Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אויסוואל פון חסיד'ישע מוסדות אין מאנסי?

אויסוואל פון חסיד'ישע מוסדות אין מאנסי?

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
48 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13160
פרייטאג מאי 31, 2019 1:53 am#431371
אויסוואל פון חסיד'ישע מוסדות אין מאנסי?
מיר קלערן פון זיך ציען קיין מאנסי אי"ה. און פון די הויפט זאכן אויף די אגענדע איז, פארשטענדליך, ערלעדיגן די בתי חינוך, מוסדות התורה פאר די קינדערלעך. איך בין נישט צו שטארק באקאנט מיט די לענדסקעיפ פון מוסדות אין מאנסי, נאר אויבנאויף וואס איז באוויסט אין די גאס אז ס'איז זייער שווער צו ווערן אנגענומען, די מוסדות טעראריזירן, עס נעמט לאנג וכו' וכו' אבער וואס זענען בכלל די אויסוואלן?

איך בין א סאטמארער פון געבורט אויס. דערפאר איז פארשטענדליך אז איך זוך נישט צו שיקן צו אן אנדערע מוסד וואס איז דעדיקעיטעד פאר זייער חסידות און נאר מענטשן פון יענעם קרייז שיקן אהין. אבער עס איז זיכער דא נאך פארשידענע מוסדות'ער אויסער די סארט. עס איז דא אזאלכע וואס זענען מעיקרא געשטעלט פאר כלל חסידי, און אזאלכע וואס טראגן טאקע נעמען פון א געוויסע חסידות אבער האט קנאפ שייכות מיט די פארטיי און / אדער די חסידות מיט וועלכע זיי זענען אפיליאירט איז נישט קיין עקסקלוסיווע סארט נאר אלע מינים שיקן אהין.

סאו אויב קען מען מאכן דא א שטיקל ליסטע פון אלע תלמוד תורה'ס וואס קענען זיין אינטערעסאנט, וואלט עס געווען א גרויסע הילף פאר מיר און נאך אסאך אנדערע פון אויסער מאנסי און אפשר אפילו לאקאלע וואס זענען נישט באקאנט אין די פרטים ופרטי פרטים.

בפרט וואלט געווען גאר בייהילפיג צו האבן א שטיקל דעסקריפשאן איבער א מוסד מה טיבם, וואס איז די קוואליטעט פון זייער חינוך, פון די מחנכים, וויאזוי איז די ענגליש דעפט., וואסערע השקפות לייגן זיי אריין ענד טו וואט עקסטענט, וויפיל בעטן זיי שכר לימוד און וויפיל איז שייך צו האנדלען (אויב בכלל), וואס זענען זייערע פאליסי'ס, וואס פארלאנגען זיי פון די עלטערן, ווי שטארק גייען זיי נאך, זענען זיי צופרידן מיט אויסערליכע אפערענסעס אדער קריכן זיי דוקא אריין אין די קישקעס, ווי גרינג / שווער נעמען זיי אן, עני הינטס און טיפס וויאזוי צו דיעלן מיטן מוסד, ווער האט דארט די לעצטע ווארט א.א.וו.

עס מוז נישט זיין דוקא איינער מיט אלע אינפארמאציע אויף יעדן מעגליכן מוסד, נאר ווער עס קען זאל ביטע אריין טשיפן אביסל וואס ער ווייסט און צוזאמען וועט זיך האפנטליך ארויסשטעלן א קלארע בילד

בתודה מראש ולמפרע לכל המגיבים והמשתתפים, בשם יעדן וואס קען הנאה האבן פון אזא אשכול
פרייטאג מאי 31, 2019 10:48 am#431390
גרייט אייך צו פינף און צוואנציג צו דרייסיג אלפים שליסל געלט פער מוסד.
פרייטאג מאי 31, 2019 11:31 am#431393
Kidding?

אויב דו מיינסט עס ערנסט, פון וועלכע מוסד רעדסטו?
פרייטאג מאי 31, 2019 2:52 pm#431403
Re: אויסוואל פון חסיד'ישע מוסדות אין מאנסי?
קורקלענד האט געשריבן:גרייט אייך צו פינף און צוואנציג צו דרייסיג אלפים שליסל געלט פער מוסד.
אבי גערעדט!
פרייטאג מאי 31, 2019 6:10 pm#431410
איך האב געהערט אז מוסדות רח"ש זענען גאנץ ריזאנעבל. טאמער ביסטי מער ווייניגער אן ארענטליכע יונגערמאן, וועט מען דיך אננעמען
מוצ"ש יוני 01, 2019 11:00 pm#431416
ווער איז רי"ש?
זונטאג יוני 02, 2019 12:24 am#431425
מזל טוב האט געשריבן:ווער איז רי"ש?

ר' חיים שיע
פארראכטן
זונטאג יוני 02, 2019 12:45 am#431427
Re: אויסוואל פון חסיד'ישע מוסדות אין מאנסי?
@מזל טוב

קודם ברוכים הבאים פארן באשיינען אינזער שטיבל.

און לעצם הענין, די פארטייאישע מוסדות איז נישט אינטערעסאנט אויסצושמועסן דא ווייל בדרך כלל וועלן נאר איינשרייבן דארט די וואס באלאנגן דארט נאך פון מ' יום קודם יצירה, אוודאי איז אייביג דא א יוצא מן הכלל, למשל אויב איז עס א פרישע מוסד, און זיי האבן נישט אזא גרויסע נאכפאלגערשאפט (חסידים בלע"ז) אינעם געגענט ווי זיי עפענען זיך, וועלן זיי במילא אננעמען קינדער פון "די פרעמד" אבי זיי זאלן זיך קענען אויפבויען.

אזוי האבן זיך אלע חסידשע און נישט חסידישע מוסדות געבויעט, ווי למשל סאטמאר מאנסי, וויזניץ, סקווירא, און אפילו לעצטענס, ראכמיסטריווקא, באבוב, קלויזענבורג, בעלז, וכו' וכו' און איינמאל זיי האבן זיך אויפגעבויעט האבן זיי אנגעהויבן א רייניגונג (קלענזינג בלע"ז) ווי זיי מאכן זיכער אז די מוסד מעגן נאר אריינקומען קינדער פון "היימישע משפחות" אדער ווי ס'ווערט גערופן אין די מער היימישע שפראך "אנשי שלומינו".

האב איך פרובירט צוזאם שטעלן א שטיקל ליסטע, דערווייל האלט איך נאך ביי זעקס ת"ת

אמרי בינה
ריבניץ
מונקאטש
אמרי שפר
ראכמיסטריווקא
בית דוד

די באלאנגן לגמרי נישט (חוץ ראכמיסטריווקא) צו קיין שום חסידות, און סיי וואספארא סארט חסידות ווערן אנגענומען דארט, כ'זאג נישט אז דאס אננעמען איז גרינג, אבער אויב זוכסטו אזא מין ת"ת זענען די לכאורה די טשויס, קען זיין ס'דא נאך, אבער יעצט אויף די מינוט קומט מיר דאס אין זיכרון.
זונטאג יוני 02, 2019 12:56 am#431429
ייש"כ.

מען ראט מיר צו אפלייען קודם איבעראל און זעהן וואו עס געלונגט.

איך ווייס אבער אפילו נישט וואו אנצוהייבן. איך שטויס זיך אן אין נעמען פון חדרים אבער נישט מער.

למשל, דרכי נועם, קאלאשיץ, נועם אלימלך ווייסט איינער עפעס וועגן זיי?

פאפא, איז נאר פאר פאפא חסידים אדער ס'איז אפן פארן פובליק? די זעלבע מיט באבוב (ביידע), האו עבאוט ראחמיסטריווקא?

איך זוך דווקא נישט קיין 'אובער הייליגע' (ווי למשל בנות חיל אין וויליאמסבורג), איך פארשטיי אז תשב"ר ריבניץ איז מער אין די קאטעגאריע, איז דאס ריכטיג?

----

גאלדענער אדלער 'האקט', קודם א ייש"כ און לאמיר דורכליינען בעיון
זונטאג יוני 02, 2019 1:17 am#431431
איז בית דוד עמטליך א חסיד'ישע תלמוד תורה? מיר האט זיך געדוכט אז ס'איז מער ישיבי'ש

ראחמיסטריווקא דארף איך מורא האבן פאר א עווענטועלע קלענזינג? (און עט ליעסט די קינדער וואס האבן שוין געלערנט דארט, זענען כאטש יא פארזיכערט צו קענען גראדואירן?)

פון ארום זוכן איז מיר אויסגעקומען אז מונקאטש, וויען, אמרי שפר און עטרת צבי הייסן אפיציעל אפן פאר יעדן, אבער מונקאטש און וויען פרובירן דאס צו טוישן און ווערן מער שטרענג. איז דאס למעשה אזוי?

(כשלעצמי האלט איך, אז אויב גייט מען שוין יא דעם ראוט איז אמרי שפר די בעסטע לויט די אימעזש וואס זיי פרובירן צו מאכן, א קוואליטי חינוך און אויך א דגוש אויף גוטע לימודי חול. איז דא למשל משפחות וואס קענען ווען רעלאטיוו גרינג אנגענומען ווערן אין מער סטאנדארט מוסדות אבער זענען אליינס בוחר אמרי שפר צוליב דעם? און למעשה, do they live up to the hype? זיי דעליווערן טאקע אדער איז דאס נאר פראפאגאנדע? וויאזוי זעהן אויס די פירות פון די פארגאנגענהייט?)

וואס און ווער איז אמרי בינה?
זונטאג יוני 02, 2019 1:34 am#431432
Re: אויסוואל פון חסיד'ישע מוסדות אין מאנסי?
@מזל טוב שרייבט

איך זוך דווקא נישט קיין 'אובער הייליגע' (ווי למשל בנות חיל אין וויליאמסבורג), איך פארשטיי אז תשב"ר ריבניץ איז מער אין די קאטעגאריע, איז דאס ריכטיג?

ריכטיג! מ'לערנט דארט ליידער נישט קיין ענגליש
זונטאג יוני 02, 2019 1:38 am#431433
Re: אויסוואל פון חסיד'ישע מוסדות אין מאנסי?
ת"ת בית דוד, זענען רוב מלמדים און אלע מנהלים חוץ די מתיבתא חסידישע, און כ'וואלט געזאגט אז רוב קינדער זענען ליטווישע אבער א גוטע דרייסיג פראצענט זענען חסידישע פון אלע סארט סטאלין, גור, סאטמאר, וכו' וכו'
זונטאג יוני 02, 2019 1:41 am#431434
Re: אויסוואל פון חסיד'ישע מוסדות אין מאנסי?
@מזל טוב, דאס וואס דו פרעגסט וועגן ראכמיסטריווקא

ראחמיסטריווקא דארף איך מורא האבן פאר א עווענטועלע קלענזינג? (און עט ליעסט די קינדער וואס האבן שוין געלערנט דארט, זענען כאטש יא פארזיכערט צו קענען גראדואירן?)

דער תירץ איז לפענ"ד אז ס'האלט נאך ווייט דערפון ווייל זיי האבן נאך צו א קליינער עולם אין מאנסי לעת עתה
זונטאג יוני 02, 2019 1:50 am#431435
Re: אויסוואל פון חסיד'ישע מוסדות אין מאנסי?
@מזל טוב; דאס וואס דו שרייבסט

פון ארום זוכן איז מיר אויסגעקומען אז מונקאטש, וויען, אמרי שפר און עטרת צבי הייסן אפיציעל אפן פאר יעדן, אבער מונקאטש און וויען פרובירן דאס צו טוישן און ווערן מער שטרענג. איז דאס למעשה אזוי?

כפי ידיעתי זענען זיי טאקע אפן צו יעדן, אבער ס'דא א גרויסע נפק"מ צווישן זיי למשל וויען איז זייער שווער אריינצוגיין, משא"כ מונקאטש, אמרי שפר, עטרת צבי בין איך נישט באקאנט

און לגבי די קוואליטעט פון אמרי שפר, קען איך דיר מעיד זיין אז זיי האבן זייער א פארגעשריטענע קאריקאלום הלוואי וואלטן אנדערע מוסדות נאכגעמאכט, וואלטן געווען ווייניגער עמי הארצים און די יוגענט וואלט פיל שענער אויסגעזעהן. בפשטות פון אלע חסידישע ת"ת האבן זיי די בעסטע קאריקאלום מיט גאר געלונגענע און איבערגעגעבענע מלמדים מנהלים און ענגלישע טיטשערס
זונטאג יוני 02, 2019 2:07 am#431436
עטרת צבי האט געטוישט נאמען צו באר ישעיה.

באר ישעיה איז די מערסטע מאדערנע חסידישע חדר. זיי גיבן א גוטן עדיוקעישן, א גוטע ענגליש פראגראם, וכ'ו.

אמרי שפר איז דער ראנער אפ צו דעם, פאר די וועלכע ווילן הייסן מער חסידיש.

מונקאטש איז דער נעקסטער ראנער אפ. מ'האט לעצטנס משלח געווען דעם עסקטרעמיסט מנהל יאקאב.

פון דא און ווייטער איז אלעס פארטייאיש און א קאווע שטיבל ליינער האט נישט וואס צו זוכן דארט.

שטיי אוועק פון: בית דוד. ראחמעסטריווקע. תשב"ר. נועם אלימלך. וכו וכו.
זונטאג יוני 02, 2019 2:55 am#431437
Re: אויסוואל פון חסיד'ישע מוסדות אין מאנסי?
מונקאטש נעמט אן זייער גרינג יעצט

Sent from my SM-G960U using Tapatalk
זונטאג יוני 02, 2019 2:37 pm#431445
Re: אויסוואל פון חסיד'ישע מוסדות אין מאנסי?
איך האב געהערט אויף די ת״ת באר ישעיה (אפשר איז דאס געווען אין אמרי שפר) אז אמאל ווען איינער פון די קינדער דארט האט געמאכט מיט זיין משפחה אן ״עלייה״ קיין ארץ ישראל האט מען געמאכט אין חדר א מסיבת פרידה מיט איזראעלי פענער, ס׳האט מיר זייער געפאלן

Sent from my iPhone using Tapatalk
זונטאג יוני 02, 2019 2:42 pm#431446
Billy האט געשריבן:עטרת צבי האט געטוישט נאמען צו באר ישעיה.

באר ישעיה איז די מערסטע מאדערנע חסידישע חדר. זיי גיבן א גוטן עדיוקעישן, א גוטע ענגליש פראגראם, וכ'ו.

אמרי שפר איז דער ראנער אפ צו דעם, פאר די וועלכע ווילן הייסן מער חסידיש.

מונקאטש איז דער נעקסטער ראנער אפ. מ'האט לעצטנס משלח געווען דעם עסקטרעמיסט מנהל יאקאב.

פון דא און ווייטער איז אלעס פארטייאיש און א קאווע שטיבל ליינער האט נישט וואס צו זוכן דארט.

שטיי אוועק פון: בית דוד. ראחמעסטריווקע. תשב"ר. נועם אלימלך. וכו וכו.

בית דוד און ראחמיסטריווקא און נועם אלימלך זענען די זעלבע פארפרומט ווי תשב"ר?

ווער איז נועם אלימלך? איז דאס אפיליאירט מיט די ישיבה און אונטער משה ברוך ווייס' הדרכה?

וויאזוי זענען באר ישעיה און מונקאטש מיט די לימודי קודש?

(ווען אלע קאווע שטיבל ליינער - און פאטענציעלע ליינער און סימפאטיזירער - וואלטן ווען נישט געשיקט צו קיין פארטייאישע / מעינסטרים מוסדות וואלטן מיר דאך נישט געהאט די אלע אשכולות מיט קרעכצן אויף די מוסדות' טעראר... און עס וואלט שוין געווען פיל מער פון די סארט מוסדות)
זונטאג יוני 02, 2019 4:38 pm#431452
Re: אויסוואל פון חסיד'ישע מוסדות אין מאנסי?
אויף דיין ערשטע שאלה צו בית דוד איז די זעלבע ווי ראכמיסטריווקא נועם אלימלך וכו' דער תירץ איז ניין, אבער נישט ווייל זיי ווילן נישט נאר ווייל ס'פשוט אנדערש געבויעט, ס'טייטש היות רוב קינדער דארט זענען פון ליטווישע הייזער, איז אלעס וואס ביי די ליטאים איז נארמאל איז דארט אויך נארמאל ווי למשל, די ערשטע שפראך וואס ווערט גערעדט צווישן די קינדער איז ענגליש, אפילו די מלמדים ווען זיי לערנען פאר איז עס אין ביידע שפראכן, רוב קליידער משוגעת'ן וואס איז שטרענג פארבאטן אין חסידישע ת"ת ווי למשל וועלעכע גלעזער צו גיין אדער פיר שניטיגע קאפלעך וכדומה איז דארט נישט קיין פראבלעם, קורצע ארבלען קען מען דארט גיין ביז די אכצן, קאלירטע קאפלעך ביז די בר מצוה, וכדומה וכדומה און פון די אנדערע זייט טעכנאלאגיע איז דארט אסור פינקט ווי אין חסידישע ת"ת.
זונטאג יוני 02, 2019 5:23 pm#431455
חוקר ודורש האט געשריבן:איך האב געהערט אויף די ת״ת באר ישעיה (אפשר איז דאס געווען אין אמרי שפר) אז אמאל ווען איינער פון די קינדער דארט האט געמאכט מיט זיין משפחה אן ״עלייה״ קיין ארץ ישראל האט מען געמאכט אין חדר א מסיבת פרידה מיט איזראעלי פענער, ס׳האט מיר זייער געפאלן

Sent from my iPhone using Tapatalk

די מעשה איז געשען אין אמרי שפר
זונטאג יוני 02, 2019 5:56 pm#431459
מזל טוב האט געשריבן:
Billy האט געשריבן:עטרת צבי האט געטוישט נאמען צו באר ישעיה.

באר ישעיה איז די מערסטע מאדערנע חסידישע חדר. זיי גיבן א גוטן עדיוקעישן, א גוטע ענגליש פראגראם, וכ'ו.

אמרי שפר איז דער ראנער אפ צו דעם, פאר די וועלכע ווילן הייסן מער חסידיש.

מונקאטש איז דער נעקסטער ראנער אפ. מ'האט לעצטנס משלח געווען דעם עסקטרעמיסט מנהל יאקאב.

פון דא און ווייטער איז אלעס פארטייאיש און א קאווע שטיבל ליינער האט נישט וואס צו זוכן דארט.

שטיי אוועק פון: בית דוד. ראחמעסטריווקע. תשב"ר. נועם אלימלך. וכו וכו.

בית דוד און ראחמיסטריווקא און נועם אלימלך זענען די זעלבע פארפרומט ווי תשב"ר?

ווער איז נועם אלימלך? איז דאס אפיליאירט מיט די ישיבה און אונטער משה ברוך ווייס' הדרכה?

וויאזוי זענען באר ישעיה און מונקאטש מיט די לימודי קודש?

(ווען אלע קאווע שטיבל ליינער - און פאטענציעלע ליינער און סימפאטיזירער - וואלטן ווען נישט געשיקט צו קיין פארטייאישע / מעינסטרים מוסדות וואלטן מיר דאך נישט געהאט די אלע אשכולות מיט קרעכצן אויף די מוסדות' טעראר... און עס וואלט שוין געווען פיל מער פון די סארט מוסדות)

נועם אלימלך און תשב"ר האבן א שטיקל ענליכקייט ווייל יארן צוריק זענען זיי געווען איינס. זיי האבן זיך צוטיילט איבער פרומקייט משוגעת'ן. (תשב"ר האט געהאלטן, למשל, אז קינדער מעגן גיין אויף טריפס - נועם אלימלך האט נישט געהאלטן פון דעם, וכהנה).

בנוגע ראחמעסטריווקע - איך קען נישט פערזענליך דעם ראחמעסטריווקע רבי און זיין שיטה אין אידישקייט אבער דער ראחמעסטריווקער חדר אין מאנסי האט זיך אוועקגעשטעלט מיט'ן ציל צו זיין פארחנאקטער פונעם חנאק. דער מנהל דארט איז א פלאכער ביבער הוט קאשוי סטיל ראדיקאל.

נועם אלימלך חדר איז אפיליאירט מיט משה ברוך ווייס. ניחשת טוב.

לגבי בית דוד.. וואו זאל איך אפילו אנהייבן... א פארשטונקענע עליטיסטישע אינסטיטוציע וואס גיבט ארויס גאנץ שוואכע סחורה נאך אלעם. ווען א סאטמאר'ער (אדער עני ביג באקס סיסטעם) אינגערמאן קומט זיך מתחנן זיין צו אננעמען זיינע קינדער וועלן זיי אים שלעפן דורך בלאטע ביז זיי וועלן אים אפראוון. אויב בכלל. זיי דארפן נישט דעם סאטמאר באם אזוי צו זאגן. און אויב דו שטעלסט אן א פנים כאילו ביזט געווארן א בעסערע גאטשע און ביזט געווארן א רב שלעזינגער חסיד וכו' וועסטו דאס דארפן אויפווייזן.

די זעלבע איז מיט בית רחל סקול פאר מיידלעך. למעשה די צוויי מוסדות - בית דוד און בית רחל - זענען עכטע רעליקס פון אלט-מאנסי ווען חסידים מיט ליטפאקס האבן געלערנט אין איין קלאס. היינט צו טאג סערווירן די צוויי מוסדות מייסטנס רעפיט קאסטומערס אדער קינדער/אייניקלעך פון די אריגינעלע אלומניי.

לויט דיין שאלה פארשטיי איך אז דו האסט נאר זין. מיינע בנים האב איך געשיקט צו עטרת צבי (פאר ס'איז געווארן באר ישעיה) און ס'איז געווען א געוואלדיגער אויסוואל.

די נחת פון איטליכער טאטע קען ווערן אפגעשאצט באזונדער. מיין נחת איז אז מיינע קינדער זענען נערדס און אקאדעמיקער. איינער איז אין א פרעסטיזשפולער אוניווערזיטעט, איינער האט איצט געשריבן א טעזע איבער ביאלאגיע אויף וואס ער גייט קריגן אן אויסצייכענונג די וואך. וואלטן זיי געגאנגען אין אן אנדער חדר וואלטן זיי מסתמא נישט אנגעקומען דארט.

למעשה היינט צוטאגס איז אביסל אכשר דרא אין דעם געביט. אמרי שפר שטעלט צו א פיינעם עדיוקעישן מיט די שיפע טאשן..

מיין מענטאליטי איז אלץ געווען זיך נישט צו בעטן ביי די דרערד ליגערס ווי נחום רופט זיי. אויב זיי ווילן מיר נישט באלאנג איך (טאקע) נישט דארט.

זאלסט האבן אסאך נחת.
זונטאג יוני 02, 2019 8:52 pm#431465
ביללי: איינער א קרוב מיינער האט געשריבן א בוך. און ער האט געהאלטן א טעזע/דרשה אין אן ערליכע ישיבה וואס די אנפיהרערס זענען צדיקים. און ער האט נישט באקומען אן אויסצייכענונג. ווייל ער האט באשריבן דעם טרויעריגן מצב אין רוב פון די אזוי-גערופענע .."עליטיסטישע ישיבות...! אדרבה. מ'האט געלייגט זיין בוך (און איהם אויך) אין חרם. ווייל די גאר חשוב'ע און פראמינענטע אנפיהרערס פונ'ם אידישן חינוך סיסטעם האבן זיך דערזעהן דארט מיט רויטע פעינימער...!
זונטאג יוני 02, 2019 9:27 pm#431467
א גרויסן ייש"כ פאר אלע מגיבים. צוביסלעך באקומט מען א שטיקל בילד וואס עס טוט זיך

מ'האט דערמאנט אמרי בינה. מה טיבם?

און אויך, וויאזוי קאמפעירט מיין נעיטיוו מוסד, סאטמאר, מיט די אנדערע וואס מען האט גערעדט אין דעם אשכול?
זונטאג יוני 02, 2019 9:44 pm#431468
Re: אויסוואל פון חסיד'ישע מוסדות אין מאנסי?
וויפעל יאר איז שוין עטרת צבי אפען?

Sent from my SM-G960U using Tapatalk
זונטאג יוני 02, 2019 10:00 pm#431469
Re: אויסוואל פון חסיד'ישע מוסדות אין מאנסי?
למשל בנות דרך ישראל סקול פאר מיידלעך אין מאנסי לאזט מאמעס דרייווען אבער זיי קענען משיגע מאכן פארן שניידען די בארד

די סקול ביישטייט נאר פון חסידים

Sent from my SM-G960U using Tapatalk
זונטאג יוני 02, 2019 10:04 pm#431470
Re: אויסוואל פון חסיד'ישע מוסדות אין מאנסי?
מזל טוב האט געשריבן:
Billy האט געשריבן:עטרת צבי האט געטוישט נאמען צו באר ישעיה.

באר ישעיה איז די מערסטע מאדערנע חסידישע חדר. זיי גיבן א גוטן עדיוקעישן, א גוטע ענגליש פראגראם, וכ'ו.

אמרי שפר איז דער ראנער אפ צו דעם, פאר די וועלכע ווילן הייסן מער חסידיש.

מונקאטש איז דער נעקסטער ראנער אפ. מ'האט לעצטנס משלח געווען דעם עסקטרעמיסט מנהל יאקאב.

פון דא און ווייטער איז אלעס פארטייאיש און א קאווע שטיבל ליינער האט נישט וואס צו זוכן דארט.

שטיי אוועק פון: בית דוד. ראחמעסטריווקע. תשב"ר. נועם אלימלך. וכו וכו.

בית דוד און ראחמיסטריווקא און נועם אלימלך זענען די זעלבע פארפרומט ווי תשב"ר?

ווער איז נועם אלימלך? איז דאס אפיליאירט מיט די ישיבה און אונטער משה ברוך ווייס' הדרכה?

וויאזוי זענען באר ישעיה און מונקאטש מיט די לימודי קודש?

(ווען אלע קאווע שטיבל ליינער - און פאטענציעלע ליינער און סימפאטיזירער - וואלטן ווען נישט געשיקט צו קיין פארטייאישע / מעינסטרים מוסדות וואלטן מיר דאך נישט געהאט די אלע אשכולות מיט קרעכצן אויף די מוסדות' טעראר... און עס וואלט שוין געווען פיל מער פון די סארט מוסדות)
צו האבן אזאנע מוסדות ברויכן אזאנע עלטערן ווי דיר עס עפענען , נישט נאר עפענען נאר אנפירן, סיי די רוחניות און סיי גשמיות און סיי טראגן די עול פונעם מוסד פאנאנציעל און אויך טרעפען מלמדים און מנהלים אזוי ווי די , און סאיז נישט דא דערווייל ווער עס וויל עס טין
זונטאג יוני 02, 2019 10:19 pm#431471
מזל טוב האט געשריבן:א גרויסן ייש"כ פאר אלע מגיבים. צוביסלעך באקומט מען א שטיקל בילד וואס עס טוט זיך

מ'האט דערמאנט אמרי בינה. מה טיבם?

און אויך, וויאזוי קאמפעירט מיין נעיטיוו מוסד, סאטמאר, מיט די אנדערע וואס מען האט גערעדט אין דעם אשכול?

Don't quote me on this.. אבער איך מיין אז אמרי בינה זענען ווינער אינגעלייט וואס האבן זיך אפגעטיילט פון וויען. גאר פרומע ווינער.

אויב דו האסט א ספק וועגן יא אדער נישט שיקן אין סאטמאר דעמאלס האסטו שוין דעם תירוץ: דו, מיין חבר, באלאנגסט נישט דארט. אין פראקטיקאליטי: פארוואס זאלסטו באגרעניצן דיינע קינדער'ס עדיוקעישן? מילא וואוינסט אין וויליאמסבורג אדער מאנרא האסטו דאך נישט א ברירה, אבער אין מאנסי? גיב זיי א פיינעם עדיוקעישן. זאלן זיי אויסוואקסן צו גאט און צו לייט. זאלן זיי קענען א לייטיש ענגליש. זאלן זיי קענען מאטעמאטיק. און גלייב מיר, דיין טאטע/שווער/שוואגער/רב וכו' ווילן נאך שעפן מער נחת פון דיינע קינדער ווי פון זייערע קאזינס. בדוק ומנוסה.
זונטאג יוני 02, 2019 10:25 pm#431472
Re: אויסוואל פון חסיד'ישע מוסדות אין מאנסי?
איינער חיים לייב קליין פירט מונקאטש חדר אין מאנסי היינט צוטאגס אינטער די קוליסון אלס איינע פון די עלטערן וואס איז נושא בעול, איך מיין אז מען ברויך שוין היינט צאלן דארט עפעס שליסעל געלט אנצוקומען דארט
מאנטאג יוני 03, 2019 6:06 am#431495
Re: אויסוואל פון חסיד'ישע מוסדות אין מאנסי?
moneyminded האט געשריבן:איינער חיים לייב קליין פירט מונקאטש חדר אין מאנסי היינט צוטאגס אינטער די קוליסון אלס איינע פון די עלטערן וואס איז נושא בעול, איך מיין אז מען ברויך שוין היינט צאלן דארט עפעס שליסעל געלט אנצוקומען דארט
Not true, there's no shlisel gelt involved. They're in the middle of constructing a new building and are asking a building fee, like everyone else.

Sent from my LGLS991 using Tapatalk
מאנטאג יוני 03, 2019 10:12 am#431496
Re: אויסוואל פון חסיד'ישע מוסדות אין מאנסי?
נייע חדרבילד

Sent from my SM-G960U using Tapatalk
מאנטאג יוני 03, 2019 10:14 am#431497
יעלה ויבא האט געשריבן:
moneyminded האט געשריבן:איינער חיים לייב קליין פירט מונקאטש חדר אין מאנסי היינט צוטאגס אינטער די קוליסון אלס איינע פון די עלטערן וואס איז נושא בעול, איך מיין אז מען ברויך שוין היינט צאלן דארט עפעס שליסעל געלט אנצוקומען דארט
Not true, there's no shlisel gelt involved. They're in the middle of constructing a new building and are asking a building fee, like everyone else.

Sent from my LGLS991 using Tapatalk

פון פשוטי עם בעטן זיי אפשר נישט, אבער פון רייכערע יודן בעטן זיי אפשר יא.
מאנטאג יוני 03, 2019 11:21 am#431507
Re: אויסוואל פון חסיד'ישע מוסדות אין מאנסי?
חיים יואל האט געשריבן:
יעלה ויבא האט געשריבן:
moneyminded האט געשריבן:איינער חיים לייב קליין פירט מונקאטש חדר אין מאנסי היינט צוטאגס אינטער די קוליסון אלס איינע פון די עלטערן וואס איז נושא בעול, איך מיין אז מען ברויך שוין היינט צאלן דארט עפעס שליסעל געלט אנצוקומען דארט
Not true, there's no shlisel gelt involved. They're in the middle of constructing a new building and are asking a building fee, like everyone else.

Sent from my LGLS991 using Tapatalk

פון פשוטי עם בעטן זיי אפשר נישט, אבער פון רייכערע יודן בעטן זיי אפשר יא.
דאס טוט יעדער
מאנטאג יוני 03, 2019 1:43 pm#431513
moneyminded האט געשריבן:נייע חדרבילד

Sent from my SM-G960U using Tapatalk

עפעס מער אינפארמאציע? וואס ווען ווער ווי? זיי פלאנען אנצוהייבן די חדר פון כתה ה'? סאונדט אביסל קאסטום מעיד פאר א יחיד מיט קינדער אין די יארגאנג
מאנטאג יוני 03, 2019 2:19 pm#431523
אנטשטאט 'שליסל געלט' הייסט עס שוין 'בילדינג פאנד' אדער 'גביר סורטשארדזש'. פון וואנעט ווייסן זיי וואס איר פארמאגט? ביז מ'געפונט אויס אז קודם פרובירן זיי מיט יעדן. טאמער יענער איז טאקע א ארימאן זאגן זיי איהם אז זיי קענען נישט ווייל אויף די זעלבע פלאץ וויל עס א גביר וואס איז גרייט צו באצאלן.... דערפאר האבן זיי נישט קיין ברירה, אצינד גיי ברעך זיך קאפ... בארג.... אא''וו.... ס'נישט חלילה שליסל געלט, ס'איז ס''ה 'מוסד סורווייוול געלט'.....
מאנטאג יוני 03, 2019 2:53 pm#431525
Billy האט געשריבן:
מזל טוב האט געשריבן:א גרויסן ייש"כ פאר אלע מגיבים. צוביסלעך באקומט מען א שטיקל בילד וואס עס טוט זיך

מ'האט דערמאנט אמרי בינה. מה טיבם?

און אויך, וויאזוי קאמפעירט מיין נעיטיוו מוסד, סאטמאר, מיט די אנדערע וואס מען האט גערעדט אין דעם אשכול?

Don't quote me on this.. אבער איך מיין אז אמרי בינה זענען ווינער אינגעלייט וואס האבן זיך אפגעטיילט פון וויען. גאר פרומע ווינער.

אויב דו האסט א ספק וועגן יא אדער נישט שיקן אין סאטמאר דעמאלס האסטו שוין דעם תירוץ: דו, מיין חבר, באלאנגסט נישט דארט. אין פראקטיקאליטי: פארוואס זאלסטו באגרעניצן דיינע קינדער'ס עדיוקעישן? מילא וואוינסט אין וויליאמסבורג אדער מאנרא האסטו דאך נישט א ברירה, אבער אין מאנסי? גיב זיי א פיינעם עדיוקעישן. זאלן זיי אויסוואקסן צו גאט און צו לייט. זאלן זיי קענען א לייטיש ענגליש. זאלן זיי קענען מאטעמאטיק. און גלייב מיר, דיין טאטע/שווער/שוואגער/רב וכו' ווילן נאך שעפן מער נחת פון דיינע קינדער ווי פון זייערע קאזינס. בדוק ומנוסה.

גאר פרומע ווינער על משקל ריבניץ און נועם אלימלך? כ'מיין צו פרעגן וואו זייער פרומקייט קלאפט אויס, זיי ווילן האבן א מער תורה'דיגע פעירענט באדי, אדער א 4 סלייס קאפל צי א מאמע וואס דרייווט שטערט זייער מנוחה. אדער לערנען זיי ווייניגער ענגליש? אדער גאר זוכן זיי ווייטער ווינער סטאנדארטן נאר מיט א 'בעסערער' נאמען?

מיינע ספיקות וועגן סאטמאר איז דרייפאכיג, קודם אויף וויפיל איך פלעג הערן פון מיינע חברים אין ישיבה יוצאי סאטמאר מאנסי האט דער גאנצער חינוך געסאקט דארטן, אלימלך שפיצער איז (געווען?) דער מושל בכיפה און אלעס איז געגאנגען מיטן פיטום אראפ, ווער עס האט געקענט האט געשיקט ערגעץ אנדערש, כ'געדענק הערן אז פאר א שטיק צייט איז געווען א סאטמארע באוועגונג צו לייגן אין פאפא, אבער לויט ווי מען זאגט דא איז עס שוין היינט נישט אזוי.

סאו מיין שאלה איז צי עס איז נאכאלס אזוי שלעכט אדער האבן זיי זיך שוין סובסטענשאלי פארבעסערט? לויט ווי איך פארשטיי איז דער מוסד היינט 4 5 מאל אזוי גרויס ווי 20 יאר צוריק, איז עס געבליבן די זעלבע סארט שלאבערישע ווירטשאפט?

און אן דעט סעים נאוט, (ווייל זייער אסאך מאל גייט עס צוזאמען, א שוואכע חדר בכלל וועט אויטאמאטיש די ערשטע זאך עס אויסקלאפן אויף די לימודי חול וואס איז בעיניהם נאר א טפל שבטפלים אדער דאס אויך נישט) ווי געפערליך איז די לימודי חול קאמפעירד צו אנדערע מעינסטרים מוסדות? וויפיל שעה א טאג איז די סטאנדארט אין מאנסי בכלל צו לערנען ענגליש און וויפיל אין סאטמאר, וועלכע כתה הייבט מען אן א.א.וו.?

אויסער דעם ווייס איך נישט וועלכע סארט מוסד דאס איז, איך פארשטיי אז רוב מוסדות וועלן בעטן מען זאל אריין שיקן פאפירן צום וועד האישור (גייט נאך אן?), וואס דאס איז בעצם נאר פעיפער ווארק ותו לא, די שאלה איז צי דער מוסד וועט טון עפעס מער כדי צו וועריפייען, למשל ס'איז געווען א רומאר אז געוויסע מוסדות זענען אזוי intrusive אז זיי פרעגן אויס די קינדער וכדו'. און מיט סאטמאר'ס טרעק רעקארד אין אנדערע מקומות צו געוואויר ווערן אין מקוה ווער עס גייט מיט האר אדער אפיציעל מוטיגן שכנים צו פאר'מסר'ן ווער עס פארט מיט א ביציקל... איז וויכטיג צו וויסן צי סאטמאר מאנסי איז אויך אזוי

נאכן זאמלען די אינפארמאציע וועט זיין גרינגער צי זען צי עס איז קאמפעטיבל ווי מ'זאגט
מאנטאג יוני 03, 2019 3:06 pm#431526
אין אלגעמיין אין מאנסי איז נישט אזוי ווי וויליפעסט, ס'איז מער ווייניגער איש כל הישר בעיניו יעשה, יא ס'איז נאך פארהאן געוויסע מוסדות וואס פארלאנגען א אישור בנוגע די אינטערנעט, ס'איז א פאפיר וזה הוא, א חוץ אין וויזניץ דארפסטו אביסל נאך אכטונג געבן פון די מסור קעצלעך,
גראדע האבן זיי לעצטענס אהיים געשיקט אפאר קינדער וואס זייער טאטע האט געהאט א סמארטפאון וואס איז נישט געווען ריפארטעט אויפן אישור, און נאכן ווערן א שטינק אויפן גאס און זיי האבן עס געפילט אין די קעשענע הייסט עס אז זיי זענען געווארן רוהיגער,
כ'מיין אז סאטמאר (ביידע) זענען נארמאלער
מאנטאג יוני 03, 2019 5:09 pm#431531
מזל טוב האט געשריבן:
Billy האט געשריבן:
מזל טוב האט געשריבן:גאר פרומע ווינער על משקל ריבניץ און נועם אלימלך? כ'מיין צו פרעגן וואו זייער פרומקייט קלאפט אויס, זיי ווילן האבן א מער תורה'דיגע פעירענט באדי, אדער א 4 סלייס קאפל צי א מאמע וואס דרייווט שטערט זייער מנוחה. אדער לערנען זיי ווייניגער ענגליש? אדער גאר זוכן זיי ווייטער ווינער סטאנדארטן נאר מיט א 'בעסערער' נאמען?

מיינע ספיקות וועגן סאטמאר איז דרייפאכיג, קודם אויף וויפיל איך פלעג הערן פון מיינע חברים אין ישיבה יוצאי סאטמאר מאנסי האט דער גאנצער חינוך געסאקט דארטן, אלימלך שפיצער איז (געווען?) דער מושל בכיפה און אלעס איז געגאנגען מיטן פיטום אראפ, ווער עס האט געקענט האט געשיקט ערגעץ אנדערש, כ'געדענק הערן אז פאר א שטיק צייט איז געווען א סאטמארע באוועגונג צו לייגן אין פאפא, אבער לויט ווי מען זאגט דא איז עס שוין היינט נישט אזוי.

סאו מיין שאלה איז צי עס איז נאכאלס אזוי שלעכט אדער האבן זיי זיך שוין סובסטענשאלי פארבעסערט? לויט ווי איך פארשטיי איז דער מוסד היינט 4 5 מאל אזוי גרויס ווי 20 יאר צוריק, איז עס געבליבן די זעלבע סארט שלאבערישע ווירטשאפט?

און אן דעט סעים נאוט, (ווייל זייער אסאך מאל גייט עס צוזאמען, א שוואכע חדר בכלל וועט אויטאמאטיש די ערשטע זאך עס אויסקלאפן אויף די לימודי חול וואס איז בעיניהם נאר א טפל שבטפלים אדער דאס אויך נישט) ווי געפערליך איז די לימודי חול קאמפעירד צו אנדערע מעינסטרים מוסדות? וויפיל שעה א טאג איז די סטאנדארט אין מאנסי בכלל צו לערנען ענגליש און וויפיל אין סאטמאר, וועלכע כתה הייבט מען אן א.א.וו.?

אויסער דעם ווייס איך נישט וועלכע סארט מוסד דאס איז, איך פארשטיי אז רוב מוסדות וועלן בעטן מען זאל אריין שיקן פאפירן צום וועד האישור (גייט נאך אן?), וואס דאס איז בעצם נאר פעיפער ווארק ותו לא, די שאלה איז צי דער מוסד וועט טון עפעס מער כדי צו וועריפייען, למשל ס'איז געווען א רומאר אז געוויסע מוסדות זענען אזוי intrusive אז זיי פרעגן אויס די קינדער וכדו'. און מיט סאטמאר'ס טרעק רעקארד אין אנדערע מקומות צו געוואויר ווערן אין מקוה ווער עס גייט מיט האר אדער אפיציעל מוטיגן שכנים צו פאר'מסר'ן ווער עס פארט מיט א ביציקל... איז וויכטיג צו וויסן צי סאטמאר מאנסי איז אויך אזוי

נאכן זאמלען די אינפארמאציע וועט זיין גרינגער צי זען צי עס איז קאמפעטיבל ווי מ'זאגט

איך האב א פילינג אז דו זוכט צו הערן נאר גוטס אויף סאטמאר און דו ווילסט זיין צופרידן מיט דיין אויסוואל. עצה א' איז זאלסט רעדן מיט איינעם וואס שיקט דארט די קינדער (סיי אין 13 סיי ביי חיים שיע) און וועסט מאכן א דעסישזן לויט דעם. ווי ווייט איך ווייס איז סאטמאר א פיינער חדר וואס שייך א פיינע חסידישער חדר. קינדער זענען דרך ארץ'דיג, בעל-הבית'טיש, וכו'. בנוגע ענגליש וואלט איך געזאגט אז ס'איז אויף געהאקטע צרות פונקט וואו אין אלע חסידישע מוסדות.

עצה ב' וואס איך וואלט גע'עצה'ט א ברודער: לאז דיך אפ פון זיי! טראכט אריין אויב איין גרינעם טאג גייט דיין ווייב/טאכטער וועלן מאכן א לייסענס און דרייוון א קאר היה-לא-תהיה? און ח"ו אויב דיין בחור וועט וועלן דרייוון ס'זאל נישט זיין אויסגערעדט? און אויב דיין 2'טע קינד וועט וועלן חתונה האבן פאר דעם ערשטן? מיין פוינט איז פ___ דע סיסטעם! לאז דיך אפ! גיי זוך אנדערע גליקן (ליטערעלי) אין אנדערע מקומות. גיי צו א נייטראלער פלאץ. גיי דארט וואו מען דארף דיר. גיי דארט וואו מ'איז דיר נישט בודק די ציצית אדער די ווייב'ס האר רחמנא ליצלן מהאי דעתא. גיי דארט וואו דער מנהל/רבי נעמט דיר אויף ווי א גוטער פריינד נישט מיט א חשד'יגען בליק. גיי דארט וואו דו דארפסט זיך נישט באהאלטן.

איין זאך איז יא וויכטיג צו וויסן. ליידער וואס מער מאדערן א מוסד איז אלץ מער קאסט עס. די מאדערנערע חברה האבן זיך נישט אויסגעלערנט וויאזוי צו שנארן און ס'איז א שאנדע. שכר לימוד איז איבער'ן קאפ. אויב אין סאטמאר עט אל צאלט מען $250 א קינד א חודש וועסטו דארט צאלן 500+ פלאס פלאס פלאס. באט.. וויאזוי גייט דאס ווארט? יו געט וואט יו פעי פאר...
מאנטאג יוני 03, 2019 10:30 pm#431544
עצה ב' האט א שטארקע נקודה צו זיך, מ'קען עס נישט אוועק מאכן. למעשה דער ראוט האט אויך פארשידענע - אמת'ע און איינגערעדטע - דאונסיידס צו זיך, וואס מאכט אז עס איז נישט א פשוט'ע זעלבסטפארשטענדליכע החלטה. דערפאר פרוביר איך צו זאמלען דאטא אויף אלע מעגליכע אפציעס און זעהן לויט דעם וועלכע מהלך עס לוינט אממערסטנס.

סאטמאר איז לאו דוקא מיין אויסוואל; איך נוץ פשוט די סייענטיפיק וועג.. פון אויסשליסן אפציעס ביז מען בלייבט איבער מיט די בעסטע לויט די אומשטענדן. סאו פארקערט איך פרוביר צו זעהן די פראבלעמען און זען צי איך קען לעבן דערמיט. אבער אוודאי זוך איך נישט צו הערן קיין שוגער קאוטינג, אדרבה איך דארף האבן די פונקטליכע און אמת'ע אינפארמאציע צו קענען מאכן אן אינפארמירטע באשלוס.
מאנטאג יוני 03, 2019 10:43 pm#431548
אן אלטע ביזנעס דירעקטארי גיבט מיר די נעמען פון די פאלגנדע ת"ת'ס וואס מען האט נאך נישט גערעדט פון זיי דערווייל:

בית מקרא

דגל התורה מאמר מרדכי

דרכי נועם

ספרינג וואלי

נייטרא

עץ חיים

מסתמא זענען א גרויס חלק פון די נישט חסיד'ישע, אזוי ווי ספרינג וואלי, אבער וועלכע זענען יא? ווער און פאר וועם איז נייטרא?
מאנטאג יוני 03, 2019 11:26 pm#431551
Re: אויסוואל פון חסיד'ישע מוסדות אין מאנסי?
בית מקרא איז הינדערט פראצענט ליטוויש
ישיבה ספרינג וואלי איז נישט ליטוויש נאר ענדערש א מיקס צווישן מאדערן און מאדערן חסידיש, זייער א פיינע ישיבה הלוואי ווען איך וואלט ווען גראדואירט דארט, אדער כאטשיג מיינע קינדער, די מנהל איז א חסידישער איד כ'מיין ער הייסט ביללער, כ'גדענק נישט זיין ערשטע נאמען
מאנטאג יוני 03, 2019 11:49 pm#431552
Re: אויסוואל פון חסיד'ישע מוסדות אין מאנסי?
אין אנדערע נייעס נישט ממש מאנסי ,אבער יא מוסדות , אז תפארת בנות מיידעל סקול אין וויליאמסבורג שפארט אפ
דאס הייסט א מוסד געפירט דורך עלטערן וואס ווילן א בעסערע חינוך קען נישט סורווייווען נאך אזויפיל זיך מיטשענען

Sent from my SM-G960U using Tapatalk
מיטוואך יוני 12, 2019 6:55 pm#431875
Re: אויסוואל פון חסיד'ישע מוסדות אין מאנסי?
היכי דמי קידוש השם
תלמוד תורה אמרי שפר אין מאנסי (וואס זענען באוואוסט מיט זייער נארמאלקייט) האט ארויסגענומען די תלמידים צו א לויה פון א גוי׳אישע פייערלעשער פון די געגענט
IMG_3644.jpg

Sent from my iPhone using Tapatalk
מיטוואך יוני 12, 2019 7:11 pm#431876
נייטרא האט פארמאכט און מונקאטש האט עס איבערגענומען
מיטוואך יוני 12, 2019 9:01 pm#431888
בין איך דער איינציגסטער וואס איז חושד אז אפשר דער מזל טוב זוכט גאר נישט קיין מוסדות? וואס יא ווייסעך נאכנישט פונקטליך אבער עס שמעקט אביסל נישט גוט.
מיטוואך יוני 12, 2019 10:39 pm#431897
Re: אויסוואל פון חסיד'ישע מוסדות אין מאנסי?
חוקר ודורש האט געשריבן:היכי דמי קידוש השם
תלמוד תורה אמרי שפר אין מאנסי (וואס זענען באוואוסט מיט זייער נארמאלקייט) האט ארויסגענומען די תלמידים צו א לויה פון א גוי׳אישע פייערלעשער פון די געגענט
IMG_3644.jpg

Sent from my iPhone using Tapatalk
גראדע איז עס מונקאטש, נישט אּמרֵי שֶפֶר.

Sent from my LGLS991 using Tapatalk
מיטוואך יוני 12, 2019 10:51 pm#431899

שטימט פאר זיי אויך

Sent from my iPhone using Tapatalk
דאנערשטאג יוני 13, 2019 9:47 am#431909
Re: אויסוואל פון חסיד'ישע מוסדות אין מאנסי?
א. אין מיין עקספיריענס באופן כללי, א גרעסערע מוסד וועט זיך לייכטער צושטעלן צו די אינדיווידועלע געברויכן פון א קינד ווי א קליינע מוסד, ווייל זיי שרעקן זיך נישט פאר די גאנצע מוסד.

ב. אסאך מוסדות האבען גוטע מלמדים און מנהלים אין די יונגערע כתות, און די עלטערע כתות זייגען אין גרויסען. פרעג זיך נאך ביי עלטערן מיט קינדער אין כתה ז׳ און ח׳ אויך, ווייל דארט קענסטו הערן א ברייטע קוק אויף די גאנצע מוסד.

ג. א נאכגעלאזענע בנין וכדו׳ קען זיין א שטארקען באווייז אויף א נאכגעלאזטע חינוך.

ד. ווען א משפחה האלט א חדר פאר זיך, אדער גיבט מען ארבעט פאר רעבישע קינדער וכדו׳, איז נישט דא קיין אויסזיכט אז די חינוך זאל טויגען. טאמער קינדער קומען יא אמאל ארויס נארמאל, איז עס ווייל די חדר מאכט נישט אויס אזויפיל.

איך וואוין נישט אין מאנסי און איך קען עס נישט, אבער דאס איז מיין עקספיריענס אין לעיקווא, ודון מינה ואוקי באתרה

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דינסטאג נאוועמבער 05, 2019 1:18 pm#437897
אמרי שפר קוקט מיר אויס ווי סאיז א מיקס פון אסאך צובראכענע שטובער,
בית דוד איז זייער ליטוויש און כהאב געהערט אז זיי נעמען שוין נישט אהן חסידישע משפחות,
מונקאטש איז שוין געמאכט פאר מער פענסי-באמישע חסידישע משפחות.
אמרי בינה סאונדס ווי די איינציגסטע אפשען, אבער כווייס נישט צופיל איבער זיי, ס'קוקט מיר אויס ווי א אפען מיינדעד מוסד וואס אינטערעסירט נאר תוכן'דיגע ענינים נישט די שטותים וואס אנדערע מוסדות זענען ביזי, ווי פרויען דרייוון אינטרנט פילטער אא"וו.

איינער ווייסט מער וועגן אמרי בינה, איבער די מוסד'ס קוואליטעט און די סארט משפחות וואס שיקן אהין?