Under maintenance
הויפט זייט » קרית יואל אסר'ט צו פארקויפן א בליק און די וואך

קרית יואל אסר'ט צו פארקויפן א בליק און די וואך

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
30 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13114
דאנערשטאג מאי 09, 2019 7:16 am#430005
קרית יואל אסר'ט צו פארקויפן א בליק און די וואך
ביי א אסיפה וואס איז אפגעהאלטען געווארן די וואך האט די ועד משמרת באשלאסען צו אסר'ן צו פארקויפן די מעגעזינס א בליק און די וואך פון אלע געשעפטן אין קרית יואל.

דאס איז נאכדעם וואס ס'איז שוין לאנג אסור צו פארקויפען דער שטערן דער בליץ און מאמענט.
דאנערשטאג מאי 09, 2019 8:01 am#430008
דער בלאט איז נאך מותר?
דאנערשטאג מאי 09, 2019 8:06 am#430009
יא
דאנערשטאג מאי 09, 2019 8:50 am#430016
Re: קרית יואל אסר'ט צו פארקויפן א בליק און די וואך
א קראנקע מקום.
כאטשיג וועלן מער מענטשן זיך אנשטויסן אינעם וועקער ביים גאז סטאנציע.
דאנערשטאג מאי 09, 2019 9:39 am#430021
Re: קרית יואל אסר'ט צו פארקויפן א בליק און די וואך
וועד החינוך? הזאת חינוך?! אפאר עקלהאפטיגע גרויליגע אומערצויגענע מענטשן. מ'שיסט זאכן אן א סיבה און אן א טעם. 

אויב זיי האבן א פראבלעם, די נומער פון די רעדאקציע איז באקאנט פאר יעדעם איינעם. הייב אויף א טעלעפאן און רוף זיי. האבן זיי פראבירט? 

אויב זיי מאכן די וואך מיט משפחה די זעלבע לעוול און רעדן זיך איין אז די ריזיגע מספר פון נושרים אין זייער שטאט וועט פאלן, דארף מען זיי מודיע זיין אז ס'גייט בעק פייערן.

מען דארף אפשטעלן די שפיכות דמים פון דריי אפגעריסענע משתלטים על הציבור וואס יעדער קריכט נאך כצאן לטבח. 

קען מיר איינער מסביר זיין וואס איז די וואך אנדערש פון די בלאט? כ'מיין אז אין די בלאט שטייט מער גויאישע זאכן. 

די שאדן איז אסאך מער ווי די ניצן, אבער אפאר פערד וואס ס'ברענט זיי צו ווייזן כוחי ועוצם ידי - וואס יעדער אין קרית יואל ווייסט דאס - האבן אייביג דאס לעצטע ווארט, און פירן אונז אלע אין באד אריין.

א שאנדע פאר קרית יואל. א שאנדע פאר אידישער 'חינוך', און א שאנדע אז אזעלכע יושבי קרנות פירן יעדעם ביי די נאז. (אייוועלט)
דאנערשטאג מאי 09, 2019 1:06 pm#430035
וואסי...? די 2 אויבנדערמאנטע מעגעזינס האבן נישט גוט אפגעכאפט די פיקטשערס וויאזוי דער מרא דאתרא פון וויליאמסבורג שליט"א כאפט שיריים ביים טאטן...?!
פרייטאג מאי 10, 2019 1:13 am#430080
ביז פאר צוויי דריי יאר צוריק פלעגט די וואך נישט לייגן בילדער פון מרז"ל.
אפשר דארפן זיי צוריק גיין צו זייער אלטע פאליסי און אויפהערן מכשיל זיין תינוקות של בית רבן מיט די געמיינע בילדער
פרייטאג מאי 10, 2019 2:42 am#430082
איז ארויסגעקומען א בריוו לאיסור?

מאנכע טענה'ן אז זייער חטא איז וויבאלד זיי האבן געלייגט בילדער פון שמואל ניימאן, קעגן ווען מהרא האט לעצטנס שארף ארויסגעטרעטן....

איז דאס בכלל מסתבר?...

כהאניש קיין אנונג וואס דא גייט פאר.
פרייטאג מאי 10, 2019 6:22 am#430086
סיי וואס די סיבה זאל זיין, 'מסתבר' איז די לעצטע זאך וואס איך וועל פרעגן. אלעס ביז מסתבר....
פרייטאג מאי 10, 2019 8:18 am#430088
עס איז נישט א עונש פאר טוהן עפעס שלעכט, עפעס וויל די באעהרדע פין די מאגאזינען, און די מאגאזינען ווילען נישט נאכגעבן, האבן זיי געמאכט דער גזירה צו ווייזן כוחי ועוצם ידי, אזוי וועלען די מאגאזינען נאכגעבן.

די מאגאזינען קענען לכאורה אנקלאגען דער ווילעדזש אין געריכט אלץ פרידאם אף פרעס, און מאכען א פעסטע באבא פאר דער באהערדע פין דזשידלאנד.
פרייטאג מאי 10, 2019 10:20 am#430101
Re: קרית יואל אסר'ט צו פארקויפן א בליק און די וואך
ווען עס זאל זיך ווען יאווען דער יעניגער וואס איז גרייט אזוי ארויסצוטרעטן קעגן די אלע משתלטים על הציבור, וואלט שוין לאנג געווען ארדענונג. איז דאך אבער נישטא קיינער, ליידן מיר נאך אלע יעצט.

הרי אנו ובנינו משועבדים...
פרייטאג מאי 10, 2019 12:16 pm#430124
נישט פארגעסן, אז פון די איינציגסטע צייטונגען וועלכע זענען געבליבן כשר אין קעי. דזשעי. איז די שמוציגע ״בלאט״ע ״דער בלאט״ וועלכע איז אויך די איינציגסטע צייטונג וועלכע האט זיך ארויסגעשטעלט אפענערהייט אקעגן די גרעסטע תלמידי חכמים בדורינו...
פרייטאג מאי 10, 2019 1:07 pm#430130
די ארונים האבן נאך אזא כח אין KJ ? די אלע געשעפטן געהערן צו ארונים?
פרייטאג מאי 10, 2019 1:23 pm#430132
די צד שכנגד האלט נישט אנדערש אין דעם פאל. ביידע צדדים אין קרית יואל זענען די זעלבע אומערוואקסן און אומזיכער מיט זיך.

איך האלט אז ביי די קומענדיגע שטאטישע וואלן דארף מען נעמען א קאנדידאט אינדראסירט דורך 'די מענטשן', (אן אלטער ק"ש פלאן) און אפיציעל קאמפיינען אז ער גייט קעמפן פאר ציווילע רעכטן. ער גייט זיכער מאכן אז אלעס ביז חזיר ולא בכלל איז מותר, מאגאזינען, מעיקאפ, שלום בית מאכערס, כלה טיטשערס און טערעפיסטס, וכו'. און מ'וועל מיר זען ווער ס'וועט געווינען.
פרייטאג מאי 10, 2019 1:26 pm#430133
זאגן זיי זיך נאר וואגען צו אסר׳ן די וואך/בליק, דאס וועט זיי קאסטען נאך א שיינע צאל OTD רח״ל
פרייטאג מאי 10, 2019 4:52 pm#430144
אקעי רבותים. איך בין יעצט געווען אין געשעפט און דער וואך מיטן בליק זענען ביידע אויף אויסלאגע (כהאב נישט געוואוסט עס איז אפילו דא א פארלאנג פאר די שטותים). אנדערע אויסגאבעס זענען שוין לאנג פארבאטן אין קרית יואל, יעדער איינוואוינער ווייסט פון דעם גרויסן טרעפיק וואס עס טוט זיך אפ ביי וואלערא (היינט עקסאן) גאז סטאנציע ביים אריינגאנג צום שטעטל (נישט דארט וואו מען פארקויפט דעם וועקער) ווען דער עולם קומט כאפן אויסגאבעס לכבוד שבת. משפחה איז נישט דא אויך דארט, ווייס איך נישט צו מחמת איסור אדער סתם אזוי. קינדליין ווערט יא פארקויפט אין די געשעפטן.
פרייטאג מאי 10, 2019 5:02 pm#430146
ס'הייסט אז די איסור איז פון נעקסטע וואך
פרייטאג מאי 10, 2019 5:08 pm#430147
Re: קרית יואל אסר'ט צו פארקויפן א בליק און די וואך
1-800-who cares

Sent from my SM-G960U using Tapatalk
פרייטאג מאי 10, 2019 7:04 pm#430165
Re: קרית יואל אסר'ט צו פארקויפן א בליק און די וואך
איך בין סתם נייגעריג צו דא איז דא איינער וואס קויפט די וואך אדער די בליק

Sent from my SM-G960U using Tapatalk
זונטאג מאי 12, 2019 1:41 am#430182
Re: קרית יואל אסר'ט צו פארקויפן א בליק און די וואך
אנדרייער האט געשריבן:איך בין סתם נייגעריג צו דא איז דא איינער וואס קויפט די וואך אדער די בליק

Sent from my SM-G960U using Tapatalk

ביי אונז קויפט מען וועכנטליך די וואך, זינט זיי האבן זיך שטארק ארויפגעארבעט און זיי האבן א אינטערעסאנטע מאגאזין ביילאגע יעדע וואך
זונטאג מאי 12, 2019 2:12 am#430185
Re: קרית יואל אסר'ט צו פארקויפן א בליק און די וואך
קאמניזם איז געפאלן ווען עס איז מעא נישט געוועהן אויסציהאלטען. זאלן די חברה דערשטיקען פרייהייט ביז די המון ווער פורק זיי עול אמעריקאנע חסידית אין נעמען עול תורה. ווער ווייסט וויפיל אידיש בלוט דאס וועט קאסטען.. ,,ועל אלה אני בוכיה
זונטאג מאי 12, 2019 4:25 pm#430233
אבי גערעדט האט געשריבן:
אנדרייער האט געשריבן:איך בין סתם נייגעריג צו דא איז דא איינער וואס קויפט די וואך אדער די בליק

Sent from my SM-G960U using Tapatalk

ביי אונז קויפט מען וועכנטליך די וואך, זינט זיי האבן זיך שטארק ארויפגעארבעט און זיי האבן א אינטערעסאנטע מאגאזין ביילאגע יעדע וואך


איך האב עס אויך אנגעהויבן קויפן, און איך מוז זאגן אז איך האב זייער הנאה דערפון.
איך זאג נישט אז עס איז אזוי רייך ווי אונזער וועקער, אדער דער שטערן, אבער זיי האבן זייער געשמאקע אין פיינע וועכענטליכע קאלומס וואס עס ליינט זיך געשמאק אין די שבת׳דיגע נאכמיטאג שעות.

צוויי קאלומס וואס איך האב זייער הנאה איז די ״מענטשן דערציילן״ געשריבן דורך חיים וואלדנער, פרעזענליכע געשיכטעס פון מענטשן.
אויך האבן זיי א דייעט קאלום, ווי צוויי מענטשן גייען אויף א דייעט און עס ווערט געשריבן יעדע וואך וויאזוי עס איז פאראיבער, און וויפיל מען האט פארלוירן. עס איז היפש אינטערעסאנט.
זונטאג מאי 12, 2019 4:57 pm#430236
פון איי וועלט געט מען איבער אז ס'קימט א מאמענט איסור
זונטאג מאי 12, 2019 6:31 pm#430248
יא יא אזוי וועט עס גיין ווייטער און ווייטער...

עס וועט גיין ווייטער און ווייטער, אזוי ווייט אז ווען מען וועט ארויסגעבן אן איסור אויף געהעריגע חילול שבת אדער אויף אפענע גילוי עריות וועלן אונזערע קינדער פרעגן, ווער האט ענק געפרעגט?

עס איז שוין העכסט צייט צו אויפהערן מיט די איסורים אינטיפאדא, גענוג איז געונג, כלל ישראל שטייט נישט אזוי שוואך אז מען מוז איינצוימען מער און מער, די משוגעים זענען ערנסטע רעבעלן וואס פלאנען זיך נישט צו אפשטעלן, ווען מען קלערט אביסעלע טיפער אריין זעט מען אז זייער כח איז נישט אין זייערע איסורים וואס זיי שיסן אויס יעדע פאר טאג, זייער כח איז אין זייערע פיזישע אנגריפן און אלימות, וואו איז דער איסור אויף דעם, הא?

ניין, איך וואוין נישט אין מאנרא און נישט אין די גלילות דערפון, אבער אחינו בני ישראל היושבים באפילה, עס איז דא א גלעצנדע און גליקליכע וועלט אינדרויסן פון די טויערן פון די אוטאנאמיע, קומטס ארויס און שפירטסט די פרישע לופט, און אינאיינוועגס וועלן מיר בלייבן רעכטדענקנדע אידן.
זונטאג מאי 12, 2019 9:50 pm#430271
אלע די דאזיגע נארישע איסורים ודומיהם איז א פשוטע קאווער אפ פון די רשעות פון די ראשי העם, כחזיר הפושט טלפיו ואומר ראו כשר אני,
היינו טעמא דשופר והיינו טעמא דמגילה, שיעורים ושירים, און נאך און נאך,
מאנטאג מאי 13, 2019 12:01 am#430289
איינער זאגט מיר אז אין קרית יואל איז דא צו באקומען אן אויסגאבע דמתקריא פנקס הקהילה וואס רעדט וועגן ביאה בלא קדושין און ממזרים.
שוין העכסט צייט ארויסצוקומען מיט אן איסור קעגן דעם
דינסטאג מאי 21, 2019 3:43 pm#430855
וויזניץ קייאמישע שטעלט זיך צו מיט א לאנגע אידעאלאגישע בריוו
בילד
דינסטאג מאי 21, 2019 5:37 pm#430858
Re: קרית יואל אסר'ט צו פארקויפן א בליק און די וואך
וואו!

דער אידעאלאגיע איז, כבוד המנהיגים. ער קען ניטאמאל בארעכטיגן זיין טענה. ווען ער זאגט אז וויזניצער חסידים דארפן זיך זארגן פאר זיין טאטענ׳ס כבוד, ממילא. ווען ער זאגט זיין מיינונג קעגן בילדער, און דעריבער זאלען שומעי לקחו איהם הארכען און נישט קויפען, ממילא. אבער דא האט ער א ברייטער אידעאלאגיע וואס הייסט ׳כבוד המנהיגים׳.

ועוד, ווען א צווייטע טענה׳ט ׳כבוד המנהיגים׳, נו. אבער דא טענה׳ט עס דער מנהיג אליינס. הייסט׳ס זיין גאנצע סבה איז זיין אייגענע הנהגה, און ער אליינס קען עס נישט מסביר זיין. א מין פארדרייטקייט!
דינסטאג מאי 21, 2019 8:30 pm#430860
איך פארשטיי נישט וואס ער וויל. ווייל מ'פאלגט אים נישט דארף די גאנצע וועלט ליידן? די וואך דארף זיך פארמאכן ווייל זיי האלטן נישט ביים פאלגן זיינע משוגעתן?!

הייסט אזוי, ווען א כולל אינגערמאן רעגט זיך אויף איינעם, ברעכט ער עס אויס אין כולל ביי לאנטש, א פשוטער איד ווען ער רעגט זיך אויף איינעם לאזט ער אויס ארויס אויף וואטס אפפ, פון 65 און העכער שרייט עס אויס אין מקוה, און די רבנים אונטערן לעדערהעד...
מיטוואך מאי 22, 2019 11:37 am#430892
איסר האטלקי האט געשריבן:איך פארשטיי נישט וואס ער וויל. ווייל מ'פאלגט אים נישט דארף די גאנצע וועלט ליידן? די וואך דארף זיך פארמאכן ווייל זיי האלטן נישט ביים פאלגן זיינע משוגעתן?!

הייסט אזוי, ווען א כולל אינגערמאן רעגט זיך אויף איינעם, ברעכט ער עס אויס אין כולל ביי לאנטש, א פשוטער איד ווען ער רעגט זיך אויף איינעם לאזט ער אויס ארויס אויף וואטס אפפ, פון 65 און העכער שרייט עס אויס אין מקוה, און די רבנים אונטערן לעדערהעד...


רוח המקום נוחה הימנו