הויפט זייט » ניו יורק רענט געזעצן און רשעותדיגע עסקנים
ניו יורק רענט געזעצן און רשעותדיגע עסקנים
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDTשריפט
9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13180
מיטוואך יוני 12, 2019 11:02 pm#431900
Re: ניו יורק רענט געזעצן און רשעותדיגע עסקנים
וואס איז די געזעצן?
Sent from my SM-J327VPP using Tapatalk
Sent from my SM-J327VPP using Tapatalk
פרייטאג יוני 14, 2019 3:30 am#431965
Re: ניו יורק רענט געזעצן און רשעותדיגע עסקנים
די געזעצן זענען רשעות'דיג, אבער ווי קומען די עסקנים די אריין אין בילד?חכם-לב האט געשריבן:.
Sent from my Moto E (4) using Tapatalk
מאנטאג יוני 17, 2019 6:45 pm#432051
חכם-לב האט געשריבן:.
זעהט אויס חכם האט חרטה געהאט אויף וואס ער האט געזאגט
אבער וואס גייט טאקע פאר?? אונזער היימישע עולם איז זייער גערעגט אויף די נייע געזעצן , ווייל א חלק עולם האט פרנסה פון ריל עסטעיט און א חלק עולם זעהט זיך ווי פאטענטשעל גבירים.
אבער זיי זאגן א גיטע טענה. וואס טאקע איז די תירוץ אויף דעם אז אויב עס גייט זיך נישט לוינען פאר אינוועסטערס צו אינוועסטן אין בילדינגס גייט די מצב פון די בילדינגס ווערן זייער שווער??
מאנטאג יוני 17, 2019 9:22 pm#432059
Re: ניו יורק רענט געזעצן און רשעותדיגע עסקנים
עס זעהט אויס אז לענדלארדס אידן צו נישט ווילן נישט פארשטיין אז ווען מען קויפט א בנין מיט רענט קאנטראלירטער דירות גייט'סטו נישט שטויסן און ווארפן די טענענטס ווייל דו ווילסט איבער בויען און ווערן שטאטס גביר. דו קויפסט א בנין מיט אזוינע דירות איז עס דיין פראבלעם און היות מען פירט זיך אויף ווי חיות האבן די לינקע אויסגעפירט. יא איך ווייס וועגן טענעטס וואס צאלן בערך הונדרעט דאלער א חודש רענט און עס קאסט אפ מער פון דעם פלאס ווייעלעישענס מיט מסירות אבער ווער האט דיר געבעטן צו מאכען דער אינוועסטמענט?
Sent from my SM-G950U using Tapatalk
Sent from my SM-G950U using Tapatalk
מאנטאג יוני 17, 2019 11:26 pm#432061
ווען די לענדלארס וואלטן געווען גוים און די טענעטס אידן וואלט וועלט געווען וועלט.
דינסטאג יוני 18, 2019 12:43 am#432062
ווי זענען די רשעים געוועהן ווען מיר האבן געליטען פין די פריצים?
ר' משה לייב סאסאווער וואלט געדאנקט דער רבונו של עולם אויף די געזעצן.
היינט ווען מיר זענען די פריצים זענען די גוים דא. נו אוודאי זענען זיי רשעים

דינסטאג יוני 18, 2019 1:18 am#432063
המלוכה והממשלה האט געשריבן:חכם-לב האט געשריבן:.
זעהט אויס חכם האט חרטה געהאט אויף וואס ער האט געזאגט![]()
אבער וואס גייט טאקע פאר?? אונזער היימישע עולם איז זייער גערעגט אויף די נייע געזעצן , ווייל א חלק עולם האט פרנסה פון ריל עסטעיט און א חלק עולם זעהט זיך ווי פאטענטשעל גבירים.
אבער זיי זאגן א גיטע טענה. וואס טאקע איז די תירוץ אויף דעם אז אויב עס גייט זיך נישט לוינען פאר אינוועסטערס צו אינוועסטן אין בילדינגס גייט די מצב פון די בילדינגס ווערן זייער שווער??
די גאווערמענט האט א פראבלעם? זיי וועלן איבערנעמען אלע פראפערטיס און בויען פראזשעקטס
דינסטאג יוני 18, 2019 7:59 am#432066
כבר היה לעולמים, דער מעיאר וואס האט געמאכט רענט קאנטראל געזעצען האט גורם געווען אז דער ריעל עסטעיט פין הייזער זענען געפאלען אזוי ווייט אז דער לענדלארדס האבן שטיין געלאזט די הייזער ווייל זיי האבן נישט געקענט באצאלן די אויל אויף צו הייצען.
די נייע געזעצען זענען אויף די סטעיט לעוועל, און זענען נישט אזוי געפערלעך, און זענען געווידמעט ווען איינער האט א הויז פאר פראפיט, ער וואוינט נישט דארט.
צ.ב.ש. מען טאר נישט העכערן מער ווי א געוויסע פראצענט א יאר. דאס וועט בעיקר גורם זיין, אז אלע דירות וועלען ארויף גיין אין פרייז יעדעס יאר.
ווען מען לייגט אריין קאפיטאל פארבעסערונג, קען מען נאר העכערן ביז צוויי פראצענט פון די רענט.
מען קען נישט עוויקטען אױב מען פארעכט נישט ווייעלעישינס. דאס איז א גוטע זאך, לענדלארדס פירען זיך אויף ווי חזירים, און טאמער א טענענט קאמפלעינט טוט מען אים עוויקטען. דאס וועט ווערען איינגעצוימט מיט די נייע געזעצען.
איך זעה נישט וויאזוי די געזעצען הרג'נען די מארקעט. עס מאכט סך הכל אביסל שטרענגער אז דער לענדלארדס זאלען זיך נישט אויפירן ווי די פארצייטישע פריצים.
אין דער סיטי פאר די גרויסע בנינים וועט עס ממילא נישט מאכן קיין גרויסע חילוק, ווייל דער סיטי האט שוין געהאט ענליכע געזעצען. די קליינע וועלען ווערען אזוי ווי די גרויסע.