Under maintenance
הויפט זייט » ווי זענען די 'נארמאלע' רבנים?

ווי זענען די 'נארמאלע' רבנים?

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
16 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13081
דינסטאג אפריל 23, 2019 11:46 pm#428938
ווי זענען די 'נארמאלע' רבנים?
מיר זענען אלע אויפגעשוידערט פון די איסור וואס איז ארויסגעקומען קעגן די שירים ושיעורים חוה"מ פארברענג וואס קומט היינט פאר אין וויליאמסבורג. מיר וויינען אויף וואס איז געווארן פון אונזער אידישקייט.

אבער די אמת איז, אז די עיקר פראבלעם איז נישט די עקסטרעמיסטישע רבנים, וואס כלל ישראל עסט שוין די גאַל פון זיי צענדליגער יארן. פון זיי קען מען גארנישט ערווארטן. נאר דער עיקר פראבלעם זענען די מעסיגע רבנים וואס שווייגן. ווי זענען די 'נארמאלע' רבנים? פארוואס קוקן זיי צו ווי די עקסטרעמיסטן מאכן חרוב יעדע גוטע זאך אין אידישקייט, און זיי זאגן גארנישט? ווי איז זייער שכל? ווי איז זייער קוראזש?
מיטוואך אפריל 24, 2019 12:40 am#428941
Re: ווי זענען די 'נארמאלע' רבנים?
סאיז שוין דא אן אשכול וועגן די מעשה


Sent from my iPhone using Tapatalk
מיטוואך אפריל 24, 2019 5:19 am#428949
ווי זענען די נארמאלע רבנים צי מלחמה האלטן מיט
1) אנלייסענד טעראפיסטן, מדריכים, שלום בית חרוב מאכערס, קרומע מחנכים וכו' וואס שפילען זיך מיט'ן תורת הנפש כאילו עס איז א געים.
2) ישיבות חדרים וואס ווארפן אדער נעמען נישט אן בחורים מיט קינדער פאר נישט ריכטיגע סיבות
3) הפקעת שערים פון די עבודת יד מצות
4) אומרעכטיגקייט ביי גיטין
5) רשעות פון אסר'ן כשר'ע פלעיס און שיעורים
6) פאלטשע רבי'ס וואס קומען ארויס מיט משוגענע זאכן און מאכן פורים פון זייערע ציבור

די נארמאלע ''רבנים'' האלטן נישט ביים זיך פארפליישיגן און שמיציג מאכן. זיי האבן פרעשורס פון עסקנים און לעבן אינטער א פחד. און ווייסט וואס? זיי זענען כשר גערעכט. וואס פעלט זיי דאס אויס? קריגען זיי דען געצאלט?
מיטוואך אפריל 24, 2019 5:40 am#428951
זאפטיג האט געשריבן: קריגען זיי דען געצאלט?


אודאי באקריגען זיי באצאלט. דיינים נעמען געלט פון דין תורות, רבי'ס נעמען קוויטל געלט, רבנים באקריגען געהאלט פון די קהילה, וכו' וכו'. קיין איינער פון זיי דרייווען נישט קיין באסעס און שטייען נישט אין געשעפטן. רובם עקזיסטירן נישט אן די שטיצע פון די המון עם.

זאלען זיי צושטעלן די סערוויס וואס זיי זענען געהייערט צו טוהן אן קאראפשען. נישט נאכטוהן אנדערע פרומערע רבנים, אדער זיך שעמען ארויסצוגיין אמת'ערהייט מיט וואס סיי אונז און סיי זיי ווייסן וואס איז ריכטיג.

ס'איז שוין אויפגעוויזן געווארען הונדערטער מאל אז א גרויסער חלק רבנים אביוזען זייער פאזישאן.
מיטוואך אפריל 24, 2019 5:53 am#428953
זיי קריגען נישט באצאלט אויף זיך לאזן טערארזירן און ווערן נאכגעשריגן און באשמיציגט

וויפול מענטשן קענסטו וואס האבן נישט קיין פראבלעם זיך ארויסשטעלן עפענטליך קעגן אומרעכטן?

ווי זאגט נחום יעדער האט א פראבלעם מיטן MAGIC ווארט: שיט-דוכים
מיטוואך אפריל 24, 2019 8:55 am#428954
'נארמאלע רבנים' איז אן אקסימאראן.
מיטוואך אפריל 24, 2019 9:52 am#428962
זאפטיג האט געשריבן:זיי קריגען נישט באצאלט אויף זיך לאזן טערארזירן און ווערן נאכגעשריגן און באשמיציגט

וויפול מענטשן קענסטו וואס האבן נישט קיין פראבלעם זיך ארויסשטעלן עפענטליך קעגן אומרעכטן?

ווי זאגט נחום יעדער האט א פראבלעם מיטן MAGIC ווארט: שיט-דוכים


דאס איז די אויפריכטיגקייט פון זייער פאסטען. אונז האב מיר אונזער נסיונות בייצוקומען אפילו ס'איז שווער (אזוי מוסר'ן זיי דאך...) , און זיי האבן זייערע נסיונות. ממילא זאלן זיי ארבעטען אויף זיך אפילו ס'שווער, און זיי זאלען זיין אויפריכטיג.

שטעל דיך פאר אז מ'פאקט איינע פון אונז זיין קאראפט אויף א דזשאב. איבערנאכט וואלט מען פארלוירען די דזשאב. ס'איז נישט אויסגעהאלטן אז ס'זאל זיין א דאבל סטאנדארד, און אזא פאל וואלט מען זיי געדארפט ארויס טראסקענען.

נאר וואס, זיי האבן נישט קיין אווערסייט ווייל זיי זענען דאך פון העכער גאט און זיין בריאה, קענען זיי מסלף זיין די תורה ככל העולה על רוחם.

ווען רש"י זאגט אין משפטים אז "אפילו ידעת בדין אחד שהם דנין אותו כדיני ישראל אל תביאהו בערכאות שלהם", דאס איז געזאגט געווארן ווען אונזערע דיינים ורבנים זענען כדיני עכו"ם, אבער ווען זיי זענען ערגער און מער פאלטש ווי די סטאנדארדס פון די ערכאות, אפשר גאר דארף מען גיין צו די ערכאות לכתחילה, און מ'מוז נישט אויסהאלטען פון זייער קאראפציע, נגיעות, און בעקסטעבונג.

ס'איז אבער א שאד די צייט און וויינעריי, ווייל אונז זעמער סיי ווי געהיידזשעקט.
דאנערשטאג אפריל 25, 2019 5:59 am#429016
זענט איר שוין אמאל געווען ביי א עצרת התעוררות נאך א טראגעדיא ר''ל אדער ביי א גזירה? ווי דער רבנים שטעלן זיך אויף און פליקען אריין אין דער עולם אויף אלע עוולות וואס אינז טיהמער כלים, צניעות וכו' וואס דאס האט געברענגט די אלע צרות.
אינטרעסאנט אז עס האט זיך נאך קיינמאל נישט אויפגעשטעלט איינער און פשוט נאכגעזאגט דער גמרא אין שבת קלט. שכל פרענות שבאה לעולם לא באה אלא בשביל דייני ישראל
אינז פארשטיין מיר נישט חשבונות שמים און אינז קען מען נישט זאגן פארוואס דער אייבישטער טיט וואס ער טיט אבער אז דער גמרא זאגט אזוי בפירוש ''שכל''' טייטש אלעס וועגן זיי.
איך וויל בעטן די רבנים וואס זיצן דא אויף קאווע שטיבל זאלן ביטע זיך אנרופען אויב זיי קענען פארענטפערן דער גמרא
דאנערשטאג אפריל 25, 2019 12:31 pm#429037
Re: ווי זענען די 'נארמאלע' רבנים?
ווי זענען די נארמאלע רבנים? פשוט מדשתקי קמ״ל דניחה להו!!


Sent from my iPhone using Tapatalk
דאנערשטאג אפריל 25, 2019 12:55 pm#429038
Re: ווי זענען די 'נארמאלע' רבנים?
איך בין נישט מסכים צו די טענה. דריי לעוועל 2 רבנים, באקאנט פאר זייער עקסטרעמע צוגאנג, האבען געחתמ׳ט א קליין צעטעלע. מה כל הרעש? עס איז זייער פארעוו, און די נארמאלערע רבנים זענען נישט באפליכטעט צו מאכן א מלחמה אויף די זאכן.

ווען עס וואלט געווען א ברייטער איסור, וואלט מען געהאפט אז די נארמאלע זאלן זיך שטעלן מיט א מלחמת חרמה ללחום את מלחמת ה׳, אזויווי ערוואטערט פאר זייער מצבות.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דאנערשטאג אפריל 25, 2019 3:59 pm#429043
קיינער האלט נישט מלחמה עפעס מתיר צו זיין. קיינער האלט נישט מלחמה קעגן רח"ל כץ מתיר צו זיין בוני עולם. וכן להיפוך, מען איז נישט לוחם מתיר צו זיין דער עירוב. און פארוואס זאל איינער מלחמה האלטען קעגן ח"ד כץ זאגען אז דער פלעי איז גוט?

אפשר אויב זיין וועלען באצאלן דערפאר, דעמאלס.

אבער די אונטערן חברא איז אקעי, זיי האבן דער מאקסימום קינדער מען קען האבן. זיי דארפען נישט קיין רב המתיר, אױב עפעס ברענגט דער איסור מער קינדער כידוע.
דאנערשטאג אפריל 25, 2019 4:50 pm#429046
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך בין נישט מסכים צו די טענה. דריי לעוועל 2 רבנים, באקאנט פאר זייער עקסטרעמע צוגאנג, האבען געחתמ׳ט א קליין צעטעלע. מה כל הרעש? עס איז זייער פארעוו, און די נארמאלערע רבנים זענען נישט באפליכטעט צו מאכן א מלחמה אויף די זאכן.

ווען עס וואלט געווען א ברייטער איסור, וואלט מען געהאפט אז די נארמאלע זאלן זיך שטעלן מיט א מלחמת חרמה ללחום את מלחמת ה׳, אזויווי ערוואטערט פאר זייער מצבות.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

מהרז"ל מ'סאטמאר האט נעכטן גערעדט דערוועגן ביי דער אסיפה כללית אין ראדני, דאס איז נישט אמר דריי רבנים וואס האבן אינטעגעשריבן די צעטל.
אגב אויב איינער קען ביטע ברענגן וואס פונקטליך ער האט געזאגט.
מוצ"ש אפריל 27, 2019 10:56 pm#429057
זאפטיג האט געשריבן:זענט איר שוין אמאל געווען ביי א עצרת התעוררות נאך א טראגעדיא ר''ל אדער ביי א גזירה? ווי דער רבנים שטעלן זיך אויף און פליקען אריין אין דער עולם אויף אלע עוולות וואס אינז טיהמער כלים, צניעות וכו' וואס דאס האט געברענגט די אלע צרות.
אינטרעסאנט אז עס האט זיך נאך קיינמאל נישט אויפגעשטעלט איינער און פשוט נאכגעזאגט דער גמרא אין שבת קלט. שכל פרענות שבאה לעולם לא באה אלא בשביל דייני ישראל
אינז פארשטיין מיר נישט חשבונות שמים און אינז קען מען נישט זאגן פארוואס דער אייבישטער טיט וואס ער טיט אבער אז דער גמרא זאגט אזוי בפירוש ''שכל''' טייטש אלעס וועגן זיי.
איך וויל בעטן די רבנים וואס זיצן דא אויף קאווע שטיבל זאלן ביטע זיך אנרופען אויב זיי קענען פארענטפערן דער גמרא


l viewtopic.php?f=24&t=8610 l

l viewtopic.php?f=4&t=5594 l

l viewtopic.php?f=24&t=10038 l
דאנערשטאג מאי 02, 2019 7:31 pm#429535
Re: ווי זענען די 'נארמאלע' רבנים?
adceb5f6-8506-4906-8a18-a2f2f51ebbf0.jpg



Sent from my iPhone using Tapatalk
דינסטאג מאי 07, 2019 9:11 am#429827
Re: ווי זענען די 'נארמאלע' רבנים?
IMG_4485.jpg


אין Halakhic Man פון הרב סאלאווייטשיק זצ״ל (סוף ח״א).


Sent from my iPhone using Tapatalk
דינסטאג מאי 07, 2019 3:05 pm#429876
Re: ווי זענען די 'נארמאלע' רבנים?
די מקור הדברים פון ר׳ מאיר בר אילן׳ס שמועס מיט ר׳ רפאל וואלאזינער (שווער פון ר׳ חיים בריסקער)בילד
בילד