לבי ובשרי האט געשריבן:זיינע יסודות און רעיונות זענען געוואלדיג.
לענ"ד הרמה, איז ראטזאם ער זאל זיך נאך אביסל לערנען ווי אזוי צו אויפטרעטן ברבים.
נישט זיין אזוי הייפער און היציג, און נישט זיך אזוי גארגלען מיט מויל און הענט צו ערקלערן זיינע רעיונות.
מ'זעט אז ער איז כוכב און גייט אונז אנהייבן טרייסלען
ס'איז מיר היינט פונקט אויסגעקומען צו כאפן א שמועס מיט ר' אלימלך אויפ'ן גאס.
קודם כל מוז איך צוריקציען פון מיינע ווערטער וואס איך האב דא געשריבן א צייט צוריק.
כל הכבוד לרבי אלימלך וכמותו ירבו בישראל. גאר א חשוב'ער יונגערמאן און שטארק אריגינעל און מיט א פשטות טראץ זיינע געוואלדיגע כשרונות, קענטעניסן און עקספערטיז.
ועוד חזון למועד להאריך בקוים לדמותו ואודות פעולותיו הכבירות.
איין זאך יא, עס קומט זיך אסאך קרעדיט פאר אים און זיין בני בית וועלכע טוען אויף א געוואלד פון הונטער די קוליסן טראץ די שווערע היץ וואס זיי האבן און זיי באקומען טעגליך וכו'. ודי בזה פאר יעצט