Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » וויסנשאפט » "בראשית" לאנדעט אויף די לבנה

"בראשית" לאנדעט אויף די לבנה

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
42 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13056
דאנערשטאג אפריל 11, 2019 2:22 pm#428298
בראשית לאנדעט אויף די לבנה. ככתוב, והארץ נתן לבני אדם.

בראודקעסט הייבט זיך אן א פערטל צו דריי.

דאנערשטאג אפריל 11, 2019 2:48 pm#428299
"בראשית" לאנדעט אויף די לבנה
אין די קומענדיגע שעה גייט די ישראלישע ספעיס שיף בראשית לאנדען אויף די לבנה!!!
דאנערשטאג אפריל 11, 2019 3:23 pm#428303
גייען זיי אויך איינפלאנצן א ציוניסטישער פאן אויף די לבנה? כ'האף אז נישט, ווארום מ'וועט מער נישט קענען מקדש זיין די לבנה...
דאנערשטאג אפריל 11, 2019 3:27 pm#428305
דורכפאל!!!
דאנערשטאג אפריל 11, 2019 3:34 pm#428306
חסדי השם, די מצוה פון קידוש לבנה איז געראטעוועט געווארן, און א הארבע כותל איסור איז פארמיטן געווארן.
דאנערשטאג אפריל 11, 2019 3:40 pm#428309
אצינד קענען מיר לייענען בראשית היתה תהו ובהו וחושך.
דאנערשטאג אפריל 11, 2019 3:42 pm#428310
א נייע פארטי האט זיך יעצט פארמירט 'כחול ולבנה'
דאנערשטאג אפריל 11, 2019 3:43 pm#428311
ביזדערווייל ווייסט מען נאכנישט צו די נעקסטע וועט הייסן נח אדער שמות, האלט מיט פאר ווייטערדיגע מעלדונגען...
דאנערשטאג אפריל 11, 2019 3:43 pm#428312
צו די ערשטע קאנטרי צו לענדן ווייס איך נישט אבער די ערשטע צו קרעשן יא.
דאנערשטאג אפריל 11, 2019 3:45 pm#428313
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ביזדערווייל ווייסט מען נאכנישט צו די נעקסטע וועט הייסן נח אדער שמות, האלט מיט פאר ווייטערדיגע מעלדונגען...

קודם זאל עס זיין ויחי און נאכעדעם וועט מען שמועסן.
דאנערשטאג אפריל 11, 2019 3:46 pm#428314
וואס אייגענטליך האבן זיי געוואלט עררייכען מיטן באזוך אויף די מאנען? זיי האבן זיך געוואלט מער דערנענטערן צו ג-ט? וואס איז דאס געווען א מיליטערישע מיסיע? א סייענסטיפישע?
דאנערשטאג אפריל 11, 2019 3:47 pm#428315
.
דאנערשטאג אפריל 11, 2019 3:49 pm#428316
קאך_לעפל האט געשריבן:וואס אייגענטליך האבן זיי געוואלט עררייכען מיטן באזוך אויף די מאנען? זיי האבן זיך געוואלט מער דערנענטערן צו ג-ט? וואס איז דאס געווען א מיליטערישע מיסיע? א סייענסטיפישע?

זיי האבן געוואלט ס'איז זאל זיין ישראל מעל לבנון.

אפשר א מאדערנע דור הפלגה
דאנערשטאג אפריל 11, 2019 3:59 pm#428317
די ישראלים זענען געווען צו עקסייטעד האבן זיי געזאגט כשם שאני רוקד כנגדך ואיני יכול 'לנגוע' בך.

פון מתרפק על דודה איז געווארן מתפרק.
דאנערשטאג אפריל 11, 2019 4:31 pm#428322
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ביזדערווייל ווייסט מען נאכנישט צו די נעקסטע וועט הייסן נח אדער שמות, האלט מיט פאר ווייטערדיגע מעלדונגען...

אן ריפלעקשן, אז ס'וועט זיין נח, ווייסט מען כאטשיג אז ס'האט גערוהט.
דאנערשטאג אפריל 11, 2019 4:48 pm#428324
'בראשית' דורכפאל לעיני כל ישראל.
דאנערשטאג אפריל 11, 2019 5:02 pm#428327
בראשית... היה תהו ובהו.
דאנערשטאג אפריל 11, 2019 5:06 pm#428328
זאג, איך בין אפשר פון דיינע נודניקעס?
דאנערשטאג אפריל 11, 2019 5:33 pm#428330
לא הי' צריך להתחיל מבראשית, אלא כח מעשיו הגיד לעמו לתת להם נחלת...

כ'הא קיינמאל נישט געוויסט אז רש"י האט געהאט א סענס אוו היומאר מיט סארקעזם...
דאנערשטאג אפריל 11, 2019 5:39 pm#428333
אראפ געפלאשט אזוי מיר נישט דיר נישט א הונדרעט מיליאן דאללאר, אידיש אויסגעהארעוועט געלט. וויפול אידן וואלטן ווען געקענט פסח מאכן מיט די געלט? אפרים שטערן מיט אלע פסחא דקמחא חליקות אינאיינעם וואלטן ווען ארויס פון ביזנעס, ווען די געלט קומט ווען אן צו די חרדים...
דאנערשטאג אפריל 11, 2019 6:14 pm#428339
וויאזוי שרייט נאר מנשה פילאף? "ניטאמאל א הוה מינה איז דא אז אלוהים ברא בראשית. די מדרש איז א סילוף, ושלטו בו ידי זרים."
דאנערשטאג אפריל 11, 2019 10:51 pm#428351
טאמבל סאס האט געשריבן:זאג, איך בין אפשר פון דיינע נודניקעס?


איך האב אלץ געמיינט עטץ זענטס די זעלבע מענטש (און אויך אפטעמיסט) איך ווייס נישט פארוואס.
פרייטאג אפריל 12, 2019 3:45 am#428376
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ביזדערווייל ווייסט מען נאכנישט צו די נעקסטע וועט הייסן נח אדער שמות, האלט מיט פאר ווייטערדיגע מעלדונגען...

רביה"ק זי"ע: שמות קען נישט זיין. ווייל קהילת מהר"א האט שוין רעזערווירט א' שמות פאר א יום טוב אין זייער קהילה...!
פרייטאג אפריל 12, 2019 4:06 am#428380
וואלט געקאנט זיין א פרישע פארזעצונג ארטיקל פאר די צייטונג, "די בראשית יארן אין די לבנה". ממש א שאד.

ווער געדענקט..
פרייטאג אפריל 12, 2019 4:14 am#428381
בעפאר שיקן די נעקסטע וועט מען מתקן זיין די תפילה ווי פאלגענד:
וִיהִי רָצוֹן מִלְּפָנֶיךָ יְיָ אֱלֹהַי וֵאלֹהֵי אֲבוֹתַי, לְמַלֹּאת פְּגִימַת הבראשית, וְלֹא יִהְיֶה בָּהּ שׁוּם מיעוך. וִיהִי אוֹרה כְּאוֹר הבראשית כְּמוֹ שֶׁהָיְתָה קוֹדֶם מיעוכה
פרייטאג אפריל 12, 2019 4:23 am#428384
וואלווי: הרב שמואל שלמה טעללער שליט"א פון דער בלאט וועט שוין (אי"ה) האבן א לאנגן ארטיקל. איך זעה שוין די העדליין...."זה היום (או הלילה) עשה ה' נגילה ונשמחה בו"... בחסדי השי"ת. (און מיט די הילף פון אנ"ש ונטורי קרתא) האט די מאשינקע וואס די אפיקורסים, רשעים וטיפשים די ציונים (איך זוך זיי. וואו זענען זיי?) פון די ממשלת זדון פון דעם הויפט טיפש בנימן נתן יהוא. האט געקראכט. אונז ערליכע אידן די ברכיים אשר לו כרעו לבעל הציוני דארפן געבן קידוש (כמעט אזא גרויסן קידוש ווי ווען דער מסית ומדיח (און נאך ערגערס) איז געפ--- )עפרא לפומייכון. ווייל אויב די ציונים מיט די הילף פון די סיטרא אחרא וואלטן ח"ו מצליח געווען און איינגענומען די לבנה אויך. וואלט די התגרות באומות אקעגן די פרידליכע אומשולדיגע פאלעסטינער באפעלקערונג געווען אין לשער. און דערפאר וועללן זיי ארויסגיין ווייטער שטעכן די בייזוויליגע, ווידערשפעניגע אידישע ציונים אין שכם און אין ירושלים און אין תל אביב. זיי (די אומשולדיגע , אונטערדריקטע פאלעסטינער שעפעלעך) זענען בארעכטיגט דערצו. ווייל די ציונים (שר"י, עפ"ל ימ"ש) האבן געוואלט אייננעמען די לבנה וואו די פאלעסטינער באפעלקערונג וואוינט שוין טויזנטער יארן. נאר די ציונים ווי הייקינד און שלעגער זענען מקיים די מצווה פון התגרות באומות אויף א שרעקליכן פארנעם...!
פרייטאג אפריל 12, 2019 4:34 am#428386
דעם וואך האבן זיי נאך א גרעסטע פראדזשעקט אויפ'ן קאפ. די רז"ל כינוס.

אהבה מקלקלת את השורה...
פרייטאג אפריל 12, 2019 7:25 am#428390
די לבנה האט שוין פון לאנג גורם געווען א קנאה במעשה בראשית...
פרייטאג אפריל 12, 2019 10:34 am#428398
מיימון האט געשריבן:
טאמבל סאס האט געשריבן:זאג, איך בין אפשר פון דיינע נודניקעס?


איך האב אלץ געמיינט עטץ זענטס די זעלבע מענטש (און אויך אפטעמיסט) איך ווייס נישט פארוואס.

און איך האב אלץ געמיינט אז דו ביסט רימון.
פרייטאג אפריל 12, 2019 11:10 am#428399
טאמבל סאס האט געשריבן:
מיימון האט געשריבן:
טאמבל סאס האט געשריבן:זאג, איך בין אפשר פון דיינע נודניקעס?


איך האב אלץ געמיינט עטץ זענטס די זעלבע מענטש (און אויך אפטעמיסט) איך ווייס נישט פארוואס.

און איך האב אלץ געמיינט אז דו ביסט רימון.


אפשר טאקע?..


(ח"ו איך האב נאר איין ניק)
פרייטאג אפריל 12, 2019 11:36 am#428402
גוט
מוצ"ש אפריל 13, 2019 10:49 pm#428424
רבותיי: איך האב היינט ביי קידוש לבנה, ספעציעל ווען כ'האב געזאגט..."כשם שאני רוקד כנגדך"..., זיך אויסגעדרייט אוועק פון די לבנה. ווייל די ציונים שר"י האבן עס שוין ליידער מיט די הילף פן די סיטרא אחרא מטמא געווען. ארויפלייגנדיג זייער טמא'נע פאן. דעם דגל פן מרידה בה' ובתורתו...! מ'וואלט געדארפט ארויפשיקן עטליכע מסירות נפש'דיגע העלדישע יונגעלייט פון די נטורי קרתא אז זיי זאללן ארויפגיין צו די לבנה און אראפרייסן און פארברענען דעם טמא'נעם ציוניסטישן פאן...!

אה... ס'קומט אריין די נייעס אז ס'האטציך בחסדי השי"ת נישט איינגעגעבן פאר די פארשאלטענע ציונים שר"י עפ"ל ימש"ו איינצופלאנצן זייער טמא'נעם פאן . ווי ס'זעהט אויס איז די סיטרא אחרא מיעד געווארן. ס'איז א ווייטער וועג ביז צו די לבנה. ממילא קענען שוין די ערליכע אידן די ברכיים אשר לו כרעו לבעל הציוני ווייטער מחדש זיין די לבנה כמקדמת דנא...!
מוצ"ש אפריל 13, 2019 11:25 pm#428425
נאר נישט פארגעסן אז די גאנצע בראשית זאך איז א נייע געדאנק, און האט מתחילה געהאט א 90% שאנס פאר א דורכפאל.
זונטאג אפריל 14, 2019 12:15 am#428431
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:נאר נישט פארגעסן אז די גאנצע בראשית זאך איז א נייע געדאנק, און האט מתחילה געהאט א 90% שאנס פאר א דורכפאל.


און וואס איז מיט אונזער פארצייטישע בראשית? נישט נאר ס'האט געהאט טשענסעס פאר דורכפאל, נאר ס'איז טאקע דורכגעפאלן.

נישט אזוי שטייט, בונה עולמות ומחריבן?....
זונטאג אפריל 14, 2019 12:38 am#428432
Re: "בראשית" לאנדעט אויף די לבנה
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ביזדערווייל ווייסט מען נאכנישט צו די נעקסטע וועט הייסן נח אדער שמות, האלט מיט פאר ווייטערדיגע מעלדונגען...

ןיקרא שמו בישראל בראשית ב'

m https://twitter.com/pgosh_MTP/status/11 ... 20033?s=19 m
זונטאג אפריל 14, 2019 12:43 am#428433
איך זע דער עולם איז אזוי פארנומען אז די ציונים האבן יא אדער נישט מטמא געווען די לבנה, כ'בין נישט אזוי זיכער אז די באלעבאטים פון די spaceIL פירמע זענען בכלל פון די חברה, ס'איז מער מסתבר אז זיי זענען פון די לינקע תל-אביב/מרצ/סאטמאר/נטורי-קרתא/אנטי-ציוני/סעלף-העיטינג-דשוס סארט.
זונטאג אפריל 14, 2019 3:03 am#428445
טאמבל סאס האט געשריבן:א נייע פארטי האט זיך יעצט פארמירט 'כחול ולבנה'

אדער בחול הלבנה
זונטאג אפריל 14, 2019 5:08 am#428451
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך זע דער עולם איז אזוי פארנומען אז די ציונים האבן יא אדער נישט מטמא געווען די לבנה, כ'בין נישט אזוי זיכער אז די באלעבאטים פון די spaceIL פירמע זענען בכלל פון די חברה, ס'איז מער מסתבר אז זיי זענען פון די לינקע תל-אביב/מרצ/סאטמאר/נטורי-קרתא/אנטי-ציוני/סעלף-העיטינג-דשוס סארט.

רביה"ק זי"ע: א יעדער פון די אויסגערעכנטע גרופס האטציך זייערע טעמים פארוואס זיי עקזיסטירן. די מר"ץ'ניקעס ווייל זייער נפש הבהמית שפירט אז זיי האבן מיט אידן נישט קיין שייכות. זיי זענען אוניווערסאלע באשעפענישן. פי'. גויים גמורים. און די סאטמאר'ע סעלף העיטינג דזשוס (פארשטייצעך. נאר די אנפיהרערס. די אפוטרופסים אויף די שיטה. די בעל בת'ישע עמך אידן זענען אויף די זעלבע זייט ווי אלע אנדערע אידן מיט א נארמאל אידיש הארץ און מח.) זיי פאררופן זיך אויף די שיטה הק' פון רביה"ק מ'סאטמאר. דער פראבלעם איז אז זיי הייבן נישט אן צו פארשטיין די שיטה. אדער זענען זיי סתם דעמאגאגן וועלכע טוען עס בייזוויליג פארדרייען. און די נטורי חרתא זענען סתם סעלף העיטינג באשעפענישן וועלכע האבן א גרויסן חלק פון בעלי תשובות מיט פארקרומטע דיעות אין זייערע ראנגס...!

ס'איז איראניש אז סיי אין וועלט פאליטיק. און סיי אין רעליגיעזע אידעאלאגיע קומען אייביג די סאטמאר/נטורי קרתא זייט אויס די זעלבע ווי די מר"ץ'ניקעס און די אנדערע עוכרי ישראל...!

נ.ב.: א ראיה אז די אנפיהרערס/אפוטרופסים אויף די שיטה אין סאטמאר מיט די נטורי קרתא זענען איינס און די זעלבע, איז, ביידע גרופס זענען געגאנגען לעצטנס צוזאמען שרייען אקעגן דוב הייקינד און שלעגער אויף די סטעפס פון סיטי האלל...!
זונטאג אפריל 14, 2019 6:16 pm#428495
פארוואס דרייען זיך אסאך ארץ ישראל'דיגע אין אמעריקע?

Because there is no "space" in Israel anymore ...
מאנטאג יולי 15, 2019 4:38 pm#433171
ריכטיג האט געשריבן:https://www.col.org.il/%D7%97%D7%93%D7%A9%D7%95%D7%AA_%D7%97%D7%91%D7%93_%D7%94%D7%9E%D7%93%D7%A2%D7%9F_%D7%91%D7%9B%D7%A0%D7%A1_%D7%A0%D7%A9%D7%99_%D7%97%D7%91%D7%93_%D7%A7%D7%A4%D7%A1%D7%95%D7%9C%D7%AA_%D7%94%D7%97%D7%AA%D7%AA_%D7%A0%D7%97%D7%AA%D7%94_%D7%A2%D7%9C_%D7%94%D7%99%D7%A8%D7%97_119554.html


ווען גייט מען פרינטן א תניא אויפ'ן לבנה...?
דינסטאג יולי 16, 2019 4:16 am#433216
אין מיי פוט