עס איז מיר א חידוש די וואס שרייבן אז זיי ליינען שוין פאר יארן און מוטשנען זיך נאכאלס, איך קען בלויז שרייבן מיין אייגענע עקספיריענס.
איך פלעג ליינען ליין מאטריאל פאר קינדער, (Mishpacha Jr, Ami Aim), זיי האבן גוטע חומר וואס קען זיין אינטערסאנט פאר עדאלטס. למשל קורצע שטריכן איבער א באקאנטע פיגור, א שטיקל וועלטליכע נייעס, א פרישע ערפינדונג, אינטערסאנטע בע"ח. פארשטייט זיך אז זיי האבן אויך זייער נארישע מעשיות, אבער דו קענסט זייער שנעל זען וועלכע קאלומס זענען אינטערסאנט פאר דיר.
שפעטער האב איך מיר געפילט מער באקוועם, און איך האב אנגעפאנגען צו ליינען די רעגולער משפחה/עמי מער און מער. דארטן איז אויך דא זאכן וואס זענען מיר נישט אינטערסאנט, איך האב מיר שוין אויסגלערנט צו ליינען וואס איך גלייך.
צפור בודד האט געשריבן:הרחק מן הכיעור ודומה לו. ליין נישט עמי, משפחה, המודיע מיט די אנדערע שלעכט געשריבענע און נישט דורכגעטראכטע חרדישע זשורנאלן וואס וועלן דיר איינגעוויינען מיט שלעכטע געוואוינהייטן און קנאפע איכות. ביי די חרדישע קאטשקעריי וועסטו דיך אויסלערנען וויאזוי צו ספינען און לייענען שרייבעריי פון אחד בעט ואחד בלב. ליין קואליטעטע ביכער, צייטונגען און מאגאזינען. לייען הענרי דזעימס, טשארלס דיקענס וכדומה. אז אין אנהייב איז צו שווער הייב אן מיט ליטל הויז אן דע פרעירי, וויזארד אוו אז און ענלעכס. גוט שרייבן און גוט לייענען איז גוט דענקן און גוט טראכטן און די צוויי קען מען נישט אפטיילן.
Sent from my SM-G973F using Tapatalk
לדעתי ביזטו נישט גערעכט, די ענגלישע משפחה איז א פיינע קוואליטעט, און די עמי גייט אויך אין די גוטע דיירעקשן. דארפסט נישט ליינען אלעס, א גרויס חלק איז זייער פיין. חוץ מזה, מיין טאטע זיצט שבת נאכמיטאג מיט א גמ', איך מיט א משפחה. וואס נאך ווילסטו פון מיר?