מאנטאג מאי 27, 2019 10:40 pm#431173
די אנטי-עירוב עקסטרעמיסטן מאכן א טעות
זיך געפונענדיג אינעם צוואנציגסטן יאר זייט דער עירוב איז געבויט געווארן אין בארא פארק בשנת תש"ס, קומען אצינד פאר גרויסע פראפאגאנדע קאמפיינס קעגן די עירובין אין וויליאמסבורג און אין בארא פארק. אין וויליאמסבורג פלאנען די אנטי-עירוב עקסטרעמיסטן צו מאכן א מאסן-פראטעסט דעם קומענדיגן שבת אויסצושרייען די "וויי געשריי" קעגן דעם "פסול'ן" עירוב. אין בארא פארק הענגען מאדערן-גראפירטע פלאקאטן אין די גאסן וואס שרייען אז דער עירוב איז נישט געמאכט פאר אידן, "נישט פאר דיר און נישט פאר מיר." (אפשר איז דער בארא פארקער עירוב אויך געמאכט געווארן פאר די ראדני-גוים.)
עס איז נישט קיין סוד אז אין בארא פארק איז דער עירוב א הילכיגער סוקסעס. רוב שטאט פארלאזט זיך אויפ'ן עירוב, צי לכתחילה און אוודאי בדיעבד. אין וויליאמסבורג, ווידעראום, זעט מען ווייניגער מענטשן טראגן מיט'ן עירוב, א דאנק א סוקסעספולן לאנג-יעריגן טעראר קאמפיין צו שיקאנירן סיי פון די וואס באנוצן זיך מיט'ן עירוב און סיי די רבנים וואס האבן גע'פסק'נט אז דער עירוב איז כשר לכתחילה.
איך בין נאך געווען א אינגל ווען די מלחמה האט אויסגעבראכן אין תש"ס. און ווען איך טראכט היינט צוריק שטוין איך ווי אונזער וועלט האט זיך געטוישט אין די לעצטע צוואנציג יאר. די אלע טענות ומענות פון די אנטי-עירוב עקסטרעמיסטן זענען היינט אזוי לאכעדיג און טפשות'דיג אז אפילו די קיצונים וואלטן זיך נישט געוואגט היינט זיי צו זאגן און שרייבן. (כ'רעד נישט פון די לעגיטימע הלכה'דיגע דעבאטעס כדרכה של תורה.)
דאס זעלבע קולטורעל. פאר צוואנציג יאר צוריק איז געווען נארמאל אז א ראש המשפחה, א טאטע, א זיידע, זאל אננעמען א צד קעגן דעם עירוב, און זאל דערקלערן פאר בנים ובני בנים אז "ביי אונז אין דער משפחה טראגט מען נישט." און וויי פאר דער שניר אדער אייניקל וואס וואגט זיך צו טון אנדערש פון דעם זיידנ'ס "פסק". שטעלט אייך פאר היינט, אין שנת תשע"ט, זאל אפיר קומען א הלכה'דיגע קאנטראווערסיע. אוודאי זענען נאך פאראן ראשי משפחות וועלכע זענען דיקטאטארן און פרובירן ארויפצוצווינגען זייערע דעות. אבער דאס וואס איז געווען נארמאל צוואנציג יאר צוריק איז היינט אזוי מאדנע און אפגעפרעגט, אז ס'איז בכלל נישט עולה על הדעת אז ס'וואלט היינט געקענט מצליח זיין אויף א מאסנשטאבליכן פארנעם.
בכלל האט דער אינדיווידועל מיט זיינע דעות כמעט נישט עקזיסטירט צוואנציג יאר צוריק. ס'איז בכלל נישט געווען קיין פלאץ צו זאגן א מיינונג פארקערט פון וואס די צייטונגען האבן באשטימט. אז די פרא-עירוב עסקנים האבן געוואלט לאזן הערן זייערע מיינונגען, האבן זיי זיך געמוזט באנוצן מיט פאשקעווילן... ס'איז נישט געווען קיין שום אנדערער וועג! ס'איז נישט געווען קיין סאשעל מידיע, קיין קאווע שטיבל אדער וואטסעפפ, און מ'האט פשוט דערשטיקט די דעות וואס מ'האט נישט געגליכן.
די אנטי-עירוב עקסטרעמיסטן דארפן זיך פרייען אז זיי האבן נאך אריינגעכאפט זייער מערכה אין דער פרימיטיווער תש"ס, און עס איז שוין אזוי געבליבן ביי פילע אז "מ'טראגט נישט." אויב פאנגען זיי יעצט אן א פרישע מערכה עפענען זיי א קאנע פון ווערעם. אן עירוב-דעבאטע אין תשע"ט מיינט אז יעדער מענטש האט א מיינונג און קען איר לאזן הערן; עס מיינט אז די וואס זענען פרא-עירוב האבן גענוג וועגן אנצוקומען צו אלפים ורבבות און מסביר זיין זייער שטעלונג; עס מיינט אז מענטשן וועלן אין אלגעמיין פאסן זייערע אייגענע באשליסן און וועלן נישט נעמען דיקטאטן פון א דור אדער צוויי צוריק.
א קלוגע סטראטעגיע פאר די עקסטרעמיסטן איז פשוט צו גראבן שטילע וואסערן. גייט אן מיט אייערע אינערליכע בלעטלעך און אסיפה'לעך, און האלט אן וואס איר האט. עפענט נישט די נושא נאכאמאל ביים ציבור - ווייל תשע"ט איז נישט תש"ס.