הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אינטערנעט און אידישקייט » ברעיקינג: סמארטפאון אפילו מיט א פילטער איז אסור!!
ברעיקינג: סמארטפאון אפילו מיט א פילטער איז אסור!!
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDTשריפט
10 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 13 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #13123
מאנטאג מאי 13, 2019 8:11 pm#430367
Re: ברעיקינג: סמארטפאון אפילו מיט א פילטער איז אסור!!
מהיכן דנתנו? איך זעע נישט די נייעס ערגעץ אנדערש.
מאנטאג מאי 13, 2019 8:14 pm#430368
האסט עס ערנסט געוואלט זען אויף א סמארטפאון?
מאנטאג מאי 13, 2019 8:23 pm#430369
אין ארץ ישראל איז דאך פרנסה אסור אפילו אן א סמארטפון
מאנטאג מאי 13, 2019 8:55 pm#430378
Re: ברעיקינג: סמארטפאון אפילו מיט א פילטער איז אסור!!
איסר האטלקי האט געשריבן:האסט עס ערנסט געוואלט זען אויף א סמארטפאון?
וואס עפעס ביזסטו חושד בכשרים?
זייט די רבנים האבן געקוקט מיט א שלעכטן אויג אויף די סמארטפאון'ס, גיי איך ארום מיט מיין קאמפיוטער אויפן גאס. די קאמפיוטערס זענען דאך כשר בתכלית הכשרות והשלימות. די גרויסע טורעם מיט די מאַמע-ברעטער און פראסעסערס וכו' שלעפ איך אין אזא קליינעם רענצעל אונטער מיר, אין מיין קליינעם טאש פון מיין דזשי און דזשי הויזן איז דא פלאץ פונקט פאר מיין יו. עס. בי. און די גרויסע 27 אינטש סקרין האלט איך שטארק מיט מיינע צוויי הענט, וואס טוט מיר אויך באשיצן פון די אנגייענדיגע טרעפיק..
מאנטאג מאי 13, 2019 9:09 pm#430383
מודה בטפל האט געשריבן:אין ארץ ישראל איז דאך פרנסה אסור אפילו אן א סמארטפון
לצורך סמארטפאון האבן שוין געוויסע מתיר געווען. און דערפאר זענען די גאונים ארויסגעקומען מיט דעם רוף אז סמארטפאון איז אסור, ווייל די סמארטפאון קען צוברענגען צום שרעקליכן חורבן פון פרנסה...
דינסטאג מאי 14, 2019 1:31 am#430409
מעיקר הדין איז דאס אן אלטע דיון, נאר היות אז מ'האט דאס פון פריש געפענט, זאל שוין זיין נאך א תגובה:
למעשה, All jokes aside, האט נאך קיינער, אדער כמעט קיינער, פון די הונדערטער רבנים, ראשי ישיבות, wannabe רבנים, געשריבען געהעריגע הלכה'דיגע תשובות כדרכה של תורה, וכנהוג באלפי שנים האחרונות, צו מברר זיין בפני קהל ועדה, די אביזרייהו דג"ע, שפי"ד, עו"ז, איסור הנאה, ערגער ווי חמץ, אסור לצרף למנין עשרה, איכא דרכא אחרינו, ועוד, וואס מ'האט ארויף געקלעבט אויפ'ן אינטערנעט וכליו. מימות עולם איז כמעט נאך נישט געווען אזא שקר ברבים וואס קיין איינע פון די שקרנים רבנים קענען נישט אויף קומען מיט א פשוט'ע בירור על פי הלכה ועל פי אמת פארוואס זיך זאגען אז דאס איז אסור, פונקט אזוי ווי די צענדליגע טויזינטער פסקי הלכה וחידושי סוגיות וואס זענען שוין געשריבען געווארן לאסוקי שמעתתא אליבא דהילכתא.
זייער ווארט איז נישט קיין ווארט, די פסק איז נישט קיין פסק, ועד הנה האט עס מיט תורה קיין שייכות נישט. דאס איז חוץ פון דעם, וואס רובן האבן נישט קיין דעמנ מושג וואס אינטערנעט איז בכלל, ווי אזוי דאס ארבעט, און ווי אזוי מ'נוצט עס אין טאג טעגליכע לעבן. שטעלטס אייך פאר אז עפעס א כולל יונגערמאן, וואס האט קוים געלערנט אביסל או"ח און יו"ד, וועט זיך נעמען פירן דיני תורות אין חו"מ אדער מסדר זיין גיטין וקידושין. ס'וועט אויפ'ן פלאץ ווערען די סקאנדאל פונ'ם יאר, און ער וועט ווערען אסור לבוא בקהל.
יעצט קומען א גרופע מענטשען וואס האבן נישט קיין פריקען אנונג וואס טוט זעך אין די נושא און זענען משקר בפני קהל עם ועדה כאילו זיי האבן א רעכט בכלל צו פסק'ענען דא, און צום סוף שרייבען זיי ניטאמאל א געהעריגע פסק הלכה כדבעי. זענען אזעלעכע שקרנים בכלל נאמן אלס עדות?!
די איסור אינטערנעט איז פול אוו ש*ט, באשאפען בעווארן דורך מענטשען וואס זענען פול אוו ש*ט, אלס נאר צו מאכן אונזער לעבן פול אוו ש*ט.
ש*טה לא נודע למי...

דינסטאג מאי 14, 2019 8:09 am#430418
האב איך בערך דאס אמאל געזאגט פאר א באקאנטן מורה הוראה אין מאנסי - שיכון סקווירא , האט ער מיר געזאגט אז ער פארלאזט זיך אויף א 'בירור להלכה' פון א אינגערמאן אין מאנסי וואס האט ארויסגעגעבן א קונטרס מיטן נאמען 'סורו אל תגעו' צו מברר זיין די 'איסור' השתמשות בכלי הנקרא 'סמארטפאון' וכדו'..
דינסטאג מאי 14, 2019 8:55 am#430425
אויב דער מודעה איז נישט קיין מזויף איז אזוי
הגאון ר' חיים מאיר וואזנער שליט''א לרפו''ש האט קינדער און אייניקלעך מיט סמארטפאון'ס
ר' שמאי קהת,
הכהן גראס
גייט אקעגן זיין רבי וואס איז געווען דער נחשון וואס האט אריינגעברענגט די כשר'ע סמארטפאנס

דינסטאג מאי 14, 2019 12:03 pm#430448
זאפטיג האט געשריבן:אויב דער מודעה איז נישט קיין מזויף איז אזוי
ר' שמאי קהת,
הכהן גראס
גייט אקעגן זיין רבי וואס איז געווען דער נחשון וואס האט אריינגעברענגט די כשר'ע סמארטפאנס
גערעכט. בעלזא דיין הג״ר שמאי קהת הכהן גראס, וואלט נישט געחתמט אזא פאשקוויל.