מיטוואך יולי 03, 2019 11:01 am#432596
שטריימלעך, טליתים און רעזשוואלקעס
"דאס איז א אידישער לבוש וואס די גוים אין אמעריקע זענען נישט געוואוינט צו זען, און מיר דארפן נישט אויסרייסן זייערע אויגן צו גיין דערמיט אפן אין דער גאס. מיר דארפן זיין איינגעהאלטן און וויסן אז מיר דארפן זיך צושטעלן צו דער לאנד וואו מיר וואוינען, און נישט זיך רייצן מיט דער אמעריקאנער באפעלקערונג. ס'קען ברענגען א חילול ה' און אנטיסעמיטיזם."
ווער האט דאס געזאגט? וועל אויס דעם ריכטיגן ענטפער:
1. די אמעריקאניזירטע אידן
2. האדמו"ר מקאשוי זצ"ל
3. ביידע האבן עס געזאגט
דער ריכטיגער ענטפער איז 3. די אמעריקאניזירטע אידן האבן עס געזאגט אויפ'ן שטריימל, און האדמו"ר רבי רפאל בלום מקאשוי זצ"ל האט עס געזאגט אויפ'ן טלית, און האט באפוילן אז מ'דארף איבערדעקן דעם טלית מיט א רעזשוואלקע.