מאנטאג מאי 06, 2019 10:57 pm#429792
מורא'דיגע גילוי פרישע קבר צו מתפלל זיין לע"נ הרה"ק מקערעסטיר
א מורא'דיגע מעשה האט זיך אפגעשפילט נעכטן נאכט, וואס איך ברענג דא עקסקלוסיוו פאר די קאווע שטיבל לייענער. איך ברענג די מעשה מיט אלע פרטים, אז יעדער זאל דאס קענען נאכגיין.
הרה"ח ר' שלום יהודה נייבוים הי"ו פון בארא פארק (באקאנטער געשעפט-אייגנטומער פון האום גודס) האט געדארפט פארן קיין קערעסטיר צום יארצייט פון הייליגן צדיק רבי ישעי' בן רבי משה זי"ע, אבער ער איז ליידער אנגעשטעקט געווארן מיט מיזעלס און האט נישט געקענט פארן. (ער האט צוויי טעכטער און איין זון וועלכע זענען אנטי-וואקסערס.)
ער איז געווען מורא'דיג צעבראכן, און נעכטן א גאנצן טאג האט ער ממש מיט מסירת נפש געוויינט ביים קבר פון ר' ישעי'לע'ס ברודער אין סטעטען איילענד, אז ער זאל נאך יא קענען אנקומען צו ר' ישעי'לע צום יארצייט.
נעכטן נאכט האט ר' שלום יהודה גע'חלומ'ט ווי אן עלטערער איד קומט צו אים. ער האט גלייך דערקענט אז דאס איז ר' ישעי'לע פון די בילדער וואס ער נוצט צו פארטרייבן די מייז אין זיין געשעפט. און ר' ישעי'לע האט אים געזאגט כהאי לישנא:
ר' שלום יהודה, כ'האב געזען דיין געוויין און דיין צער, און איך וויל דיר זאגן אז אנשטאט קומען צו מיין קבר איז דא א קבר אין ניו יארק וואו דו קענסט אלעס אויס'פועל'ן. עס איז געווען א איד, הרה"ק רבי יוסף מנחם מענדל בן הרה"ק רבי יונה זצוק"ל, וועלכער האט געוואוינט אין ניו יארק, און ער איז געווען פון די ל"ו צדיקים, און ער פלעגט אייביג חזר'ן אמונה טהורה און יראת שמים. ער פלעגט אזויפיל חזר'ן און חזר'ן, אז מ'פלעגט אים רופן 'מענדעלע חזיר'."
"גיי צו זיין קבר, זאג די תפילה, און ס'וועט דיר גוט זיין!" האט ר' ישעי'לע אויסגעפירט.
ר' שלום יהודה האט זיך אויפגעוועקט, און בכלל נישט פארשטאנען. ער האט נישט געוואוסט פון קיין תפילה, און נישט געוואוסט פון וועמען ר' ישעי'לע האט גערעדט. ער האט געטראכט אז ס'איז סתם דברים בטלים.
ער איז צוריק געגאנגען שלאפן, און ר' ישעי'לע איז צוריקגעקומען אין חלום און געזאגט, "דו ווייסט נישט וועלכע תפילה? אך, אידן ווייסן נישט וואספארא אוצרות עס זענען פאראן!" און ר' ישעי'לע האט ארויסגענומען פון זיין קיטל א קארטל און א ווארף געטון צו ר' שלום יהודה, ס'איז געפלויגן צו זיין שטערן, און געגעבן א קליינע שטאך, פון וואס ער האט זיך תיכף אויפגעכאפט פון שלאף. צו זיין שטוינונג האט ער געשפירט א שניט אויף זיין שטערן, און אויף זיין בעט איז געלעגן א קארטל מיט א תפילה פאר הרה"ק רבי מענדעלע זצוק"ל. (זעט בייגעלייגטן בילד פון די תפילה פאר הרה"ק רבי מענדעלע זי"ע וואס רבי ישעי'לע קערעסטירער זי"ע האט געגעבן פאר ר' שלום יהודה נעכטן אין חלום.)
אידן האבן היינט אינדערפרי געהערט די מורא'דיגע מעשה פון ר' שלום יהודה אליין, און עס ארגאניזירן זיך באסעס צו פארן צום ציון פון הרה"ק רבי מנחם מענדל זצוק"ל, דעם ג' אייר לע"נ רבי ישעי' בן רבי משה זי"ע.