Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » קאווע שטיבל • ר' אי איך האב אייך פיינט!

קאווע שטיבל • ר' אי איך האב אייך פיינט!

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
43 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13185
מאנטאג יוני 17, 2019 10:54 am#432024
ר' אי איך האב אייך פיינט!
בס"ד


לאנגע שורות, הויכע גערודער, שווערע דערנידערונגען פון גיין בארוועס אין פובליק, שוויץ גערוך, הונגער, אויסגעמישט מיט א דאגה וואו מען וועט זיך שטעלן מנחה און וואו מען וועט ציילן ספירה.
ניין, כ'בין נישט געווארן ארעסטירט אין תפיסה אין עפעס א דריטע וועלט לאנד, פארקערט, איך האב גאר געצאלט שווערע געלטער פאר די דאזיגע סיטואציע, געווענליך שטיי איך עפעס מער אויף מיינע ביסל רעכטן וואס קומט זיך מיר פארן זיין א באשעפעניש אויף צוויי פיס און פארן נישט עסן קיין גלאז און נישט טרינקען קיין בליטש...

איר האט צוגעטראפן, כ'בין אין עירפארט.

שרעקעוודיגע פארשוינען דרייען זיך דא ארום ווי ביים טאטן אין וויינגארטן, גראדע בין איך נישט צופיל ווייניגער שרעקעדיג אין מיין טראגע, אבער דאס נאר זיך באגעגענען מיט אן אראבער וואס גייט אנגעטון פון קאפ ביז פיס ממש ווי די בילדער פון מנחם מענדל'ס לעגענדארע דערציילונגען פון צדיקים ביכלעך אריינגערעכנט די סאנדאלן און די רינגלעך אויף די פיס פינגער ברענגט ארויף אינטערסאנטע שטורעמישן אין מיין קערפער וואס פאראורזאכן מיינע באקן זיך עטוואס צו פארררויטלען, כ'ווייס אליין נישט פארוואס, אבער די חברה האב איך נישט ליב.

יעצט ווען מען פירט זיך ווען אויף צו מיר אין עירפארט ווי צו א נארמאלער מענטש מילא, אבער די מציאות איז אז די מערהייט פון די באטייליגטע אין עירפארט זענען פיל מער סימפאטיש צו דעם קוזין מיינער ישמעל, ווי צו מיר, זיי, די אראבער און מוסלמענער קוקט מען אן אין די פרייע וועלט מיט די ליבעראלע בליק פון חירות און פרייהייט פון רעליגיע, זיי ווערן סערווירט ווי נארמאלע מענטשן מיט א אנדערע גלויבן, דאגעגן מיר וועט מען נישט אריינרעכענען צווישן די ציווילע בירגער, אויב עפעס וועט מען זיך אפרוקן פון מיר ווי איך בין ווען א קרעציגער באשעפעניש מיט אנשטעקנדע מחלות וואס נעסטיגן אין מיר.

וואו זענען די ליבעראלן פאר א שווארץ יאר ווען עס קומט צו אונזערע רעכטן? פארוואס פארשטייט די גאנצע וועלט אז מיר דארפן נישט באקומען קיין רעכטן כאטש אזויפיל ווי דער פארשטינקענער אראבער? איך טראכט נאך מער, די ווייסע נאציאנאליסטן וועלכע ווילן אונז אריסזען פון די פאראייניגטע שטאטן פאר יעדן פרייז, האבן ניטאמאל דערמאנט אין זייערע רעדעס אז זיי האב סיי וואסערע פראבלעם מיט די ישמעלים, וועלכע זענען פונקט אזוי א מינאריטעט וואס נוצט אויס די סיסטעם פון פרייהייט ווי אונז, גראדע זענען דא וואס זאגן אז ביי זיי איז גאר דער ציל אויף צו קענען איינפירן די שאריא געזעצן אין די מערב וועלט ווען די צייט וועט קומען, אבער לאמיר אפלאזן יעצט קאנספיראציע.

וואס וויל איך דא וויסן?

איז אזוי, איך וויל פארשטיין, פארוואס זענען מיר אויסגעשפיגן סיי אין די ליבעראלע וועלט און סיי ביי די רעכטע? פארוואס האט אונז יעדע גרופע אזוי פיינט און מען וואונטשט אונז דאס טויט?
דער תירוץ איז ווייל מיר אליין ווייסן אויך נישט וואו מיר געהערן, איינער האלט זיך אזוי און איינער האלט זיך אזי, קיינער רעדט זיך נישט דורך מיט קיין איינעם און כלל ישראל איז בכלל נישט איינשטימיג איינער מיטן צווייטן אין קיין שום פאל, און דער גוי ווייסט עס נישט, ער איז אבער פארט נישט משוגע, ער זעט אויך די פאר גרויסע פאפולערע טוויטער אקאונטס וואס ווערן געפירט דורך באבערדלטע און באפיאות'טע אידן פון ניו יארק, יעצט דער גוי האט נישט קיין מושג אז בעת וואס מעכל איז א פייערדיגער סאטמארער סימפאטיקער איז דער צווייטער חסיד א בעלזער אין די בלוט און עס איז נאר גענוג אז סאטמאר זאל הייסן עפעס טון אז ער זאל טון דאס פארקערטע...

דער גוי זעט נישט די אלע זאכן, ער ווייסט נישט די אלע זאכן, ער זעט איין זאך, א איד מיט בארד און פיאות זאגט אזוי, און עס איז אים גענוג אויף צו אפ'פסק'ענען זיין מיינונג אויף די גאנצע קאמיוניטי.
און אזוי איז עס געלאפן משך אלע יארן וואס אידן זענען געווען אין אמעריקע און יעצט צאלן מיר די פרייז אויף די פראדוקטן וואס אונזערע פארגייער און עסקנים האבן באשטעלט, ווילסט נישט? ס'וועט דיר גארנישט העלפן, פונקט ווי דו קוקסט אן יעדן שווארצער פאר א גנב ווייל דיין באבע האט אמאל געזאגט אז זי האט געשריגן כאפצעם, די זעלבע קוקט מען יעצט אויף דיר, א איד וואס וויל אויסשפילן די סיסטעם, יעדן טאג האט ער אנדערע מיינונגען, און די ווארט איד איז אומצוויידייטיג ביי זיי, עס איז א נידריגע ווארט היינט ביי זיי, עס איז א לשון פון א מאנסטער וואס רעכנט זיך נישט מיט קיינעם נאר מיט וואס עס איז אים גוט און באקוועם, זוכט צו גנב'ענען פון די ארעמע קלאס מענטשן, וויל ארומפארן מיט א שיינע קאר און פייפן אויף יעדן איינעם.

ווען איך בין ווען נישט קיין איד וואס ווייסט אז די אלע זאכן וואס איך האב דא אויסגערעכנט איז בכלל נישט די דעפיניציע פון מיין פאלק און ראסע'ס נאמען, וואלט איך פשטות זיך אויך נישט געוואלט לאזן איבערצייגן אז די אידן זענען בעצם נישט שלעכט.

מען קוקט אונז אן ווי דער שלעכטער אינגל וואס טשעפעט און מאכט חוזק פון יעדן איינעם און ווען איינער דערלאנגט אים א שטויס לויפט ער מאכן אן איבערקערעניש אז מען האט אים געשטויסן ווייל מען האט אים נישט ליב ווייל ער האט גרינע הויזן.

ר' איד! מען האט דיר פיינט אין אמעריקע ווייל דו ביסט א איד, פארוואס האט מען פיינט א איד? ווייל איד איז א פארשטינקענע זאך, אבער ווער איז שולדיג אז א איד איז אין די וועלטס אויגן א פארשטינקענע זאך? דו אליין! מיט דיינע סומעטאכעס וואס דו דרייסט אן יעדן שני וחמישי האסטו זיך איינגעקויפט דעם גרויליגן רעפוטאציע, מען האט דיר פיינט פאר דיינע בלאקירונגען אויף די ברוקלינע ראוד'ס יעדעס מאל וואס דיין רבי פארט ארויס קיין מיאמי, פאר דיינע נאכשרייען די מידיא, פאר דיין אויסנוצן די רעליגיע אויף צו מאכן געלט און זאגן ליגנט און פאלשן דאקומענטן, מען האט דיר פיינט פארן נישט קענען דיין לאנדסשפראך און אויך פאר דיין ריזיגע סובארבאן מיט לייטס און סיירענס האט מען דיר פיינט!

נישט נאר דער גוי האט דיר פיינט, יעדער רעכטדענקנדער מענטש וואס האט א הארץ און מח שטענדיג אקטיוו ביינאזאם האט דיר פיינט, איך בין א איד און איך האב דיר פיינט!

ניין, פארשטיי מיר נישט שלעכט, ווען דו וועסט האבן א צרה וועל איך אוודאי מיטשפירן און עס וועט מיר באנג טאן אז דו מאכסט מיט, אויב וועל איך מיט עפעס קענען ארויסהעלפן וועל איך דיר פארשטייט זיך העלפן ווייל דו ביסט מיין ברודער, אבער דיינע אלע אנדערע מעשים זענען מיין גרעסטע שונא, און דעריבער ווען דו זעסט מיר אין סיי וועלכע פובליק פלאץ קום נישט נאנט צו מיר ווייל איך בין נישט גוט מיט דיר, איך בין נישט דיין חבר, איך שטיי נישט מיט דיר אויף איין בלאט, איך בין א ציווילע בירגער אין א לאנד, און איך האלט נישט אזוי ווי דיר אז ווייל איך בין א גרעסערער עושר דארף איך יעצט אויסשטעכן דעם גוי'ס אויגן און אים דערנידערן.

זאג מיר נאר נישט אז איך בין נישט גערעכט, ווייל אויב וועסטו קוקן אין היסטאריע וועסטו זען אז וואו אימער אידן האבן זיך געשפירט בעה"ב האט מען זיי עווענטואל גוט באזייטיגט און געגעבן צו שפירן דעם טעם פון גלות, שפאניע יוכיח, דייטשלאנד יוכיח, און נאך פילע ערטער וואו אידן האבן געליטן האט זיך עס אנגעהויבן ווייל די גוים האבן געזען אז די אידן הייבן אן פירן די זאך.
עס איז זייער אומבא'טעמ'ט איבערצורעדן און איבערצושמועסן יעדעס מאל די זעלבע נקודה אבער עס איז נאכנישט קלאר אריינגעבאקן אין די ביינער.

שוין, גענוג געווען פאר היינט...
מאנטאג יוני 17, 2019 1:36 pm#432035
מאך זיכער: דו האסט לכאורה זייער היקף'דיג אראפגעלייגט דעם מצב פון דעם אידישן פאלק אין דער וועלט. אנגעהויבן מיט זעלבסט באשולדיגונג. דו טוסט גאנץ גוט ראציאנאליזירן די שלעכטע באציאונג וואס די אלגעמיינע (גוי'אישע) באפעלקערונג האט צו אונז אלס איד/ן. אין פארגלייך צו דעם שמוציגן, שטינקעדיגן אראבער (יא, שבת אחים. איך בין א אידישער נאציאנאליסט און א ראסיסט. און איך האף בביאת משיח צדקינו (לשיטתך א לעגענדע) וועלל איך פערזענליך זיך נוקם זיין אין די דייטשן, ימ"ש און די נידעריגע בני ישמעאל. יא. איך וועל זיי פייניגן, פיזיש און גייסטיג. לכה"פ אזוי ווי זיי האבן מיך און מיינע עלטערן און אנדערע בני משפחה געפייניגט אין משך פון אלע יארן און צענטוריאנען און מילענניום'ס...!)

דו האסט אבער פארפאסט איין וויכטיגע נקודה אין דיין אנאליז. אייגנטליך האט עס 2 חלקים...1) פארוואס דעם אפשטויסנדן, שמוציגן, סרחנ'דיגן אראבער באהאנדלט מען מיט זיידענע הענטשוך...! 2) פארוואס דעם איד באהאנדלט מען מיט פאראכטונג און שנאה אין די גאנצע וועלט...!

דער ענטפער אויף די ערשטע רעטארישע שאלה איז. אז די אלגעמיינע גוי'אישע וועלט האט פשוט מורא פון די פארשאלטענע בני ישמעאל. ווייל זיי האבן שוין געוויזן וואס זיי, אלס פאלק צוזאמען מיט זייער עקל'דיגע רעליגיע איסלאם קענען אלץ אפטון.... אכזריות'דיגע שחיטה פון איינצלנע מענטשן און מאסן רציחה. אנדעם וואס זיי זאללן געבן א טרייסל אין זייער פארשמירטע "נשמה"... !

דער (טיילווייזער) ענטפער אויף די 2'טע רעטארישע שאלה איז, אז די אידן זענען בשום אין אופן נישט מסוגל אפצוטון די אלע גרויליגע און עקל'דיגע אקטן פו רציחה און מאסן מערדערייען... ממילא האבן די פעלקער נישט מורא זיך אנצוהייבן מיט דעם איד...! אבער בלא ציונים אי אפשר. אן די ציונים קענמען נישט אויסשמועסן אן עניין...! משא"כ די ציונים אין מדינת ישראל. זיי קלאפן צוריק ב"ה מנה אחת אפיים. און דאס קען שוין דער גוי נישט סובל זיין אדער פארשטיין. יא. דער גוטער גוי, וועט מיט וויינען און קרעכצן מיט דעם איד ווען ער ווערט געקלאפט. אבער אז דער איד זאל צוריקשלאגן. צו דעם זענען זיי שוין נישט צוגעוואוינט...!

דער בעסטער הסבר, אבער איז. אזוי ווי ס'שטייט אין פסוק "הן עם לבדד ישכון. ובגוים לא יתחשב"...!

אט דאס איז. אדער דארף זיין א לעקציע סיי פאר די סיקריקים. און סיי פאר די פיהרערס פון די רעגירונג אין ארץ ישראל. זיי קענען פרובירן אלע דיפלאמאטישע קונצן. און די בעסערע, הויכגעשעצטע גוי'אישע וועלט. סיי פון די מדבריות און דזשאנגלס אין אפריקע. און סיי די פענסי אייראפע'אישע פאראיין וועלן זיי נאכאלץ פיינט האבן...!
דינסטאג יוני 18, 2019 8:09 am#432067
יא יא כאילו אונז האבן ליב דער וואס איז אנדערש פין אונז. אין בית המדרש אינדערפרי, קומט אריין איינער משלנו, וואס איז נעבעך אנגעפארען ווייל ער איז א טיפש און רעדט זיך איין אז מען האט אים מאלעסטעט, און גייט מיט לאנגע האר וואס התאחדות האט גע'אסר'ט ביי שייטלעך.

דער גאנצע בית המדרש איז אויף רעדער, היתכן? מען לאזט אין אריין דא? וואס איז ראנג, פרעגט דער האלבער אויפגעקלערטער? וואס הייסט!! ער מיינט ער איז קלוגער פין אונז? און ער דארף עס נאך ווייזן דא אין בית המדרש!! שרייט דער רעכטער נאציאנאלע רעכטער טראמפיסט.

דא ליגט דער תשובה. און דער וואס פארשטייט נישט, זאל איבערליינען
דינסטאג יוני 18, 2019 9:37 am#432071
האסט אראפגעלייגט א הנחה אז ליבעראלען האבן אונז פיינט. דער אמת איז אבער אז די ליבעראלען האבן אונז נישט פיינט. אפשר פארשטייען זיי אונז נישט. אבער זיי זיצן נישט און בלעימען אלעס אויף די אידן און די מינארטיס פונקט ווי די עכטע רעכטע אין די סאוט וואס האלטן אז די אידן נעמען צו אלע זייערע געלטער און דאמינירן אלע מארקעטס און באצאלן נישט קיין שטייערן. די ״ריינע ראסע״ קאנצעפט איז נאר פארהאנען ביי די רעכטע, ביי די לינקע איז יעדע קאליר און יעדער מענטש וועלקאום. אידן אין אמעריקע וואוינען נאר אין פלעצער וואו די לינקע געוואונען. כ׳זעה נאכנישט אז די לינקע זאלן אונז פיינט האבן. און זיכער נישט צו פארגלייכן מיט די שנאה פון די רעכטע רעדנעקס און נאציס.
דינסטאג יוני 18, 2019 11:19 am#432074
Self hating Jew
דינסטאג יוני 18, 2019 11:27 am#432076
שבת
דיר האבען זיי נישט פיינט, ווייל ביסט אויך א פרייער איד, פונקט ווי זיי, אונז אבער, אונז האבען זיי יא פיינט.
דינסטאג יוני 18, 2019 12:14 pm#432079
קאצקע ציקער האט געשריבן:Self hating Jew

קאצקע ציקער:No. Naive Jew...! Just visit any campus of a university in any city in the world. Except for Israel...!

Recently, there was an international conference of the leftist, LGBTQ in Germany. When the Israeli members of that group attempted to join the meeting. The other members chased them clear out of the assembly hall...!
דינסטאג יוני 18, 2019 1:08 pm#432081
אישתישבי האט געשריבן:שבת
דיר האבען זיי נישט פיינט, ווייל ביסט אויך א פרייער איד, פונקט ווי זיי, אונז אבער, אונז האבען זיי יא פיינט.


פון וואנעט נעמסטו דאס? אויף וואס איז עס געבעיסט?

א פרייער ווייסע גוי אין מאנהעטן האט פיינט א חסידישע איד? א געלערנטע דאקטער? א לויער?

לאמיר הערן פון וואו דו נעמסט עס? אדרבה!

איך בין דאך אויך אנגעטוהן ווי א פרומע איד געווענטליך. פון וואנעט ווייסן זיי צי איך בין פרום אדער פריי? פאר א גוי קוק איך אויס ווי א פרומע איד פונקט ווי דו. א קאפל, א קליינע בארד, גלעזער, אידישע אקצענט. פארוואס מיינסטו אז איך בין עקזעמפט?


הער אויס! סתם רעדן אין די וועלט אריין איז נישט אינטערסאנט. מיין פערציג יעריגע עקספירענס ארומפארן אין די ברייט און די לענג פון אמעריקע איז די לינקע פרובירן צו זיך לעבן גוט מיט יעדעם איינעם, מיר זענען העפליך צו א יעדעם, everybody is welcome ווידער די רעכטע זענען די ״ריינע ראסע״ פארטיי. זיי זאגן עס אפען און גראב אן קיין בושה. די לינקע שרייען מיר לאזן יעדעם אריין אין אונזער טענט. סקען זיך אלץ מאכן געוויסע לינקע וואס האבן טאקע פיינט חסידים אבער בדרך כלל זענען זיי נישט אזוי.
דינסטאג יוני 18, 2019 1:39 pm#432082
אין אמתן אריין די פשוטע סיבה פון אנטיסמיטיזם בכלליות איז ווייל אידן זענען בדרך כלל די רייכע און סוקסעספולע און זיי האלטן זיך אלע צוזאמען. און פאר א אינדרוסענדיגער, ספעציעל אויב איז ער א אומגעלערנטער מענטש קוקט עס אויס ווי די אידן קאנטראלירן אלעס און געוועלטיגן איבער אלעס און לאזן נישט אריין איינער וואס איז נישט קיין איד און געבן זיי נישט קיין שאנס רייך צו ווערן.

וואס מ׳דארף טוהן אז ס׳זאל נישט אזוי אויסקוקן פאר זיי ווייס איך נישט פונקטליך. צריך עיון.
דינסטאג יוני 18, 2019 3:52 pm#432086
Re: ר' אי איך האב אייך פיינט!
אישתישבי האט געשריבן:יא יא כאילו אונז האבן ליב דער וואס איז אנדערש פין אונז. אין בית המדרש אינדערפרי, קומט אריין איינער משלנו, וואס איז נעבעך אנגעפארען ווייל ער איז א טיפש און רעדט זיך איין אז מען האט אים מאלעסטעט, און גייט מיט לאנגע האר וואס התאחדות האט גע'אסר'ט ביי שייטלעך.

דער גאנצע בית המדרש איז אויף רעדער, היתכן? מען לאזט אין אריין דא? וואס איז ראנג, פרעגט דער האלבער אויפגעקלערטער? וואס הייסט!! ער מיינט ער איז קלוגער פין אונז? און ער דארף עס נאך ווייזן דא אין בית המדרש!! שרייט דער רעכטער נאציאנאלע רעכטער טראמפיסט.

דא ליגט דער תשובה. און דער וואס פארשטייט נישט, זאל איבערליינען
אינטערעסאנט צו וויסן אין וועלכע בתי מדרשים דו דאווענסט... ווייל אין די בתי מדרשים וואס איך דאווען קומען כסדר אריין אלע סארט מענטשן, אויך מיט לאנגע האר און קאלירטע העמדער, און קיינער קוקט נישט און זאגט נישט, און אוודאי חלומ'ט מען נישט פון ארויס ווארפן
דינסטאג יוני 18, 2019 4:07 pm#432087
Re: ר' אי איך האב אייך פיינט!
מאך זיכער האט געשריבן:בס"ד


לאנגע שורות, הויכע גערודער, שווערע דערנידערונגען פון גיין בארוועס אין פובליק, שוויץ גערוך, הונגער, אויסגעמישט מיט א דאגה וואו מען וועט זיך שטעלן מנחה און וואו מען וועט ציילן ספירה.
ניין, כ'בין נישט געווארן ארעסטירט אין תפיסה אין עפעס א דריטע וועלט לאנד, פארקערט, איך האב גאר געצאלט שווערע געלטער פאר די דאזיגע סיטואציע, געווענליך שטיי איך עפעס מער אויף מיינע ביסל רעכטן וואס קומט זיך מיר פארן זיין א באשעפעניש אויף צוויי פיס און פארן נישט עסן קיין גלאז און נישט טרינקען קיין בליטש...

איר האט צוגעטראפן, כ'בין אין עירפארט.

שרעקעוודיגע פארשוינען דרייען זיך דא ארום ווי ביים טאטן אין וויינגארטן, גראדע בין איך נישט צופיל ווייניגער שרעקעדיג אין מיין טראגע, אבער דאס נאר זיך באגעגענען מיט אן אראבער וואס גייט אנגעטון פון קאפ ביז פיס ממש ווי די בילדער פון מנחם מענדל'ס לעגענדארע דערציילונגען פון צדיקים ביכלעך אריינגערעכנט די סאנדאלן און די רינגלעך אויף די פיס פינגער ברענגט ארויף אינטערסאנטע שטורעמישן אין מיין קערפער וואס פאראורזאכן מיינע באקן זיך עטוואס צו פארררויטלען, כ'ווייס אליין נישט פארוואס, אבער די חברה האב איך נישט ליב.

יעצט ווען מען פירט זיך ווען אויף צו מיר אין עירפארט ווי צו א נארמאלער מענטש מילא, אבער די מציאות איז אז די מערהייט פון די באטייליגטע אין עירפארט זענען פיל מער סימפאטיש צו דעם קוזין מיינער ישמעל, ווי צו מיר, זיי, די אראבער און מוסלמענער קוקט מען אן אין די פרייע וועלט מיט די ליבעראלע בליק פון חירות און פרייהייט פון רעליגיע, זיי ווערן סערווירט ווי נארמאלע מענטשן מיט א אנדערע גלויבן, דאגעגן מיר וועט מען נישט אריינרעכענען צווישן די ציווילע בירגער, אויב עפעס וועט מען זיך אפרוקן פון מיר ווי איך בין ווען א קרעציגער באשעפעניש מיט אנשטעקנדע מחלות וואס נעסטיגן אין מיר.

וואו זענען די ליבעראלן פאר א שווארץ יאר ווען עס קומט צו אונזערע רעכטן? פארוואס פארשטייט די גאנצע וועלט אז מיר דארפן נישט באקומען קיין רעכטן כאטש אזויפיל ווי דער פארשטינקענער אראבער? איך טראכט נאך מער, די ווייסע נאציאנאליסטן וועלכע ווילן אונז אריסזען פון די פאראייניגטע שטאטן פאר יעדן פרייז, האבן ניטאמאל דערמאנט אין זייערע רעדעס אז זיי האב סיי וואסערע פראבלעם מיט די ישמעלים, וועלכע זענען פונקט אזוי א מינאריטעט וואס נוצט אויס די סיסטעם פון פרייהייט ווי אונז, גראדע זענען דא וואס זאגן אז ביי זיי איז גאר דער ציל אויף צו קענען איינפירן די שאריא געזעצן אין די מערב וועלט ווען די צייט וועט קומען, אבער לאמיר אפלאזן יעצט קאנספיראציע.

וואס וויל איך דא וויסן?

איז אזוי, איך וויל פארשטיין, פארוואס זענען מיר אויסגעשפיגן סיי אין די ליבעראלע וועלט און סיי ביי די רעכטע? פארוואס האט אונז יעדע גרופע אזוי פיינט און מען וואונטשט אונז דאס טויט?
דער תירוץ איז ווייל מיר אליין ווייסן אויך נישט וואו מיר געהערן, איינער האלט זיך אזוי און איינער האלט זיך אזי, קיינער רעדט זיך נישט דורך מיט קיין איינעם און כלל ישראל איז בכלל נישט איינשטימיג איינער מיטן צווייטן אין קיין שום פאל, און דער גוי ווייסט עס נישט, ער איז אבער פארט נישט משוגע, ער זעט אויך די פאר גרויסע פאפולערע טוויטער אקאונטס וואס ווערן געפירט דורך באבערדלטע און באפיאות'טע אידן פון ניו יארק, יעצט דער גוי האט נישט קיין מושג אז בעת וואס מעכל איז א פייערדיגער סאטמארער סימפאטיקער איז דער צווייטער חסיד א בעלזער אין די בלוט און עס איז נאר גענוג אז סאטמאר זאל הייסן עפעס טון אז ער זאל טון דאס פארקערטע...

דער גוי זעט נישט די אלע זאכן, ער ווייסט נישט די אלע זאכן, ער זעט איין זאך, א איד מיט בארד און פיאות זאגט אזוי, און עס איז אים גענוג אויף צו אפ'פסק'ענען זיין מיינונג אויף די גאנצע קאמיוניטי.
און אזוי איז עס געלאפן משך אלע יארן וואס אידן זענען געווען אין אמעריקע און יעצט צאלן מיר די פרייז אויף די פראדוקטן וואס אונזערע פארגייער און עסקנים האבן באשטעלט, ווילסט נישט? ס'וועט דיר גארנישט העלפן, פונקט ווי דו קוקסט אן יעדן שווארצער פאר א גנב ווייל דיין באבע האט אמאל געזאגט אז זי האט געשריגן כאפצעם, די זעלבע קוקט מען יעצט אויף דיר, א איד וואס וויל אויסשפילן די סיסטעם, יעדן טאג האט ער אנדערע מיינונגען, און די ווארט איד איז אומצוויידייטיג ביי זיי, עס איז א נידריגע ווארט היינט ביי זיי, עס איז א לשון פון א מאנסטער וואס רעכנט זיך נישט מיט קיינעם נאר מיט וואס עס איז אים גוט און באקוועם, זוכט צו גנב'ענען פון די ארעמע קלאס מענטשן, וויל ארומפארן מיט א שיינע קאר און פייפן אויף יעדן איינעם.

ווען איך בין ווען נישט קיין איד וואס ווייסט אז די אלע זאכן וואס איך האב דא אויסגערעכנט איז בכלל נישט די דעפיניציע פון מיין פאלק און ראסע'ס נאמען, וואלט איך פשטות זיך אויך נישט געוואלט לאזן איבערצייגן אז די אידן זענען בעצם נישט שלעכט.

מען קוקט אונז אן ווי דער שלעכטער אינגל וואס טשעפעט און מאכט חוזק פון יעדן איינעם און ווען איינער דערלאנגט אים א שטויס לויפט ער מאכן אן איבערקערעניש אז מען האט אים געשטויסן ווייל מען האט אים נישט ליב ווייל ער האט גרינע הויזן.

ר' איד! מען האט דיר פיינט אין אמעריקע ווייל דו ביסט א איד, פארוואס האט מען פיינט א איד? ווייל איד איז א פארשטינקענע זאך, אבער ווער איז שולדיג אז א איד איז אין די וועלטס אויגן א פארשטינקענע זאך? דו אליין! מיט דיינע סומעטאכעס וואס דו דרייסט אן יעדן שני וחמישי האסטו זיך איינגעקויפט דעם גרויליגן רעפוטאציע, מען האט דיר פיינט פאר דיינע בלאקירונגען אויף די ברוקלינע ראוד'ס יעדעס מאל וואס דיין רבי פארט ארויס קיין מיאמי, פאר דיינע נאכשרייען די מידיא, פאר דיין אויסנוצן די רעליגיע אויף צו מאכן געלט און זאגן ליגנט און פאלשן דאקומענטן, מען האט דיר פיינט פארן נישט קענען דיין לאנדסשפראך און אויך פאר דיין ריזיגע סובארבאן מיט לייטס און סיירענס האט מען דיר פיינט!

נישט נאר דער גוי האט דיר פיינט, יעדער רעכטדענקנדער מענטש וואס האט א הארץ און מח שטענדיג אקטיוו ביינאזאם האט דיר פיינט, איך בין א איד און איך האב דיר פיינט!

ניין, פארשטיי מיר נישט שלעכט, ווען דו וועסט האבן א צרה וועל איך אוודאי מיטשפירן און עס וועט מיר באנג טאן אז דו מאכסט מיט, אויב וועל איך מיט עפעס קענען ארויסהעלפן וועל איך דיר פארשטייט זיך העלפן ווייל דו ביסט מיין ברודער, אבער דיינע אלע אנדערע מעשים זענען מיין גרעסטע שונא, און דעריבער ווען דו זעסט מיר אין סיי וועלכע פובליק פלאץ קום נישט נאנט צו מיר ווייל איך בין נישט גוט מיט דיר, איך בין נישט דיין חבר, איך שטיי נישט מיט דיר אויף איין בלאט, איך בין א ציווילע בירגער אין א לאנד, און איך האלט נישט אזוי ווי דיר אז ווייל איך בין א גרעסערער עושר דארף איך יעצט אויסשטעכן דעם גוי'ס אויגן און אים דערנידערן.

זאג מיר נאר נישט אז איך בין נישט גערעכט, ווייל אויב וועסטו קוקן אין היסטאריע וועסטו זען אז וואו אימער אידן האבן זיך געשפירט בעה"ב האט מען זיי עווענטואל גוט באזייטיגט און געגעבן צו שפירן דעם טעם פון גלות, שפאניע יוכיח, דייטשלאנד יוכיח, און נאך פילע ערטער וואו אידן האבן געליטן האט זיך עס אנגעהויבן ווייל די גוים האבן געזען אז די אידן הייבן אן פירן די זאך.
עס איז זייער אומבא'טעמ'ט איבערצורעדן און איבערצושמועסן יעדעס מאל די זעלבע נקודה אבער עס איז נאכנישט קלאר אריינגעבאקן אין די ביינער.

שוין, גענוג געווען פאר היינט...


בפרט אז דער גוי וואס קוקט די גרויסע טוויטער אקוינטס, קומט נאך דעם ארויף אויף קאווע שטיבל און ער זעהט אז הרב "מאך זיכער" שליט"א געבט איהם נאך רעכט פאר'ן פיינט האבן א איד, ולא זו בלבד נאר ער באשולדיגט דעם איד אינעם שנאה פונעם גוי, און ער אליין - הרב מאך זיכער - האט דאך אויך פיינט דעם איד (הוציא עצמו מן הכלל)... נו מה יעשה הגוי שלא ישנא ?!
דינסטאג יוני 18, 2019 5:33 pm#432091
שבת אחים האט געשריבן:האסט אראפגעלייגט א הנחה אז ליבעראלען האבן אונז פיינט. דער אמת איז אבער אז די ליבעראלען האבן אונז נישט פיינט. אפשר פארשטייען זיי אונז נישט. אבער זיי זיצן נישט און בלעימען אלעס אויף די אידן און די מינארטיס פונקט ווי די עכטע רעכטע אין די סאוט וואס האלטן אז די אידן נעמען צו אלע זייערע געלטער און דאמינירן אלע מארקעטס און באצאלן נישט קיין שטייערן. די ״ריינע ראסע״ קאנצעפט איז נאר פארהאנען ביי די רעכטע, ביי די לינקע איז יעדע קאליר און יעדער מענטש וועלקאום. אידן אין אמעריקע וואוינען נאר אין פלעצער וואו די לינקע געוואונען. כ׳זעה נאכנישט אז די לינקע זאלן אונז פיינט האבן. און זיכער נישט צו פארגלייכן מיט די שנאה פון די רעכטע רעדנעקס און נאציס.

פארקערט, איך האב ארויסגעברענגט אז אפילו די ליבעראלן וואס זענען דא פאר א פריידענקענדער וועלט און האבן נישט קיין פראבלעם מיט א צווייטנס וועג ווילאנג עס שטערט נישט פאר די מענטשהייט רופן זיך אויך גארנישט אן ווען עס קומט צו אנטיסעמיטיזם וויבאלד זיי פארשטייען פארוואס מען האט זיי פיינט.
דינסטאג יוני 18, 2019 10:10 pm#432099
שבת אחים האט געשריבן:אין אמתן אריין די פשוטע סיבה פון אנטיסמיטיזם בכלליות איז ווייל אידן זענען בדרך כלל די רייכע און סוקסעספולע און זיי האלטן זיך אלע צוזאמען. און פאר א אינדרוסענדיגער, ספעציעל אויב איז ער א אומגעלערנטער מענטש קוקט עס אויס ווי די אידן קאנטראלירן אלעס און געוועלטיגן איבער אלעס און לאזן נישט אריין איינער וואס איז נישט קיין איד און געבן זיי נישט קיין שאנס רייך צו ווערן.

וואס מ׳דארף טוהן אז ס׳זאל נישט אזוי אויסקוקן פאר זיי ווייס איך נישט פונקטליך. צריך עיון.

די אידן האבן שוין פראבירט דעם מיטל פון אסימילירן זיך און אויסזעהן פונקט ווי דער גוי. נישט נאר אויסזעהן. נאר זייער אויפפיהרונג איז געווען נאך גוי'אישער ווי דער גוי. און ס'האט געהאלפן א מכה...!

אין די אלטמאדישע בייבל. די אלד טעסטאמענט, וועלכע איז לשיטתכם שיינע פאעטרי. אבער איז נישט געגעבן געווארן מסיני. שטייט אבער ארויס דער טעם און די סיבה פארוואס אין אמעריקע האט מען פיינט דעם איד אלס קאמוניסט. און אין (קאמוניסטישן) רוסלאנד רודפ'ט מען דעם איד אלס קאפיטאליסט און ספעקולאנט. און אין דייטשלאנד, וואו דער איד האט אויסגעקוקט פונקטליך ווי דער גוי, האבן זיי אויכעט פיינט געהאט דעם איד. און אין פוילן, וואו ס'איז נישט דא קיין מנין אידן, האבן זיי נאכאלץ פיינט דעם איד. דארט אין די אלד טעסטאמענט. שטייט זייער קלאר ארויסגעשריבן..."הן עם לבדד ישכון ובגויים לא יתחשב"...! ס'עט ענק גארנישט העלפן אידעלעך. עטץ מעגטס זיין קאמוניסטן אדער סאציאליסטן. עטץ זענטץ, און וועטץ פארבלייבן אידן לעולם ועד... קעיס קלאוזד...!

הרב שבת אחים. מיין שאלה צו דיר איז. ווען דו גייסט דיך אויפוועקן פון דיינע זיסע סאציאליסטישע חלומות...?! ווען דו וועסט שוין שטיין אין די ליין צוזאמען מיט די אנדערע אידעלעך...! און דיינע סאציאליסטישע פריינט וועללן זיך אפקערן פון דיר. און דיר אריינשמייכלען אין פנים אריין...!
מיטוואך יוני 19, 2019 12:16 am#432103
אינטערעסאנט

בערל טענה'ט אז די רעכטע האבן אונז נישט פיינט.
שבת טענה'ט אז די לינקע האבן אונז נישט פיינט.
יהודי פשוט טענה'ט אז חסידים פארנעמען מענטשן וואס זענען אנדערש ווי זיי פונקט ווי די אייגענע. (ער וויל וויסן ווי איך דאווען!!).

מוז איך מאכן א מסקנה אזוי,
בערל איז א רעכטע און רעדט פין זיך אליין.
שבת איז א לינקע, רעדט אויך פין זיך אליין.
יהודי פשוט, רעדט אויך פין זיך אליין, ער פערזענליך האט גראדע ליב צו שמועסן מיט דער וואס איז אנדערש.

אבער דער כלל איז, אז קיינער פארנעמט נישט איינער וואס איז אנדערש, אפגעזעהן צו מען איז לינק רעכט איד חסידיש ליטוויש וכו'. אמאהל איז דא אזעלכע וואס האבן עס איבערגעטראכט, און זענען געקומען צו א מסקנה אז זיי זענען נישט אנדערש נאר מיט דער לבוש, אבער מיר זענען אלע מענטשען. אבער דער אינסטינקט איז דוחה די וואס זענען אנדערש
מיטוואך יוני 19, 2019 3:05 am#432112
זייער גוט געשריבן דער "מאך זיכער" איך האףנאר אז ס'נישט אמת
אויב יא ווי איז אונזער נעקסטע סטאנציע
אין טשיינע זענען מיר נאך אקצעפטירט?
מיטוואך יוני 19, 2019 11:13 am#432115
מאך זיכער,
ביי די אראבער איז נאך דא אזוינע שנאה ווי ביי אינז ,טוויטער אקאונטס פון "באבערדעלטע" אראבער וואס רייסן אראפ די אייגענע, אלע מעלות וואס דו האסט אויסגערעכענט אויף אינז ועוד.. איז דא בשפע ביי די חיות אין מענטשליכע געשטאלטן
נאר וואזשע דען .. א אלטע כלל פון הלכה בידוע עשיו שונא ליעקב! טוט נישט עקסקלאדן ישמעאל, אזוי האט די אייבערשטער אריינגעלייגט אין די טבע, און די הסבר הדבר איז גאנץ פשוט, ווייל ביי אונז ליגט דער אמת, און שקר קען נישט סובל זיין אמת.
רעד דיך נישט איין די אלס אן אינעוויניגסטער וואס זעט אונזערע פראבלעמען, אז דאס זענען זאכן וואס טרייבט די גוי צו זיי שנאה. די גראז דארט איז נישט גרינער, די אלגעמיינע גוי זעט נישט ביי אונז מער פראבלעמען ווי ביי זיי און אעפ"כ האט הער דיך פיינט און עם נישט
מיטוואך יוני 19, 2019 12:54 pm#432125
לכבוד ר' מאך זיכער
שלום עליכם א איד
קודם זעצט אייך אראפ מאכט אייך באקוועם. איר קענט אייך אוועקזעצן אין די לאונדזש אדער קענט איר כאפען א מנחה אין די עירפארט שול אויף די לינקע זייט (גיי גראד אראפ, מאך א שארפע רעכטס).
יעצט צום ענין, קודם איז גוט צו וויסען אז איר האט מיך פיינט, ווייל די מאמר החכם לויטעט דאך אז מ'ברויך קענען די שונא. אלזא ווייס איך שוין ווער איז מיין שונא: מאך זיכער פון קאווע שטיבעל.
יעצט איך זע איר זענט א געזונטע פסיכאלאג און פארשטייער צו די מענטשהייט, וויל איך אייך אויסלערנען אז ס'איז דא אזא זאך אין פסיכילאגע וואס רופט זיך projection. דאס טייטש אז עפעס וואס איר זעהט אין אייך מיינט איר אז א צווייטע האט עס.
אין מיין עקספיריענס אלץ א אמעריקאנער איד זעה איך נישט אז איינער זאל מיך פיינט האבען ווייל איך בין א איד. איך גיי רואיג אויפ'ן גאס מיט א ציגרעטל אין מויל און קיינער שטערט מיך נישט.
נאר אמאל אויב איך האלט נישט די טיר פאר איינעם קוקט ער מיך אן מיט בייזע בליקן. אקעי מ'האט שוין געהערט אזאנס. מעשים בכל יום אז א פרעמדע מענטש אויף די גאס שמעקט נישט עפעס וואס דו טוסט.
איך האלט נישט אז עפעס פעלט מיך און איך דריי מיך נישט ארום מיט א טשיפ אויף די אקסלען.
די גויים גייט נישט אן אויב דו גייסט בארד און פיאות, אדרבה ס'איז היפי סטייל, ס'קוקט אויס מעכטיג. נוץ אויס די היפי לוק און מאך דיך אביסל קול. זיי נישט אזוי קאמפלעקס וועסטו דיך נישט איינרעדן מ'האט דיך פיינט. גיי צו צו א גוי אדער א גויע און כאפ א שטיקעל שמועס וועסטו זעהן אז מ'גייט דיך נישט אראפבייסן דיין נאז.
ביי די ועי, איך שריי נישט אויף די מידיע און איך בלאק נישט קיין ראודס. איך גנב'ע נישט פון קיינעם און אפשר שרייב איך אמאל אונטער ליגענט אויף א דאקומענט אבער ווער האט נאך נישט? פרעזידענט טראמפ יר"ה האט אונז דאך שוין געלערענט אז א קלוגע מענטש דרייט ארום אביסעל און א נאר צאלט איין ווי א טאטעלע. מ'ברויך נישט זיין קיין יוד פאר דעם און אוודאי נישט קיין חסידישע איד.
איך האב נישט קיין קאר, ביי די וועי.
און יעדע רעכטדענקענדע מענטש האט מיך נישט פיינט, איים סארי.
איינער וואס האט מיך פיינט צוליב מיין אויסזען האט א סיריעס אישו און איך וואלט עם געראטן צו גיין צו א טעראפיסט אויסגעבען זיינע האס געפילן.
אה און נאך איין זאך. איך האב דיך נישט פיינט, אפילו דו האסט מיך פיינט.
ביי.
מיטוואך יוני 19, 2019 5:48 pm#432128
אנטשולדיגט טאמער איר זענט וויי געטון געווארן דורך דעם ארטיקל.

די פוינט איז אז וואו אימער דו וועסט זיך דרייען וועט מען דיר אונקוקן, טאקע אומבארעכטיגט, ווי א צרה-לייט, און דאס איז די גאנצע ציל פונעם ארטיקל, ווי איר האט געזען איז עס טאקע געשריבן געווארן אין אן עירפארט וואו איך האב עס געשפירט גאר שטארק.

אידן מיינען אסאך מאל אז זיי זענען די עם סגולה אויך ווען זיי זענען אין דייטשלאנד/שווייץ/בעלגיע/אונגארן/אוקריינע/ארץ ישראל/טערקיי און וואו נישט, און זיי מיינען באמת אז משה דוד נידערמאן קען דארט אין איין רגע ערלעדיגן וואס ער וויל און אז די גאנצע זאך איז נאר א היכי תמצא צו זיין טוריזם דא אין לאנד...

ניין ר' איד, דו ביסט נישט מאכטפול און פארלאנג נישט קיין רעספעקט, אדרבה, נעם א חלק אין איבערווייזן די וועלט אז דו ביסט נישט משוגע און אז דו קענסט זיך אויפפירן ווי א ציווילע בירגער אין א ציווילע קאנטרי.

דעטס אלל וואס כ'האב געמיינט.
פרייטאג יוני 21, 2019 10:34 am#432164
איך גיי נישט דא אריינרעדן אינעם נושא,אבער א קאמפלימענט וויל איך דיך געבן, איך ווער משיגע פאר דיין וועג פון שרייבן, "ר'איד איך האב אייך פיינט..." אדער, "דו אליין..." דאס שרייען דער מענטש אין פנים "דו..." איז א מורא'דיגע טאקטיק.
זונטאג יולי 07, 2019 11:36 pm#432794
אישתישבי האט געשריבן:אינטערעסאנט

בערל טענה'ט אז די רעכטע האבן אונז נישט פיינט.
שבת טענה'ט אז די לינקע האבן אונז נישט פיינט.
יהודי פשוט טענה'ט אז חסידים פארנעמען מענטשן וואס זענען אנדערש ווי זיי פונקט ווי די אייגענע. (ער וויל וויסן ווי איך דאווען!!).

מוז איך מאכן א מסקנה אזוי,
בערל איז א רעכטע און רעדט פין זיך אליין.
שבת איז א לינקע, רעדט אויך פין זיך אליין.
יהודי פשוט, רעדט אויך פין זיך אליין, ער פערזענליך האט גראדע ליב צו שמועסן מיט דער וואס איז אנדערש.

אבער דער כלל איז, אז קיינער פארנעמט נישט איינער וואס איז אנדערש, אפגעזעהן צו מען איז לינק רעכט איד חסידיש ליטוויש וכו'. אמאהל איז דא אזעלכע וואס האבן עס איבערגעטראכט, און זענען געקומען צו א מסקנה אז זיי זענען נישט אנדערש נאר מיט דער לבוש, אבער מיר זענען אלע מענטשען. אבער דער אינסטינקט איז דוחה די וואס זענען אנדערש


איך האב נישט קיין נערווען צו טייפן אבער אביסל אמת איז זיכער דא אין דיין תגובה אז כמעט קיינער פארנעמט נישט איינער וואס איז אנדערש, דאס איז איינגעקריצט אין אונזער אינסטינקטן און אין אונזער DNA!!! א הונט וויל הארגענען א קאץ. א קאץ וויל הארגענען א מייז וכו׳ אפילו זיי זענען נישט הונגעריג און זיי עסען עס בכלל נישט. אלעס איז territorial- און וועגן ״פן ירבה״... אז ס׳וועט עקזעסטירן צופיל פון ״יענע חברה״ ווער ווייסט וואס וועט פאסירן??? זיי וועלן דאך איבערנעמען אלעס... אלזא ווייזן די גרעסטע און שטערקערע בעל חי ווי דער קאץ פאר די מייז וואו זיי וואוינען און ווער סאיז דער בעלבאס דא... :lol:

דער פיטבאול׳ס גרעסטע פארגעניגן איז צו הארגענען קלענערע בעלי חי׳- פאר גארנישט און פאר נישט...

אבער אונז מענטשען זענען נאך פילע יאהרן קלוגער און קלוגער געווארן ביז אונז זענען ענדליך ציוויליזירט געווארן. און געקומען צו די החלטה איך וועל דיר לאזן לעבן און דו וועסט מיך לאזן לעבן און אונז ״ביידע״ קענען לעבן צוזאמען זייט ביי זייט אן קיין מלחמות און מחלוקות... מלחמות ברענגט נאר בלוט פארגיסונג געווענטליך פאר ביידע זייטן. ממילא פאר די Greater good דארף יעדער קענען פארליידן די אנדערע מענטשען אפילו זיי זענען אביסל אנדערש!

די פאקט איז אז רוב ליבעראלע זענען געווענטליך מעהר די געלערנטע און קלוגע מענטשען עכ״פ ע״פ רוב. און איך האב קיינמאל ביפאר נישט געזעהן אז מענטשען מיט אזעלכע טאלערענץ פאר אנדערע אפילו סאיז קעגן זייער אייגענע אידאלאגיעס. זיי וועלן זיין די ערשטע צו דיפענדען יעדעמס רעכטן אפילו קעגן זייער אייגענע אגענדעס.

לאמיר דיר געבן איין ביישפיל וואס איך האב אליינס איבערגעלעבט מיט אפאר חדשים צוריק.

בקיצור די מעשה גייט אזוי. איך האב מיך לעצטענס באקענט געמאכט מיט א פראפעסאר אין sociology. ער לערנט פאר אין א גרויסע קאלעדזש אין מאנהעטן. ער איז אויפגעוואקסן אין קראונהייטס אלץ א חבדסקר און ער איז היינט גענצליך פריי, חתונה געהאט מיט א פרייע אידישע פרוי, און ער האט אפאר קינדער, וואוינט אין ניו דזשערזי. זייער א געשמאקער קלוגער און א געלערנטער מענטש.

ער האט מיך איינגעלאדענט מיט אפאר חדשים צוריק צו די קאלעדזש ווי ער מיט נאך אפאר געוועזענע חרדים האבן פאר א פיר שעה lecture גערעדט איבער זייער עקספירענס איבערלאזענדיג די חרדישע קאמיונטי. סאיז געוועהן דארט בערך 120 מענטשען און מ׳האט פארגעשטעלט אפאר פראגעס (איך וועל עס אפשר שפעטער ארויפלייגן דא) און יעדער פון די פיר האט געהאט אפאר מינוט צו ענטפערן. ווידעא איז געוועהן שטרענג פארבאטן אויף די פארלאנג פון געוויסע עקס-חסידים וואס האבן געוואלט פרייוועסי.

אין די פיר שעה האבן זיי אראפגעלייגט חרדיזים אין א מוראדיגע נעגעטיווע ליכט. און יעדער האט אויסגעהערט. רוב סטודענטן האבן אלעס אראפגעשריבן און פארצייכענט און אלע זענען געזיצן שטיל און אויסגעהערט.

די לעצטע קשיא איז געוועהן דירעקטעט צו מיר:

מיט וואספארא בליק קוקסטו אן חרדיזים היינטיגע טעג אלץ אינדערויסענדיגער קעגן אמאל ווען דו ביסט געוועהן א חלק דערפון?

און איך האב זיי געזאגט אז אין אמת׳ן אריין האב איך בכלל נישט פיינט קיין חרדי. נאר פארקערט איך האב זיי ליעב. איך האלט אז רוב פון זיי זענען גיטע מענטשען און מיינען עס אמתדיג. יעדער האט א רעכט צוהאלטן וועלכע רעליגע אדער אידאלאגיעס זיי ווילן. און צולעבן וועלכע וועג זיי ווילן נאכדערצו אויב דאס איז זייער מסורה פאר יאהרן לאנג! און דער עולם וואס איז געוועהן אזוי ערענסט און זויער ביז איצט האבן אלע אנגעהויבן קלאטשן. ביז אלע האבן זיך אויפגעשטעלט און געקלאטשעט פאר א לענגערע צייט!

כהאב געטראכט דעמאלטס צו מיר הלוואי ווען איך האב ווידעא פון דעם און איך קען דאס ארויפלייגן אויף קאווע שטיבל

אט דאס זענען די ליבעראלע פון מיין אייגען עקספירענס און איך האב ערשטהאנטיג אויך געזעהן וויפל ״אהבת ישראל״ די רעכטע האבן... נעקסטע מאל וועל איך דיר פארציילן יענע מעשיות.
מאנטאג יולי 08, 2019 12:26 am#432795
אין אמתן אריין מ׳קען גיין אסאך ווייטער פונדעם בנוגע ווער ס׳האט מעהר פיינט אידן די רעכטע אדער לינקע.

די פאקטן:

1)אין די לינקע לענדער וואוינען רוב אידן. אין די רעכטע לענדער האט מען ביז פופציג, זעכציג יאהר צוריק בכלל נישט אריינגעלאזט קיין אידן.

2)רוב אידן אין אמעריקע סיי די פרומע און סיי די פרייע, סיי די ארימע און סיי די גאר רייכע וואס נעמען אפילו נישט קיין גאווערמענט בענעפיטס זענען רעגיסטרירט אלץ דעמאקראטן פאר די לעצטע הונדרעט יאהר זיכער.

3)זייער אסאך פון די גרויסע שישקעס ביי די לינקע זענען אידן. סאיז שווער איינצוזעצן ווי בערל בעלאגעלה און קאך-לעפעל אז אזויפיל מיליאנען אידן במשך פון די יאהרן זענען געוועהן ״זעלבסט האסערס״... געווענטליך האבן זיך מענטשען זייער ליעב און זענען שטאלץ מיט זייער אפשטאם... אוואדי איז דא אויסנאמען אבער נישט אין די שווערע מיליאנען.

4)אידן זענען אימיגראנטן. און די רעכטע זענען געווענטליך קעגן אימיגראנטן. און די לינקע זענען Pro אימיגראנטן און האבן זיך אייביג אנגענומען פאר זיי און זייערע רעכטן.

5)די לינקע/דעמקראטן/ליבעראלע נעמען אריין יעדעם איינעם אין זייער סירקל אפגעזעהן זייער גלייבונגען, ראסע, אפשטאם. די רעכטע נישט ממש!!!
מאנטאג יולי 08, 2019 8:08 am#432800
בקיצור, בלייבט אז די אידן וואס פרייען זיך מיט טראמפ'ס אימיגראציע פאליסי'ס זענען אדער אומוואוסנד אדער כאפן זיי נישטאז זיי זענען אט די אימיגראנטן פון וועמען מען רעדט, די זעלבע איז אין אייראפע, טאמער וועט מען ווארפן די אראבער וועט מען אויך ווארפן די אידן פון דארט.

בכלל קען איך נישט פארשטיין וואס איז דער פשט פון אן אמעריקאנער נאציאנאליסט, עס איז דאך נישט קיין אלטע לאנד און עס איז קינמאל נישט דארט געווען קיין מלוכה, איז וויאזוי קען זיין אז אין א פלאץ וואו דעמאקראטיע איז געווען דער הויפט ציל זאל זיין נאציאנאליסטיש?

למשל היימבאך, ער פאררופט זיך נאציאנאלער סאצעאליסט, וואס מיינט דאס?
מאנטאג יולי 08, 2019 11:41 am#432806
רוב פרומע אידען זענען רעכטע, און רוב פרייע זענען לינקע. פשוט ווייל די רעפאבליקאנער זענען רעכטע, און די דעמאקראטען זענען לינקע.

עס האט נישט מיט ליב האבן אידן, פיינט האבן אידן. קיינער האט אונז נישט ליב.
מאנטאג יולי 08, 2019 11:58 am#432811
אישתישבי האט געשריבן:רוב פרומע אידען זענען רעכטע, און רוב פרייע זענען לינקע. פשוט ווייל די רעפאבליקאנער זענען רעכטע, און די דעמאקראטען זענען לינקע.

עס האט נישט מיט ליב האבן אידן, פיינט האבן אידן. קיינער האט אונז נישט ליב.

וויאזוי קען זיין אז פרומע אידן זאלן זיין רעכט ווען זיי זענען זיך אליין סותר דערמיט?
מאנטאג יולי 08, 2019 12:41 pm#432821
די טאטע און ערפינדער פון די רעפובליקאנער פארטיי איז געווען טאמעס דזשעפערסאן, און די טאטע און ערפינדער פון די דאמאקראטישע פארטיי איז געווען אַנדרוי זשעקסאן. לאמיר ענטוואס צוריק מישן א בלעטל היסטאריע און פארזיכטיג אנאליזירן די פילאזאפיע און אנטשויאונגען פון די דאזיגע צוויי פאליטישע דענקער.

דזשעפערסאן איז געווען א טיף גלויביגער גוי – ער האט גאר שטארק געגלייבט אין באשעפער. ער האט ממש געאטעמט מיטן ביבל. ער האט געשעפט מערסטייל פון זיין פאליטישע פילאזאפיע און זיינע ווירדן פון אויסצוגן פונעם ביבל. ער האט ליב געהאט אידן בלויז צוליב דעם וואס עס שטייט דייטליך אינעם ביבל אז אידן זענען דאס אויסדערוועלסטער פאלק פונעם באשעפער. דזשעפערסאן איז דורכאויס זיין גאנץ לעבן געווען א אייפערדיגער קעמפער פאר רעליגיעזע-פרייהייט. נאך פון זיין פריסטער יוגענט - ווען ער האט נאך געדינט אלס א אלגעמיינער לעגיסלאטאר אינעם רעפרעזאנטן הויז פון ווירדזשיניע, האט ער געקעמפט ווי א פייערדיגער לייב אז אידן אין ווירדזשיניע זאלן באקומען גלייכבארעכטיקייט - און געניסן פון די זעלבע ציווילע רעכטען ווי די אלגעמיינע בירגער פון ווירדזשיניע. און הויפזעכליך שפעטער ווען ער האט אינאיינעם מיט זיינע קאלעגעס - די ערשטע טאטעס פון די פאראייניגטע שטאטן רעדאגירט די קאנסטאטוציע, איז ער געשטאנען אויף דער וואך און זיכער געמאכט אז דער פאלגענדער פּאַראַגראַף זאל אריינגעשטעלט ווערן אין די קאנסטעטוציע אויף שטענדיג: קיין שום רעליגיע פארהער זאל זיך נישט פארלאנגן אלס א קוואַליפעקאציע פאר סיי וועלכע אמט אדער עפנטליכע צוטרוי אונטער די פאראייניגטע שטאטן. זיין נאכפאלגער פרעזידענט אַבראַהם לינקאָלן איז נאך געגאנגען מיט א שטאפל ווייטער – ער האט נישט בלויז געקעמפט פאר רעליגיעזע גלייכבארעכטיקייט, נאר זאגאר אויך פאר ראסע גלייכבארעכטיקייט. ער האט געקעמפט ווי א לייב גענצליך אפצושאפן ראסיסטישע סעגרעגאַציע און קנעכטשאפט אין די פאראייניגטע שטאטן.

אין קורצן: די הויפט אידילאגיע פון די רעפובליקאנער פארטיי איז פון שטענדיג אן געווען גלייכבארעכטיקייט. אלע בירגער זענען אייניג גלייך אפגעזען פון רעליגיע, ראסע אדער קאליר, איין נאציאן פאראייניגט אונטערן אלמעכטיגער ג-ט. דערפאר טאקע זענען די רעפובליקאנער אויסגעשטאנען אויסטערלישע פארפאלגונגען פון די ראסיסטישע און אנטיסמיטישע קיו קלוקס קלען באנדעס. נעמליך, היינט צו טאגס אינדענטיפיצירן זיך געוויסע ראסיסטן וועלכע זענען אין אלגעמיין ווייסע קריסטן און שרעקליכע אנטיסמיטן מיט די רעפובליקאנער פארטיי. דאס איז צוליב דעם וואס די רעפובליקאנער קעמפן אויך פאר קאָנסערוואַטיווע רעליגיעזע ווירדן, גענוי אזוי ווי זיי. און די ליבעראַלען נוצן דאס אויס צו פארבן די רעפובליקאנער אלס ראסיסטן און אנטיסמיטן, זאגאר אין די ווירקליכקייט איז דאס הוילע ליבעראַלע פראפעגאנדע און ס'האט מיטן רעליטעט גארנישט איינגעשטויסן, ס'איז א בחינה פון וכל הפוסל במומו פוסל...

אצינד לאמיר כאפן א בליק אויף אַנדרוי זשעקסאן דער ערפינדער און אויסטרעפער פון די דעמאקראטישע ווירדן.

פרעזידענט זשעקסאן איז געווען א געשוואוירענער אנטיסעמיט - ער איז געווען טיף איבערגעצייגט אין די לעגענדארע אנטיסמיטישע קאנספיראציע, אז די אונטערנאציאנאלער אידענטום מיט זייער לאנגע נעזער און שווענץ קאנטראלירן די גלאבאלע עקאנאמיע. טאקע דערפאר האט ער געפירט א אימערמידליכער קאמף מיט די באנק פון אמעריקע, וועלכע איז נאך געגרינדעט געווארן דורך אַלעקסאַנדער האַמילטאָן. דער האַמילטאָן איז געווען א ווירקליכער ממזר און עפעס אידיש בלוט האט געפלוסן אין זיינע אדערן... זשעקסאן האט ארגומענטירט אז דער רייכער אידישער באנקיר פון ענגלאנד נתן ראטשילד, שטייט אונטער די פינאנצן פונעם באנק פון אמעריקע, און ער באנוצט זיך מיטן באנק אויסצואיבן אידישע איינפלוס אויף די אמעריקאנע אקאנאמיע.

אטאיז וואס פרעזידענט זשעקסאן האט געזאגט אויף אונז אידן. דאס איז נישט קיין ציטאט פונעם מיין קאמף, דאס איז א ציטאט פון די טאטע פון די דעמאקרטישע פארטיי רח''ל: איר זענט א נארע פון רויבער און שלענג און איך בין אויסן אייך אויסצוראטן. און מיטן הילף פון אייביגן ג-ט גיי איך אייך ארויס עסן. דער זשעקסאן מיט אדאלף היטלער האבן מער ווייניגער געהאט די זעלבע מיינונגן אויפן אידישן פאלק.

די דאזיגע אנטיסמיטישע קאנספיראציע, איז אייגענליך געווען אין א געוויסן זין אן אפנויג פון די ארגינעלע אנטיסמיטישע דאקטערין וואס האט געבושעוועט אינעם שווארצן מיטל-אלטער. די אנטיסמיטן פון די מיטל-אלטער האט געהאסט די אידן צוליב דעם וואס די אידן האבן געהאנגן זייער ג-ט יעזעס דער געקרייצטער, זיי האבן געהאלטן אז וואס מער אידיש בלוט זיי פארגיסן אלס מער ווערן די אידן פארגעבן פארן הארבן זינד וועלכע זיי זענען באגאנגן מיטן פארגיסן די בלוט פונעם קינד פון אלמעכטיגן ג-ט... זעט אויס אז אין די צייטן פון אנטיסמיט זשעקסאן איז דער דאזיגער זינד ענדליך פארצייט געווארן, און מ'האט זיך גענויטיגט אפיר צו זיכען נייע זינד וואס די אידן באגייען...

זיינע נאכפאלגער פרעזידענט רוזעוועלט און קענעדי - זענען אויך געווען באוויסט מיט זייער פינסטערע אנטיסמיטיזם, דער פאטער פון קענעדי,זשאזעף, איז גאר געווען אן אפענער וויסטער אנטיסמיט. דאס קינד זיינס איז געווען עטוואס קליגער – ער האט געוויסט דאס צו באהאלטן...

היינט צו טאגס שטעקט זשעקסאן ארויס זיין קאפ פון קבר און שעפט הויפנס פארגעניגען, אז זיין לעגענדע איז צוריק אויפגעפרישט געווארן אין די דעמעקראטישע פארטיי מיט א אפענקייט. זיין אנטיסמיטישע קאנספיראציע אין וועלכער ער האט אזוי טיף געגלייבט ווערט נאכגעזאגט מיט א ברען דורך זיינע נאכפאלגער - די דעמקראטן אינעם רעפרעזאנטן הויז פון די פאראייניגטע שטאטען. הויפטזעכליך דורך די באטיכלטע סמאלישער אנטיסמיטקע אילהאַן אָמאַר שר''י. דער אנטיסמיט זשעקסאן לייענט מיט פארגעניגען דעם הייליגן ניו יארק טיימס, וואו ער שטויסט זיך אן מיט די אנטיסמיטישע קארטאנען וואס באצייכענען זיין טעאריע. דער אנטיסמיט זשעקסאן טאנצט פאר פרייד אז מ'האט נישט די מעגליכקייט דורכצופירן קיין אנטי-סמיטיזם רעזעלוציע אינעם דעמעקראטישע קאנטראלירטע רעפרעזאנטן הויז פון די פאראייניגטע שטאטן.

די דעמעקראטן פראבירן עטוואס אראפצושפילן זייער אנטיסמיטישע ריטאריק, און זאגן אז זיי זענען ווירקליך נישט קיין אנטיסמיטן, נאר זיי נעמען זיך פשוט אן פאר די אנגעבליכע באקריוועטע און פארפאלגטע פאלסטינער וועלכע ווערן ברוטאליש אונטערדרוקט דורך די מדינת ישראל אגרעסארן... אינטערסאנט... פארוואס הערט מען נישט פון זיין קיין פופס איבער די אונטערדרוקונגען פון די כינעזער אויף עטינישע גרופעס אין טיבעט? די דעמעקראטן האבן נישט קיין אגענדע מיט קיין שום מינאָריטישע-אונטערדרוקונג פון קיין שום לאנד איבער די גאנצע וועלט, אפגעזען ווען עס קומט צו די סאמע איינציגסטע פריינד וואס אמעריקע פארמאגט אינעם מיטל-מזרח, מדינת ישראל. ס'איז נישט קיין שום צווייפל אז אונטער די הויט פון די דעמעקראטן איז טיף איינגעווארצלט פארפוילטע אנטיסמיטיזם - פון די געמיינע זשעקסאן-סארט. און זיי האבן נאך די פרעכהייט צו באשולדיגען די רעפוקליקאנער וועלכע האלטן זיך צו די טאלאראנץ-דאקטערין פון פרעזידענט לינקלאן, מיט זייער אייגענע דורכגעפוילטע פעלערן...
מאנטאג יולי 08, 2019 2:03 pm#432826
אז די אשכול איז שוין סייווי פארדרייט געווארן לאמיר שוין אויך נעמען מיין חלק; אט איז א ברייטבאקאנטע קאריקאטור פון א צייטונג פון 1867, דאס איז נאך פאר די צייטן וואס די דעמאקראטישע פארטיי האט אנגעפאנגען צו באהאלטן זייער ראסיזם...
בילד

m https://dcc.newberry.org/items/of-cours ... tic-ticket m
מאנטאג יולי 08, 2019 2:52 pm#432827
קענעדי איז נישט געוועהן קיין אנטיסעמיט בכלל... אבי געהאקט אין קאפ אריין.

רוזעוולט איז אויך נישט געוועהן קיין אנטסעמיט. פאר זיינע צייטן.

אבי גערעדט אין די וועלט אריין.

ניקסאן איז געוועהן א אנטיסעמיט און די עלטערע בוש.

סאיז דא טעיפס פון ניקסאן ווי ער רעדט אפענע אנטיסעמיטיזם.

דו קענסט היסטאריע ווי מיין באבע.

די רעכטע האבן נישט אריינגעלאזט קיין אידן בכלל אין זייערע שטעט.

!!NO DOGS AND JEWS ALLOWED

קענעדי און דזשאנסאן אדמינסטראציעס האבן געארבעט לטובת ארויסנעמען די אידן אינטער די אייזענע פארהאנג איינע פון די משפחות וועם זיי האבן געהאלפן ארויסקומען פון רוסלאנד קיין ארץ ישראל איז געוועהן מיין מאמע מיין זיידע און זייער משפחה... זיי האבן אויך פרובירט צוהעלפן סקולענער רבי זצ״ל
פארקויפן לאקשן אז ער איז געוועהן א אנטיסמיט קענסטו אין הופער מקוה נישט אויף מיין פיקל....
מאנטאג יולי 08, 2019 2:55 pm#432828
די ליגנער איינער!
די רעכטע האבן נישט אריינגעלאזט קיין אידן בכלל אין זייערע שטעט.
מאנטאג יולי 08, 2019 2:56 pm#432829
קאך_לעפל האט געשריבן:די רעכטע האבן נישט אריינגעלאזט קיין אידן בכלל אין זייערע שטעט.


ניטאמאל דורכפארן זייערע שטעט האבן זיי געלאזט.
מאנטאג יולי 08, 2019 2:58 pm#432831
אקעי
מאנטאג יולי 08, 2019 3:00 pm#432832
כהאב פאר דיר נייעס די רעכטע לאזן נאכאלץ נישט קיין אידן אין זייערע שטעט... פרוביר צומאכן א שטעטל פון אידן אין די סאוט...

רובאשקין האט עס געטוהן! לייען די רעשט פון די היסטאריע.
מאנטאג יולי 08, 2019 3:12 pm#432834
קאך לעפל לשיטתך איז שווער פארוואס רוב אידן אין אמעריקע זענען די לעצטע הונדערט יאהר געוועהן דעמקראטן? בערך 90 פראצענט אידן סיי די פרומע און סיי די פרייע זענען דעמאקראטן! די דעמקראטן זענען דאך אנטיסעמיטן? ניין?

פארדריי נישט די שמועס! האסט א גראדע תירוץ פאר מיר? אויב דעמקראטן זענען שונאי ישראלים פארוואס זענען רוב אידן אלעמאל געוועהן דעמאקראטן???

מ׳רעדט נישט דא פון סאוט אמעריקע, טראמפ, ווענעזוועלע, ארונים, אויערבאך. סאיז א פשוטע שאלה!

האסט א גראדע תירוץ אן מיך שיקן צו דיינע דרשות וועגן קארעטס? דרשות האלט מען שבת שובה און די מגילה ליינט מען תענית אסתר.

א פשוטע קשיא פארלאנגט זיך א פשוטע תירוץ... גיי קוק אין די בלאט אפשר שטייט עס אין די קליינע אותיות ביי די קלאסעפיידס עדס....

האט ער דען א תירוץ?
מאנטאג יולי 08, 2019 3:24 pm#432836
מאנטאג יולי 08, 2019 3:39 pm#432837
קאך_לעפל האט געשריבן:http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=3&t=13193


איך זעה נישט קיין תירוץ דארט. נאר פראפאגאנדע... קארטעז איז צודרייט און טראמפ איז נארמאל... דאס איז דיין תירוץ?

די לאנגע יארן פון לעבן אונטער סאציאליסטישער רעזשים האט געשלאגן צייכנס און גענצליך פארניכטעט יעדע גוטע זאך אין די דאזיגע לענדער. כאאס, דראגס, ארימקייט, ארבייטסלאזקייט, פראסטאטוציע, מענטשן-שמוגלעריי איז א רוטינער טייל פונעם געזעלשאפטליכער לעבן אין יענע לענדער


אט דא זעהט מען דיין פראפאגאנדע! ווייל די אלע לענדער זענען דורכגעפוילט וועגן אלטמאדישע ״קאראפציע״ נישט וועגן ״סאציאליזם״. זיי זענען בכלל נישט קיין סאציאליסטישע לענדער!

למעשה איז דא דרייסיג סאציאליסטשע לענדער וואס איז די בעסטע און די פרייעסטע לענדער אויף די וועלט!!!

דו ביסט סתם א פראפאגאנדיסט אן קיין טראפ אמת!
מאנטאג יולי 08, 2019 3:48 pm#432838
די פאראייניגטע שטאטן איז פון שטענדיג אן געווען א לאנד פריינטליך צו אימיגראנטן. די סטאטוע פון פרייהייט וואס שטייט הארט ביים אריינגאנג צום ניו יארקער האפן איז אלעמאל געווען א פאקל פון ליכטיקייט פאר ארימע און אונטערדריקטע אימיגראנטן וועלכע האבן מאסנווייז געפליכטעט קיין אמעריקע פון איבער די גאנצע וועלט. נעמליך, מ'האט אבער קיינמאל נישט געקענט אריינקומען אין לאנד אומלעגאל. די פריש-אנגעקומענדע אימיגראנטן זענען געווען פארפליכטעט אפצושטייגן פון די דאמפ-שיפן אין עליס איילענד - וואו זיי זענען דורכגעגאנגען שטרענגע אימיגראציע פראצודורן. נישט יעדער האט באוויזן צופרידן צושטעלן די אימיגראציע אפיצירן. פולע אימיגראנטן זענען צוריק געשיקט געווארן צו זייער לענדער פון וואו זיי זענען געקומען פאר אלערליי אורזאכן. עליס איילענד האט זיך טאקע דערפאר דערארבן דעם נאמען דער אינזל פון טרערן, צוליב די טייכן טרערן וואס די מיטגעמאכטע און אנידערגעשלאגע אימיגראנטן האבן פארגאסן דארט אויפן אינזל ווען זיי זענען נישט אריינגעלאזט געווארן אין די פאראייניגטע שטאטן.

נאך די גרויסע דעפרעסיע וועלכע האט פאסירט אין יאר 929' למספרם, זענען די טויערן פון אמעריקע אין אלגעמיין געשלאסן געווארן פאר פרישע אימיגראנטן. וויזעס אריינצוקומען אין לאנד זענען בלויז געשאנקן געווארן פאר א ענגע צאל אימיגראנטן איינגעטיילט לויט ראסע און נאציאן. אונזערע עלטערן וועלכע זענען שטעקן געבליבן אין אייראפע נאכן שרעקליכער חורבן האבן טאקע ביטערליך געליטן פון די דאזיגע איינגעצוימטע אימיגראציע אריינצוקומען קיין אמעריקע, פארט איז קיינעם נישט בייגעפאלן אריינצוקומען אין לאנד אומלעגאל. יעדער רעכטדענקיגער מענטש פארשטייט אז די גרענצן פון א לאנד דארפן פולשטענדיג רעספעקטירט ווערן.

די דעמאקראטן האבן אלעמאל געשטיצט סאציאליזם, זיי האבן אין לויף פון די יארן דורכגעפירט פילע געזעצן צו העלפן די ארימע שיכטן פונעם פאלק און מענטשען אין געברויך. דערפאר האט זיך ארויסגעשטעלט אז אימיגראנטן וועלכע זענען אין אלגעמיין ארעם און אונטערדרוקט האבן מערסטייל געפונען א ארט אין די דעמעקראטישע פארטיי – די פארטיי וועלכע האט זיך אנגעבליך אנגענומען פאר זייער ווירדן און געקעמפט פאר זייער געברויכן.

זייער גלייך, דאנקבארקייט איז גאר א נאבעלע איינפיר.

מיט די צייט האבן זיך די דעמאקראטן אנגעהויבן צו כאפן ביים קאפ אז זיי פארמאגן אין זייער באזיץ א רייכער גאלד גרוב - זיי זענען געקומען צום אנערקענונג אז די ארימע אימיגראנטן קענען באשיינפערליך גענוצט ווערן אלס פאנדלעך אויף זייער פאליטישען שאך ברעטל. זיי האבן אנגעהויבן צו פארארבייטן טעטיקייטן אז די אימיגראנטן און די מינאָרעטן זאלן אנהייבן צו שטומען אין די וואלן פאר די דעמעקראטישער פארטיי. און ווען זיי האבן געזען ווי זייער סטראטעגיע ארבייט זיך אויס האבן זיי אנגעהויבן דורכצופירן געזעצן צו פארגרינגערן אימיגראציע, אזוי אז וואס מער אימיגראנטן זאלן קענען אריינקומען אין לאנד און שטומען מיט די דעמאקראטישער פארטיי. זיי זענען נישט געבליבן שטיין ביי דעם און זיי האבן זיך געריקט צו א שטאפל ווייטער - זיי האבן אנגעהויבן דורכצופירן געזעצן צו שוצן אויף די רעכטן פון אומלעגאלע אימיגראנטן וועלכע האבן זיך באוויזן אריינצושמוגלן אין לאנד אומלעגאל. און וואס מער די דעמאקראטישע פארטיי האט זיך גענויגט לינקס, אלס מער ראדיקאל און אבסורד זענען די אימיגראציע געזעצן געווארן.
מאנטאג יולי 08, 2019 3:57 pm#432839
מיט די צייט האבן זיך די דעמאקראטן אנגעהויבן צו כאפן ביים קאפ אז זיי פארמאגן אין זייער באזיץ א רייכער גאלד גרוב - זיי זענען געקומען צום אנערקענונג אז די ארימע אימיגראנטן קענען באשיינפערליך גענוצט ווערן אלס פאנדלעך אויף זייער פאליטישען שאך ברעטל. זיי האבן אנגעהויבן צו פארארבייטן טעטיקייטן אז די אימיגראנטן און די מינאָרעטן זאלן אנהייבן צו שטומען אין די וואלן פאר די דעמעקראטישער פארטיי. און ווען זיי האבן געזען ווי זייער סטראטעגיע ארבייט זיך אויס האבן זיי אנגעהויבן דורכצופירן געזעצן צו פארגרינגערן אימיגראציע, אזוי אז וואס מער אימיגראנטן זאלן קענען אריינקומען אין לאנד און שטומען מיט די דעמאקראטישער פארטיי. זיי זענען נישט געבליבן שטיין ביי דעם און זיי האבן זיך געריקט צו א שטאפל ווייטער -


קודם ביסטו שוין א מודה במקצת אז די דעמקראטן זענען אויף די זייט פון די ארימע און אימיגראנטן. יעצט דארפסטו נאר איינזעהן אז אימיגראנטן האט געמאכט אמעריקע פאר וואס סאיז! די רעשט איז ריין פראפאגאנדע!

אימיגראנטן זענען בכלל נישט קיין קרימינאלן- נאר גאר פארקערט- בדרך כלל!

ווער הארגעט מעהר מענטשען די רעכטע מיט זייערע שיסער אדער די אימיגראנטן? אויב די רעכטע זענען אזוי באזארגט מיט סעיפטי פארוואס טוהן זיי גארנישט פאר די אלע ״טעגליכע שיסערייען״ אין אמעריקע דורך ״ווייסע רעדנעקס״ הא????

בול קרעפ! סהאט נישט צוטוהן מיט פארברעכן! די רעכטע האבן פשוט פיינט די ספאנישע און שווארצע! דעטס אלל!
מאנטאג יולי 08, 2019 4:03 pm#432840
במחילות כבודך, איר זענט א פשוטער פראפאגאנדיסט און אייער פאקטן זענען נישט באזירט אויף קיין אמת. און דא שטעלן מיר זיך. מיר פארמאגן באזונדערע פאקטן און ס'איז זייער שווער צו ארגומענטירן מיט איינעם וואס אטאקירט פערזענליך. אויף היינט איז דאס גענוג.

זיך צום ווידער זען.
מאנטאג יולי 08, 2019 4:16 pm#432841
קאך_לעפל האט געשריבן:במחילות כבודך, איר זענט א פשוטער פראפאגאנדיסט און אייער פאקטן זענען נישט באזירט אויף קיין אמת. און דא שטעלן מיר זיך. מיר פארמאגן באזונדערע פאקטן און ס'איז זייער שווער צו ארגומענטירן מיט איינעם וואס אטאקירט פערזענליך. אויף היינט איז דאס גענוג.

זיך צום ווידער זען.


אנטשולדיגט סאיז דא דאטא אויף דעם! אימגראנטן זענען די נידריגסטע אין קריים! די נידריגסטע! פשוטע ליגענער וואס דו ביסט!

פארוואס האבן ענק רעכטע אויסגעטיילט צרות צרירות פאר כמעט א מיליאן קינדער וואס זענען דא אויפגעוואקסן- די דאק״א קינדער! וואס זענען אלע שיין מסודר דא! זעראו קריים!
97 פראצענט האבן גיטע דזשאבס? רוב אמעריקאנע אין אלע פאולס האבן געוואלט מ׳זאל זיי לאזן בלייבן דא אלץ בירגער! אבער נישט טראמפ מיט זיינע מענטשען...

טראמפ לאזט נאר אריין אימיגראנטן וואס שלאפן מיט אים אין זיין בעט? ווער מיינסטו איז זיין ווייב? די רוסישע סלאוונישע טייערע זונה? און ווער איז געוועהן זיין געוועזנע ווייב? און זיין מאמע? און זיינע אור עלטערן? אלע זענען געוועהן אימיגראנטן וואס האקסטו אין קאפ אריין?
דינסטאג יולי 30, 2019 1:52 am#433957
berlbalaguleh האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:אין אמתן אריין די פשוטע סיבה פון אנטיסמיטיזם בכלליות איז ווייל אידן זענען בדרך כלל די רייכע און סוקסעספולע און זיי האלטן זיך אלע צוזאמען. און פאר א אינדרוסענדיגער, ספעציעל אויב איז ער א אומגעלערנטער מענטש קוקט עס אויס ווי די אידן קאנטראלירן אלעס און געוועלטיגן איבער אלעס און לאזן נישט אריין איינער וואס איז נישט קיין איד און געבן זיי נישט קיין שאנס רייך צו ווערן.

וואס מ׳דארף טוהן אז ס׳זאל נישט אזוי אויסקוקן פאר זיי ווייס איך נישט פונקטליך. צריך עיון.

די אידן האבן שוין פראבירט דעם מיטל פון אסימילירן זיך און אויסזעהן פונקט ווי דער גוי. נישט נאר אויסזעהן. נאר זייער אויפפיהרונג איז געווען נאך גוי'אישער ווי דער גוי. און ס'האט געהאלפן א מכה...!

אין די אלטמאדישע בייבל. די אלד טעסטאמענט, וועלכע איז לשיטתכם שיינע פאעטרי. אבער איז נישט געגעבן געווארן מסיני. שטייט אבער ארויס דער טעם און די סיבה פארוואס אין אמעריקע האט מען פיינט דעם איד אלס קאמוניסט. און אין (קאמוניסטישן) רוסלאנד רודפ'ט מען דעם איד אלס קאפיטאליסט און ספעקולאנט. און אין דייטשלאנד, וואו דער איד האט אויסגעקוקט פונקטליך ווי דער גוי, האבן זיי אויכעט פיינט געהאט דעם איד. און אין פוילן, וואו ס'איז נישט דא קיין מנין אידן, האבן זיי נאכאלץ פיינט דעם איד. דארט אין די אלד טעסטאמענט. שטייט זייער קלאר ארויסגעשריבן..."הן עם לבדד ישכון ובגויים לא יתחשב"...! ס'עט ענק גארנישט העלפן אידעלעך. עטץ מעגטס זיין קאמוניסטן אדער סאציאליסטן. עטץ זענטץ, און וועטץ פארבלייבן אידן לעולם ועד... קעיס קלאוזד...!

הרב שבת אחים. מיין שאלה צו דיר איז. ווען דו גייסט דיך אויפוועקן פון דיינע זיסע סאציאליסטישע חלומות...?! ווען דו וועסט שוין שטיין אין די ליין צוזאמען מיט די אנדערע אידעלעך...! און דיינע סאציאליסטישע פריינט וועללן זיך אפקערן פון דיר. און דיר אריינשמייכלען אין פנים אריין...!


די אידן האבן שוין פראבירט דעם מיטל פון אסימילירן זיך און אויסזעהן פונקט ווי דער גוי. נישט נאר אויסזעהן. נאר זייער אויפפיהרונג איז געווען נאך גוי'אישער ווי דער גוי. און ס'האט געהאלפן א מכה...!



איך האב געזאגט אז מ׳זאל זיך אסימילירן??? דו ליינסט בכלל וואס איך שרייב? דו הערסט בכלל וואס מ׳רעדט?

אין די אלטמאדישע בייבל. די אלד טעסטאמענט, וועלכע איז לשיטתכם שיינע פאעטרי

און וואו פונקטליך האב איך דאס געשריבן???

מ׳רעדט פון איין זאך און ער רעדט פון א צווייטע זאך? איך האב גערעדט דא פון אונזער אימעדזש ביי די גוי און וויאזוי מקען עס פארבעסערן.

ווי פאר א שווארץ יאהר קומט די בייבל דא אריין?

אבער ווייסט וואס? אז מ׳רעדט שוין יא, וואס לאכסטו??? פארוואס זאל א פרייע איד נישט האלטן אזוי??? ערנסט גערעדט? איך מיט דו וואס האלטן אז די תורה איז מן השמים זענען נאר א קליינע מיעוט פון בערך צעהן פראצענט אידן וואס האלטן אז סאיז נישט פאעטרי. (און ווען די פרייע האבן ווען אזויפיל קינדער ווי די פרומע וואלטן די פרומע געוועהן אפשר 1 ביז 2 פראצענט פון די אידענטום).

דו ביסט א אמיש וואס לאכט פון יענעם אז ער פארט מעהר נישט מיטן פערד און וואגן...

פארוואס זאל א פרייע איד וואס האט נישט די ספעציעלע קאנעקשאן צו די תורה פון אלץ קליין קינד גלייבן אז יונה האט געלעבט אין א פיש פאר דריי טעג און א שלאנג האט גערעדט? ווען דו וואקסט אויף פריי און הערסט קיינמאל גארנישט פון די תורה ביז די דרייצן. וואלסטו מסתם אויך געזאגט אז ס׳איז פאעטרי.

ס׳איז דאך ממש שווער פארוואס א פרייע איד קען נישט גלייבן אין די פשוטע תורה?
הערשט פאריגע וואך האט זיך דאך דער ים געשפאלטן אין כינע און א עמוד ענן אין אלאסקא! וואס איז אזוי שווער צוגלייבן? סאיז דאך א נארמאלע ערשיינונג אז ס׳פאלט מן פון הימל. און יעדער וואס עסט עס פילט די טעם פון עסען וואס ער האט פונקט יעצט ליב!

בקיצור אלעס שטייט שוין אין תורה. וואו פונקטליך שטייט וועגן אנטיביוטיקס? נא די רמב״ם איז געוועהן אסאך קלוגער ווי די גרעסטע חכמים היינט. און איינשטיין האט דאך אויך געגעלייבט. והא ראי׳ ער פלעגט יעדן טאג לייגן תפילין און ער פלעגט האלטן שבת... ער רעדט מיט זיינע געפילן גארנישט מיט קיין פאקטן! גארנישט מיט די מציאות! גארנישט מיטן אמת! א בארג פון געפילן אנגעפילט מיט אלטמאדישע שקרים...

פארוואס לאכסט נישט פון די מענטשען וואס גלייבן נישט אז די פיש האבן גערעדט אינמיטן שאלישידעס אין סקווירא???
דינסטאג יולי 30, 2019 2:00 am#433958
berlbalaguleh האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:
הרב שבת אחים. מיין שאלה צו דיר איז. ווען דו גייסט דיך אויפוועקן פון דיינע זיסע סאציאליסטישע חלומות...?! ווען דו וועסט שוין שטיין אין די ליין צוזאמען מיט די אנדערע אידעלעך...! און דיינע סאציאליסטישע פריינט וועללן זיך אפקערן פון דיר. און דיר אריינשמייכלען אין פנים אריין...!


וואס האקסטו אין קאפ אריין?

ווייטער מיט זיין זינלאזע אלטע אויסגעוועפטע אטאקעס אויף סאציאליזים-געבעיסט אויף גארנישט!

מיין חלום???

ווילסט רעדן פאקטן אדער מאלן וואסער? ווילסט פאקטן??? איינמאל פאר אלעמאל?

אמעריקע איז אמאל געוועהן נומבער 1- ווען זיי זענען געוועהן סאציאליסטיש געשטימט .
אונזער לאנד איז געוועהן נומבער 1 אין די וועלט צו וואוינען פון אלע לענדער, יעדער האט אמאל געוואלט זיין ווי אמעריקע. ביז רעיגען׳ס צייטן- היינטיגע צייטן איז אמעריקע ניטאמאל פון די TOP 10!!! די בעסטע לענדער אויף די וועלט היינטיגע צייטן פון די ערשטע צעהן זענען ניין סאציאליסטישע לענדער!!!

הער אויף צורעדן מיט דיינע געפיהלן!

איך גיי בלי נדר צונעמען דיינע תגובות וואס כהאב שוין לאנג געוואלט טוהן און דיר ווייזן וויפל מאהל דו זאגסט ליגענט, סתירות, און איבערגעטריבן ווייל ס׳קומט דיר גוט אויס אזוי. (אלע ENFPS זענען געשלאגן אין דעם ליידער...)
דינסטאג יולי 30, 2019 8:06 am#433966
נעבעך.

עס האט אים געכאפט א נערוון בראך.

עי עס עף פי אלערט.
דינסטאג יולי 30, 2019 1:43 pm#433979
אישתישבי האט געשריבן:נעבעך.

עס האט אים געכאפט א נערוון בראך.

עי עס עף פי אלערט.


כבין נעבעך בארירט געווארן פון ספייקי... :lol:

דיין מאמע האט געכאפט א נערווען בראך!
האסטו געהערט א מעשה!? ער האט נישט וואס צו ענטפערן שרייט ער נערווען בראך.


דיינע פאקטן שטומען פונקט ווי ר׳ בערל׳ס פאקטן:

די היינטיגע דייטשען זענען נאציס!

די היינטיגע סאציאליסטן זענען באראבארישע באלשעוויקן!

יעדער גוי איז א אנטעסמיט!

יעדער וואס זאגט אנדערש ווי מיר האט צוטוהן מיט די נערווען!

א רחמנות נעבעך אויף די פרייע אידן וואס האלטן אז די תורה איז פאעטערי!

יעדער וואס איז גימל דארף גיין צום דאקטער!

עוואלוציע איז אויסגעזויגן פון פינגער!

די סאטמארער רב איז געוועהן די גרעסטע אנטי ציוני- ער האט געמעגט! אבער איינער וואס איז היינט א אנטי-ציוניסט איז א רשע און א ״סעלף העיטינג JEW״.

און אזוי ווייטער און ווייטער...
פרייטאג אוגוסט 02, 2019 8:25 am#434176
מען זעהט קלאר אז אבאמא איז געוועהן א אוהב ישראל, ווייל ער האט געמופט דער קאנסולאט קיין ירושלים, און בכלל האט ער ארויסגעהאלפען ארץ ישראל ווי ער האט געקענט.

ווידער טראמפ, דער רעכטער ביגעט און שונא ישראל, ער רודפ'ט דער מדינה ווען ער קען, און ער מאכט רעזולוציעס אין יו ען קעגן דער מדינה ווען ער קען.

ווי אויך דער בוש דער שונא ישראל האט געצווינגען ארץ ישראל צו מאכן פאלשער שלום מיט דער אראבישע מחבלים.

איז דאך קלאר דער חילוק, אז דער לינקע זיי האבן ליב אידן, און דער רעכטער, זיי פייניגן אידן.