Under maintenance
הויפט זייט » היסח הדעת אין פאליטיק

היסח הדעת אין פאליטיק

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
11 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13209
דאנערשטאג יולי 04, 2019 8:58 am#432670
היסח הדעת אין פאליטיק
איינער פון די חכמות פון פאליטיק איז מסיח דעת זיין דער עולם פון וואס טוט זיך אויפ׳ן אמת. וכדברי zaphod beeblebrox הידועים, the job of president is not to wield power, but to deflect attention from those who do.

די לעצטע אמעריקאנער פרעזידענט איז א מומחה אין דעם, און אין די לעצטע יארען איז די נייעס פול מיט אומוויכטיגע נייעס, וואס מאכט גארנישט אויס פאר די לאנד. און קלוגע מענטשן פאלען אריין אין דעם. די אשכול איז פאר אזעלכע סארט נייעס, פון נארישע אויסדרוקען ביז טפשות׳דיגע טוויטס און אומפאסיגע קליידער. אלס וואס מ׳מאכט דערפון א טראסק, און עס מאכט גארנישט אויס פאר די מענטשהייט.

היינט קומט פאר א פאראד עין וואשינגטאן די.סי. דער פרעזידענט האט מחליט געווען אז ער וויל א מיליטערישע פאראד, אזוי ווי די דיקטאטורן מאכען אין זייער לענדער. אז מ׳שמועסט אויס די מעשה, איז עס טאקע א חלק פון די נידריגע חלק פון טראמפ. אבער ווי וויכטיג איז עס? עס טוט זיך דא א לאנד מיט טריליאנע דאללארען און מיליאנער מענטשן, וואס האבען געברויכען און חשבונות. איז די פאראד עפעס וויכטיג?
היינט האט א ריזיגע מיינינג קאמפאני זיך באנקראטירט, און אסאך מיינערס, ארימע ארבעטארערס, האבען נישט קיין ארבעט און נישט קיין אויסזיכטען פון ארבעט. איז דאס דען נישט וויכטיגערעא נייעס ווי א קינדערישע פאראד?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דאנערשטאג יולי 04, 2019 9:59 am#432671
זאג נאר ווען איר ווילט וויסן וואס ס'גייט פאר אויף די וועלט פרעגט איר די פרעזידענט? אדער איר האנדלט זיך איין א צייטונג? גייט קויפט א צייטונג וואס דעקט די אמת'ע דברים העומדים כל הפרק. וואו קומט די פרעזידענט אריין אין אזא שמועס?
דאנערשטאג יולי 04, 2019 10:21 am#432672
Re: היסח הדעת אין פאליטיק
דער כח פון היסח הדעת האסטו פיין אפגעלערנט

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דאנערשטאג יולי 04, 2019 12:34 pm#432676
Re: היסח הדעת אין פאליטיק
צוליב דיקטאטורען? בכלל נישט. פעיק ניוז.
פרעזידענט טראמפ איז אריין אין קאפ צו מאכען א מיליטערישע פאראדע צוליב פראנקרייך. ווען ער איז דארט געווען האט ער געזען זייער פאראדע און ער האט געזאגט איך וויל אויך!

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
דאנערשטאג יולי 04, 2019 12:43 pm#432677
Re: היסח הדעת אין פאליטיק
ווייטער א חלק פון די היסח הדעת. דאס איז נאן-ניוז, אומווירדיגע שטותים. נישט קיין נושא במקום עכטער נושאים.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דאנערשטאג יולי 04, 2019 12:50 pm#432678
כ'זעה רבי ליטוואק אז איר האט גוט דורכגעטון דעם ענין פון הסח הדעת, איר זענט ממש אן עקספערט אין דעם... איך פרוביר אפילו נישט מיט אייך זיך צו פארמעסטן...
דאנערשטאג יולי 04, 2019 1:48 pm#432681
Re: היסח הדעת אין פאליטיק
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ווייטער א חלק פון די היסח הדעת. דאס איז נאן-ניוז, אומווירדיגע שטותים. נישט קיין נושא במקום עכטער נושאים.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נו וואס פארשטייט א גוי...

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
זונטאג אוגוסט 18, 2019 12:06 pm#434938
Re: היסח הדעת אין פאליטיק
דער שחט׳ן א ציגעלע פון א ניינציג יעריגע באבע איז אויך א היסח הדעת, אומווירדיגע שטותים וואס האט נישט וואס צו זוכען אין דער אויבענאן פון די נייעס.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
זונטאג אוגוסט 18, 2019 12:54 pm#434944
די גאַנצע רוסישע קאַלוזיע קאָנספּיראַציע איז (געווען) א ריזיגע היסח הדעת. איך מיין אז ס'איז לכאורה געווען די גרעסטע היסך הדעת אין פּאָליטישע היסטאָריע.
זונטאג אוגוסט 18, 2019 12:59 pm#434945
זונטאג אוגוסט 18, 2019 2:13 pm#434948
Re: היסח הדעת אין פאליטיק
כנראה פארשטייסטו נישט וואס איז דארט געשען. אז די רוסן האבען זיך אריין געמישט, איז דאך א פאקט. אז דאס איז א געפערליכע זאך, קען מען זיך נישט דינגען.

ט׳ווי קען מען דאס נישט פארשען? מ׳זאל עס לאזען פאסירען נאכאמאל? און טאמער איינער האט פארדינט דערפון, דארף מען עס ערשט פארשען.

היסח הדעת איז ווען די נייעס איז גענצליך אומוויכטיג.

יחי ההבדל הגדול!

Sent from my LG-K373 using Tapatalk