Under maintenance
הויפט זייט » בעבי נוירסערי אין שפיטעלער געשלאסן

בעבי נוירסערי אין שפיטעלער געשלאסן

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13196
דינסטאג יוני 25, 2019 8:02 pm#432315
בעבי נוירסערי אין שפיטעלער געשלאסן
כ'בין געווען זיכער אז דא וועט שוין ערגעצוואו זיין אן אשכול, אין וועלכע עס וועט אויסגעשמועסט ווערן דער נייער חק וועלכע גייט אריין אין קראפט אין די וואכן, וואס קיין ספק אז נשים צדקניות, נישט אידישע און יא אידישע וועלן האבן דערפון אסאך לייד און שוועריגקייטן.

די רעדע איז פון אפשליסן די נוירסערי אפטיילונג אין די שפיטעלער. און דאס פריש-געבוירן קינד זאל תיכף נאכ'ן געבורט צוריקגעקערט ווערן צו די עלטערן וועלכע וועלן זיך מטפל זיין מיט דאס קינד.

ביז איצט איז דער סיסטעם געווען, אז נאכ'ן געבורט פלעגן די נארוואס געבוירענע סארטירט ווערן אין נוירסערי ווי קראנקע-שוועסטער פלעגן זיך אפגעבן און באהאנדלען די קינדער, אזוי אז די אפגעמוטשעטע מוטער זאל קענען קומען צו זיך און זיך נישט דארפן ספראווען.

פארהאן וועלכע טוען אנדייטן דער אורזאך פונעם דיזן געזעץ, אז דאס איז צוליב וואס עס פעלט היינט היפשע קשר צווישן עלטערן און קינדער, (bonding בלע"ז), און איינס פון די פילע פעולות אינעם לאנגן קייט איז דאס שענקן די קינדער פאר די עלטערן גלייך נאכ'ן געבורט, אזוי זאלן די עלטערן זיחן מער געבינדן צו די קינדער.

אט דער אקט איז שוין אויסגעפירט געווארן אינעם בארימטן מיימאנעדיס שפיטאל וואו עס ווערן געבוירן צענדליגער טעגליך און האלט אינמיטן ווערן אויסגעפירט אויך אין אנדערע שפיטעלער.

אינטערעסאנט און שפאנענד צו די עלטערן וועלן נאך פארזעצן צו לויפן אינעם נעבנדיגן רמב"ם שפיטאל, אדער וועט דאס האבן קינדער אינדערהיים ווערן מער א דבר נפוץ. און בכלל ווי אזוי וועט דער פראבלעם וואס ברענגט אזויפיל שוועריגקייטן פאר די הייקעלע און אויסגעמוטשעטע מאמעס געלעזט ווערן.
דינסטאג יוני 25, 2019 10:47 pm#432331
Re: בעבי נוירסערי אין שפיטעלער געשלאסן
דבר בעתו מה טוב, אז דער מאן באקומט פעיד פעמילי ליוו, וועט ער קענען אפזיצן אין שפיטאל און קעיר נעמען פון די בעיבי, אזוי כאפט מען צוויי פויגל מיט איין שאס , סיי די קשר מיט די קינדער, און סיי מיט די ווייב.

#פעמילי וועליוס

Sent from my XT1526 using Tapatalk
דינסטאג יוני 25, 2019 11:14 pm#432332
אין קאנאדא איז אייביג געוועהן אזוי, די נוירסערי אין די גרויסע דזשואיש דזשענעראל שפיטאל אין מאנטריאל פארמאגט פלאץ פאר אפשר 10 קינדער און דארט לאזט מען בלויז אריין אין אויסנאם פעלער, ווצב"ש א סי סעקשן געבורט ווי די מאמע ברויך זיך מער אויסרוען, די איבעריגע קינדער באנדן דאן מיט די מאמע.
דינסטאג יולי 02, 2019 3:50 pm#432549
Re: בעבי נוירסערי אין שפיטעלער געשלאסן
ב"ה מיימאנידיעס האט צוריק געדרייט די גזירות, זיי לאזן די נורסרי אפן

Sent from my Moto E (4) using Tapatalk
דאנערשטאג יולי 04, 2019 5:53 pm#432694
צוריק אפן