Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » וואלט מען יעצט געקענט מאכן די געלט אקציע?

וואלט מען יעצט געקענט מאכן די געלט אקציע?

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
36 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13120
זונטאג מאי 12, 2019 10:51 pm#430282
וואלט מען יעצט געקענט מאכן די געלט אקציע?
קריטיקירער האבן פארפירט הלמאי מען האט פאר יו"ט פסח געמאכט די געלט אקציע פאר תלמידי הרב אויערבאך
יעצט פארשטייען שוין אלע די טעם הדבר......
זונטאג מאי 12, 2019 11:02 pm#430285
הערט 1 דוגמא וואס גייט יעצט פאר דארט....
זונטאג מאי 12, 2019 11:54 pm#430287
איך ווייס נישט וואס מ'דארף הערן אויף די לינק וואס די האסט געשטעלט, אבער שבת האט מען געשמיעסט אין ביהמ"ד אז עפעס א טיילונג קומט פאר אינערהאלב פלג ירושלים.
מאנטאג מאי 13, 2019 12:23 am#430294
שמעון וואלף האט געשריבן:איך ווייס נישט וואס מ'דארף הערן אויף די לינק וואס די האסט געשטעלט, אבער שבת האט מען געשמיעסט אין ביהמ"ד אז עפעס א טיילונג קומט פאר אינערהאלב פלג ירושלים.

טיילונג איז שוין לאנגגגג...
די פייער הייבט זיך יעצט אהן.
מאנטאג מאי 13, 2019 12:32 am#430297
איש את רעהו האט געשריבן:הערט 1 דוגמא וואס גייט יעצט פאר דארט....

ביזט אונז געהעריג מכשיל צו הערן די טריפה'נע שפראך! רח"ל! הלזה יקרא קנאות??
מאנטאג מאי 13, 2019 12:54 am#430300
איש את רעהו האט געשריבן:קריטיקירער האבן פארפירט הלמאי מען האט פאר יו"ט פסח געמאכט די געלט אקציע פאר תלמידי הרב אויערבאך
יעצט פארשטייען שוין אלע די טעם הדבר......

די סיבה פון מאכן די כינוס בכלל, און פאר פסח בפרט, האבן זיי קלאר געשריבן דאן, אז בעידן הבחירות בארץ ישראל, זאל עס שוין זיין א מחאה אויך, און עס האט געהייסן ביים ערשטן סטעדיום, אויף דינסטאג (יום הבחירות) אבער לאחר המעשה, ווען עס איז געבליבן אויף דאנערשטיק, נאך די הצלחה פון די חרדישע פארטייען, און נאכן זען אז די אויערבאך קולות וואלטן נישט אויסגעמאכט, בצר להם זוכן זיי א נייע תירוץ פאר זייער עולם פארן מאכן א חוכא וטלילא פונעם ציבור, זוכט מען טעמים פון אונטער די ערד, און יעדע וואך צוויי טרעפט מען נאך א טעם פארוואס עס האט למפרע געמוזט זיין, און אויסגעשפילט, און וויאזוי מען קריכט אראפ פון בוים (און פון די מספר 12) אדרבה מיר קענען קוים ווארטן צו הערן טעם נומער צוויי (אויב דאס מאכט אייך פילן בעסער) אבער די דורכפאל פון ״ארטער עש״ מלפנים ״טהרת הקודש״ ולפני פנים ״מסע הגדולים״ איז געווארן איינגעקריצט מיט גאלדענע טינט אינעם קורות ימי הדורות, אלץ דער טאג פון פרייד ביים אלטוועלטליכן אידנטום, ווי עס איז נתגלה געווארן דער ״שקר אין לו רגלים״ ויחידים לא ישליטו ולא יפסיעו על ראשי עם קודש.
מאנטאג מאי 13, 2019 1:02 am#430301
עס איז געווען חילוקי דיעות
רוב האבן עס נישט געוואלט בעפאר פסח, למעשה וואלט עס יעצט נישט געווען שייך צו מאכן.
מאנטאג מאי 13, 2019 1:59 am#430302
בתוך 'הפלג הירושלמי' מתרחשת סערה ומחלוקת פנימית סביב רשת תלמודי התורה "תפארת יעקב", שהוקמו על ידי ראש הישיבה הגר"ש אוירבך זצ"ל, כך נודע ל"כיכר השבת". לפני כחצי שנה דרש הגר"א דויטש, ממנהיגי 'הפלג הירושלמי' ואיתו צמרת רבני 'הפלג', להקים 'ועד הורים' ו'ועד הנהלה' לפקח על הנעשה בתלמודי התורה שבהנהלת הרב אליהו טומבק. הדרישה הועלתה בעקבות טענות שונות שעלו מצד ההורים. מנגד, המנהל הרב טומבק הביע את התנגדותו להקמת ה'וועד' ונימק זאת בכך שרבו, הגרי"י קלמנוביץ, מתנגד לכך. מי שמנהיגים בפועל את המוסדות וכספי הצדקה של 'הפלג הירושלמי' הם הגאון רבי אשר הכהן דויטש, הגאון רבי ברוך שמואל הכהן דויטש והגאון רבי עזריאל אוירבך שעמדו בראש קמפיין המצ'ינג "יזכור אהבתו". הרבנים חילקו מיליוני שקלים למוסדות, ואף יצאו לחו"ל להתרמת כספים אלא שתוך כדי המגבית ולאחריה, היה מי שניסה את ההוראות והכללים. במסגרת זו החלו עימותים על הנהלת תלמודי התורה של 'הפלג', מה שהביא לידי כך שהורים, בעיקר בסניף החיידר הירושלמי, ביטלו את הוראות הקבע של שכר הלימוד לתלמוד תורה והחלו לפעול להקמת ת"ת חדש, כאשר לטענתם הדבר נעשה בהנחיית רבני 'הפלג הירושלמי'. בערב החג התייצבו חמישה ראשי ישיבות מהמועצת של 'הפלג' ובראשם הגר"צ פרידמן - לימינו של מנהל רשת החיידרים, הרב אליהו טומבק. הגר"צ פרידמן כתב במכתבו כי "שמעתי שיש הורים שרוצים להעביר את השכר לימוד לגוף אחר במקום למזכירות הת"ת, לכן הנני בזה להביע דעתי כי ת"ת תפארת יעקב על כל סניפיו, עומד תחת הנהלת המנהל ידידי הרה"ג ר' אליהו טומבק שליט"א, וכל אחד ואחד מההורים התחייב בתחילת השנה לשלם למזכירות התלמוד תורה שכר לימוד עבור כל השנה, ואין שום היתר או זכות להורים להעביר את שכר הלימוד לשום גוף אחר מלבד למזכירות הת"ת שבהנהלת הרב טומבק. וכל תלמיד שאינו משלם שכר לימוד ישירות למזכירות הת"ת שבהנהלת הרב טומבק, לפי ההתחייבויות הנ"ל, אין לו זכות לבא לת"ת. "והנני בזה לחזק את המנהל שליט"א, שכל פעולותיו להקמת והחזקת הת"ת ודרך חינוך התלמידים הן על פי דרכו ובשליחותו של רבינו מרן הגר"ש אויערבאך זצוק"ל, והוא שואל ומתיעץ עימי בכל דבר, והכל מתנהל ע"פ דעת תורה כמסורה לנו מרבותינו, והאמת והשלום אהבו". הגרב"צ בורדיאנסקי הוסיף וכתב: "הבו גודל לכבוד הרה"ג ר' אליהו שליט"א המוסר נפשו והעמיד תפארת ביעקב ברוחו ודעתו הרחבה של רבינו הגר"ש זצוק"ל ועל רקע הגזירות המתחדשות והמתוכננות כנגדנו כבוד והדר הוא לקהלנו שקמו לעמוד בפרץ במסירות , והבה נמשיך כולנו כאיש אחד שלא ליתן פתחון ולז"ש לסדק והרס, והנני הק' מצטרף לכל דברי האמת האמורים לעיל ע"י רבותינו הגאונים הגדולים שליט"א, והקב"ה ישפות שלומו ונחוג החג בדיצות ושמחה". הגר"י ארנברג הוסיף וכתב: "אעפ"י שאיני מצוי כ"כ בנושא הנ"ל, מ"מ הרי פשוט וברור, שהכרעת הגאב"ד נשיא החיידר, מחייבת כל אחד ואחד, וע"פ בקשתו נצטרפתי לחתום". גם הגר"צ רוטברג חתם וכתב: "הנני מצטרף לכל דברי האמת האמורים". הגר"ש מרקוביץ כתב: "אני מצטרף למרן הגאב"ד שליט"א בכל דבריו בברכת פסח כשר ושמח" ולמכתב צורפה חתימתו של הגר"צ שינקר. מי שלא חתמו על המכתב וזאת באופן בולט הם הגאון רבי ברוך שמואל הכהן דויטש, הגאון רבי אשר הכהן דויטש והגאון רבי עזריאל אוירבך, מה שמלמד לכאורה על דעתם בנושא הת"ת
מאנטאג מאי 13, 2019 10:03 am#430321
מכתבי הרבנים
1.jpg
2.png
3.jpg
4.png
5.jpg
מאנטאג מאי 13, 2019 1:54 pm#430335
כ'הער אז די נייע דרכי שמואל האט באקומען רוב קינדער
מאנטאג מאי 13, 2019 2:49 pm#430342
Re: וואלט מען יעצט געקענט מאכן די געלט אקציע?
איך פארשטיי נישט, פארוואס האט מען נישט געקענט מאכען דער חגיגה נאך פסח? מה ענין שמיטה אצל הר סיני?

אפשר דארף מען מאכען נאך איינס יעצט, לחזק המחלוקת. וכמאמר החכם (!) ׳יעדער פאר יאר דארף מען מאכען נאך א טיילונג׳.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מאנטאג מאי 13, 2019 4:48 pm#430350
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך פארשטיי נישט, פארוואס האט מען נישט געקענט מאכען דער חגיגה נאך פסח? מה ענין שמיטה אצל הר סיני?
מי יכניס ראשו בין ההרים הגבוהים

מאנטאג מאי 13, 2019 5:03 pm#430352
Re: וואלט מען יעצט געקענט מאכן די געלט אקציע?
אינטרעסאנט, דעמאלס האב איך ענק געזאגט אז די גאנצע חגיגה איז א היכי תימצי אז איין צד אינערהאלב עץ זאל שטעכן די אנדערע. מ׳האט נישט געגלויבט. און יעצט ביסטו מודה.

די שאלה איז, די נעקסטע מאל וואס א פאר איזראעליס פראבירן צו נוצן די סאטמארער שוואכקייטן צו מאכען אפאר דאללאר, וועלן די פיהרערס כאפען אז מ׳דרייט זיי א קאפ? אדער וועט מען ווייטער אריין פאלען, אזוי ווי די הייליגע מסורה הייסט צו טון, זינט די הייליגע טאג ה׳ אייר תש"ח.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מאנטאג מאי 13, 2019 5:36 pm#430357
signout האט געשריבן:כ'הער אז די נייע דרכי שמואל האט באקומען רוב קינדער

קודם איז עס געווארן ממש לער
איצט איז ר' שמואל מארקאוויטש אריין אין די זאך ס'הייבט אהן זיך צוריקכאפן.

====
שלום עליך ATUB @ליטוואק פון בודאפעסט ATUB ערשט יעצט דאס באמערקט פון אייך,
אין מפלגת עץ טוט זיך א ריזיגע מחלוקה יעצט. הרב ישראל קאלמאנאוויטש מצד אחד איז אן אמעריקאנער, ער ווייסט נישט פון פאליטיק און חכמות, און ער גלויבט נעבך ערנסט אין די קנאות. די אנדערע צד, וואס האט נישט קיין עמטליכע יושב ראש, איז נאר גרייט לעת עתה נישט צו גיין אין בחירות און נישט נעמן געלט. אבער חתמנ׳ן לעולם ועד האלטען זיי נישט. די געשליפענע פאליטיקאנטן, וואס לעכצן נאך אן אמט אין דער רעגירונג, זענען דארט. זיי לייגען הרב שמואל דויטש מיט הרב עזריאל אויערבאך בראשם, אבער די צוויי טויגען נישט. הרב עזריאל איז א ירושלימ׳דיגע, ער גלויבט נישט אין קיין ווארט וואס ער זאגט, און זיין אמט איז אזא יבום (אדער חליצה) פון זיין ברודער׳ס פראבלעמן. הרב דויטש ליידט שוין יארען פון א דעפרעסיע, איך האב איהם געטראפען אין לעיקוואד אכט יאר צוריק און ער איז האלב פארשלאפען.
דער צד הרב קאלמאנאוויטש ווייסען אז זיי קענען זיך נישט פארלאזען אויף איהם, ער איז נישט אוועילעבל און ער פארשטייט נישט צו פאליטיק. זיי דארפען א פיהרער און זיי האבען דאס געלייגט אויף הרב צ. פריעדמאן. ער איז א שטארקע קנאי (ער איז אליינס געווען אין מיליטער, שא שטיל) און ער איז גרייט אונטער צו חתמנ׳ן אלס. אפאר מאנאטען צוריק, האט דער אנדערע צד געשיקט די גדולי הדור הרב דויטש און הרב אויערבאך קיין אמעריקא, אבער די סאטמוירים ווילען דוקא אז הרב צ. פריעדמאן זאל זיגען.
די פאליטיק אין פאנאוויעזש שפילט אויך ראלע, ווייל הרב מרקוביץ קען נישט צולאזען אז הרב א. דויטש זאל זיך פאררשכבהגן, ווייל דעמאלס זיין פאסטן אין געפאר, דער וואס איז אונטער איהם ווערט העכער איהם. ממילא שטיצט ער הרב צ. פריעדמאן, אבער ער איז ווייט פון א קנאי.
בקיצור, דער צוזאם קומפף איז נישט קעגן ציונים, נישט קעגן דגל התורה, נאר קעגן די אנדערע צד אין עץ זעלבסט.


אייער שטיקל טעירע איז זייער ווייט פינעם מציאות
דער געלט אסיפה האט בכלל נישט גענויגט צו א צד אין די בני תורה מחלוקה, סך הכל האט מען אריינגעכאפט צו שאפן תמיכה פאר מוסדות איידער די קריג האט אויסגעבראכן
מאנטאג מאי 13, 2019 6:42 pm#430359
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אינטרעסאנט, דעמאלס האב איך ענק געזאגט אז די גאנצע חגיגה איז א היכי תימצי אז איין צד אינערהאלב עץ זאל שטעכן די אנדערע. מ׳האט נישט געגלויבט. און יעצט ביסטו מודה.

די שאלה איז, די נעקסטע מאל וואס א פאר איזראעליס פראבירן צו נוצן די סאטמארער שוואכקייטן צו מאכען אפאר דאללאר, וועלן די פיהרערס כאפען אז מ׳דרייט זיי א קאפ? אדער וועט מען ווייטער אריין פאלען, אזוי ווי די הייליגע מסורה הייסט צו טון, זינט די הייליגע טאג ה׳ אייר תש"ח.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

וועלכע שוואכקייטן? איך פארשטיי נאכאלץ נישט פארוואס מ'זאל נישט מאכן דעם קאמפיין ווייל מ'שלאגט זיך דארט. איך האלט בכלל נישט אז דער מעמד איז געווען פון איין עץ פארטיי קעגן דעם צווייטן. פארוואס קען מען נישט לערנען פשוט אז מ'דארף געלט וזהו.

איש מיינט לכאורה צו זאגן אז מ'וואלט נישט געמאכט קיין געלט בשעת א מחלוקה.

יעצט זע איך אז איש האט שוין געענטפערט דאס זעלבע.
מאנטאג מאי 13, 2019 7:58 pm#430365
Re: וואלט מען יעצט געקענט מאכן די געלט אקציע?
די געלט איז געקומען מיט א תנאי אז די מער קנאישע צד זאל באטייליגן. פירושו, עס איז א מעסעדזש אז יצחק שטערן שטיצט הרב קאלמאנאוויץ און נישט הרב דויטש.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מאנטאג מאי 13, 2019 8:04 pm#430366
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:די געלט איז געקומען מיט א תנאי אז די מער קנאישע צד זאל באטייליגן. פירושו, עס איז א מעסעדזש אז יצחק שטערן שטיצט הרב קאלמאנאוויץ און נישט הרב דויטש.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

הייסט אז סאטמאר האט זיך אויסגענומען תנאים מיט זיי, נישט זיי מיט סאטמאר, יא?

יעצט זיי מסביר דיין פריעדיגע תגובה ביטע.
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:די שאלה איז, די נעקסטע מאל וואס א פאר איזראעליס פראבירן צו נוצן די סאטמארער שוואכקייטן צו מאכען אפאר דאללאר, וועלן די פיהרערס כאפען אז מ׳דרייט זיי א קאפ? אדער וועט מען ווייטער אריין פאלען, אזוי ווי די הייליגע מסורה הייסט צו טון, זינט די הייליגע טאג ה׳ אייר תש"ח.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מאנטאג מאי 13, 2019 8:43 pm#430373
Re: וואלט מען יעצט געקענט מאכן די געלט אקציע?
זייט ווען קען מען פארלעשן א פייער מיט געלט? אויב עפעס איז ווען עס איז דא געלט דעמאלט פלאקערן אויף אלע מחלוקת'ן
מאנטאג מאי 13, 2019 8:55 pm#430379
מחלוקת איז דא אייביג, מיט געלט צו אן געלט. כאטש שלאגט מען זיך אויף געלט...

לעצטנס האט אויסגעבראכן א פרישע מחלוקה מיט יורשים בנשקי"ם, פרעגט מיר איינער, 'אויף דעם דארף מען געלט? לוינט זיך נישט די גאנצע עשירות'...

האב איך אים מסביר געווען אז כאטש שלאגט מען זיך אויף בנינים, ערנסטע מיליאנען, האסט געוואלט מ'זאל זיך שלאגן אויף א ירושה כתב יד אדער עפעס א בעיסמענט דירה'לע אין בעדפארד גארדענס?....

אין סאטמאר האט מען זיך כאטש געשלאגן אויף א סך הכל פון האלב ביליאן דאלער, אין באבוב האט מען זיך קוים געשלאגן אויף א נאמען פון א שטאט וואס מ'וואלט רואיג געקענט צוטיילן אין צוויי....
מאנטאג מאי 13, 2019 9:09 pm#430382
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:די געלט איז געקומען מיט א תנאי אז די מער קנאישע צד זאל באטייליגן. פירושו, עס איז א מעסעדזש אז יצחק שטערן שטיצט הרב קאלמאנאוויץ און נישט הרב דויטש.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk

חלומות שחלמו אחרים על אחרים..
ווער איז געווען די מתנה און מיט וועמען האט ער דאס אויסגענומען ?
מאנטאג מאי 13, 2019 9:38 pm#430390
Re: וואלט מען יעצט געקענט מאכן די געלט אקציע?
איסר, דו פארשטייסט טאקע נישט וויאזוי פאליטיק ארבעט?

צד פריעדמאן זוכט שטיצע. וואס טוט מען? מ׳קלינגט קיין אמעריקא און מ׳זאגט זיי אז מיר זיינען די אמת׳ער והם הבדאים. טאמער מ׳שיקט די געלט צו זיי, דארף מען אונז נישט האבען, וקנאות מה תהא עליה? וממילא האט מען געמוזט אנשטעלן א מחלוקת מיט די רעגירונג, מיט דגל התורה וכו׳. דערווייל איז עס סתם מי בראש אין דער עץ פארטיי, און נישט פאר די מוסדות. עס איש מעגליך אז די מוסדות וואלטן עפעס פארדינט דערפון, ווען עס וואלט געלונגן. אבער נישט דאס איז געווען דער תכלית.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מאנטאג מאי 13, 2019 10:36 pm#430393
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איסר, דו פארשטייסט טאקע נישט וויאזוי פאליטיק ארבעט?

צד פריעדמאן זוכט שטיצע. וואס טוט מען? מ׳קלינגט קיין אמעריקא און מ׳זאגט זיי אז מיר זיינען די אמת׳ער והם הבדאים. טאמער מ׳שיקט די געלט צו זיי, דארף מען אונז נישט האבען, וקנאות מה תהא עליה? וממילא האט מען געמוזט אנשטעלן א מחלוקת מיט די רעגירונג, מיט דגל התורה וכו׳. דערווייל איז עס סתם מי בראש אין דער עץ פארטיי, און נישט פאר די מוסדות. עס איש מעגליך אז די מוסדות וואלטן עפעס פארדינט דערפון, ווען עס וואלט געלונגן. אבער נישט דאס איז געווען דער תכלית.


חלומות בהקיץ
אפשר הגר"מ פילאף האבן זיי גערופן
די מארגני המסיבה זענען בכלל נישט אזוי פארטון דא אין א צד, הייבט אויף א טרייבל צו תפארת יעקב און איבערצייגט אייך

.
דברים מבהילים ארום די מצב
חלק א
חלק ב
חלק ג
מאנטאג מאי 13, 2019 11:58 pm#430406
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איסר, דו פארשטייסט טאקע נישט וויאזוי פאליטיק ארבעט?

צד פריעדמאן זוכט שטיצע. וואס טוט מען? מ׳קלינגט קיין אמעריקא און מ׳זאגט זיי אז מיר זיינען די אמת׳ער והם הבדאים. טאמער מ׳שיקט די געלט צו זיי, דארף מען אונז נישט האבען, וקנאות מה תהא עליה? וממילא האט מען געמוזט אנשטעלן א מחלוקת מיט די רעגירונג, מיט דגל התורה וכו׳. דערווייל איז עס סתם מי בראש אין דער עץ פארטיי, און נישט פאר די מוסדות. עס איש מעגליך אז די מוסדות וואלטן עפעס פארדינט דערפון, ווען עס וואלט געלונגן. אבער נישט דאס איז געווען דער תכלית.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

הייסט אז די מחלוקה צווישן פרידמאן און דויטש גייט שוין אן זינט תשע"ג ווען מ'האט זיך אפגעטיילט פון דגל התורה? די אלע מוסדות האבן אויפגעהערט צו נעמען געלט נאר ארויסצושטופן דויטש פון בילד?!

איך הייב נישט אן צו פארשטיין וואס איר זאגט.
דינסטאג מאי 14, 2019 1:39 am#430410
Re: וואלט מען יעצט געקענט מאכן די געלט אקציע?
[size=85]. הרב דויטש ליידט שוין יארען פון א דעפרעסיע, איך האב איהם געטראפען אין לעיקוואד אכט יאר צוריק און ער איז האלב פארשלאפען


ביסט זיכער אַז עס איז נאך היינט אזוי? איך האב געהערט פון מענטשן אז ער איז דער אקטיווסטער פון זײערע אלע רבנים.

אפשר מיינסטו ר' ברוך שמואל?
דינסטאג מאי 14, 2019 5:25 am#430413
Re: וואלט מען יעצט געקענט מאכן די געלט אקציע?
אונטער חכם האט געשריבן:
[size=85]. הרב דויטש ליידט שוין יארען פון א דעפרעסיע, איך האב איהם געטראפען אין לעיקוואד אכט יאר צוריק און ער איז האלב פארשלאפען


ביסט זיכער אַז עס איז נאך היינט אזוי? איך האב געהערט פון מענטשן אז ער איז דער אקטיווסטער פון זײערע אלע רבנים.

אפשר מיינסטו ר' ברוך שמואל?
יא, רב"ש. ער האט דאך קינדער אין לעיקוואד. הרב ח"צ הכהן גארעליק, מח"ס גבול בנימין, איז זיין זון. ווי אויך א טאכטער מיט די נאמען בוים.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דינסטאג מאי 14, 2019 6:17 am#430414
אויב ער איז טאקע אזוי דיפרעסט, פארוואס זוכט מען קנאישע תירוצים, מען קען דאך האבן סאך א בעסערע תירוץ?
דינסטאג מאי 14, 2019 8:21 am#430419
ווער זאגט תירוצים?

איך מיין עס פעלט דיר א פשוט'ער ידיעה. עס איז דא צוויי ברידער, הרב שמואל דויטש און הרב אשר דויטש. הרב שמואל דויטש איז געווען דער רוח חיה אין תשמ"ט אנצופיהרען דער ההתייסדות פון דגל התורה. זייט דעמאלס איז ער שטיל און מ'הערט גאר ווייניג פון איהם. ער איז אן איידעם געווען ביי הרב ירוחם גארעליק, ר"מ אין ישיבה יוניווערסיטי. ער איז די גרעסערע עילוי ווי זיין ברודער אויך. הרב אשר דויטש איז א חלק פון די ליטווישע געזעלשאפט (הגם אז ער איז אן אונגארישע אפשטאמיגע) און ער איז נישט אנדערש פון די אלע דגל התורה'ניקס. נאר וואס? ער איז אויף די אנדערע צד פון די מחלוקת אין פאנאוויעז, און דעריבער איז ער אביסל לעקיש (אדער איז ער לעקיש פאר די זעלבע סבה אז ער איז אויף די אנדערע צד אין פאנאוויעז, וליכא שום נפקותא בדבר ע"כ לא הארכתי בזה). ער איז אבער נישט קיין קנאי און ער איז נישט געקנויטן פון די טייג.

לעומת זה, הרב קאלמאנאוויץ איז א קנאי מבטן ומלידה. אלע קאלמאנאוויטש'ס זענען פארפרומטע נשמות, וואס לעבן א פינסטערע קנאישע לעבן. חזקיה קאלמאנאוויטש (פון אתרא קדישא) איז אן אייניקעל פון א ברודער פון הרב ישראל קאלמאנאוויטש, און דאס איז איין גרויסע משפחה וואס איז אזוי. (איך האב א שוואגער פון יענער משפחה, און ער רעדט זיך אפ)

דער התייסדות פון עץ איז ריין פאליטיש. אפאר עסקנים האבען זיך געזען אין דערויסן, ווי אויך אפאר ראש ישיבה'לעך, און ממילא איז געווארען א צייטונג (אין עיתון אין מפלגה) און א פאליטישע באוועגונג, וואס האט פראבירט צו גיין אין כנסת און אין אלע עיריה אנשטאלטן, און זיך אויפבוין א מלוכה, פונקט ווי רביץ און גפני בשעתם. זיי האבען געקלערט אז די 'פרומערע' צד וועט זיגען און דעריבער האבען זיי גענומען א פרומערע צד, און אזוי אריין געכאפט געוויסע תמימים. דאס איז נישט קיין חידוש, זייט די התייסדות המדינה האבען פאליטישע באוועגונגן זיך געריסן ווער זאל פארטרעטן די פרומע ציבור אין כנסת, און צום סוף האט אגודת ישראל געוואנען. אבער פא"י האט פראבירט אלע יארען, און ווען זיי זענען אראפ פון די מאפע, איז יעצט געקומען ע"ץ במקומם, מיט די זעלבע נוסח הטענות, "די עסקנים פארפירען די גדולים", "מיר מעגען אויך האבען א מיינונג", "איך האב א גדול וואס קען אויך לערנען", "מיין גדול האט א בעסערע ספר ווי דיינס", אבער אונטער דעם אלעם איז געלעגען א פלעינער 'מי בראש' און מ'האט גענומען די טענות ווען עס האט אויסגעפעלט.

די חידוש פון עץ איז צו שפילען דער געים מיט די אמעריקאנער תמימים, און זיי אריין שלעפען אין זייערע בלאטע, אזוי ווי אתרא קדישא און אבותינו האבען ביידע געטון פאר זייער באגרעניצטע שאיפות, איינער מצד די אהרוינעם און איינער מצד די זאלוינעם, אזוי טוט עץ היינט.

די פראבלעם איז אז א גרופע פון פלגנים וועלען זיך אייביג שלאגען צווישען זיך, און ממילא איז געווארען די ריס צווישען די גדולים זייערע. דער עסקן לויפט צו דעם, און דער צו דעם. וויבאלד זיי האבען בעצם נישט קיין אייניגע שפראך צו גאנג, וועט ממילא אויספלאצען מחלוקת לרחצה, און די עסקנים נוען עס כפי רצונם.

ווען זיי קומען קיין אמעריקא און זאגען אז יענקל וויל זיך שלאגען מיט בערל, און ער דארף הילף, וואלט איינער זיי געהאלפען? אוודאי נישט! האט מען אנגעשטעלט א 'אידישקייט' מחלוקה, כאילו דאס איז די מחלוקת מיט ציונים, און גענוצט די געווער וואס מ'באקומט פון דא צו שיסען אויף די אנדערע עץ. ווען זיי האבען געלט, קען דער צד מחליט זיין וואס טוט זיך. זיי זיצען דאך אויפ'ן שיסעל.

דער אויבישטער האט אבער געהאלפען און דער געוואלדיגע געלונגענע עסקן יצחק דייטש האט געוויזען וואס ער קען, און עס איז געווען איין גרויסע דורכפאל. עס וואלט מיר געווען א חידוש ווען זיי וואלטען אפילו געדעקט די הוצאות זייערע. און ממילא איז יעצט צרות פאר זיי.

דער אויבישטער זאל העלפען וילמדו תועים בינה, און די אלע וואס זוכען זיך צו בויען אויף מחלוקת און הרס זאלען איינזען די טעות פון זייערע וועגן, און זיי זאלען נוצען זייער ענערגיע אויף עפעס גוט, טויגליך און אויסגעהאלטען. און מיר וועלען אלע פארדינען דערפון.
דינסטאג מאי 14, 2019 10:35 am#430438
יעצט האסט זייער קלאר געשריבן. עץ האט זיך געגרינדעט אלס פרומער פארטיי, אדער אלס מי בראש אדער אלס ערליכקייט - אין דעם לאז איך יעדעם לערנען פשט וויאזוי ער וויל.

יעצט האט אויסגעבראכן א מחלוקה, און יעדער פרובירט צו שאפן געלט פאר זייער צד, סך הכל האט יצחק שטערן געשטיצט פרידמאן דעם קנאי ענדערש ווי דויטש (וואס איז אגב שקר, אלע מוסדות אונטער יעדעם האט באקומען געלט, סך הכל אויפן קול קורא איז פר"מ נאמען געשטאנען פריער, דאס איז ווייל ער האט מער מוסדות און מענטשן - פלייש אונטער זיך...).

האסט נאכאלץ נישט אויפגעוויזן וואו איך זע אז דער מטרה פון דעם כינוס איז געווען צו שטופן א פאליטישער אגענדע, אויסער צו שאפן געלט פאר די מוסדות.
דינסטאג מאי 14, 2019 10:39 am#430440
Re: וואלט מען יעצט געקענט מאכן די געלט אקציע?
פא"י איז נישט אראפ פון די מאפע, די נאמען האט זיך נאר געטוישט אויף דגל.

ביי די התייסדות פון דגל איז עס אפענערהייט געווען מי בראש, נאר על פי רמז דרוש סוד האט מען געטראפן עפעס יודישקייט, די עצניקעס שעמען זיך כאטש אביסל.
דינסטאג מאי 14, 2019 10:44 am#430441
Re: וואלט מען יעצט געקענט מאכן די געלט אקציע?
איסר האטלקי האט געשריבן:יעצט האסט זייער קלאר געשריבן. עץ האט זיך געגרינדעט אלס פרומער פארטיי, אדער אלס מי בראש אדער אלס ערליכקייט - אין דעם לאז איך יעדעם לערנען פשט וויאזוי ער וויל.

יעצט האט אויסגעבראכן א מחלוקה, און יעדער פרובירט צו שאפן געלט פאר זייער צד, סך הכל האט יצחק שטערן געשטיצט פרידמאן דעם קנאי ענדערש ווי דויטש (וואס איז אגב שקר, אלע מוסדות אונטער יעדעם האט באקומען געלט, סך הכל אויפן קול קורא איז פר"מ נאמען געשטאנען פריער, דאס איז ווייל ער האט מער מוסדות און מענטשן - פלייש אונטער זיך...).

האסט נאכאלץ נישט אויפגעוויזן וואו איך זע אז דער מטרה פון דעם כינוס איז געווען צו שטופן א פאליטישער אגענדע, אויסער צו שאפן געלט פאר די מוסדות.


עס איז נישט לכאורה נישט אמת, יצחק שטערן האט געוואלט רופן ר' אשר דויטש, נאר די היזיגע קנאים האבן אים נישט געלאזט.

זיין ציל איז זיכער צו מאכן אז סאטמאר האט א ווארט דארט, ער האלט אז אזוי וועט ער זיי קענען מאכן פאר קנאים.
דינסטאג מאי 14, 2019 11:06 am#430444
דאס בין איך מודה. איך טריי נאר אויסצופיגערן ליטוואק'ס טעאריע.

נאכן כאפן וואס ער זאגט וועל איך מחליט זיין אויב איך זאל עס גלייבן, אבער קודם דארף איך בכלל פארשטיין וואס ער פרובירט צו זאגן.
דינסטאג מאי 14, 2019 11:36 am#430445
איינע פון די הויפט קריגעריי יעצט איז הקצאות
מלכודת ההקצאות - פרק א.pdf
(236.75 KiB) אראפגעלאדנט 99 מאל
לאמיר הערן דא ליטוואק'ס טעאריע
דינסטאג מאי 14, 2019 11:58 am#430447
די יודעי דבר ווייסן שוין לאנג פון די גאנצע מאכערייקא און דערפאר האט דער עין העדה סאטמאר רב גלייך זיך אנטזאגט פון די גאנצע זאך

מיר איז נאר אינטערסאנט ווי אזוי די אזויגערופענע קאווע שטיבל סטייל אפענע קעפ זענען פונקט דא עפעס גאר וואונדערליך פארמאכט און זיי קענען עפעס נישט כאפן וואס דא גייט פאר .......

יעדע קליינע נארישע פאלטיק פון סיי וואס און פון סיי וועם ווייסן זיי פונקטליך וואס ליגט אונטער דעם און אויף דעם און דא פלוצים נעמט זיי איבער אזא תם'קייט אינטערסאנט

דער אמת איז אבער פשוט פאר ווער ס'האט מיטגעלעבט די יארן נאך פון די ימי הנהגה פונעם רבין הברך משה ווען ס'איז געווען בעיקר הורתם ולידתם פון די היינטיגע זאלי פארטיי והמסתעף, האבן זיי זיך אלס געגרויסט מיט דעם אז זיי ווערן נישט פארקויפט פאר קיין רביס//ע"ז ס'איז געווען איין רבי און פון דארט און ווייטער וועט זיך פירן דורך דיינים/ערליכע אידן וכל שום וחניכא

און פון יעדן אנדערן רבין, חסידות, האבן זיי אפגעלאכט. די לעצטע פאר יאר האבן זיי ערפינדן ארונישע קעלבלעך חלה דעקלעך וכדו' לשונות של קללה ויואש

אבער שוין לאנג וואס זיי זעין איין אז זינט זיי האבן זיך געוואלט נוקם זיין אין זייער ארכי שונא הרב אהרן טייטלבוים און זיי האבן זיך מתאחד געווען אונטער עפעס א אומבאוואסטע ליידיג גייער אימפאטירט פון בארא פארק וואס לכבוד דעם האבן זיי כפרות געשלאגן מיט זייער אפגאט לייטנער (הרב מאמאנטיווידעי) שארמאשער וכדו' וועלן זיי צו דעם אויך מוזן אויפגעבן זייער נאטור און סלאגאן פון ווערן געפירט אן קיין דעת יחידאה

לעצטענס אבער ווערט דאס מער און מער, יצחק שטערן וואס זוכט אויפצובויען די סאטמארקייט פון די פארטיי האט זיי אריינגעפירט אין תהום מיט זיך צושטעלן צו די אגודאים און ביי יצחק שטערן און אזאנע סארט עסקנים איז נישט דא קיין וועג צוריק

נישט אינטערסאנט יעצט איבערצוגיין וואס פארא שווערע ארבעט דא איז געמאכט געווארן און אריינגעלייגט געווארן צו שטיפן די אויערבאכניקעס די לעצטע פאר יאר ווי אריין שלעפן דעם סאטמאר רבין אין א אסיפה מיט א שמוציגע מטרה א בלק אין מאנסי ווי ר' אהרן האט זיי טאקע געלערנט מיט זיי בלק ווי עס דארף צו זיין וכדו'

עכ"פ זיי שטייען יעצט פאר א שווערע טשאלענזש און זיי מוזן פארענפערן זלמן לייבס שייגעץ שטיק פאר אלע געלטער איי קען איך דען זיין א קעלבל א חלה דעקל איז דא צוויי ברירהס אדער האב איך נישט קיין בריה און איך ווער א קעלבל אונטער א דעת יחידאה אדער בין איך מודה אויף מיין טעות פון די לעצטע צען יאר

און מודה זיין א טעות איז זייער שווער אפילו ווען דער פאקט פאטשט אין פנים און אויף דעם דרייט זיך יעצט זייער גאנצע עשה עצמו כאילו לא ידע שפיל
דינסטאג מאי 14, 2019 1:13 pm#430454
אונטער חכם האט געשריבן:פא"י איז נישט אראפ פון די מאפע, די נאמען האט זיך נאר געטוישט אויף דגל.



איך מיין דו ביסט אביסל צומישט. אגודה האט געוואלט גיין מיט פא"י, און הרב שך האט אלס זיך געשלאגען דערמיט. די ערשטע רייבערייען זענען געווען אויף דעם. ליין איבער די מעשה אין תשל"ז.
דינסטאג מאי 14, 2019 1:28 pm#430457
גאנצל האט געשריבן:זיי שטייען יעצט פאר א שווערע טשאלענזש און זיי מוזן פארענפערן ר זלמן לייבס שייגעץ שטיק פאר אלע געלטער

וואס דארף מען פארענטפערן
דינסטאג מאי 14, 2019 7:36 pm#430486
איש את רעהו האט געשריבן:
גאנצל האט געשריבן:זיי שטייען יעצט פאר א שווערע טשאלענזש און זיי מוזן פארענפערן ר זלמן לייבס שייגעץ שטיק פאר אלע געלטער

וואס דארף מען פארענטפערן

קודם דארף מען זיך פארענטפערן פאר די מנהלי המוסדות פארן נישט שאפן די געלט, נאכער וועט מען זעהן ווייטער.