פרייטאג מאי 03, 2019 5:12 pm#429613
ווען טעקסט וואלט ווען ארויסגעקומען בעפאר טאל"ק
איך האב עטליכע מאל געקלערט צו מיר וואס וואלט ווען געווען ווען טעקסט וואלט ווען ארויסגעקומען בעפאר די מעגליכקייט פון א פשוט'ער טעלעפאון קאלל, עס וואלטן דאן געווען כינוסים און קול קורא'ס אנטקעגן די טמא'נע זאך פון א טעלעפאון, די מכשולות פון קול באשה, די גרויסע שטרויכלונג פון קול מבשר, עס וואלטן ארומגעפארן ראבא טעקסט מעסעדזשעס פון אלע מוסדות אז א טאטע וואס פארמאגט טאל"ק זאל נישט מעגן שיקן די קינדער אין חדר, משומר וואלט געבלאקט טאל"ק פון אלע 4G טעלעפאונס...
דאס איז די שליסל, די רבים ווייסן נישט וואס איז בעסער אדער ערגער, זיי ווייסן נאר איין זאך, וואס עס איז ניי און באקוועם, דאס איז אסור, וואס עס איז געווען נאך פאר ער האט אנגעטון זיין ריפסענע בעקיטשע איז מותר, מילא די תקנות וועגן אינטערנעט, עס איז אפשר וויכטיג, אבער נעם נישט סתם א רב, מען מוז נעמען איינער וואס פארשטייט די קאנסעפט.
חומר למחשבה פאר די ע ס ק נ י ם...