Under maintenance
הויפט זייט » ווי ווייט גייט religious exemption?

ווי ווייט גייט religious exemption?

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13116
פרייטאג מאי 10, 2019 10:11 am#430098
ווי ווייט גייט religious exemption?
די נייע שלאג ווארט איז religious exemption. ווי די סדר קוקט אויס אז אינז גייען עס אביאזען ביז מ'וועט עס אינגאנצען מבטל זיין.

דאס אז די אנטי וועקסערס ניצען עס פאר זייערע צודרייטע משוגעתען איז דאך סתם אזוי א געפערליכע זאך בכלל און בפרט פאר די זאכן ווי אידן ווילן ניצן religious exemption פאר לעגיטימע זאכן.

יעצט הערט מען אז מ'וויל מאכן א געזעץ צו אסר'ן פארקויפן בהמה פעל , און מ'וויל ניצן א religious exemption אז מ'זאל מעגן מאכן שטריימעלעך. איז עס טאקע אזוי?? אונזער רעליגיע פארלאנגט בהמה פעל פאר א שטריימעל? אפילו אויב מ'זאל זאגן אז א שטריימעל איז א שיינע זאך און א וויכטיגע זאך און מ'דארף עס אנהאלטען וועט קיינער נישט זאגן אז ס'איז א חלק פון אונזער רעליגיע. סאטמער רבי האט נישט געהייסן אנטוהן א שטריימעל ווייל די הלכה פארלאנגט עס , נאר ווייל ער האט געוואלט אז די גיין די שטריימעל זאל משפיע זיין אז מ'זאל זיין אינגאנצען חסידיש און זיך פירען ווי אין די אלטע היים. אבער אפילו סאטמער רבי וואלט נישט געזאגט אז ס'איז א הלכה

אפילו אויב מ'זאל זאגען אז שטריימעלך איז וויכטיג פאר אונז , און ס'איז טאקע וויכטיג פאר אונזער סאסייעטי , פארלאנגט טאקע אונזער הלכה אז ס'זאל זיין דוקא פעל?? גראדע האט שוין איינער געמאכט א פלעסטיק שטריימעל א צעהן- פיפצען יאהר צוריק , נאר ס'איז נישט געווארען אויפגעכאפט ווייל ס'איז נישט געוועהן אזוי שיין. נו , דאס מיינט אז אונז קענמיר ניצן religious exemption כדי די שטריימעל זאל זיין די שענסטע וואס ס'איז מעגליך?
פרייטאג מאי 10, 2019 10:53 am#430109
ס'איז נישטא קיין אלגעמיינע religious exemption אין אמעריקע. ס'איז נאר דא פרידאם.

נאר ביי די געזעץ פון וואקסין, האבן זיי געזאגט אז יעדער דארף נעמען וואקסין'ס חוץ אויב מען האט א מעדיקעל אדער רעלידזעס פראבלעם דערמיט.

די סטעיט קען אראפנעמען די עקזעמפשען, און ס'וועט זיין 100% קאנסטיטושענעל.
מאנטאג מאי 13, 2019 3:07 pm#430343
אויב זאל מען אסר'ן דעם באנוץ פון זייד, וועט לכאורה קיינער נישט פארפירן אז מ'דארף עס מתיר זיין מיט רעלידזשעס עקזעמפשאן ווייל מ'דארף קענען מאכן בעקישעס, היות מ'קען מאכן בעקישעס פון פאליעסטער, וכן עמא דבר.

נמצא, בעקישעס קענען עפ"י אונזער רעליגיע געמאכט ווערן פון פלאסטיק ווייל ס'איז כמעט אזוי שיין ווי זייד, משא"כ שטריימלעך מוזן געמאכט ווערן דווקא פון אמת'ע פעל, ווייל פלאסטיק איז נישט גענוי אזוי שיין. האמיר א רעלידזשעס עקזעמפשאן באזירט אויף הלכות שיינקייט פונעם שטריימל.
מאנטאג מאי 13, 2019 3:26 pm#430346
איך וויל נישט פארדרייען די שמועס, אבער וואו קען מען זעהן מער וועגן דעם פארגעשלאגענעם געזעץ? לכאורה וועט מען אויך דארפן באקומען אן עקסעמפשן פאר קלף לצורך סת"ם, און דאס האט שוין גארנישט דווקא מיט חסידים. וואלט דאס געווען אן עוולה אויב חסידים בעטן שוין אינאיינוועגס דעם שטריימל "אויך"?
מאנטאג מאי 13, 2019 3:56 pm#430347
Re: ווי ווייט גייט religious exemption?
אונז אידעלעך האבען נאך א חיוב, לעולם ימכור אדם כל מה שיש לו ויקח מנעלים לרגליו. מיר דארפן גיין אזא לבוש וואס הייסט שיך. דער געזעץ גייט עס צולאזען, אדער וועט מען דארפען מאכען א ויצעקו צו היטען דער מצוה?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk