דינסטאג יולי 31, 2012 11:00 pm#30500
וואו קען מען גיין אויף וואקאציע?
איך זיך א פלאץ צו גיין אויף וואקאציע פאר א וואך נישט צו ווייט מערסטנס 3 שעה צו פארן פאר ביליג איינער האט א געדאנק?
שמעקעדיג האט געשריבן:איך מיין אז אין פענסילוועניע וואלט נישט שלעכט געווען.
גיי צו לאנגוואד גארדענס, אדער אמיש טאון.
עס זענען דא פלענטי ביליגע האטעלן אין די געגענט פאר די 100 דאלער פרייז-רענדזש.
נס קאווע האט געשריבן:שבת?
קלאר האט געשריבן:דאכט זיך אז מען דיסקאסירט דאס ערגעץ אין אינזער שטובל
ראשעקאל האט געשריבן:האט איינער עקספיריענס מיט האוואי, קאריביאנע אינזלען, באהאמאס, ארובא, פארטא ריקא, בנוגע כשר׳ס וכו? פאלם ספרינגס? אריזאנא? אדער עני אנדערע וורימע מקום אויף די אמעריקאנע קאנטינענט.
איך אויך האט געשריבן:די פאלאצן דארטן זענען משוגע צו ווערן, געב נאר אכטונג זי זאל נישט מקנא זיין.
שמעון וואלף האט געשריבן:איך האב חשק זיך אריבערכאפן מיט'ן א"ח קיין וואשינגטאן הבירה נאכקוקן אויף מיינע איינגעשטעלטע אין קעפיטאל היל. ב"ה די אינטערנעט איז פול מיט אינפארמאציע איבער אלע אטרעקשענס וכו' אבער ס'פעלט מיר ידיעות איבער בית המדרש. צופרי דארף איך א מקוה און א מנין שחרית און פארנאכטס א מנחה מעריב
טאמער קענט איר ארויסהעלפן וועט עס אייך גערעכנט ווערן למצוה.