Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » קאווע שטיבל • פאנט פרנק-ריהל

קאווע שטיבל • פאנט פרנק-ריהל

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
12 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13146
פרייטאג מאי 24, 2019 12:01 pm#430998
פאנט פרנק-ריהל
דער פאנט פרנק-ריהל איז פון די פארשפרייטסטע אידישע אותיות, וואס ווערט גענוצט אין כמעט אלע צייטונגען, אריינגערעכנט די חרדישע צייטונגען אויף דער אידישער שפראך.

בילד

אבער פרנק-ריהל איז נישט נאר א מאדערנער פאנט וואס איז געמאכט געווארן דורך די סעקולערע ציונים, נאר דער ציל דערפון איז געווען אויפצוקומען מיט א נייעם פאנט וואס איז אנדערש ווי די טראדיציאנאלע אותיות פון ווילנא און לעמבערג וועלכע דערמאנען דעם גייסט פונעם בית המדרש!

איר פארשטייט מסתמא אז איך האב נישט קיין פראבלעם אז צייטונגען ווערן געדרוקט מיט א מאדערנעם פאנט. אבער עס גרילצט מיר יא אין די אויגן ווען איך זע מציבות פון רבי'ס וועלכע נוצן דעם פאנט. ס'איז פשוט נישט פאסיג אז די מציבה פון סקולענער רבי'ן ז"ל זאל זיין אויסגעקריצט מיט פרנק-ריהל. דאס זעלבע די מציבה פונעם ברך משה ז"ל -- ס'שטימט נישט. מ'האט געדארפט נוצן די זעלבע אותיות וואס מ'האט גענוצט ביים די פריערדיגע רבי'ס פון סאטמאר און סקולען.
פרייטאג מאי 24, 2019 1:30 pm#431008
Re: פאנט פרנק-ריהל
דו האסט שארפע אויגן און ערנסטע דאגות...
אבער לכאורה פונקט ווי די מגן דוד קען ווערן טמא ווייל די ציונים האבן דאס איבערגענומען, קען די פאנט זיין הייליג ווייל דער איד און דער בלאט האבן דאס איבערגענומען.
פרייטאג מאי 24, 2019 2:07 pm#431010
אבטולמוס האט געשריבן:ס'איז פשוט נישט פאסיג אז די מציבה פון סקולענער רבי'ן ז"ל זאל זיין אויסגעקריצט מיט פרנק-ריהל.

וואס איז שלעכט מיט 'עם ישראל כאיש אחד בלב אחד'?
פרייטאג מאי 24, 2019 7:24 pm#431020
און וואס איז שלעכט מיט גאט ברוך הוא, זוי ווי ס'שטייט, ה' יספור בכתוב עמים...?
פרייטאג מאי 24, 2019 7:47 pm#431022
וואלווי: ס'שטייט אבער נישט וועלכע פאנט מ'וועט נוצן...! אה... ס'שטייט יא. כתב אשורית. וועלכער דרוקער/זעצער האט דאס אויסגעטראכט...?!
מוצ"ש מאי 25, 2019 2:53 pm#431026
אבטולמוס האט געשריבן:אבער פרנק-ריהל איז נישט נאר א מאדערנער פאנט וואס איז געמאכט געווארן דורך די סעקולערע ציונים, נאר דער ציל דערפון איז געווען אויפצוקומען מיט א נייעם פאנט וואס איז אנדערש ווי די טראדיציאנאלע אותיות פון ווילנא און לעמבערג וועלכע דערמאנען דעם גייסט פונעם בית המדרש!


מאן יימר?
מוצ"ש מאי 25, 2019 11:29 pm#431030
האות עוצבה מתוך מצוקה בסוגי אות בתקופה בה החלו להדפיס כתבים עבריים חילוניים רבים. הגופנים הקיימים (ובראשם גופן וילנא, ששימש להדפסת רוב הכתבים העבריים עד אז) שידרו אווירת בית מדרש, שממנה רצו הכותבים להימנע. האות עוצבה כך כדי שתתאים לדפוס מודרני ושהקורא יוכל "לרוץ" בקריאה בה בטקסטים ארוכים, מנוקדים ולא-מנוקדים.

—ויקיפדיה
זונטאג מאי 26, 2019 2:27 am#431031
@אבטולמוס איז זיס ווי צוקער מיט די סקאנדאלן וואס ער אנדעקט אלץ.
איך דאנק די באשעפער אז ער איז נישט איינגעשטעלט אין התאחדות אפיס, מ'קען זיך פארשטעלן וואספארא טעגליכע קול קורא'ס וואלטן ארויסגעקומען.
זונטאג מאי 26, 2019 7:26 am#431032
נעגעל וואסער האט געשריבן:דו האסט ערנסטע דאגות...
זונטאג מאי 26, 2019 7:49 am#431033
מיר וואונדערט סתם אזוי פארוואס מציבות זענען אלעמאל הונטערשטעליג מיט פאנטס. ווען פרנק-ריהל איז געווען אין סטייל זענען אלע מציבות געווען ווילנא. אבער נישט סתם ווילנא, נאר אזא פאנאטישע ווערסיע, וואס איז מסתמא געווען די ערשטע פאנט וואס האט געארבעט מיט ווארד און איז שנעל ערזעצט געווארן.

ווידער היינט ווען ס'איז אין סטייל אז א שיינע געדרוקטע ספר / קונטרס נוצט ליווארנא פאנט, איז ווייטער געבליבן ביי די מציבות פרנק-ריהל.
זונטאג מאי 26, 2019 9:16 am#431035
Re: פאנט פרנק-ריהל
היא הנותנת. אויף מצבות וויל מען שפירן אזא מין אלטע פילינג, פארצייטישקייט און גאטיק. טאקע דערפאר נוצט מען אלטע אפגעפליקטע פונטס.
זונטאג מאי 26, 2019 12:03 pm#431058
נאכאמאזל אז מ'נוצט נישט דאהי (אין די סאטמאר'ע קרייזן) די פאנט מיט וואס די העדליינס אין ידיעות אחרונות און מעריב איז געשריבן...!