ פאר'ן רבי'ן. דער רבי'ס פנים האט געשיינט. אידן וואס האבן געקענט דעם רבי'ן בחיים חייתו האבן זיך גלייך צוגעשארט צו אים. אנדערע האבן געקוקט מיט נייגער און התפעלות.
מלאכי השרת זענען אנטקעגן געקומען דעם רבי'ן, און האבן אים אנגעהויבן פירן צו א גרויסן פרעכטיגן היכל. דארטן האט דער רבי געזען א בי"ד פון דריי צדיקים אנגעטון מיט טליתים. אינדערמיט איז געווען הג"ר שמואל וואזנער זצוק"ל, אויף דער רעכטער זייט איז געזעסן דער סאטמארער רבי זצוק"ל, און אויף דער לינקער זייט איז געזעסן הג"ר עובדיה יוסף זצוק"ל.
הרב וואזנער האט אנגעהויבן רעדן. ער איז איבערגעגאנגען די מעשים פון דעם הייליגן רבי'ן, איין צדקות און נאך א חסד. איין דבר שבקדושה און נאך אן עבודת הקודש. א לאנג לעבן א קייט פון מצוות ומעשים טובים. "דו קענסט תיכף אריין אין גן עדן!" איז געווען דער פסק. "נאך מער פון דעם, הייליגער רבי. אין דיינע לעצטע יארן האסטו געפירט א הייליגע מלחמה קעגן טעכנאלאגיע מיט א תמימות און אן אש קודש. דו וועסט צובאקומען אויף דעם נאך פיל שכר."
"ברוכים הבאים, הייליגער סקולענער רבי, צום גן-עדן," האבן די דריי צדיקים צוזאמען אויסגערופן, און האבן זיך אויפגעשטעלט אים צו באגלייטן צו גיין אויפ'ן וועג צום גן-עדן. דער סקולענער רבי האט זיי אנגעהויבן נאכגיין, און אינמיטן צווישן די אלע פראכטפולע קארידארן און פאלאצן, האבן זיי זיך פארבלאנזשעט. "וואס גייט דא פאר?" האט דער רבי געפרעגט פון הרב וואזנער. "וואו גייט מען ווייטער?" הרב וואזנער איז אביסל פאררויטלט געווארן, און געגעבן א פארלוירענעם בליק צום סאטמארער רבי'ן. דער סאטמארער רבי האט צוריקגעבליקט דערשראקן. הרב עובדיה יוסף האט זיי ביידע אנגעקוקט און געגעבן א זאג, "למה אתם מתביישים?! שכחתם שאנחנו נמצאים בעולם האמת?!"
"יא, ס'איז דער עולם האמת," האט הרב וואזנער געזאגט. "יא, ס'איז," האט דער סאטמארער רבי געזאגט. "נו."
הרב וואזנער האט ארויסגעשלעפט זיין אייפאון XS מעקס, אריינגעלייגט "חצרות סקולען" אין גוגל מאפעס, און געזאגט, "אה, דא גייט מען!"
"וואס איז דאס?" האט דער פרישער גאסט געפרעגט הרב וואזנער. "נע, גארנישט. אזא מאשינקע וואס איז דא אין עולם הבא, וואס ווייזט וואו מ'דארף גיין. ס'איז דאך זייער גרויס דא, און מ'קען פארלוירן ווערן."
"ס'ווייזט ווען מ'דארף זיך איינדרייען, גענוי ביז וואו מ'דארף אנקומען," האט דער סאטמארער רבי מסביר געווען.
"זה כלי שיודע הכל!" האט הג"ר עובדיה יוסף צוגעלייגט.
"א כלי?!" האט דער סקולענער רבי געפרעגט. "דאס איז דער כלי אויף וואס כ'האב געוויינט אלע יארן?!"
נאך פאר די צדיקים האבן געהאט א געלעגנהייט צו ענטפערן זענען זיי אנגעקומען אין גן-עדן. די ריזיגע טויערן האבן זיך געעפנט, און אלע צדיקים האבן זיך געשטעלט אין די רייע אפצוגעבן שלום פאר'ן רבי'ן. אין יעדנ'ס האנט האט דער רבי געזען די זעלבע כלי.
"דאס זענען די כלים טמאים!" האט דער רבי אויסגעשריגן דערשראקן פון פארבליפט. הרב וואזנער און דער סאטמארער רבי האבן זיך איבערגעווינקען, ווי צו זאגן 'כ'האב דיר געזאגט!'
"לאמיך דיר מסביר זיין," האט הרב וואזנער מסביר געווען פאר'ן סקולענער רבי'ן. דו האסט געפירט א גרויסע מלחמה קעגן די כלים, ווייל דו האסט בתמימות געמיינט אז דאס ברענגט אונטער אידישקייט. דא אין הימל שעצט מען זייער דיין עבודת הקודש - און קוק נאר, דו ביסט דא אין דעם העכסטן היכל פון גן-עדן. אבער דא איז דער עולם האמת," האט הרב וואזנער ממשיך געווען, "דא ווייסן מיר אז דער כלי איז א חסד ה' וואס ער האט געשיקט צו דער מענטשהייט צו טון גוטס און צו וואקסן אויף כל מיני אופנים."
"מיר אלע האבן עס דא," האט דער סאטמארער רבי צוגעלייגט. "דער אויבערשטער אליין גיט דאס פאר אלע צדיקים אין דעם דריטן טאג לחיי עולם הבא."
"אבער מ'קען דאך צוקומען מיט דעם צו כל מיני תועבה!" האט דער סקולענער רבי אנגעהויבן וויינען. "ווי קען זיין אז אינעם עולם האמת זאל מען אזוינס צולאזן?!"
"זארג נישט רבי," האט דער רבי פלוצים געהערט א שטימע. דאס איז געווען הרב שאול יצחק ראבינאוויטש וועמען מ'האט שנעל געלאזט רופן פון זיין מקום אויפ'ן עולם האמת. "ס'איז כשר וישר, רבי. דער כלי האט א פילטער וואס לאזט נישט אריין קיין שום תועבות. קיין שום שמוץ, אייוועלט, בלאט און איד קען מען נישט זען דא. דא קען מען נאר זען זאכן וואס זענען אמת!"
"אט כאפט א בליק אויף מיין אשכול אין קאווע שטיבל," האט הרב ראבינאוויטש צוגעלייגט מיט א שמייכל.
דער סקולענער רבי האט פארבראכן די הענט מיט געוויין. "ס'קען נישט זיין! ס'קען נישט זיין!" האט ער געשריגן. "אבער גאטליב האט דאך געזאגט אז ס'איז א חורבן! אבער מ'האט מיר געזאגט אז א כלי איז א זיכערע טויט! ווי קען זיין אזא זאך אויפ'ן עולם האמת?!"
"וויי געוואלד! דאס איז אן עולם השקר! ס'קען נישט זיין!"
און דער סקולענער רבי איז געבליבן שטיין אינדרויסן פון דעם טויער פון גן-עדן, און געזאגט, "אין אזא מקום גיי איך נישט אריין."