ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך האב שוין ערגעץ געשריבען אין שטיבל, די תכלית פון די צעטליך איז נישט לאסור איסור. זיי ווילען מאכען א ליניע אז זיי זענען בעסער ווי אנדערע. קודם מאכט מען אזא צעטיל, און יעצט בין איך בעסער ווי יענעם ווייל איך פאלג. אמאל האבען פשוט׳ע אידען קוים געהאט א בארד, און זיכער נישט קיין שטריימעל. דעמאלס איז מען געווען בעסער ווי יענעם מיט די שטריימעל. גיי אריין אין פאפא צו סקווער אין שנת תש"כ און קוק ווי מ׳האט זיך געקענט אן עצה געבען אן א בארד. נאר די נארישע חברה זענען נאכגעגאנגען, האט מען זיך גענומען מאכען ׳חומרות׳ מעניינים שונים. יעדער מוז עסען האנד מצות, יעדער מוז גייען טעגליך אין מקוה ועוד ועוד. מ׳מיינט נישט דיר, מ׳מיינט בלויז זיך צו האלטען בעסער ווי דיר. פאל נישט אריין
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
ליטוואק פון בודאפעסט: לגבי די בארד (דער פאקט אז רוב מענטשן אין ביהמ"ד אין יענע צייטן האבן נישט געהאט קיין בארד) ווייס איך נישט. דאס איז מסתמא געווען שיריים פן די צייטן ווען זיי זענען געווען אונטער די הערשאפט פון די נאציס, ימ"ש. אבער לגבי דעם מנהג פון גיין א יעדן טאג אין מקוה. זעהט אויס אז דו האסט נישט געלערנט ספרי חסידות (א הוה אמינא אז יא?) איבער די גרויסקייט און חשיבות פון גיין א יעדן טאג אין מקוה...! אפשר וועסטו נאך אמאל אנקומען צו דעם...!
איך קען דיר אפשר שוין פארקויפן דעם גאנצן סעט...?! די ר"ת תפילין. די גארטל און דעם טייערן ($5,000) דאלאר'דיגן שטריימל...!