Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » שטיצן די Charidy Campaign פון הקוה״ט ממרכז-ויזניץ שליט״א?

שטיצן די Charidy Campaign פון הקוה״ט ממרכז-ויזניץ שליט״א?

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
18 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13034
דינסטאג אפריל 02, 2019 7:51 am#427586
שטיצן די Charidy Campaign פון הקוה״ט ממרכז-ויזניץ שליט״א?
איך קען איינער מחסידי ''מרכז-ויזניץ'' אין בארא פארק, ער שיקט מיר נעכטן א email, אז פאריאר ביי זייער campaign האב איך געגעבן $40 אויף זיין Page, ער בעט איך זאל נאכאמאל געבן $40.

איך וויל באמת נישט מחזק זיין אזא פארטיי וואס איז בכלל נישט אויסגעהאלטען, און רודפ׳ן גאנצע משפחות אז זיי מיזן בלייבן אין מרכז-ויזניץ און זיין א שוואנץ לכל דבר.
אויך טוט עס מיר וויי, זעענדיג ווי זיי פאטשקען מיליאנען פון אונזער צדקה געלט, אויף כבוד און מלכות פאר זייער הייליגע פירער, אין די צייט וואס זיי צאלן נישט די איינגעשטעלטע חדשים לאנג.
--

וואס האלסטו זאל איך טוהן..
זאל איך געבן $10 לכבודו פון דעם יונגערמאן?
זאל איך עס איגנארירען?
אדער זאל איך אים שרייבן אז איך שטיצט נישט טעראר?
דינסטאג אפריל 02, 2019 7:54 am#427588
וואס האלטן די אלע אדמורי''ם לבית וויזניץ?
דינסטאג אפריל 02, 2019 12:48 pm#427636
ס׳ווענדט זיך אויב ווילסטו יענעם צופרידנשטעלן פאר סיי וואספארא סיבה. זאלסטו געבן לכה״פ 10-18 דאללער. אויב אבער זוכסטו נישט יענעם צו געפעלן און דו האסט גארנישט מיט יענעם מאך דיך נישט וויסענדיג. סאיז דא גענוג גוטע צוועקן און בעסערע פלעצער ווי צוגעבן צדקה.
דינסטאג אפריל 02, 2019 1:28 pm#427641
Re: שטיצן די Charidy Campaign פון הקוה״ט ממרכז-ויזניץ שליט
געב עם $40 און זאג עם איך געב עס פאר דיר און נישט פאר דער קאמפעין.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
דינסטאג אפריל 02, 2019 2:17 pm#427652
זאפטיג האט געשריבן:וואס האלטן די אלע אדמורי''ם לבית וויזניץ?


די מאנסיער רביס האלטן אז מ׳טאהר אים נישט געבן קיין געלט ווילאנג ער בעט נישט איבער זיין פעטער זצ״ל און זיין קאזין אין מאנטריאל הרב ר׳ אהרן מוויזניץ-מאנטריאל. אזוי האב איך געהערט. צי סאיז ריכטיג ווייס איך נישט... אבער אזוי האלטן זיי.
דינסטאג אפריל 02, 2019 2:41 pm#427655
שבת אחים האט געשריבן:ס׳ווענדט זיך אויב ווילסטו יענעם צופרידנשטעלן פאר סיי וואספארא סיבה. זאלסטו געבן לכה״פ 10-18 דאללער. אויב אבער זוכסטו נישט יענעם צו געפעלן און דו האסט גארנישט מיט יענעם מאך דיך נישט וויסענדיג. סאיז דא גענוג גוטע צוועקן און בעסערע פלעצער ווי צוגעבן צדקה.

דו גלייבסט אין צדקה?
דינסטאג אפריל 02, 2019 3:01 pm#427661
יעקב מענטש האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:ס׳ווענדט זיך אויב ווילסטו יענעם צופרידנשטעלן פאר סיי וואספארא סיבה. זאלסטו געבן לכה״פ 10-18 דאללער. אויב אבער זוכסטו נישט יענעם צו געפעלן און דו האסט גארנישט מיט יענעם מאך דיך נישט וויסענדיג. סאיז דא גענוג גוטע צוועקן און בעסערע פלעצער ווי צוגעבן צדקה.

דו גלייבסט אין צדקה?


כ׳פארשטיי נישט וואס איר פרעגט? וואס איז דא צוגלייבן אין צדקה?

צדקה מיינט אז איינער געבט אוועק פון זיין געלט פאר א צווייטן/ארגאנעזאציע/מוסד וואס דער יעניגער האלט אז ס׳איז וויכטיג אז יענע ענטעטי זאל האבן געלט.

עכטע צדקה מיינט געבן פאר איינעם וועם מ׳האט אפילו נישט קיין שייכות. און איז למעשה פארקערט פון נאטור וואס יעדער וויל נאר פאר זיך... דאס איז דאך מוראדיג! מזעהט דאס נישט כמעט אין נאטור ווי אלע חיות און באשעפענישן טראכטן נאר פון זיך און פון זייערע קינדער.
מיטוואך אפריל 03, 2019 10:04 am#427746
זאפטיג האט געשריבן:וואס האלטן די אלע אדמורי''ם לבית וויזניץ?


דא האסטו די הוראה פון כ״ק מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א פון ירושלים,
אז מען טאר זיי נישט געבן קיין געלט.
not supporting terror.JPG
מיטוואך אפריל 03, 2019 10:16 am#427751
Re: שטיצן די Charidy Campaign פון הקוה״ט ממרכז-ויזניץ שליט
דאס איז אן איסור דאורייתא אדער דרבנן? מ׳דארף זיך לאזען קאסטען חומש נכסיו דערפאר? נשים זענען אויך מצוות? וויאזוי טוט מען תשובה פאר אזעלכע עבירות?

בקיצור, דער איסור\מחאה איז יענעמ׳ס פראבלעם. נעם נישט קיין פילען פאר יענעמ׳ס קאפוויי

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מיטוואך אפריל 03, 2019 10:45 am#427759
מצוות צדקה איז דאס וואס שטייט אין דער תורה וכי ימוך אחיך וגו' פתוח תפתח והחזקת בו וגו'
דעס באשטייט שוין אינגאנצן נישט היינט
היינט איז אלעס פאר דער פארטיי און דעטס איט
מיטוואך אפריל 03, 2019 11:32 am#427774
זאפטיג האט געשריבן:מצוות צדקה איז דאס וואס שטייט אין דער תורה וכי ימוך אחיך וגו' פתוח תפתח והחזקת בו וגו'
דעס באשטייט שוין אינגאנצן נישט היינט
היינט איז אלעס פאר דער פארטיי און דעטס איט

איך האב פאר דיר גענוג מענטשן וואס זענען מך און מ'קען מקיים זיין די אלע אלטע מצוות פונקט ווי אמאל
מיטוואך אפריל 03, 2019 4:49 pm#427793
זאפטיג האט געשריבן:מצוות צדקה איז דאס וואס שטייט אין דער תורה וכי ימוך אחיך וגו' פתוח תפתח והחזקת בו וגו'
דעס באשטייט שוין אינגאנצן נישט היינט
היינט איז אלעס פאר דער פארטיי און דעטס איט

ביי מרכז-ויזניץ איז טאקע אלעס פאר דער פארטיי / כבוד / איך מיך און זיך..
אבער סאיז נאך דא גענוג עכטע צדקות היינטיגע צייטן.
דאנערשטאג אפריל 04, 2019 6:44 am#427831
חיים יואל האט געשריבן:
זאפטיג האט געשריבן:מצוות צדקה איז דאס וואס שטייט אין דער תורה וכי ימוך אחיך וגו' פתוח תפתח והחזקת בו וגו'
דעס באשטייט שוין אינגאנצן נישט היינט
היינט איז אלעס פאר דער פארטיי און דעטס איט

ביי מרכז-ויזניץ איז טאקע אלעס פאר דער פארטיי / כבוד / איך מיך און זיך..
אבער סאיז נאך דא גענוג עכטע צדקות היינטיגע צייטן.


נישט דעם אפגעריסענע ארימאן ביים טיר וואס די געבסט אים אן קיין שום אינטערעסע
דאנערשטאג אפריל 04, 2019 1:26 pm#427875
זיי רודפ׳ן מיר.....
שוין, וועל איך זיי געבן עפעס.. אבער נישט פון מעשר געלט..
דאנערשטאג אפריל 04, 2019 5:01 pm#427891
אויך געמיזט
דאנערשטאג אפריל 04, 2019 5:24 pm#427898
חיים יואל האט געשריבן:זיי רודפ׳ן מיר.....
שוין, וועל איך זיי געבן עפעס.. אבער נישט פון מעשר געלט..


הייסט עס דו האלטס שוין מעשר שני :lol:
דאנערשטאג אפריל 04, 2019 6:11 pm#427905
יעקל האט נעכטן איבערגעבעטן דעם מאנטריאלער רבי
מאנטאג אפריל 08, 2019 10:39 am#428054
מקור?