Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » "יסודות" - נייע וואכענטליכע אויסגאבע

"יסודות" - נייע וואכענטליכע אויסגאבע

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
41 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13047
פרייטאג אפריל 05, 2019 3:41 pm#427959
"יסודות" - נייע וואכענטליכע אויסגאבע
א נייע וועכענטליכע אויסגאבע גייט אנפאנגען ערשיינען מיט די נאמען יסודות.
פרייטאג אפריל 05, 2019 4:17 pm#427961
Wow א שטרקע קלאפ פאר עמעזאן. מ'דארף נישט זייערע פרינטינג!
זונטאג אפריל 07, 2019 12:48 am#427978
ערשטע קאווער צייגט עפעס אויסטערליש :lol:
יסודות האט א שייכות מיט די וועגן און שטעגן?
זונטאג אפריל 07, 2019 3:16 am#427985
ממש א דורכברוך
זונטאג אפריל 07, 2019 5:23 pm#428019
.
מאנטאג אפריל 08, 2019 10:11 am#428049
די יסודות שאקלען זיך

די וועלט דערציילט א מעשה, אז מ'איז געקומען אמאל פרעגען רבי חיים בריסקער בעפאר די הייליגע טעג איבער צוויי חזנים וואס קריגען זיך אויפ'ן ברעטל און די שאלה איז וועמען מ'זאל אויסוועלען.
וואס איז די פראגע? איינער פון די צוויי חזנים איז א מייסטער חזן און בעל תפלה אבער נישט דער גרעסטער יראת שמים, דער צווייטער איז א שוואכער בעל תפלה מיט א קראצעדיגע שטימע אבער א געוואלדיגער ערליכער איד און א צעבראכן הארץ.
האט רבי חיים געזאגט מ'זאל נעמען דעם ערשטן, ערקלערנדיג, אז דאס וואס עס שטייט אין שלחן ערוך אז מ'זאל אויסוועלן דעם חזן דעם יראת שמים איז ווען ביידע זענען חזנים דעמאלט איז ערליכקייט א מעלה, ווידער אין דעם פאל איז דער צווייטער בכלל נישט קיין חזן איז וואס האב איך פון זיין יראת שמים.
והנוגע לענינינו, אוודאי איז נישט יושר צו פסק'ען אויפ'ן נייעם יסודות מאגאזין איידער מ'נעמט עס אין דער האנט און מ'קוקט אריבער דעם תוכן, אבער וואס ס'איז יא וויכטיג אנצודייטן אז קודם דארף זיין א מאגאזין, דערנאך קען מען דן זיין צי ס'איז כשר וישר און אין דעם פאל זעט אויס א משונה'דיגן דגוש אויף די "ערליכקייט" פונעם מאגאזין אזש ביז'ן עס א נאמען געבן מיט עפעס א מוסר'דיגן יסודות נאמען און לייגן בילדער פון פרומע רבנים אנשטאט ארויסברענגען די מעלות פונעם אינהאלט פונעם מאגאזין וואס ברענגט צוריק צום בריסקער רב'ס קלער אז פיין איר זענט ערליך אבער מאן יאמר איר זענט בכלל א חזן...

מיין צווייטע הערה איז דאס זעלבע וואס כ'האב געשריבן ביים אנקום פון אינטערעסאנט ולא אמרו רבנן בכפילא:

קאווע קריטיק האט געשריבן:
ווען אימער א רעדאקטאר גיט ארויס א מאגאזין מוז ער זיך אליין ענטפערן די שאלה וועלכער חלל ער טוט ערפילן? אינטערעסאנט האט געמאכט א קלארע ארגומענט פארוואס עס איז נישט קיין פראבלעם דאס צו קויפן, ווייל עס האט נישט קיין ציונות. אבער דאס אליין איז נישט גענוג מאסגעבנד, און א סיבה פארוואס נישט איז נישט גענוג סיבה פארוואס יא, אויסער דעם פאקט אז עס איז דא נאך אויסגאבעס וואס האבן נישט קיין ציונות.
דער רעדאקטאר זאל זיך שטעלן אין שפיגל און אליין פרעגן די פראגע וואס האב איך געברענגט ניי צום טיש וואס איז נאכנישט דא אין "דער איד" אדער אין די אומזיסטע גליונות לכבוד שבת. נאך וואס ער קומט ער אויף מיט עפעס פריש דארף ער זיך פרעגן די צווייטע פראגע, צי איז דא א קליענטעל דערפאר, און די דריטע פראגע צי דער קליענטעל איז גענוג גרויס אז ער זאל קענען אנגיין פאר'ן לאנגן טערמין.


אין פאל פון יסודות איז די שאלה נאך פיל שטערקער, קאמיקס איז שוין דא, מעשיות פון הייליגן אפטער רב איז שוין דא, דער פרומער קליענטעל איז מער ווי געדעקט צווישן איד\בלאט\צייטונג\מעלות\קינדליין\אוצר\פאמיליע איז וואס ברענגסטו צום טיש סיידן א פרומערע השגחה מיט מער רבנים? איז דא א רבנים מאנגל? זוכן מענטשן צו קויפן דעם מאגאזין בלויז ווייל ער ברענגט די מערסטע רבנים צום טיש אפילו ווען דער חזן הינקעט אונטער?

די אלע פראגן וועלן בעז"ה פארענטפערט ווערן מיט דער צייט.
מאנטאג אפריל 08, 2019 10:17 am#428050
"די אלע פראגן וועלן בעז"ה פארענטפערט ווערן מיט דער צייט"

אדער נישט.
מאנטאג אפריל 08, 2019 10:42 am#428055
איך מיין אז דערווייל דער איינציגסטע ארטעדאקסישטע אפיצעלע אויסגאבע וואס שרייבט אן קיין מורא פון די אלע סיסטעם זארגערס איז דער ענגלישע משפחה און זיי האבן טאקע באצאלט א היבש פרייז פאר דעם. לאמיר זעהן פון די אידישע אפיצעלע אויסגאבעס אזוינס (נישט קייןן אנאנימער וועקער)
מאנטאג אפריל 08, 2019 12:26 pm#428061
משפחה מאכט גענוג געלט דורכן נישט ווערן פארקויפט אין וויליאמסבורג, היימישע מאגאזינען מאכן די עיקר געלט אין וויליאמסבורג און כדי צו קענען ווערן פארקויפט דארט מוז מען זיך צושטעלן צו זייערע פרינציפן.

אגב, משפחה איז נישט אזוי ווייט ווי עמי. זיי האבן ארויסגעווארפן פראנקפורטער ווייל ער איז געווען צו קאנטראווערסיעל פאר זיי.
מאנטאג אפריל 08, 2019 2:10 pm#428068
Re: "יסודות" - נייע וואכענטליכע אויסגאבע
מ׳האט מיר געבעטן אפאר מאנאטען צוריק צו שרייבען פאר די אויסגאבע, אבער איך האב אפגעזאגט פאר מיין אייגענע טעמים. אבער ווען מ׳האט מיר געקלינגען האט יענער מיר ערקלערט וואס זיי ווילען. רוב אויסגאבעס פארטרעטן א שיטה, די אויסגאבע איז להדיא להוסיף דעת און אינטרס, אן צו פרעדיגן א שיטה. עס איז אוודאי אין איינקלאנג מיט די מיינונג פון יהדות החרדית, מ׳זוכט נישט צו פרעדיגן אויבער חכמה אויך נישט. אבער מוסיף זיין אינפארמאציע מיט היסטאריא וכדו׳, אויף א צוציאונגדיגע אופן איז יא די ציל און מארקעט.

איי, וועסטו פרעגן, עס איז שוין דא דער שטערן? איך האב אסאך זמן מאגאזינען אנדערהיים, און עס טויג נישט פאר די יוגענט. זיי שרייבען פון טעמעס וואס מענטשן ווילען נישט אז זייער קליינער זאלען ליינען דערוועגען, צ.ב.ש. זעלבסטמארד און סתם צודרייטע קרימינאלן, ריזיגע עשירים און זייער משוגעת׳ן. איך האב עס אליינס נישט געכאפט ביז מיין קינדער זענען עלטער געווארען און זיי ליינען עס שוין. עס האט נישט קיין חכמה צו תוכן, נאר מעשיות. און די מעשיות זענען עקעלהאפטיג. יסודות האפט צו זיין מער אין איינקלאנג מיט וואס ערוואקסענע מענטשן ווילען פאר זייער קינדער

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מאנטאג אפריל 08, 2019 2:14 pm#428070
דער פאקט אז הרה'ג ר' בנציון לאוב שטיצט עס, מאכט מיר זיין אינטערסירט עס צו קויפן.
א טיפישע סאטמארער משפחה דארף היינט מער כשר'ע לייען מאטעריאל
מאנטאג אפריל 08, 2019 5:00 pm#428083
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:מ׳האט מיר געבעטן אפאר מאנאטען צוריק צו שרייבען פאר די אויסגאבע, אבער איך האב אפגעזאגט פאר מיין אייגענע טעמים. אבער ווען מ׳האט מיר געקלינגען האט יענער מיר ערקלערט וואס זיי ווילען. רוב אויסגאבעס פארטרעטן א שיטה, די אויסגאבע איז להדיא להוסיף דעת און אינטרס, אן צו פרעדיגן א שיטה. עס איז אוודאי אין איינקלאנג מיט די מיינונג פון יהדות החרדית, מ׳זוכט נישט צו פרעדיגן אויבער חכמה אויך נישט. אבער מוסיף זיין אינפארמאציע מיט היסטאריא וכדו׳, אויף א צוציאונגדיגע אופן איז יא די ציל און מארקעט.

איי, וועסטו פרעגן, עס איז שוין דא דער שטערן? איך האב אסאך זמן מאגאזינען אנדערהיים, און עס טויג נישט פאר די יוגענט. זיי שרייבען פון טעמעס וואס מענטשן ווילען נישט אז זייער קליינער זאלען ליינען דערוועגען, צ.ב.ש. זעלבסטמארד און סתם צודרייטע קרימינאלן, ריזיגע עשירים און זייער משוגעת׳ן. איך האב עס אליינס נישט געכאפט ביז מיין קינדער זענען עלטער געווארען און זיי ליינען עס שוין. עס האט נישט קיין חכמה צו תוכן, נאר מעשיות. און די מעשיות זענען עקעלהאפטיג. יסודות האפט צו זיין מער אין איינקלאנג מיט וואס ערוואקסענע מענטשן ווילען פאר זייער קינדער

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


משפחה האט געכאפט פעטש ווען זיי האבן אנגעהויבן שרייבן וועגן עביוז און דראגס, (נאכדעם האבן שוין אנדערע נאכגעמאכט).
האב איך געהערט פון מענטשן ווי קענען מיינע קינדער דאס ליינען וכו וכו
מיין פערזענליכע דעה: איך האב נישט קיין שום פראבלעם דערמיט. באהאלטן דע פראבלעם איז נישט די פתרון
משום כל מיני סיבות וד''ל
מאנטאג אפריל 08, 2019 5:08 pm#428085
Re: "יסודות" - נייע וואכענטליכע אויסגאבע
א מעשה פון א מענטש א געוועזענע זעלנער אין די אמעריקאנער מיליטער, וואס האט גענומען א שיף מיט זיין משפחה און געהארגעט זיין ווייב און קינדער, אבער איין טאכטער האט איבערגעלעבט וכו׳ וכו׳.

דאס האט נישט מיט דראגס און נישט מיט אביוז.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מאנטאג אפריל 08, 2019 5:14 pm#428088
ביסט גערעכט
איך האב נאר געוואלט ארויסברענגן א פוינט
מאנטאג אפריל 08, 2019 5:22 pm#428089
יעצט געזעהן אין גראסערי
בעיסיקלי נאך א באלייכטונגען
מאנטאג אפריל 08, 2019 5:57 pm#428095
דער וואס קויפט עס וועגן ר' בנציון לאוב, קען קויפן אוצרות, מעלות, אורות, עונג שבת, יוסף מוקיר שבת, כגונא און דבר יום ביומו.

איך זע נישט וועמען ער צילט, איך האף ער האט גענוג געלט עס אויסצוהאלטן.
דינסטאג אפריל 09, 2019 3:31 pm#428157
היינט ערשט געהאט די געלעגנהייט עטוואס דורכצובלעטערן די אויסגאבע.

ערשט ווינטשן מיר פאר די רעדעקאציע און די פארוואלטונג פול הצלחה און סייעתא דשמיא.

מיין קורצזיכטיגע אבזערוואציע:

אז א מאנטליכער אויסגאבע זאל ווירקליך סוקסעסירן פאדערן זיך עטליכע פענאָמענאַלע פאקטארן. א ספעציפישע ליינער באזיס, פאר מענער אדער פאר פרויען אדער פאר קינדער. א פליסיגער הויכע ניווא און קאליבער שריפט, און א אויסצייכענונג אין א געוויסע הויפט טעמע, ווי היסטאריע, געאָגראַפיע, אַסטראָנאָמיע, פילאזאפיע, מאטעמאטיק, געזונטהייט, חסידישע געשיכטעס, שפיאנאזש געשיכטעס א.ד.ג.
ווי עס שיינט ווייסן נאך נישט די ארויסגעבער פון די דאזיגער אויסגאבע גענוי פון וועלכע שיכט זייער ליינער באזיס באשטייט, דער שריפט איז גראדע גאנץ א גוטער קאליבער. ביזדערווייל האבן זיי נישט קיין שום אויסגעצייכנטע טאפיק וואס זאל מאכן אז מענטשן זאלן דאס אַבאָנירן און קויפן. נאר וואזשע דען? רוים איז נישט געבויט געווארן אין בלויז איין טאג. די אויסגאבע האט ענווענטועל שטארקע פאטענציאל, און מיט די צייט וועלן זיי זיך ווארשיינליך שטעלן אויף די ריכטיגע רעלסן, און האפנטליך אויסשטייגן אלס דער קעניג פון די זשורנאַלן. די פראגע איז בלויז אויב די פינאנציאלע ריסארסן וועלן קלעקטן ביז דאן...
דינסטאג אפריל 09, 2019 3:35 pm#428158
ס'איז וועכנטליך נישט מאנאטליך, נאך ערגער...
זונטאג אפריל 14, 2019 6:50 pm#428500
Re: "יסודות" - נייע וואכענטליכע אויסגאבע
איך ווייס נישט פארוואס אויף אייוועלט איז יעדער ביזי ווי גוט די יסודות איז.

בקיצור, די שרייבן איז די זעלבע לעוואל ווי די בליץ, די תוכן איז מסתם אינטראסאנט פאר א בחור׳שע שבת התוועדת אויסגאבע.

אויב די ארויסגעבער ליינט דאס האב איך איין מעסעדזש, cut your losses and run.
זונטאג אפריל 14, 2019 7:10 pm#428503
איך אגרי צו דיינע רייד איבער דעם מאגאזין, אבער אויב דו האסט געעפנט דיין ניק נאר פאר דעם ציל, האב איך פאר דיר דעם זעלבן מעסעדזש....
מאנטאג אפריל 15, 2019 12:24 am#428516
די פאוינט איז אויב איינער עפענט א נייע מעגאזין צו ביעטן די מאמענט האט ער זייער שוואכע שאנסן צו סוקסידן , די מאמענט האט זיך שוין זיינע גיטע שרייבערס , און די מאמענט ווייסט גאר גיט וועלכע ארטיקלען צו שרייבן , די מאמענט ווייסט אז סיפורי צדיקים מיט אנדערע זאכן זענען געמאכט פאר די יוד און בלאט זיי ווייסן אז דער עולם וואס צאלט זיכט קוואליטי אזאלעכע ארטיקלען ווי א אינטערוויוו מיט דער מלחין הערשי וויינבערגער דאס איז וואס דער עולם זיכט ממילה מאכט עכט נישט קיין סענס צו ג'יין קאמפעטישן מיטן מאמענט נאר ווען מען גייט אויף זיין דרך , און דערווייל קיקט נישט אויס ווי ער גייט אויף זיין דרך . ועוד דער מאמענט איז צו שטארק צו ג'יין קאמפעטישן מיט עים ס'איז ווי גלייך איינער גייט קאמפעטישן מיט קול מבשר וואס האט זערא טשאנס צו ארבעטן
מאנטאג אפריל 15, 2019 1:20 am#428519
כניאק האט געשריבן:איך ווייס נישט פארוואס אויף אייוועלט איז יעדער ביזי ווי גוט די יסודות איז.

בקיצור, די שרייבן איז די זעלבע לעוואל ווי די בליץ, די תוכן איז מסתם אינטראסאנט פאר א בחור׳שע שבת התוועדת אויסגאבע.

אויב די ארויסגעבער ליינט דאס האב איך איין מעסעדזש, cut your losses and run.


די סיבה איז די זעלבע סיבה פארוואס זיי אטאקירן כסדר די מאמענט.
מאנטאג אפריל 15, 2019 1:35 am#428521
קאצקע ציקער האט געשריבן:די פאוינט איז אויב איינער עפענט א נייע מעגאזין צו ביעטן די מאמענט האט ער זייער שוואכע שאנסן צו סוקסידן , די מאמענט האט זיך שוין זיינע גיטע שרייבערס , און די מאמענט ווייסט גאר גיט וועלכע ארטיקלען צו שרייבן , די מאמענט ווייסט אז סיפורי צדיקים מיט אנדערע זאכן זענען געמאכט פאר די יוד און בלאט זיי ווייסן אז דער עולם וואס צאלט זיכט קוואליטי אזאלעכע ארטיקלען ווי א אינטערוויוו מיט דער מלחין הערשי וויינבערגער דאס איז וואס דער עולם זיכט ממילה מאכט עכט נישט קיין סענס צו ג'יין קאמפעטישן מיטן מאמענט נאר ווען מען גייט אויף זיין דרך , און דערווייל קיקט נישט אויס ווי ער גייט אויף זיין דרך . ועוד דער מאמענט איז צו שטארק צו ג'יין קאמפעטישן מיט עים ס'איז ווי גלייך איינער גייט קאמפעטישן מיט קול מבשר וואס האט זערא טשאנס צו ארבעטן

מאך נישט מאמענט שטארקער ווי זי איז...
מאנטאג אפריל 15, 2019 9:39 am#428531
הרב קאצקע, אבי געהאקט אין קאפ. אז עמי האט געקענט גיין קעגן משפחה, און בקהילה קעגן די משפחה אין עברית, קען יעדער גיין קעגן מאמענט.
מאנטאג אפריל 15, 2019 1:49 pm#428544
Re: "יסודות" - נייע וואכענטליכע אויסגאבע
איסר האטלקי האט געשריבן:איך אגרי צו דיינע רייד איבער דעם מאגאזין, אבער אויב דו האסט געעפנט דיין ניק נאר פאר דעם ציל, האב איך פאר דיר דעם זעלבן מעסעדזש....


איך האב גארנישט מיט קיין שום אויסגאבע, איך האב נאר געוואלט זאגן מיין מיינונג, און אויף אייוועלט וואלט איך עס נישט געקענט זאגן.
מאנטאג אפריל 15, 2019 1:52 pm#428545
Re: "יסודות" - נייע וואכענטליכע אויסגאבע
קאצקע ציקער האט געשריבן:די פאוינט איז אויב איינער עפענט א נייע מעגאזין צו ביעטן די מאמענט האט ער זייער שוואכע שאנסן צו סוקסידן , די מאמענט האט זיך שוין זיינע גיטע שרייבערס , און די מאמענט ווייסט גאר גיט וועלכע ארטיקלען צו שרייבן , די מאמענט ווייסט אז סיפורי צדיקים מיט אנדערע זאכן זענען געמאכט פאר די יוד און בלאט זיי ווייסן אז דער עולם וואס צאלט זיכט קוואליטי אזאלעכע ארטיקלען ווי א אינטערוויוו מיט דער מלחין הערשי וויינבערגער דאס איז וואס דער עולם זיכט ממילה מאכט עכט נישט קיין סענס צו ג'יין קאמפעטישן מיטן מאמענט נאר ווען מען גייט אויף זיין דרך , און דערווייל קיקט נישט אויס ווי ער גייט אויף זיין דרך . ועוד דער מאמענט איז צו שטארק צו ג'יין קאמפעטישן מיט עים ס'איז ווי גלייך איינער גייט קאמפעטישן מיט קול מבשר וואס האט זערא טשאנס צו ארבעטן


ס׳זעט אויס אז זיי ווילן גיין קאמפעטישן מיט די אידישע ליכט.
מאנטאג אפריל 15, 2019 1:59 pm#428546
מאמענט האט נאכגעברענגט יסודות די וואך. וואס איז פשט? זיי וועלקאמען נאך א וועכטנליכן מאגאזין און פאמפען זיי גאר?
מאנטאג אפריל 15, 2019 2:59 pm#428550
וואס האבן זיי נאכגעברענגט?
מאנטאג אפריל 15, 2019 5:55 pm#428557
אפשר האבן זיי געשריבן אז די "מאמענט" שטייט אויף פעסטע יסודות...
מאנטאג אפריל 15, 2019 8:41 pm#428569
..
מאנטאג אפריל 15, 2019 8:56 pm#428570
איסר האטלקי האט געשריבן:הרב קאצקע, אבי געהאקט אין קאפ. אז עמי האט געקענט גיין קעגן משפחה, און בקהילה קעגן די משפחה אין עברית, קען יעדער גיין קעגן מאמענט.

כעל דיר ענטפערן צוויי זאכן ערשטענס די ווערייעטי פון שרייבערס וואס שרייבן אין עברית איז סך מער ווי יודיש , יודיש האסטו געציילטע גיטע שרייבער . צווייטענס ביסט גערעכט אז מען קען ג'יין קאמפעטישן , אבער דו מיזט ג'יין מיט זיין מהלך אדער בעסערס, מיט די מהלך פון יודישע ליכט מעלות קענסטו מיט דעם מאמענט קאמפעטישן נישט גיין
מאנטאג אפריל 15, 2019 9:11 pm#428573
שרייבערס זענען טאקע דא ווייניג, אבער מאמענט צאלט זייער ווייניג און דעריבער איז לייכט ארויסצוען שרייבערס פון דארט. קינדליין האט עס באוויזן, זיי צאלן מער און האבן טאקע אסאך בעסערע שרייבערס.

דיין צווייטע נקודה איז אמת, יסודות וועט נישט גיין קאמפעטישען מיט מאמענט, נאר ענדערש מיט אורות פון סקווירא.
מאנטאג אפריל 15, 2019 9:30 pm#428574
רוב שרייבערס אין קינדליין זענען אמאטורן.
מאנטאג אפריל 15, 2019 9:33 pm#428575
זיי מסביר? מיט תוכן, סטייל, גראמער?
מאנטאג אפריל 15, 2019 9:38 pm#428576
אלעס, זיי שרייבן דאך נעמען, ווייסט מען פון וועמען די רעדע איז.
זונטאג מאי 05, 2019 11:01 pm#429731
יסודות קדושים.PNG


צוביסלעך...

מאשין מצות: ✓
עשרת השבטים: ✓
פאלשע ירושלמי:
קו התאריך:
פרייטאג מאי 17, 2019 7:37 pm#430679
Screenshot_20190517-193335.png
דער האט א שפראך omg...
דאנערשטאג יוני 20, 2019 10:34 am#432137
שוואכע יסוד געווען
דאנערשטאג יוני 20, 2019 8:16 pm#432159
מודה בטפל האט געשריבן:שוואכע יסוד געווען
דינסטאג יולי 02, 2019 2:05 am#432516
קען איינער מעגליך געבן א ביאור אין דעם סיק דעקל?

#וואסווילסטעאוןוואסווילסטו?
#וואטעווער
(כ'זוך חלילה קיינעם אונטערצורייסן. #דזשאסט עסקינג)
מיטוואך נאוועמבער 06, 2019 6:52 pm#437939
א מין קאווער דאס

:געוואלד: :געוואלד: :געוואלד: :געוואלד: