זונטאג אפריל 14, 2019 7:37 pm#428505
ישיבה חתן סופר אין די 1970-יארן
אין די לעצטע חדשים האבן עטליכע מאדערנע-חרדישע ישיבות אין ניו יארק אריינגעגעבן א קלאגע אין געריכט קעגן די סיטי אוו ניו יארק, הלמאי זיי מישן זיך אין דעם חינוך פון אונזערע קינדער.
הגם די נייע רעגולאציעס פון דער רעגירונג צילן בעיקר די חסידישע מוסדות, וואו די קינדער באקומען גאר א שוואכן עדיוקעישאן, זענען די קלאגעס דווקא אריינגעגעבן געווארן דורך די מער מאדערנע-חרדישע מוסדות, אריינגערעכנט ישיבה חתן סופר פון בארא פארק.
פארשטייט זיך אז די סברא וואלט געווען אז אזא מוסד ווי סאטמאר זאל זיין דער וואס קלאגט – ווייל דאס איז דאך דער גרעסטער מוסד וואס שטייט אויס צו ליידן פון די נייע רעגולאציעס. אבער סאטמאר איז גענוג קלוג צו וויסן אז אזא קלאגע וועט ברענגען נאך מער אויפמערקזאמקייט און סקרוטיני וואס א מוסד מיט א שוואכן עדיוקעישאן קען זיך נישט ערלויבן.
די אנדערע מוסדות קען זיך דאס ערלויבן, וויבאלד זיי פארמאגן טאקע א כמעשה'דיגן עדיוקעישאן, און האבן באוויליגט צו זיין דעם פנים וואס באשיצט די אלע חסידישע מוסדות וואס ווילן נישט אהערשטעלן א נארמאלן עדיוקעישאן.
אפיציעל האבן די קלעגערס געזאגט אז דער טעם פארוואס דווקא אט די מוסדות האבן זיך ארויסגעשטעלט פאר דער קלאגע איז וויבאלד דאס זענען אור-אלטע מוסדות וואס פונקציאנירן שוין גאר לאנגע יארן אין אמעריקע, און מיט דעם ווילן זיי טענה'ן אז מיט די נייע רעגולאציעס וויל די רעגירונג צעשטערן א סיסטעם וואס פארט שוין איבער הונדערט יאר אין אמעריקע.
דער אמת איז אז דער מצב אין אונזערע חדרים טויגט נישט. אבער דאס איז גאנץ א נייער מציאות. פאר 30-40 יאר צוריק, און פריער, האבן אלע חסידישע מוסדות פארשטאנען אז מ'דארף צושטעלן א נארמאלן עדיוקעישאן, און אזוי האט אויך פארשטאנען האדמו"ר מסאטמאר ז"ל. דאס מיינט נישט אז מיר דארפן דערפאר שטיצן יאפפעד, אבער מיר דארפן אויפפאדערן די מנהלי המוסדות אז חוץ לוחם זיין קעגן יאפפעד, דארפן זיי אויך זיך געבן א שאקל און פאררעכטן דעם מצב אין אונזערע מוסדות.
כ'וויל דא ארויפלייגן אן אינטערעסאנטן דאקומענט, וואס ווייזט אז ישיבה חתן סופר, די וואס שלאגט זיך היינט קעגן צושטעלן א נארמאלן עדיוקעישאן, האט פאר פערציג יאר צוריק זיך גאר געגרויסט מיט איר סעקולערער עדיוקעישאן, מיט איר סייענס לאבאראטאריע, מיט די דאקטוירים וועלכע האבן גראדואירט פון דער ישיבה, און אז די "ענגלישע שטודיעס שטעלן זיך צו צו די אפיציעלע פארלאנגען פון דער אלגעמיינער סעקולערער סקול-סיסטעם אין אמעריקע."
אינטערעסאנט ווי דער זעלבער מוסד קען היינט שרייען אז גענוי אזא עדיוקעישאן קען אונטערברענגען דעם עולם הישיבות.