Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » מזל טוב פאר 'לאשיצער' צו זיין חתונה!

מזל טוב פאר 'לאשיצער' צו זיין חתונה!

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
16 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13197
מיטוואך יוני 26, 2019 3:53 pm#432358
מזל טוב פאר 'לאשיצער' צו זיין חתונה!
דעם פאריגן זונטאג איז פארגעקומען אין באסטאן די חתונה פון אונזער ידיד דר. אייזיק בלימאן, באקאנט דא מיט זיין ניק ATUB @לאשיצער ATUB , עב"ל ריינע-נחמה שעכטער.

לייענט א פולן באריכט איבער דער חתונה, וואו מוזיק און שפראך האבן געשפילט ווי הויפט-מחותנים.

m http://yiddish.forward.com/articles/215 ... -remember/ m

מיין ברכת הדיוט צו דעם חתן און דער כלה: איר זאלט בויען א בית נאמן בישראל, מיט אהבה, נחת, סיפוק, צו לאנגע געזונטע יארן!
מיטוואך יוני 26, 2019 4:34 pm#432360
די רירנדע כתובה אין אידיש און ענגליש וואס די חתן-כלה האבן געשריבן.
מיטוואך יוני 26, 2019 5:05 pm#432362
מזל טוב ידידינו הרב מלאשיץ, זאל די שמחה זיין אן אייביגע.
מיטוואך יוני 26, 2019 5:51 pm#432365
ראובן האט געשריבן:די רירנדע כתובה אין אידיש און ענגליש וואס די חתן-כלה האבן געשריבן.


מזל טוב.

איך האף מ'האט געשריבען אן עכטע כתובה אויך. ווייל דאס איז פונקט אזא כתובה ווי עס איז א גט, א פרוזבול, אן אדרכתא און א שטרא זייפא.
מיטוואך יוני 26, 2019 6:35 pm#432366
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
ראובן האט געשריבן:די רירנדע כתובה אין אידיש און ענגליש וואס די חתן-כלה האבן געשריבן.


מזל טוב.

איך האף מ'האט געשריבען אן עכטע כתובה אויך. ווייל דאס איז פונקט אזא כתובה ווי עס איז א גט, א פרוזבול, אן אדרכתא און א שטרא זייפא.


------

כּתובות האָט מען געהאַט צוויי: די טראַדיציאָנעלע אויף לשון־קודש און אַ צווייטע אויף מאַמע־לשון און אויף ענגליש, אַליין אָנגעשריבן פֿון חתן־כּלה. נישט דאָס ערשטע מאָל וואָס דעם שרײַבער פֿון די שורות איז אויסגעקומען צו הערן „היימישע“ נוסחאָות פֿון אַ כּתובה, אָבער דאָס איז בלי־ספֿק געווען די שענסטע
מיטוואך יוני 26, 2019 6:51 pm#432367
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
ראובן האט געשריבן:די רירנדע כתובה אין אידיש און ענגליש וואס די חתן-כלה האבן געשריבן.


מזל טוב.

איך האף מ'האט געשריבען אן עכטע כתובה אויך. ווייל דאס איז פונקט אזא כתובה ווי עס איז א גט, א פרוזבול, אן אדרכתא און א שטרא זייפא.


די למנין שאנו מונין כאן, איז סאן פראנסיסקא? אדער וויליאמסבורג ברידזש..

נעווער מיינד, ס'איז א שיינע ארבעט.
מיטוואך יוני 26, 2019 7:21 pm#432370
בילד
מיטוואך יוני 26, 2019 7:26 pm#432372
.
מיטוואך יוני 26, 2019 7:42 pm#432374
מזל טוב...! מזל טוב...!

לאמיר אנווינטשן פאר די נייע פארל אז זייער שמחה און ליבשאפט זאלל אנהאלטן איבער זייער גאנץ לעבן...! נישט אזוי ווי די חתונה פון משה'לע מונוואס מיט נחמה'לע די יתומה...וואס דער סקאנדאל האט ליידער אויסגעפלאצט אום מוצאי תשעה באב. ווען די טאכטער פון ר' חזקיה טייטלבוים דער מייסטער שלאסער און גרויסער תלמיד חכם וועלכער האט געהאט 3 טעכטער. און איטקע. די יונגסטע מיט'ן קאפ שיינענדיגע רויטע האר האט געפיהרט א ראמאנס מיט דעם פארהייראטן שכן משה'לע מונוואס...!
מיטוואך יוני 26, 2019 8:29 pm#432377
Re: מזל טוב פאר 'לאשיצער' צו זיין חתונה!
דער חופה איז סיי ווי נישט געווען תחת כיפת השמים, סאו די כתובה מאכט ממילא נישט אויס...
דאנערשטאג יוני 27, 2019 12:17 am#432387
עפעס לאזט מיר מיין געדאנק נישט ווינטשן מזל טוב פאר א חתונה וואס איז נישט געווען כדת משה וישראל.
איך ווינטש די פארפאלק הצלחה אין אלעס וואס זיי טיען אבער צו וואינען אינאיינעם אן חופה וקדושין קען איך נישט גיבן מיין ברכה.
דאנערשטאג יוני 27, 2019 1:02 am#432388
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
ראובן האט געשריבן:די רירנדע כתובה אין אידיש און ענגליש וואס די חתן-כלה האבן געשריבן.


מזל טוב.

איך האף מ'האט געשריבען אן עכטע כתובה אויך. ווייל דאס איז פונקט אזא כתובה ווי עס איז א גט, א פרוזבול, אן אדרכתא און א שטרא זייפא.


------

כּתובות האָט מען געהאַט צוויי: די טראַדיציאָנעלע אויף לשון־קודש און אַ צווייטע אויף מאַמע־לשון און אויף ענגליש, אַליין אָנגעשריבן פֿון חתן־כּלה. נישט דאָס ערשטע מאָל וואָס דעם שרײַבער פֿון די שורות איז אויסגעקומען צו הערן „היימישע“ נוסחאָות פֿון אַ כּתובה, אָבער דאָס איז בלי־ספֿק געווען די שענסטע

דאכצעמער די טראדיציאנעלע כתובה איז נישט לשון קודש, נאר ארמ'יש.

איך פארשטיי אז די געמיינזאמע יידיש פונעם פארפאלק איז טאקע ייווא, אבער היות אונזער בלימאן חתן דינן איז לכאורה פון די איינציגסטע שטודירער פונעם חסידישן אידיש וואלט מען אפשר געדארפט אריינלייגן די טעקסט פונעם כתובה אינעם hasidify פראגראם..
דאנערשטאג יוני 27, 2019 5:48 am#432391
שמעון וואלף האט געשריבן:עפעס לאזט מיר מיין געדאנק נישט ווינטשן מזל טוב פאר א חתונה וואס איז נישט געווען כדת משה וישראל.
איך ווינטש די פארפאלק הצלחה אין אלעס וואס זיי טיען אבער צו וואינען אינאיינעם אן חופה וקדושין קען איך נישט גיבן מיין ברכה.

וואס אייגענטליך איז דא נישט געווען כדת משה וישראל?
דאנערשטאג יוני 27, 2019 10:39 am#432396
Re: מזל טוב פאר 'לאשיצער' צו זיין חתונה!
אגרות צפון האט געשריבן:
שמעון וואלף האט געשריבן:עפעס לאזט מיר מיין געדאנק נישט ווינטשן מזל טוב פאר א חתונה וואס איז נישט געווען כדת משה וישראל.
איך ווינטש די פארפאלק הצלחה אין אלעס וואס זיי טיען אבער צו וואינען אינאיינעם אן חופה וקדושין קען איך נישט גיבן מיין ברכה.

וואס אייגענטליך איז דא נישט געווען כדת משה וישראל?
א. אפשר איז נישט געווען דארט די טראדיציאנאלע קאראפן פון אויסגעוועפטע ווארמע קאוק, מיט א שטיקל לימון אלס א סימן וועלכע איז דער דייעט און וועלכע איז רעגולער (נאר קיינער ווייסט נישט וועלכע איז וועלכע).

ב. אפשר האט מען נישט געפייערט א סעודה ביים שערן די קאפ למחרתו.

ג. אפשר האט די חתן געגעבן אויער רינגלעך אין יחוד שטוב און נישט א פערל קייט.

ד. אפשר האבען די קעלנערס געהאט סמארטפאונס.

ה. אפשר האט מען געזינגען א ניגון פון ליפא.

פעלט נישט קיין דת משה וישראלס זיך צו וויילען לעת הצורך. מען דארף אפשר מאכען א פנקס פאר יעדער באוזנדער, תחת השגחתו (אומאפיציעל) פון קהל.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דאנערשטאג יוני 27, 2019 11:29 am#432398
ליטוואק פון בודאפעסט: אויף סעיף קטן ג' האביך א הערה...היינטיגע צייטן איז מעגליך אז די כלה האט (אויך) געגעבן פאר'ן חתן א פאר אויעררינגלעך...!
דאנערשטאג יוני 27, 2019 11:58 am#432400
Re: מזל טוב פאר 'לאשיצער' צו זיין חתונה!
berlbalaguleh האט געשריבן:ליטוואק פון בודאפעסט: אויף סעיף קטן ג' האביך א הערה...היינטיגע צייטן איז מעגליך אז די כלה האט (אויך) געגעבן פאר'ן חתן א פאר אויעררינגלעך...!
זי האט איהם געגעבען די פערל קייט? אויב אזוי איז שוין גוט כדת משה וישראל.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk