Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » כלל ישראל איז נישט פאריתומ'ט!!!

כלל ישראל איז נישט פאריתומ'ט!!!

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
18 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13040
מיטוואך אפריל 03, 2019 11:30 pm#427811
כלל ישראל איז נישט פאריתומ'ט!!!
ס'מאכט מיר זייער נערוועז דעם שפראך "כלל ישראל איז פאריתומ'ט געווארן מיטן פטירה פון כ"ק אדמו"ר מסקולן זצ"ל", איך רעד נישט דא פון רוחניות, אבער כלל ישראל איז געוועהן פאריתומ'ט (עכ"פ א חלק) מיטן פטירה פון ר' עובדיה זצ"ל, אדער מיטן פטירה פון סאטמער רב, אדער יעדער חסיד מיט זיין רב, ווער פונקטליך (אויסער אפשר אפאר סקולענער חסידים)איז יעצט פאריתומט געווארן??? ווער וועט איהם פעהלן יעצט איינער וואס האט איהם געזאגט וואס צו טוהן, אדער איינער וואס ער זאל זיך קענען אדורך רעדן????
כ'מאך ח"ו נישט אוועק מ'האט פארלוירן א גרויסער צדיק, אבער ווער וועט עס שפירן? ווער איז פאריתומ'ט??
מיטוואך אפריל 03, 2019 11:31 pm#427812
[quote="מייןמהלך"]ס'מאכט מיר זייער נערוועז דעם שפראך "כלל ישראל איז פאריתומ'ט געווארן מיטן פטירה פון כ"ק אדמו"ר מסקולן זצ"ל", איך רעד נישט דא פון רוחניות, אבער כלל ישראל איז געוועהן פאריתומ'ט (עכ"פ א חלק) מיטן פטירה פון ר' עובדיה זצ"ל, אדער מיטן פטירה פון סאטמער רב, אדער יעדער חסיד מיט זיין רב, ווער פונקטליך (אויסער אפשר אפאר סקולענער חסידים)איז יעצט פאריתומט געווארן??? ווער וועט איהם פעהלן יעצט איינער וואס האט איהם געזאגט וואס צו טוהן, אדער איינער וואס ער זאל זיך קענען אדורך רעדן????
כ'מאך ח"ו נישט אוועק, מ'האט פארלוירן א גרויסער צדיק, אבער ווער וועט עס שפירן? ווער איז פאריתומ'ט??
דאנערשטאג אפריל 04, 2019 2:53 am#427827
Re: כלל ישראל איז נישט פאריתומ'ט!!!
מייןמהלך האט געשריבן:אבער ווער וועט עס שפירן? ווער איז פאריתומ'ט??

איך
דאנערשטאג אפריל 04, 2019 5:02 pm#427892
אז כלל ישראל איז פאר'יתומ'ט איז נאך א האלבע צרה, מאמענט האט עס גענומען צום נעקסטן שטאפל. איין ארטיקל טראגט א קעפל 'וימת הרה"ק מסקולען וכל הדור ההוא'.

האסטו געהערט אזאנס? א נייער האלאקאוסט. און נישט נאר כלל נישראל הרג'נען זיי, נאר דעם גאנצן דור...
דאנערשטאג אפריל 04, 2019 5:50 pm#427902
Re: כלל ישראל איז נישט פאריתומ'ט!!!
איסר האטלקי האט געשריבן:אז כלל ישראל איז פאר'יתומ'ט איז נאך א האלבע צרה, מאמענט האט עס גענומען צום נעקסטן שטאפל. איין ארטיקל טראגט א קעפל 'וימת הרה"ק מסקולען וכל הדור ההוא'.

האסטו געהערט אזאנס? א נייער האלאקאוסט. און נישט נאר כלל נישראל הרג'נען זיי, נאר דעם גאנצן דור...
איך האב נאכנישט געזעהן די מאמענט, אבער בפשטות ווען עס שטייט וכל הדור ההוא, מיינט דאס נישט גאנץ כלל ישראל נאר דער גאנצער דור פונעם סקולענ'ער רבי'ן איז שוין (כמעט) נישטא
דאנערשטאג אפריל 04, 2019 7:44 pm#427912
לא אלמן ישראל, מיר האבן זיך ביי וועמען צו ווייקן און אריינכאפען, מיר האבן נאך שני זקנים הללו וועמען מיר קענען געבן קוויטל געלט לפדיון נפשינו.
אין ארצינו הקדושה האבן מיר נאך כ"ק אדמו"ר מ' קאלוב שליט"א
און בארא פארק האבן מיר נאך כ"ק אדמו"ר מ' צאנז שליט"א

ווי אויך כ"ק אדמו"ר מ'ווערדאן שליט"א
דאנערשטאג אפריל 04, 2019 8:10 pm#427916
כ'מיין מ'האט נישט אזוי גוט פארשטאנען וואס ער מיינט צו זאגן, לענ"ד זאגט ער אז הרה"ק הנ"ל איז נישט געוועהן קיין מנהיג וואס האט געפירט דעם דור נאר א ערליכע איד און זיי מאכן פון ביידע איין קוגל.
פרייטאג אפריל 05, 2019 12:24 am#427921
דולה ומשקה האט געשריבן:לא אלמן ישראל, מיר האבן זיך ביי וועמען צו ווייקן און אריינכאפען, מיר האבן נאך שני זקנים הללו וועמען מיר קענען געבן קוויטל געלט לפדיון נפשינו.
אין ארצינו הקדושה האבן מיר נאך כ"ק אדמו"ר מ' קאלוב שליט"א
און בארא פארק האבן מיר נאך כ"ק אדמו"ר מ' צאנז שליט"א

ווי אויך כ"ק אדמו"ר מ'ווערדאן שליט"א

וואס איז מיטן שורף מבעלעד?
פרייטאג אפריל 05, 2019 9:06 am#427935
וועמען צו געבן א קוויטל
ס'איז נאך דא אידן מיט נומערן אויף די הענט - זיי קען מען נאך געבן קוויטלעך ...
פרייטאג אפריל 05, 2019 9:38 am#427936
שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:ס'איז נאך דא אידן מיט נומערן אויף די הענט - זיי קען מען נאך געבן קוויטלעך ...

ר' ישראל חיים מנשה פרידמן שליט"א האט נוממערן
פרייטאג אפריל 05, 2019 11:35 am#427946
ר' מרדכי דוד האט אויך נומערן - 45...
פרייטאג אפריל 05, 2019 12:01 pm#427949
איסר האטלקי האט געשריבן:ר' מרדכי דוד האט אויך נומערן - 45...

און ער האט איבעגעלעבט די מלחמה..
פרייטאג אפריל 05, 2019 2:35 pm#427956
ער איז ארויס קוים מיטן לעבן, היבש צוביילט, איבערלאזנדיג רוב מנין ובנין פון פארן קריג...
פרייטאג אפריל 05, 2019 3:02 pm#427957
איסר האטלקי האט געשריבן:ר' מרדכי דוד האט אויך נומערן - 45...


כאכאכא דער איז א גוטע ליצן!
זונטאג אפריל 07, 2019 5:58 pm#428020
היינט איז ב' ניסן די יארצייט פון הגה"צ מסקווער זצ"ל פינקט האב איך געליינט אין א ספר אז די טאג וואס דער בעלזאר רב מהר"א איז נסתלק געווארען האט די סקווער רבי זיך איינגעשפארט א גאנצען טאג סוף טאג פאר מנחה האט ער געפינט די טיר און זיינע קינדער די היינטיגע סקווירא רבי מיט זיין שוואגער ראכמיסטריווקע רבי זענען אריינגעגאנגען און געזאגט בערך אזוי, גיטע אידען וועט נאך זיין... אבער א איד, וואס זאל אזוי ליעב האבען אידען,דאס וועט שוין נישט זיין... די מציאות פון סקלוענע רבי צו אהבת ישראל אדער מסירת נפש פאר די בוכ"ע 24 7 דאס איז שוין נישטא און וועט שוין נישט זיין .... יא מיר זענען פאר יתומט און גייט ארום און מאכט ליצנות... די בעלעדער מיט די קאליבער ער איז א זאך וואס איז געווען און סוועט שוין נישט זיין ביז משיח'ס טאג
מאנטאג אפריל 08, 2019 8:58 am#428046
ימים, דאס אז ס'איז נישט דא נאך אזא איד, קען איך אפשר גלייבן אז דו ביסט ארומגעפארן אויפ'ן גאנצן כדור העולם און קלאר געשטעלט אז ס'איז נישט פאראן נאכאיינס אזאנס; אבער דער רוח הקודש אז עס וועט מער נישט זיין אזוינס ביז משיח'ס טאג, מהיכי תיתי? קען דען נישט זיין אז עס איז יעצט געבוירן נאך איינער?

און אגב, אז דו רעדסט שוין פון זיין אויסטערלישע אהבת ישראל, אפשר איז כדאי זיך צו לערנען א זאך אדער צוויי פון זיינע גאלדענע מדות, למשל אז דו האסט נישט ליב א געוויסן מנהיג ישראל, אנשטאט אים אנרופן מיט אלע סארטן ביליגע און מיאוס'ע לשונות, אפשר קענסט ארבעטן אויף דיין אהבת ישראל און אים פרובירן דן זיין לכף זכות?
מאנטאג אפריל 08, 2019 12:08 pm#428059
ימים קיינער דינגט זיך נישט מיט דעם אז ער איז געוועהן אן ערליכען איד, אבער פארדעם איז מען נאכנישט פאריתומט, פאריתומט מיינט אז מען פילט זיך ממש אזוי ווי א יתום, ביי געוויסע רבי'ס נאך זיער פטירה האבן זיך מענטשען געפילט פאריתומט, זיך נישט וויסינדיג ווי אהינצוטהון, נישט זעהנדיג קיין מארגען זיך נישט געקענט פארשטעלן וי אזוי זיי וועלן ווייטער אנגיין אן זייער מנהיג.
דינסטאג יוני 04, 2019 4:29 am#431569
רעדנער: נו, דאס טויג טאקע נישט. וייל דער אייבישטער האט ב"ה גענוג צדיקים אויף די וועלט. און ווען א צדיק ווערט נפטר איז שוין אנגעגרייט נאך א צדיק וואס וועט איבערנעמען. אזוי ווי ס'שטייט אין פסוק..."וזרח השמש. ובא השמש"...! נאך פאר א צדיק ווערט נפטר איז שוין אנגעגרייט אן אנדער צדיק וואס אין זיין זכות שטייט די וועלט...!