סוף שנת תשס״ב איז ארויסגעקומען צוויי ביכער וואס רבנים האבן שפעטער געאסערט איינס איז די בוך ״making of a Gadol״ (אין עברית גידולו של גדול) פון הרב נתן קאמענעצקי ז״ל, און די צווייטע בוך ״Dignity of Difference״ פון הרב יונתן (לורד) זקס לפנים הרב הראשי של בריטניה, אבער לא הרי זה כהרי זה בשעת די צווייטע איסור איז אויף א בוך פון א מאדערנע רב מיט נייע שיטות בנוגע ווי אזוי צו אנקוקען און לעבן מיט אנדערע רעליגיעס צוזאמען, איז די ערשטע בוך פון א היימישע חרדישע ליטווישע איד א זוהן פון הגה״ח רבי יעקב קאמענעצקי ז״ל, און אליין א ר״י.
רבי נתן האט אריינגעלייגט א געוואלד מיט ארבעט אין דעם בוך איבער פופצען יאר! אבער צו זיין מזל איז ארויסגעקומען אין חשוון תשס״ג פשקווילים קעגן דעם ספר אין דער מחבר, און אויך האבן 10 רבנים אין ר״י אין ארץ ישראל (ווי רבי נתן האט געוואוינט) ובראשם הרב אלישיב (וואס האט אויך ארויסגעגעבן דעם איסור אויפן בוך פון הרב זקס, מיט די טענה אז עס שטייט דארט דברי אפיקורסות) געחתמעט קעגן דעם ספר, אבער די קול קורה איז נאכנישט ארויסגעקומען, נאך הרב אלישיב איז געווען הרב שטיינמן, רבי משה שמואל שפירא (וואס האט שפעטער צוריק געצויגען), רבי מיכל יהודה ליפקוביץ, הרב שיינברג, רבי ניסים קרליץ, רבי צבי מרקוביץ (ר''י קרלין), רבי חיים קנייבסקי, רבי שמואל אויערבאך, און רבי שלמה וולבה, רבי נתן מצידו האט געטענעט אז אלע רבנים וואס האבן אונטערגעשריבן קענען ניטאמאל קיין ענגליש חוץ פון הרב חיים פנחס שיינברג ז״ל און אויך די וואס האבן איבערגערעדט די רבנים האבן אויך נישט דורך געליינט די גאנצע בוך, אויב אזוי ווי אזוי קענען זיי דאס אסר׳ן און ער ברענגט א אגרת השמד פונעם רמב״ם וואס שרייבט לגבי א געוויסע רב וואס האט געזאגט אויף די אנוסים וואס זענען מודה אין מוחמד אז זיי ווערן אנגערופען כופרים, זאגט דער רמב״ם ״אין ראוי שנתפוס עליו עד שנשמע דבריו כולם, כמו שאמר החכם- ''משיב דבר בטרם ישמע, אולת היא לו וכלימה'', די זעלבע דא ליינט דורך מיין גאנצע בוך און האטס ארויס דעם גאנצען היקף און נאכן הערן מיין זייט פונעם בילד קענט עטס ארויסגעבן א איסור.
בשעת די שערוריה איז רבי נתן געווען אין אמעריקה צוליב צרכי רפואה, און ער האט אפגעשיקט א בריוו צו הרב אלישיב מיט זיינע טענות, הרב אלישיב (וואס איז קיינמאל געווען א עכטע ״חרדי״, נישט געלערנט אין קיין ליטווישע ישיבה, געדינט אלץ דיין אינעם רבנות, אין געווען א תלמיד פון הרב קוק ז''ל) האט טאקע מקבל געווען זיין טענה און מסכים געווען נישט ארויס צוגעבען דעם איסור ביז ער וועט הערן פון רבי נתן זיין זייט, אבער אינדערמיט איז שוין ארויסגערינען דער קול קורא, און א קורצע צייט דערנאך איז די איסור אנגעקומען קיין אמעריקע ווען רבי שמואל בירנבוים האט גערעדט דערקעגן און גאר גערופען צו מנדה זיין רבי נתן, נאכדעם איז ארויסגעקומען א קול קורא אין אמעריקע פון פערצען רבנים ור״י צווישען זיי, רבי שמואל בירנבוים, רבי שמחה שוסטל, רבי דוד פיינשטיין, רבי ראובן פיינשטיין, רבי מלכיאל קוטלר, רבי יעקב פרלוב, רבי אהרן שכטר, נאך שארפער פונעם ק''ק אין ארץ ישראל (אפשר ווייל צו אסר'ן עפעס פאר אמעריקאנע אידן דארף מען רעדן מיטן גאנצען שארפקייט, הרב אלישיב האט געהאט טענות אויף די שארפקייט פונעם אמעריקאנע בריוו), רבי נתן איז געווען גרייט צו הערן ביקורות אויף זיין ספר, און מען האט געשטעלט א גרופ פון דריי ר''י בהסכמת הרב אלישיב, צו דורך טוהן דעם ספר צווישען די דריי זענען געווען רבי זעליג עפשטיין, און רבי אהרן פעלדמאן, און נאך איינער, נאכן עס ליינען האבן די ערשטע צוויי מחליט געווען אז די ספר איז ראוי להתפרסום, און דער דריטע האט נישט געוואלט זאגן גארנשיט, אזוי אויך רבי משה שטערנבוך וואס קען ענגליש האט דורכגעליינט דעם בוך און עס אויסגעלויבט, (אע''פ שאמר שיש גם דברים רעים), די מתנגדי הספר האבן געזעהן אז אט אט וועט הרב אלישיב צוריק צוען ווייל די וועד האט עס מאשר געווען, האבן זיי מציע געווען צוצולייגען נאך צוויי מענטשען (וואס האבן שוין גערעדט קעגן דעם ספר), אבער פאר די וועד האט אויסגעגעבן זייער פסק, איז די חרם נאכאמאל ארויסגעקומען אינעם 'יתד נאמן'', און די גאנצע וועד איז צופאלען.
און חודש אדר תשס״ג האט רבי מיכל יהודה ליפקוביץ ז''ל מנדה געווען רבי נתן מיט די טענה אז ער איז מבזה גדולי ישראל, רבי נתן מצידו האט אים קיינמאל מוחל געווען אויף דעם אפי׳ לאחר פטירתו און אזוי אויך אלע אנדערע וואס האבן ״אים פערזענליך״ מחרים געווען.
די גרויסע התנגדות איז געקומען ווייל רבי נתן האט נישט געשריבן זיין בוך כנהוג בזמנו נאר אויסצולויבן די גדולים און שרייבען אויף זיי ''בוצין בוצין מקטפיה ידיע'', נאר ער זאגט די גאנצע אמת, ער שרייבט אז נאכן מלחמה האבן די ליטווישע אנגעהויבן נאכמאכען די חסידישע און שרייבען ״שבחי צדיקים״ אנשטאט שרייבען סיפורים אויף גדולי ישראל אזוי ווי סאיז געווען אין ליטא און ער ברענגט לדוגמה דעם ספר מקור ברוך און אויך דעם ספר ״גדולים פון אונזער צייט״ פון יעקב מרק, וואס איז איבערגעשריבען אויף עברית בשם ״במחיצתם של גדולי הדור״ וואס איז א זיס ספר, ער שרייבט למשל אז אסאך יארן פלעגט רבי חיים בריסקער קומען צום שטאט ״ליבוי״ (דעם שטאט פון יעקב מרק) כדי צו גיין צום ים, און מרק פלעגט דארט שפאצירן מיט אים פאר שעות ווייל די דאקטורים האבן געהייסען רבי חיים זיך אויסרוהן, רבי חיים פלעגט זיצן אויף די זאמד ביים טייך און זיי האבן דורכגעטוהן שווערע חשבונות אין מתמטיק, אזוי אויך האבן זיי גערעדט אין ענייני פיזיקה ושאר ידיעות כלליות, אבער ווען מען איז אנגעקומען צו עפעס וואס איז זיך סותר מיט חז״ל האט רבי חיים געמאכט מיט די הענט א תנועת בטול אין געזאגט דברי הבלים הם.
עכ״פ צוריק צום ספר, אפי׳ די איסור האט גאר שטארק וויי געטוהן רבי נתן האט ער עס אנגענומען און מער נישט געדרוקט דעם ערשטע מהדורה.
אין טבת תשס״ד איז ערשיינען א מאמר אינעם קובץ ״המעין״ פון פרופ׳ מרדכי ברויאר (בן ר' שמשון בן רבי שלמה זלמן ברויאר ז''ל אן איידעם ביי רש״ר הירש ז''ל), ווי ער לויבט אויס דעם ספר און ער האט אויך געוויסע טענות אויף דעם ווי למשל אז ער ברענגט טאקע א געוואלד מיט חומר אבער ער קנעט עס נישט אויס כדבעי און געט אסאך פלאץ פאר מעשיות וואס זענען נישט אזוי וויכטיג ווי למשל ווי אלט די חפץ חיים איז געווען בשנת פטירתו און אז דאס איז תלוי ווי אלט ער איז געווען בשעת א באקאנטע מעשה אין ווילנא.
אויך האט ער טענות אז ער ברענגט אסאך עדות איש מפי איש בנוגע אסאך גאר וויכטיגע מעשיות אן מבחן זיין אז מען דארף שטארק אכטונג געבן אויף דעם, אזוי אויך געבט ער אסאך השערות אויף זאכן אן קיין שטארקע מקורות, למשל בנוגע סגירת ישיבת וולוזין און וועגן די מחלוקת בנוגע די תנועת המוסר ועוד.
אינעם נעקסטן קובץ המעין ניסן תשס״ד האט רבי נתן צוריק געשריבען און אים באדאנקט פאר די לויב ווערטער און אויך אפגעענטפערט אלע טענות בטוב טעם ודעת ווי למשל בנוגע ווי אלט דער חפץ חיים איז געווען ביי די מעשה אין ווילנא, וואס די מעשה איז געווען אז עס האט אויסגעבראכען א מגפת חולירע, און אין יוה״כ האט רבי ישראל סאלאנטע געטוהן עפעס, די שאלה איז וואס יש אומרים שפסק אז מען זאל קידוש מאכן, אדער אז ער אליין איז ארויף אויפן בימה און אליין געגעסן, און רבי נתן האט געהערט פון זיין טאטע ששמע זאת מרבי דוד ליבוביץ ששמע זאת מהחפץ חיים וואס איז דארט געווען אז רבי ישראל האט אליין געגעסן, און די מסקנה איז קעגן די מסקנה פון גרויסע פרופ׳ לדוגמה ד״ר עמנואל אטקס בספרו ״רבי ישראל סלנטר״ איז יש אומרים אז די ח״ח איז דאן געווען אלט 10 יאר ויש אומרים 19 יאר, איז אויב ער איז געווען 19 איז זיין עדות זאך מער נאמן.
אין תשס״ה האט ער ארויסגעגעבן א ״מהדורה מתוקנת״ אבער דאס האט נישט געהאלפן און סאיז ארויס א פרישה קול קורא אז רבי יוסף רוזנבלום מיט רבי דן סגל האבן איבערגעקוקט דעם מהדורה און אז עס איז נישט בעסער.
און תשרי תש״ע איז ערשיינען א מאמר אינעם קובץ המעין פון פרופ׳ זאב לב, וואס ער לויבט אויס שטארק די ספר און זאגט נישט קיין ווארט קריטיק, דער פרופ׳ לב האט געקענט רבי נתן און ער שרייבט אז רבי נתן האט געמאכט איבער 400 אינטערוויו׳ס!, ער שרייבט אז די סיבת ההתנגדות איז געווען טאקע פארן מגלה זיין די אמת, ווי למשל אז די השכלה האט געהאט אן השפעה אפי׳ אויף די בעסטע בחורים, לב שרייבט אז ער האט געקענט רבי יחזקאל אברמסקי ז״ל און ער איז געווען בקי בהרבה ספרות רוסית, אזוי אויך האט לב אמאל געהערט א שיעור פון הרב דסלר ז״ל ווי ער האט מסביר געווען די חילוק פון שיטות זיגמונד פרויד און רבי ישראל סאלאנטער, און א צווייטע שמועס האט הרב דסלר דערמאנט עמנואל קאנט און נאכגעזאגט גאנצע שטיקער פון אים מילה במילה.
אזוי אויך האט די ספר שטארק אויפגערעגט אייניקליך פון הרב אהרן קאטלער ז״ל, פארן שרייבען אז בזמן וואס ער האט געלערנט אין סלאבודקה איר ער געווען נתפס אין השכלה און דער אלטער האט אים כסדר מחזק געווען ווי גוט ער לערנט, ער האט דאך געהאט א באמבע קאפ, ער האט דאן געקענט אלע ספרות רוסית בזמנו כולל אלכסנדר פושקין, רבי אהרן האט געהאט א שוועסטער וואס איז געווען א קאמאניסט און א פרופ׳ אויף מתמטיק, זי פלעגט כסדר שיקן בריווען צו אים ער זאל אפלאזען די ישיבה אבער דער אלטער פלעגט באהאלטען די בריווען פון אים, איינמאל האט רבי אהרן אויסגעפינען אז מען באהאלט עס פון אים און ער איז אנטלאפען פון דארט, נאר דער אלטער האט אים צוריק געשלעפט, און ער פלעגט כסדר זאגן אז רבי אהרן איז זיין גרעסטע זכות אויף די וועלט, אויך האט זיי אויפגערעגט ווי ער שרייבט וועגן א בריוו וואס רבי אהרן האט געשריבען פאר זיין כלה און די בריוו האט אויפגערעגט זיין שווער רבי איסר זלמן, ווייטער שרייבט רבי נתן וועגן די ישיבה פונעם רבי שמחה זיסל מקלם אין די שטאט גריבון ווי מען האט געלערנט דריי שעה לימודי חול יעדן טאג, די ישיבה איז געשטאנען זעקס יאר ביז דער אלטע פון סלאבודקה האט עס פארמאכט, אזוי אויך איז דא בילדער אינעם ספר וואס די אייניקליך פון רבי אהרן האבן נישט ליב געהאט ווי למשל ווי ער רעדט געשמאק מיט הגרי״ד סולובייציק ז״ל פון YU, אזוי אויך ווי רבי איסר זלמן מלצר באזוכט הרב הרצוג (ער פלעגט אים באזוכן יעדעם חול המועד).
ווייטער אינעם קובץ המעין ניסן תש״ע האט רבי יעקב גרשון ווייס געשריבען א תגובה צו לב׳ס מאמר, ווי ער זאגט אז לב לויבט אויס די ספר פארן זאגן די גאנצע אמת אבער ער אליין פירט זיך נישט אזוי ווען לב רעדט וועגן די ספר און זאגט נאר שבחים, צו דען האט לב נישט געזעהן קיין שום חסרונות אינעם ספר, ווייס זאגט אז אסאך מקורות פונעם ספר זענען אים נישט אזוי נאמן, אזוי אויך שרייבט ער אז די ספר פארשעמט גדול ישראל למשל וואס עס שטייט וועגן רבי אהרן (ווייס אהאט געלערנט ביי רבי אהרן), מיט די בריוו צו זיין כלה, וואס רבי נתן שרייבט נישט וואס איז געשטאנען אינעם בריוו, און יעדע מיינט אז מען רעדט וועגן א רומנטיק בריוו, אבער ווייס שרייבט אז בשעתו האט מען גערעדט אין ישיבות חברון אז די מדובר איז וועגן די חבורות וואס רבי אהרן פלעגט געבן אין ישיבה און זיין שווער האט דאס אנגעקוקט ווי גאוה, ווייס פירט אויס אז די איסור אויפן ספר איז נישט געווען די ריכטיגע זאך ווייל דאס מאכט עס נאר ''מים גנובים ימתקו'', ענדערש וואלט איינער געזאלט פארעכטען דעם ספר.
ווידער אינעם זעלבע המעין איז דא א תגובה פון רבי נתן צו ווייס ווי ער ענטפערט אים זייער שיין אויף אלע זיינע השגות, למשל וועגן די בריוו שרייבט ער, אז לא עלה על דעתו אז מענטשען וועלן טראכטען אז מען רעדט פון א מכתב רומנתי, ווייל צו דען וואלט די כלה דאס געוויסע פאר איר טאטע דאס איז דאך א פריוואטע זאך און אפי אויב ער האט עס מאיזה דרך געזעהן פארוואס האט דאס אים אזוי אפגערעגט מען רעדט דאך פון איינעם וואס וועט באלד זיין מחויב לכבדה יותר מגופו, און די עיקר סיבה פארוואס ער ברענגט די סיפר איז די צווייטע חלק אז רבי איסר זלמן האט געזאגט דערוועגן פאר דער אלטער פון סלאבודקה און דער אלטער האט געזאגט אז ער האט נישט וואס זיך צו זארגען ער וועט נאך אויפוואקסען א גדול בישראל, זעהט מען פון דעם די שארפע בליק וואס ער האט געהאט ארויסצוהאבן אזוי גוט א בחור, בשעת רבי נתן האט געשריבען די בוך האט ער טאקע נישט געוואוסט וואס עס איז געשטאנען אינעם בריוו, אבער נאך די קריטיק האט ער אין די צווייטע מהדורה געשריבען אז סאיז מסתבר אז ער רעדט טאקע וועגן די חבורות וכמו שכתבתי לעיל, אבער שפעטער י' שבט תשס''ו, האט אים אנגערופען רבי אליהו ברוך שולמן מר''י YU און אים געזאגט אז ער איז אויפגעוואקסען אין ב''פ אין די שכינות פון רבי אהרן, און אין תשמ''א האט אים רבי אהרן'ס שניר פארציילט אז אירע שוויגער-רבי אהרן'ס ווייב האט איר פארציילט אז בשעת זי איז געווען א כלה האט איר חתן איר געשיקט א רשימה מומלצת של ספרות רוסית שכדאי שתקרא!, און דאס האט אויפגערעגט איר טאטע.
סוף דבר, רבי נתן האט ארויסגעגעבן נאר צוויי חלקים וואס רעדן זיך פון די צייטן פון רבי ישראל סאלאנטער ביז די ערשטע וועלט מלחמה, און ער האט געהאט בדעה ארויס צוגעבן נאך צוויי חלקים פון די ערשטע וועלט מלחמה ביז אונזער צייטן אבער ליידער לא אסתייע מילתא נישט מצידו נאר צוליב די פאר קנאים וואס זענען ארומגעלאפן צו רבנים צו אסר'ן דעם ספר, אונטערסאנט איז אז פאריגע וואך פרשת בהעלותך האט דער יתד נאמן אין ענגליש אים שיין באשריבען אבער.. קיין ווארט נישט וועגן מפעל חייו-זיין ספר.



Sent from my iPhone using Tapatalk