אינעם היינטיגן עדיטאריעל אין "די צייטונג" שרייבט דער רעדאקטאר איבער דעם סקולענער רבי'נס לוי', אז "עס איז געווען אזא לוי' וואס די שטאט ניו יארק האט ווארשיינליך נישט געזען פאר א רב זינט די גרויסע לוי' פאר דעם אמאליגן רב הכולל פון ניו יארק, הרב יעקב יוסף זצ"ל, אין יאר תרס"ב, 117 יאר צוריק."
נישט אז מ'דארף טראסטן ר' אברהם פריעדמאנ'ס שאצונגען (ער שרייבט אז ביי דער נעכטיגער לוי' זענען געווען "הונדערטער טויזנטער מענטשן"...), אבער ער איז מעגליך גערעכט אז די לוי' פון סקולענער רבי איז געווען דאס גרעסטע זינט דאן. אבער עס איז גאנץ מעגליך אז דער סקולענער רבי'ס לוי' איז געווען אפילו גרעסער פונעם רב הכולל'ס, און אפשר אפילו די סאמע גרעסטע אידישע לוי' אין דער היסטאריע פון אמעריקע.
כ'ווייס נישט וויאזוי אזעלכע צייטונגען ווי דער "ניו יארק טיימס" שאצן וויפיל מענטשן עס באטייליגן זיך ביי מאורעות. איך בין כמעט זיכער אז ס'איז נישט דא קיין געהעריגע פארמולא, און יעדער שרייבער קען שרייבן וואס עס דוכט זיך אים. ביי דער לוי' פונעם סאטמארער רבי'ן האט דער "טיימס"
געשריבן אז עס האבן זיך באטייליגט 100,000 מענטשן. ווער עס פארגלייכט די בילדער פונעם סאטמארער רבי'ס לוי' און די לוי' פונעם סקולענער רבי זעט גלייך אז דער סקולענער רבי האט געהאט א פיל גרעסערן ציבור.
ביי דער לוי' פונעם רב הכולל האט דער טיימס
געשריבן אז עס האבן זיך באטייליגט 50,000 מענטשן. אויב דאס מיינט האלב פון וויפיל עס האבן זיך באטייליגט ביים סאטמארער רבי'ן, האט דער סקולענער רבי געהאט פיל מער מענטשן ווי דער רב הכולל האט געהאט.