Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » אפיקורסישע פראגעס אויף וואקסינאציע

אפיקורסישע פראגעס אויף וואקסינאציע

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
46 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13108
מאנטאג מאי 06, 2019 4:26 pm#429768
אפיקורסישע פראגעס אויף וואקסינאציע
חלילה, זיי מיר נישט חושד אז כ'בין אן אנטי-וואקסער. פארקערט, כ'בין קעגן דעם קאנספיראציאנעלן מהלך המחשבה וואס זאגט אז אלע מומחים אין מעדיצין, וויסנשאפט, וכו', זוכן אונז צו פארנארן. כ'גלייב אז וואקסינען זענען וויכטיג, און דאך, וויבאלד כ'בין נישט באהאוונט אין דער נושא, האב איך א פראגע.

וואקסינען האבן סייד-עפעקטס, אמת? טאקע גאר ווייטע חששות, אבער דאך עפעס. פארשטייט זיך אז איר שפרינגט גלייך אויף וויאזוי איך קען ארויפברענגען די סייד-עפעקטס ווען יעדער רעכטדענקיגער מענטש פארשטייט אז מ'דארף רעכענען די סייד-עפעקטס קעגן די אלטערנאטיווע. נישט וואקסינירן האט פיל ערגערע סייד-עפעקטס, זאגט איר - און איר זענט גערעכט. ס'איז ווי איינער זאל טענה'ן אז מ'טאר נישט אריבערגיין די גאס ווייל עס זענען דא סייד-עפעקטס איינס אין א מיליאן אז מ'קען געשעדיגט ווערן.

ממילא, היות מיזעלס קען אומברענגען און שעדיגן מיליאנען, און די וואקסינען בלויז טויזנטער אדער הונדערטער, איז קלאר אז מ'דארף וואקסינירן.

דער אמת איז אבער אז מיזעלס שעדיגט בעיקר עלטערע מענטשן, גאר יונגע קינדער און קראנקע, און בעיקר אין דריטע וועלט לענדער וואו מ'קען נישט אזוי גוט היילן. איך וויל זען די ציפערן וויפיל פראצענט געזונטע קינדער, אין פארגעשריטענע מדינות, ווערן געשעדיגט פון מיזעלס, און דווקא אט דער ציפער וויל איך פארגלייכן צו די סיי-עפעקטס פון וואקסינען. וועלכע איז שעדליכער?

כ'נעם אן אז ווען מ'רעדט פון א געזונטן קינד זענען די סייד-עפעקטס פון מיזעלס און די סייד-עפעקטס פון די וואקסינען פארגלייכבאר. דער עולם איז מכובד צו לאזן הערן אויב ס'איז נישט אזוי. אויב אזוי איז די שאלה, פארוואס דארפן עלטערן פון א געזונט קינד וואקסינירן זייער קינד?

ווילסטו אוודאי קומען מכה זיין על קדקדי און שרייען אז די נקודה איז נישט דא וואס עס לוינט פאר אן אינדיווידועלן געזונטן מענטש, נאר מיר דארפן באשיצן אונזער געזעלשאפט. יעדער מענטש וואס באקומט מיזעלס, אפילו עס שעדיגט אים נישט אליין, ווערט א בור ברשות הרבים וועלכער קען אנשטעקן אנדערע, און טאקע אזעלכע וועלכע קענען אומקומען פון מיזעלס. ממילא האבן מיר א התחייבות כלפי די געזעלשאפט צו וואקסינירן אונזערע קינדער, אפילו אויב פאר דעם געזונטן קינד זעלבסט וואלט נישט אויסגעפעלט צו וואקסינירן. אין מעדיצין שפראך ווערט דאס גערופן "הערד אימוניטי".

וויל איך פארשטיין, איז טאקע דער ענין א הקרבה וואס יעדער דארף טון לטובת דער געזעלשאפט, אדער איז עס אויך קלאר בעסער פאר דעם געזונטן יחיד צו וואקסינירן? אויב איז עס נאר פאר דער געזעלשאפט, קען מען דען פארלאנגען פון יעדן קעירן פאר דער געזעלשאפט?
מאנטאג מאי 06, 2019 4:47 pm#429772
עד שבא העניך מיט די ריכטיגע ווערטער און שפראך ארויסגעברענט עפעס וואס עגבערט מיר שוין לאנג
מאנטאג מאי 06, 2019 4:52 pm#429773
סאיז דא אן ערענסטער חשש ביי די יודעי דבר אז וואקסינען איז געלינקט צו אוטיזם, חסרון אין ענטוויקלונג וכדו׳. דאקטורים, אפילו די וועלכער אדוואקירען פאר וואקסינען, זענען אויך מודה אין דערינען. נאר וואזשע דען...
מאנטאג מאי 06, 2019 4:53 pm#429774
ביטע נישט פארדריייען דעם אשכול צו די אויסגעדראשענע נושא פון וואקסינען...
מאנטאג מאי 06, 2019 5:01 pm#429775
Re: אפיקורסישע פראגעס אויף וואקסינאציע
מיין דאקטאר האט געוואלט וויסען דער דבר ה׳ זו הלכה אויף די ענין, און ער איז געגאנגען צו מיין רבי. מיין רבי רעדט נישט קיין גוטען ענגליש, האט ער מיר געבעטן צו זיין א דאלמעטש. איך האב געברענגט די אלע טענות מו מיין רבי, אזש דער דאקטאר האט געמיינט ער גיבט מיר א פאטש, ווייל איך האב אזוי גוט אראפ געברענגט די אנטי וואקסער שיטה.

אויף די שאלה האט ער געענטפערט "נזקי שכנים איז נישט קיין סוגיא פון מזיק וניזק, נאר די רעכטן פון מענטשן צו נוצן זייער קרקע. ווען נארמאל איז, אז דער וואס גייט אין ביהמ"ד צו אין חדר איז באשיצט פון די קלענסטע אויסזיכט פון מיעזעלס, און די געשוויסטער פון א קענסער פאציענט קען אויך זיין אזוי פארזיכערט, האט יעדער די רעכט צו פאדערן פון די מיעוט זיי צו שיצען. אפילו אז אין הלכות מזיק איז ער נישט קיין מזיק׳.

תורה ומדע, יודעי דבר זאגען אז דו ווייסט נישט וואס דו רעדסט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מאנטאג מאי 06, 2019 5:16 pm#429778
העניך האט געשריבן: קען מען דען פארלאנגען פון יעדן קעירן פאר דער געזעלשאפט?

אלזא נאך דיינע הנחות קאכט זיך דיין קשיא אראפ צו דעם, איא?
נו, דאס איז נישט סתם א יא צו ניין פראגע?!
מאנטאג מאי 06, 2019 5:18 pm#429779
א אינטרעסאנטע שאלה און איך ווייס נישט וויפיל דעטע עס איז פאראן אויף די נושא, צו קענען ענטפערן מיט א זיכערקייט, אבער לאמיר זאגן וואס איך ווייס.

איינע פון די יסודות פון מעדיצין און סייענס בכלל איז אז בעפאר א זאך ווערט באשטימט אלס א פאקט, איז די ערשטע זאך ברויך מען האבן א היפאטעזעס, נאכדעם עקספירימענטירט מען די היפאטעזעס און בלויס נאכדעם וואס די עקספערימענטן טוען קאנפערמען די היפאטעזעס, קען עס באשטימט ווערן אלס א פאקט.
וואס איז אבער וויכטיג צו פארשטיין איז אז די היפאטעזעס איז א אינטעגראלע חלק פון די סייענטיפישע מעטאד און א עקספערימענט אן א היפאטעזעס איז נישט קיין סייענס. צום ביישפיל יעדער ווייסט אז זאלץ קען גורם זיין הויעכע בלוט דרוק, יעצט אין די סייענטיפישע וועלט גופא איז דא חולקים דערויף און די ראיות אז ס'איז גורם הויעכע בלוט דרוק איז נישט הונדערט פראצענטיג, אבער דאס איז אבער זיכער אז יעדער איז מודה אז זאלץ קען טעארעטיש העכערן בלוט דרוק, און נאר ווייל די היפאטעזעס אז זאלץ קען גורם זיין בלוט דרוק איז אנגענומען ביי די סייענטיסטן, איז מען בכלל געגאנגען אנהייבן מאכן שטודיעס געוואר צו ווערן אז עס איז טאקע אזוי צו נישט, און אפילו אז די שטודיעס זענען נישט אזוי שטארק, זענען נאך אלס דאקטוירים מחמיר און זענען חושש אז מסתם העכערט זאלץ בלוט דרוק צוליב די היפאטעזעס איז זייער שטארק און זיי האאלטן אז ווילאנג עס איז נאר דא אפילו שוואכע ראיות עס צו באשטעטיגן, זאל מען נאך אלס זיך פארמיידן דערפון פשוט אלס א ספק.

וואס וועט אבער זיין פארקערט, איינער וועט מאכן א שטודיע און זעהן אז די געבענטשטע וויין פון ר איציקל, נידערט בלוט דרוק, אבער עס וועט נישט זיין קיין שום סייענטיפישע ערקלערונג מסביר צו זיין די פענאמען פארוואס עס זאל העלפן, דעמאלטס וועט סייענס עס נישט קענען אננעמען אלס א פאקט, נאר ווילאנג עס וועט נישט זיין קיין ראיות מוכיחות בלי שום ספק אז ס'איז טאקע אזוי וועט מען זאגן אז ס' איז בלויז א צופאל וכדומה, און אויס וועט יא זיין ראיות מוכיחות איז עס א ראיה אקעגן די גאנצע סייענטיפישע מעטאד, אז סייענס ארבעט נישט, אבער א סייענטיפישע פאקט אז ענינים סגוליים ארבעט קען עס קיינמאל נישט ווערן, והבן.

צוריק צי וואקסינען און מיזעלס, דאס אז מיזעלס איז שעדליך און קען טעארעטיש הרגענען געזונטע מענטשן, איז א פאקט וואס אפילו נניח אז ס'שווער צו וויסן פונקטליך וויפיל געזונטע קינדער שטארבן דערפון, בלייבט עס נאכאלטס א שעדליכע זאך וואס ווילאנג מיר וויסן נישט זעכער וועלן מיר עס פראבירן צו פארמיידן, וואקסינען אויף די אנדערע הענט איז נישט שעדליך, ווי ווייט מיר ווייסן איז נישטא קיין שום היפאטעזעס אז וואקסינען זאלן האבן סיי וואסערע נעגאטיווע סייד עפעקט אויף געזינטער מענטשן, דאס וואס מיר האבן סטאטיסטישע עווידענס אז אין גאר גאר זעלטענע פעלער האט עס געשעדיגט איינעם איז נישט קיין ראיה אז זי איז באמת שעדליך, נאר פון א סייענטיפישע פערספעקטיוו וועלן מיר אננעמען אז דאס איז געווען א צופאל וואס איז פונקט דעמאלסט געשען אדער א יוצא מן הכלל, אבער מיר וועלן ווייטער בלייבן ביי די מיינונג אז ווילאנג עס איז נישטא קיין ראיות מוכיחות איז וואקסינען אומשעדליך.
מאנטאג מאי 06, 2019 5:26 pm#429781
נאך א וויכטיגע נקודה, אפילו אויב זאל מען אננעמען אז קיינער שטארבט נישט פון מיזעלס, איז אבער פשוט אז מיזעלס מאכט יעדעם קראנק. אמת רובא דרובא ווערן טאקע געזונט, אבער פאר א וואך צייט פילט מען זיך באמת נישט גוט. וואקסינען מאכט אפשר איינעם קראנק, אבער ווארשיינליך נישט. וואס איז בכלל די צד פון נישט נעמען וואקסינען און ווערן זיכער קראנק און נישט נעמען א רפואה וואס ווי ווייט מיר ווייסן האט זי נישט קיין סייד עפעקטס? און דאס איז דאך די סיבה פארוואס מען געט א וואקסין אקעגן טשיקן פאקס, וואס הגם די טשאנסן פון שטארבן דערפון איז כמעט זיראוי, איז פארמיידן איינעם פון ווערן קראנק אויך א געזינטע בענעפיט. און מיזעלס איז לכל הדעות פיל אַ ערגערע מחלה פון טשיקן פאקס.
מאנטאג מאי 06, 2019 5:43 pm#429782
די מיינונג אז יעדער יחיד אין א געזעלשאפט האט עטוואס אן התחייבות צום כלל איז ממילא א שטארק פארשפרייטע און רובא דרובא מענטשן שפירן א פארזיכערונג מיט אזא צוגאנג. די שאלה איז נאר ווי ווייט די התחייבות גייט און אויך איבער וואס א טובת הכלל מיינט און אונטער וועלעכע אומשטענדן. ספעציפיש דא ביי וואקסינען איז די שאלה וואס זענען די אויסזיכטן צו ווערן געשעדיגט פון די וואקסינען לעומת די אויסזיכטן צו ווערן געשעדיגט פון די מיזעלס. מיין פארשטאנד איז אז דאס האבן די עצם מיזעלס איז בעסער פאר א מענטש וואס איז אין א פערפעקטן געזונט ווייל דאס גיט אים א פארזיכערטע אימיוניטעט לעומת די וואקסינען וואס זענען נישט הונדרעט פראצענט עפעקטיוו. פון די אנדערע זייט האבן מיר לכאורה נישט קיין אנדערע וועג צו פארזיכערן אז די פאפולאציע וואס האט א קאמפרימיזירטער אמיון סיסטעם זאל זיין באשיצט נאר דורכן אונטערדרוקן א מיזעלס אויסברוך. די שאלה איז ווי גרויס איז אט די פאפולאציע און צו עס איז טאקע נישטא קיין שום פארזיכערונג פאר אט די מענטשן און בכלל אויב די מיזעלס האט א באדייטענדע טשאנס צו זיין דאס וואס וועט עווענטועל שעדיגן אט די מענטשן וואס זענען שוין ממילא פונקט אזוי אויסגעשטעלט צו ווערן געשעדיגט פון אנדערע אומקאנטראלירבארע וויירוסן און אינפעקציעס.
לגבי די חשש אז וואקסינען זענען שעדליך אויך פאר געווענליכע מענטשן, די קאנספיראציע טעארעטיקער זאגן גאר אז די פארמיסוטיקל אינדוסטריע שטופט דאס פאר זייערע פינאנציעלע אינטרעסן, אי משום הא האמיר אבער א שוברו בצודו, די העלט אינשורענס אינדוסטרי וואס איז פונקט אז מאכטפולע לאבבי וואס פאר זיי איז נוגע צו וויסן אויב וואקסינען שעדיגן אויך צוליב פינאנציעלע אינטרעסן און זייערע סאטיסטיקער האבן גאר נישט אפגעפונען קיין שום חשש דערין.
ווידעראום איבער די צענדליגע אנעקדאטישע באווייזן וואס מענטשן טענה'ן וויאזוי זיי האבן קלאר געזען אז די וואקסינען האבן געשעדיגט זייערע קינדער, דאס איז אבער ווארשיינליך נישט סותר די סאטיסטיקל פראבעביליטע וואס זאגט אז אט די אלע מחלות וועלן קומען צעווישן אנדערע אויך תיכף ומיד נאכן האבן געזאלט נעמען די וואקסין אפגעזען צו מ'וועט נעמען די וואקסין.
זאגענדיג דאס וואלט איך יא געקלערט אז די מעדיקל וועלט און די רעגירונג האבן אן אנדערע אבדזשעקטיוו ווען ס'קומט צו האלטן דעם עולם געזונט. די עסטעבלישמענט איז העכסט צופרידן מיט דעם אז מענטשן ווערן רעגולירט און געהאלטן אין טשעק און זענען אפילו מאריך ימים אונטער די איינפלוס פון מעדיצינען. אבער איבער די קוואליטעט פון דאס לעבן זעלבסט וועט קיינער נישט זארגן פאר דיר, נאר ווער ס'זארגט זיך אליין דערויף און אויב ער איז אפילו באוואוסטזיניג פון אזא קאנצעפט.
מאנטאג מאי 06, 2019 11:42 pm#429796
ווי שעדליך מיזעלס איז ווייס איך נישט, אבער מייזעלס (הויפט פון אנטי וועקסער באוועגונג) איז זיכער שעדליך...
מאנטאג מאי 06, 2019 11:57 pm#429799
שמערל האט געשריבן:איינע פון די יסודות פון מעדיצין און סייענס בכלל איז אז בעפאר א זאך ווערט באשטימט אלס א פאקט, איז די ערשטע זאך ברויך מען האבן א היפאטעזעס, נאכדעם עקספירימענטירט מען די היפאטעזעס און בלויס נאכדעם וואס די עקספערימענטן טוען קאנפערמען די היפאטעזעס, קען עס באשטימט ווערן אלס א פאקט.

קענסט אפשר ברענגן א מקור אויף דיין באהויפטאנג?
דינסטאג מאי 07, 2019 12:14 am#429801
שמערל האט געשריבן:א אינטרעסאנטע שאלה און איך ווייס נישט וויפיל דעטע עס איז פאראן אויף די נושא, צו קענען ענטפערן מיט א זיכערקייט, אבער לאמיר זאגן וואס איך ווייס.

איינע פון די יסודות פון מעדיצין און סייענס בכלל איז אז בעפאר א זאך ווערט באשטימט אלס א פאקט, איז די ערשטע זאך ברויך מען האבן א היפאטעזעס, נאכדעם עקספירימענטירט מען די היפאטעזעס און בלויס נאכדעם וואס די עקספערימענטן טוען קאנפערמען די היפאטעזעס, קען עס באשטימט ווערן אלס א פאקט.
וואס איז אבער וויכטיג צו פארשטיין איז אז די היפאטעזעס איז א אינטעגראלע חלק פון די סייענטיפישע מעטאד און א עקספערימענט אן א היפאטעזעס איז נישט קיין סייענס. צום ביישפיל יעדער ווייסט אז זאלץ קען גורם זיין הויעכע בלוט דרוק, יעצט אין די סייענטיפישע וועלט גופא איז דא חולקים דערויף און די ראיות אז ס'איז גורם הויעכע בלוט דרוק איז נישט הונדערט פראצענטיג, אבער דאס איז אבער זיכער אז יעדער איז מודה אז זאלץ קען טעארעטיש העכערן בלוט דרוק, און נאר ווייל די היפאטעזעס אז זאלץ קען גורם זיין בלוט דרוק איז אנגענומען ביי די סייענטיסטן, איז מען בכלל געגאנגען אנהייבן מאכן שטודיעס געוואר צו ווערן אז עס איז טאקע אזוי צו נישט, און אפילו אז די שטודיעס זענען נישט אזוי שטארק, זענען נאך אלס דאקטוירים מחמיר און זענען חושש אז מסתם העכערט זאלץ בלוט דרוק צוליב די היפאטעזעס איז זייער שטארק און זיי האאלטן אז ווילאנג עס איז נאר דא אפילו שוואכע ראיות עס צו באשטעטיגן, זאל מען נאך אלס זיך פארמיידן דערפון פשוט אלס א ספק.

וואס וועט אבער זיין פארקערט, איינער וועט מאכן א שטודיע און זעהן אז די געבענטשטע וויין פון ר איציקל, נידערט בלוט דרוק, אבער עס וועט נישט זיין קיין שום סייענטיפישע ערקלערונג מסביר צו זיין די פענאמען פארוואס עס זאל העלפן, דעמאלטס וועט סייענס עס נישט קענען אננעמען אלס א פאקט, נאר ווילאנג עס וועט נישט זיין קיין ראיות מוכיחות בלי שום ספק אז ס'איז טאקע אזוי וועט מען זאגן אז ס' איז בלויז א צופאל וכדומה, און אויס וועט יא זיין ראיות מוכיחות איז עס א ראיה אקעגן די גאנצע סייענטיפישע מעטאד, אז סייענס ארבעט נישט, אבער א סייענטיפישע פאקט אז ענינים סגוליים ארבעט קען עס קיינמאל נישט ווערן, והבן.

צוריק צי וואקסינען און מיזעלס, דאס אז מיזעלס איז שעדליך און קען טעארעטיש הרגענען געזונטע מענטשן, איז א פאקט וואס אפילו נניח אז ס'שווער צו וויסן פונקטליך וויפיל געזונטע קינדער שטארבן דערפון, בלייבט עס נאכאלטס א שעדליכע זאך וואס ווילאנג מיר וויסן נישט זעכער וועלן מיר עס פראבירן צו פארמיידן, וואקסינען אויף די אנדערע הענט איז נישט שעדליך, ווי ווייט מיר ווייסן איז נישטא קיין שום היפאטעזעס אז וואקסינען זאלן האבן סיי וואסערע נעגאטיווע סייד עפעקט אויף געזינטער מענטשן, דאס וואס מיר האבן סטאטיסטישע עווידענס אז אין גאר גאר זעלטענע פעלער האט עס געשעדיגט איינעם איז נישט קיין ראיה אז זי איז באמת שעדליך, נאר פון א סייענטיפישע פערספעקטיוו וועלן מיר אננעמען אז דאס איז געווען א צופאל וואס איז פונקט דעמאלסט געשען אדער א יוצא מן הכלל, אבער מיר וועלן ווייטער בלייבן ביי די מיינונג אז ווילאנג עס איז נישטא קיין ראיות מוכיחות איז וואקסינען אומשעדליך.

שמערל: אין דיין הסבר פון די מעדיצינישע טעזעס האסטו פארגעסן זייער א וויכטיגן יסוד. וואס אין מעדיצין דרייט זיך אלעס (ממש אלעס)איבער סטאטיסטיקס. אפילו דאס עקספערימענטירן מיט פלאסיבאו'ס ווס. עכטע מעדיצין איז אויך געוואנדן אין סטאטיסטיקס. דאס איז א כלליות'דיגער סטעיטמענט. נאר אין דעם ספעציפישן פאל פון די עם.עם.אר. וואקסין האט מען אויפגעדעקט אז די אלע קלאנגען איבער די שעדליכקייט פון די וואקסינען צו באקומען אוטיזם, ח"ו איז געווען בשקר יסודו. דער דאקטער וועלכער האט ארויסגעלאזט די קלאנגען אין ענגלאנד, איז געווען א פשוט'ער ליגנער און א שווינדלער. ער, און קיינער אנדערש האט אדורכגעפיהרט גרונטליכע מעדיצינישע שטודיעס איבער די וואקסינען. און ער איז באצאלט געווארן דורך אן אנטי-וואקסינער גרופ צו שרייבן אפענע, גרונטלאזע שקרים אין א מעדיצינישן זשורנאל. איך מיין אז ווען דער ליגנט איז אויפגעדעקט געווארן האט מען איהם אוועקגענומען זיין דאקטאר'ס לייסנס...!
דינסטאג מאי 07, 2019 12:19 am#429803
לזה התכוונתי פה l viewtopic.php?p=428359#p428359 l

איך בין א שטיקל נביא העניך
דינסטאג מאי 07, 2019 12:46 am#429804
העניך האט געשריבן:דער אמת איז אבער אז מיזעלס שעדיגט בעיקר עלטערע מענטשן, גאר יונגע קינדער און קראנקע, און בעיקר אין דריטע וועלט לענדער וואו מ'קען נישט אזוי גוט היילן. איך וויל זען די ציפערן וויפיל פראצענט געזונטע קינדער, אין פארגעשריטענע מדינות, ווערן געשעדיגט פון מיזעלס, און דווקא אט דער ציפער וויל איך פארגלייכן צו די סיי-עפעקטס פון וואקסינען. וועלכע איז שעדליכער?

כ'נעם אן אז ווען מ'רעדט פון א געזונטן קינד זענען די סייד-עפעקטס פון מיזעלס און די סייד-עפעקטס פון די וואקסינען פארגלייכבאר. דער עולם איז מכובד צו לאזן הערן אויב ס'איז נישט אזוי. אויב אזוי איז די שאלה, פארוואס דארפן עלטערן פון א געזונט קינד וואקסינירן זייער קינד?


דיין "אפיקורסישע פראגע" איז באזירט אויף צוויי פרעמיזן וואס אין איינס ביסטו אליין נישט זיכער און דו "ווילסט זען" און אויפן צווייטן "נעמסטו אן" אן צו ברענגען קיין שום מקור נאר ביסט מכבד דעם עולם זאל דיר איבערצייגן אויב ס'איז נישט פארקערט. א שיינער כבוד נאר אפשר נעמסטו דיר דעם כבוד פאר זיך אליין. פארשט דו ערשט אויס דיינע יסודות און ברענג א סמך לדבריך.

איך האב דעם נושא נישט דורכגעטון ונאמנים עלי די דאקטורים און אנדערע וואס האבן יא. איך פארשטיי אז אנדערע האלטן אנדערש און אויך דו האסט געזאגט אז דו ווילסט נישט אריינגיין אין קאנספיראציעס. נאר אויף צו באהאנדלען דיין פראגע מיט אן ערנסטקייט פארלאנגט זיך מער פארלעסליכע הנחות ווי דאס וואס דו ווילסט זען און דו נעמסט אן.
דינסטאג מאי 07, 2019 1:00 am#429806
הקטן האט געשריבן:קענסט אפשר ברענגן א מקור אויף דיין באהויפטאנג?


דא האסטו ווי איינער רעדט זיך אפ דערויף. און אודאי איז ער נישט מחולק אויף מיין הויפט באהויפטונג אז מיר וועלן ענדערש אוועקמאכן עפעס וואס איז נגד השכל ווי עפעס וואס שטימט לויט שכל. ער טענה'ט נאר אז מיר ברויכן זיין מער אפן און אויך עקספלארירן דאס אומפארשטענדליכע.
דינסטאג מאי 07, 2019 9:56 am#429833
שמערל האט געשריבן: לאמיר זאגן וואס איך ווייס.

איינע פון די יסודות פון מעדיצין און סייענס בכלל איז אז בעפאר א זאך ווערט באשטימט אלס א פאקט, איז די ערשטע זאך ברויך מען האבן א היפאטעזעס, נאכדעם עקספירימענטירט מען די היפאטעזעס און בלויס נאכדעם וואס די עקספערימענטן טוען קאנפערמען די היפאטעזעס, קען עס באשטימט ווערן אלס א פאקט.

... א עקספערימענט אן א היפאטעזעס איז נישט קיין סייענס. [?!?]

... איינער וועט מאכן א שטודיע און זעהן אז די געבענטשטע וויין פון ר איציקל, נידערט בלוט דרוק, אבער עס וועט נישט זיין קיין שום סייענטיפישע ערקלערונג מסביר צו זיין די פענאמען פארוואס עס זאל העלפן, דעמאלטס וועט סייענס עס נישט קענען אננעמען אלס א פאקט, נאר ווילאנג עס וועט נישט זיין קיין ראיות מוכיחות בלי שום ספק אז ס'איז טאקע אזוי וועט מען זאגן אז ס' איז בלויז א צופאל וכדומה,
און אויב וועט יא זיין ראיות מוכיחות איז עס א ראיה אקעגן די גאנצע סייענטיפישע מעטאד, אז סייענס ארבעט נישט, אבער א סייענטיפישע פאקט אז ענינים סגוליים ארבעט קען עס קיינמאל נישט ווערן, והבן.



שמערל האט געשריבן:
הקטן האט געשריבן:קענסט אפשר ברענגן א מקור אויף דיין באהויפטאנג?


דא האסטו ווי איינער רעדט זיך אפ דערויף. און אודאי איז ער נישט מחולק אויף מיין הויפט באהויפטונג אז מיר וועלן ענדערש אוועקמאכן עפעס וואס איז נגד השכל ווי עפעס וואס שטימט לויט שכל. ער טענה'ט נאר אז מיר ברויכן זיין מער אפן און אויך עקספלארירן דאס אומפארשטענדליכע.


דו ביסט אביסל צימישט, קיינער האלט נישט אז עפעס וואס איך אבזערוויר מיט מיינע אויגן, און איך האב נישט קיין היפאטעזעס, איז נישט קיין פאקט!
עפעס וואס איך לאז אראפ פין די הייעך פאלט צי די ערד איז געווען א פאקט איידער איך האב געהאט סיי וואספארא היפאטעזעס
איינשטיין און נאטען האבן געזיכט וואו אזוי קען איך מסביר זיין די פאקט!

אויב איז דא א שטארקע קאראלעשען פין וואקסין צי אטיזעם וועט דאס סייענס נעמען ערענסט (איך ווייס נישט אויב ס'דא אזא קארלעשען, און איך געב וואקסין)

אויב אבזערוויר איך אז וויין פון ר איציקל, נידערט בלוט דרוק מער וואו די פראבעבילעטי אז דאס איז רענדעם, (און איך שליס אויס אנדערע היפאטעזעס, למשל די זעלבע סארט וויין געגעבען דארך שמערל) איז דאס קלאר א סייענטיפשע פאקט.
יעצט גיי און קום אויף מיט היפאטעסע.

ס'איז אמת אז די וואס זענען באגרעניצט און קענען נישט אננעמען קיין מעטא-פיזיקאליזע הסבירים, וועלן זיין שטארק פארנימען צי טרעפען א מאטרעליסטישע היפאטעזעס אויף די פאקט!
און וועלן נישט גרייט זיין זיך צי לאזן פירן פין די פאקטן, אויב וועלן זיי נישט קענען טרעפען קיין מאטרעליסטשע הסבר וועלן זיי זאגן ס'איז זיכער דא א מאטרעליסטשע הסבר, נאר מיר ווייסן דאס נאך נישט ביז דערווייל, אבער וועלן נישט לייקענען די פאקט
דאס איז זייער אייגענע בלאקאיטש - נישט די גאצע סייענטיפישע געמיינדע ליידט פין די בליינד ספאט

Hypotheses non fingo
והבן
דינסטאג מאי 07, 2019 10:51 am#429840
אלזא מיט וואס זענט איר מחולק מיט מיר?
דינסטאג מאי 07, 2019 1:34 pm#429858
הקטן האט געשריבן:
אויב איז דא א שטארקע קאראלעשען פין וואקסין צי אטיזעם וועט דאס סייענס נעמען ערענסט (איך ווייס נישט אויב ס'דא אזא קארלעשען, און איך געב וואקסין)


אבסעלוטלי נישט! דאס איז דאך די כלל פון correlation doesn't mean causation. עס זענען פארהאן לאנגע ליסטעס פון קאמישע קארעלאציעס פון צוויי זאכן, און יעדער בר דעת וועט לאכן דערפון, און ווילאנג עס איז נישטא קיין היפאטעזעס מסביר צו זיין פארוואס א וואקסין זאל האבן מיסטעריעזע זייטיגע עפעקטן (סך הכל אנטהאלט עס די מחלה אין א אפגעשוואכטע פארם,, דאן ווי זאל עס קענען שכל'דיג זיין ערגער ווי די מחלה אליין?) איז נישטא קיין שום סיבה עס צו פארשן מער ווי עני אנדערע קארעלאציע.

די סיבה פארוואס די גאווערמענטס האבן יא געספענדט מיליאנען אויפצוווייזן אז וואקסינען זענען אומשעדלעך, איז צו בארואיגן דעם המון עם וואס פארשטייען נישט, און גלייבן דאך יא און די אלע מאדנע בעלשמס'קע מופתים פון בייגן לייגן, מוז מען דאך זיי בארואיגן אז וואקסינען זענען שטערקער פון רעב שייעלע.
דינסטאג מאי 07, 2019 1:49 pm#429860
ווער זאגט אז correlation מיינט בהכרח causation
זיכער נישט

נאך אלץ ווערט א שטארקע correlation זייער ערענסט גענימען
ביז וואו לאנג מען קען אויסשילסען א אנדערע causation
דינסטאג מאי 07, 2019 2:21 pm#429867
און אויף דעם ברענג איך א לאנגע ליסט פון שטארקע קארעלעישאנס, וואס קיינער נעמט נישט ערנסט, וויבאלד אויב איז די קארעלעישאן נגד השכל פעלט זיך אויס ראיות ברורות עס צו באשטעטיגן און ביז דעמאלטס וועט מען נישט חושש זיין.
דינסטאג מאי 07, 2019 2:22 pm#429868
צפור בודד האט געשריבן:
העניך האט געשריבן:דער אמת איז אבער אז מיזעלס שעדיגט בעיקר עלטערע מענטשן, גאר יונגע קינדער און קראנקע, און בעיקר אין דריטע וועלט לענדער וואו מ'קען נישט אזוי גוט היילן. איך וויל זען די ציפערן וויפיל פראצענט געזונטע קינדער, אין פארגעשריטענע מדינות, ווערן געשעדיגט פון מיזעלס, און דווקא אט דער ציפער וויל איך פארגלייכן צו די סיי-עפעקטס פון וואקסינען. וועלכע איז שעדליכער?

כ'נעם אן אז ווען מ'רעדט פון א געזונטן קינד זענען די סייד-עפעקטס פון מיזעלס און די סייד-עפעקטס פון די וואקסינען פארגלייכבאר. דער עולם איז מכובד צו לאזן הערן אויב ס'איז נישט אזוי. אויב אזוי איז די שאלה, פארוואס דארפן עלטערן פון א געזונט קינד וואקסינירן זייער קינד?


דיין "אפיקורסישע פראגע" איז באזירט אויף צוויי פרעמיזן וואס אין איינס ביסטו אליין נישט זיכער און דו "ווילסט זען" און אויפן צווייטן "נעמסטו אן" אן צו ברענגען קיין שום מקור נאר ביסט מכבד דעם עולם זאל דיר איבערצייגן אויב ס'איז נישט פארקערט. א שיינער כבוד נאר אפשר נעמסטו דיר דעם כבוד פאר זיך אליין. פארשט דו ערשט אויס דיינע יסודות און ברענג א סמך לדבריך.

איך בין דא צו פארשן, און כ'וויל הערן. ווען כ'האב געשריבן א פסק וואלטסטו געקענט האבן טענות, למעשה איז דא א שמועס-פארום, און כ'עפן א שמועס - יעדער איז וועלקאם צו ענטפערן.

צפור בודד האט געשריבן:איך האב דעם נושא נישט דורכגעטון ונאמנים עלי די דאקטורים און אנדערע וואס האבן יא.

אדרבה, ווייז אהער די סטאטיסטיקס וויפיל געזונטע מענטשן אין מאדערנע מדינות ווערן געשעדיגט פון מיזעלס, קעגן די ציפערן פון די וואס ווערן געשעדיגט פון וואקסינען. אוודאי זענען די וואס האבן עס געפארשט באגלייבט, און כ'וויל טאקע הערן פון זיי.

צפור בודד האט געשריבן:נאר אויף צו באהאנדלען דיין פראגע מיט אן ערנסטקייט פארלאנגט זיך מער פארלעסליכע הנחות ווי דאס וואס דו ווילסט זען און דו נעמסט אן.

איך וויל גארנישט זען, און דו ביסט פשוט נישט גערעכט מיט דיינע הנחות. פאר דה סעיק אוו ארגומענט האב איך אנגענומען א צד וואס מאכט סענס, און כ'ווארט נאך אז מ'זאל מיך אפפרעגן מיט ציפערן.

פאר מער איבער מיין ציל, זע מיין קומענדיגע תגובה.
דינסטאג מאי 07, 2019 2:31 pm#429869
למעשה האט דער עולם כמעט נישט געענטפערט דאס וואס כ'האב געוואלט הערן. קודם כל, בין איך נאך באמת נייגעריג צי מ'קען שאפן די דאטא פון געזונטע געשעדיגטע פון מיזעלס, און דאס פארגלייכן צו די געשעדיגטע פון וואקסינען. אבער די עיקר נקודה איז אז:

יא, מיר האבן אן אחריות פאר דער געזעלשאפט!

יא, אפילו אויב וואקסינען זאלן זיין א טראפ מער שעדליך ווי מיזעלס פאר געזונטע מענטשן (א זאך וואס איז נאך נישט איבערגעוויזן געווארן דא), מוזן מיר נעמען די הקרבה פאר דער וואוילזיין פון מיליאנען מענטשן פאר וועמען מיזעלס איז גאר געפארפול, אריינגערעכנט עלטערע מענטשן, גאר יונגע קינדער, שוואנגערדיגע פרויען, ועוד ועוד.

ועוד, והיא העיקר, ווער איז די געזעלשאפט? דו און איך און דו! יא, דיין צען יעריג משה'לע איז ב"ה וקע"ה געזונט און שטארק און דו ווילסט אים נישט וואקסינירן. אבער משה'לע גייט אי"ה האבן פיצעלע קינדער, ער גייט האבן א טראגעדיגע ווייב, משה'לע גייט בע"ה ווערן אן עלטערער איד, און לאמיר זיך נישט נארן, יעדער האט עווענטועל א קינד אדער אייניקל וואס איז אין א געפערליכע סכנה צו ווערן שטארק געשעדיגט פון מיזעלס - אויב נישט זיך אליין ווען מ'ווערט אפגעשוואכט פון אן אנדערן קרענק חלילה. אונזער געזונטער משה'לע אליין וויל אז די געזעלשאפט זאל זיין ריין פון דער מעגליכקייט פון א מיזעלס-מגיפה. פאר זיך, פאר זיינע עלטערן, פאר זיינע קינדער, פאר זיין ווייב, און פאר זיינע אייניקלעך.

דערפאר איז לעכערליך צו קוקן אויף סטאטיסטיקס פון בלויז געזונטע מענטשן.
דינסטאג מאי 07, 2019 6:48 pm#429885
שמערל האט געשריבן:און אויף דעם ברענג איך א לאנגע ליסט פון שטארקע קארעלעישאנס, וואס קיינער נעמט נישט ערנסט, וויבאלד אויב איז די קארעלעישאן נגד השכל פעלט זיך אויס ראיות ברורות עס צו באשטעטיגן און ביז דעמאלטס וועט מען נישט חושש זיין.

נישט האבן ביז דערווייל א הסבר מסביר צי זיין א שטארקע קארעלעשן איז נישט די זעלבע זאך וואו א קאנטרייוועט קארעלעשען וואס איז on face value אבסארד!
קענסט זיין זיכער ווען ס'זאל זיין א ערענסטע קארעלעשען וואלט די רעגיראנג געהאט א פראבלעם אויף איר הענט

ב.ד.וו. סאיז בכלל נישט אזוי שווער אויפציקימען מיט מער וואו איין היפאטעסעס, וואס זאל זיין פלאזעבעל, פארוואס וואקסין זאל זיין ערגער וואו די מחלה זעלבסט.
דינסטאג מאי 07, 2019 11:25 pm#429903
שמערל האט געשריבן:און ווילאנג עס איז נישטא קיין היפאטעזעס מסביר צו זיין פארוואס א וואקסין זאל האבן מיסטעריעזע זייטיגע עפעקטן

די גורם פון אטיזם - וואס איז א מח דעוועלעפמענט אישא - איז אפיציעל מיסטעריעז. דאך איז שכל'דיג מסתבר אז ווען די מח איז אין א טאקסיק ענווייראמענט שטערט עס די דעוועלעפמענט. די וואקסינען אנהאלטן טאקסינס (אלומינום ועוד).

(שמעתי פון אן אנטי-וואקסער, איך נעם נישט קיין אחריות אויף קיין ווארט)
מיטוואך מאי 08, 2019 1:04 am#429915
לויט די מעדיצינישע סייענס, אנטהאלט נישט די וואקסין קיין שום שעדלעכע מאטעריאל.
מיטוואך מאי 08, 2019 4:12 am#429921
שמערל האט געשריבן:לויט די מעדיצינישע סייענס, אנטהאלט נישט די וואקסין קיין שום שעדלעכע מאטעריאל.

עס פארמאגט מעטאל, וואס קען זיין טאקסיק.
מיטוואך מאי 08, 2019 5:46 am#429926
Re: אפיקורסישע פראגעס אויף וואקסינאציע
א. עס פארמאגט שוין נישטש די מעטאל, ווייל די אנטי וואקסערס האבען געמאכט א טומול.
ב. די מעטאל וואס עס פלעגט ענהאלטן, איז געווען אזוי ווייניג, אזש עס האט נישט געהאט קיין השפעה

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מיטוואך מאי 08, 2019 8:14 am#429933
ריכטיג האט געשריבן:
שמערל האט געשריבן:לויט די מעדיצינישע סייענס, אנטהאלט נישט די וואקסין קיין שום שעדלעכע מאטעריאל.

עס פארמאגט מעטאל, וואס קען זיין טאקסיק.

עס פארמאגט נישט קיין מעטאל, נאר א salt, וואס איז נישט אנגענומען צו זיין טאקסיק.
מיטוואך מאי 08, 2019 10:30 am#429937
עס פלעגט פארמאגן מערקורי, מען האט דאס אויפגעטוישט מיט אלומינום. אלומינום איז א מעטאל.
מיטוואך מאי 08, 2019 10:42 am#429939
Re: אפיקורסישע פראגעס אויף וואקסינאציע
דער פשוטע תירוץ איז אז יעדע געזונטער מענטש איז אמאל געווען גאר יונג און גייט אי"ה ווערן אלט (חוץ טאמער וועט ער קראנק ווערן וואס דאן איז דאך מיזעלס זיכער שעדליך) און אלט ווערן איז בעצם א מחלה וואס מ'האט נאכנישט קיין רפואה דערויף. א חוץ די פאקט אז איינס פון צוויי מענער און איינס פון דריי פרויען וועלן האבן קענסער במשך זייער לעבן (רובם טאקע אין די עלטערע יארן ווי פראסטעט קענסער וכדו') עכ"פ איז קלאר אז מען טוט דאס פאר זיך זעלבסט.
מיטוואך מאי 08, 2019 11:35 am#429942
ריכטיג האט געשריבן:עס פלעגט פארמאגן מערקורי, מען האט דאס אויפגעטוישט מיט אלומינום. אלומינום איז א מעטאל.


סיי די מערקורי און סיי די אלומיניום וואס מען לייגט אריין, זענען salts. און ווערן נישט סייענטיפיש פאררעכנט ווי העווי מעטעלס.

להבנה, סאדיום איז אויך א גאר שעדלעכע מעטאל, אבער סאדיום כלארייד איז נישט קיין מעטאל נאר table salt, וואס איז פון די וויכטיגסטע באשטאנדטיילן פון יעדע לעבעדיקע צעל.

און לידיעתך עס פלעגט אלעמאל האבן אלומיניום, עס איז א חלק וויאזוי די וואקסין ארבעט. מען פלעגט אמאל לייגן טימערסאל פאר א פרעסערוועטיוו, און היינט לייגט מען עס נישט ווייל אין סינגל ווייעלס ברויך מען עס נישט.
מאנטאג מאי 13, 2019 7:15 pm#430361
הערליכע ווידעא וואס ענטפערט די פראגעס פון דעם אשכול.

m https://youtu.be/zBkVCpbNnkU m
מאנטאג מאי 13, 2019 7:51 pm#430363
וואס לייגט ער צו צום דעבאטע? ער זאגט די זעלבע סטאטיסטיקס וואס יעדער קייט איבער אן קיין שום באווייזן.
מאנטאג מאי 13, 2019 7:54 pm#430364
קוק דא.
מאנטאג מאי 13, 2019 8:23 pm#430370
די שאלה איז א ריין individual rights פראגע. דהיינו: אפילו פון א סטאטיסטישע שטאנדפונקט לוינט זיך צו וואקסינירן סיי פאר זיך זעלבסט און סיי פאר ציוויליזאציע פון א מאראלישע שטאנדפונקט, בלייבט נאך אלס די פראגע: אויב איינער האלט נישט דערביי, מיט וואספארא רעכט קען איך אים צווינגען?

פאר זיך איז פשוט אז מ'קען נישט צווינגען. און אפילו פאר יענעם, קען מען צווינגן איינעם וואס האט א פארקילאכץ צו בלייבן אינדערהיים? אויב דו האסט מורא פון מיזעלס טו דיר אן א מאסקע. איך מוז מיך נישט שטעכן ווייל דו ווילסט ארומגיין פריי איבעראל. נאכאמאל! איך האלט אז איינער וואס וואקסינירט זיך נישט איז א שוטה און א עגאאיסט אבער נאכאלץ איז דא individual rights וואס די רעגירונג טאר זיך נישט אריינמישן אפילו צו פראטעקטן משוגעים.
מאנטאג מאי 13, 2019 8:29 pm#430372
די רעגירונג טאר זיך נישט אריימישן, עכ"פ נישט צווינגען צו נעמען די וואסינען דירעקט, ס'קען נאר בעקפייערן, ועיין עוד כאן.
מאנטאג מאי 13, 2019 8:50 pm#430376
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:די רעגירונג טאר זיך נישט אריימישן, עכ"פ נישט צווינגען צו נעמען די וואסינען דירעקט, ס'קען נאר בעקפייערן, ועיין עוד כאן.


למעשה צווינגן זיי יא
מאנטאג מאי 13, 2019 9:00 pm#430381
וועלכע רעכט האט די גאווערמענט מיך צו זאגן אז איך זאל נישט פארן אויף רויט?
איך פארשטיי נישט די גאנצע שמועס דא, דערפאר איז דא א רעגירונג וועלכער זארגט זיך פאר תיקון העולם און מאכט געזעצן אז א פשוע ציוויליזאציע זאל קענען אנגיין און עקזיסטירן און ס'זאל נישט ווערן איש את רעהו חיים בלהו. הוא הדין מיט וואקסין, דער רגע ס'שטעלט צו א סכנה פאר די מענטשהייט וועט די גאווערמענט פארלאנגען דו זאלסט זיך וואקסינירן גענוי ווי די גאווערמענט לאזט דיך נישט פארן שנעלער ווי 65 מייל א שעה.
מאנטאג מאי 13, 2019 9:37 pm#430389
ס'איז נישט די זעלבע זאך, כ'מוז נישט נוצן די ראודס, הייוועיס, איה"נ די רעגירונג מעג פארלאנגן אז אין געוויסע באשטימטע פלעצער, ווי א סקול, א רעגירונג'ס אפיס טאר אן אומוואקסינירטער נישט אריינגיין.
מאנטאג מאי 13, 2019 9:48 pm#430391
.
דאנערשטאג מאי 16, 2019 4:29 pm#430626
IMG-20190516-WA0186.jpg
דאנערשטאג מאי 16, 2019 6:11 pm#430643
קאצקע ציקער האט געשריבן:
IMG-20190516-WA0186.jpg


יא יא, אבער אז דער קליינער עזות פנימ'ל וועט קאנטעקט'ן מיסעל'ס, איז דא גרויסע טשענסעס אז ער וועט קיינמאל נישט זיין אוטיסטיקט, דייעבעטיק וכו', ווייל אויף דעם טיש'ל וועט ער שוין נישט זוכה זיין זיצען אזוי האלב נאקעט. ס'וועט שוין זיין מער א לייגען ווי א בייגען...
דאנערשטאג מאי 16, 2019 6:14 pm#430644
זיי האבן נישט קיין פראבלעם צו באקימען מיזעלס חכם דו זיי האלטן אז מיזעלס איז געזינט און אפילו נישט איז עס פשוט א פלו מיט א רעש וואס גייט אריבער
דאנערשטאג מאי 16, 2019 6:18 pm#430645
ווי אזוי פארענפערען זיי די obvious היסטאריע אז מיסעלס איז כמעט נעלם געווארן?
דאנערשטאג מאי 16, 2019 8:32 pm#430651
וואלווי האט געשריבן:ווי אזוי פארענפערען זיי די obvious היסטאריע אז מיסעלס איז כמעט נעלם געווארן?

לאמיר זאגן אז יא אבער ס'איז אויפן פרייז וואס הינדרעטע קינדער שטארבן און האבן אלע מיני דיזיזעס א דאנק דעם

לוינט עס ? צו פריווענטען א פלו מיט א רעש? איך מיין אז נישט ...
פרייטאג מאי 17, 2019 2:23 am#430657
קאצקע ציקער האט געשריבן:
וואלווי האט געשריבן:ווי אזוי פארענפערען זיי די obvious היסטאריע אז מיסעלס איז כמעט נעלם געווארן?

לאמיר זאגן אז יא אבער ס'איז אויפן פרייז וואס הינדרעטע קינדער שטארבן און האבן אלע מיני דיזיזעס א דאנק דעם

לוינט עס ? צו פריווענטען א פלו מיט א רעש? איך מיין אז נישט ...


דא רעדט מען פון מסוכנ'דיגע מחלות. נישט עפעס א קליינע רעש.