Under maintenance
הויפט זייט » דער ווארצל פון ראסיזם:

דער ווארצל פון ראסיזם:

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
38 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13227
מיטוואך יולי 17, 2019 4:36 pm#433291
דער ווארצל פון ראסיזם:
וואשינגטאן – דער רעפרעזאנטן הויז פון די פאראייניגטע שטאטן האט נעכטן דורכגעפירט א איינזייטיגע רעזאלוציע צו פארדאמען די אנגעבליכע ראסיסטישע ווערטער, וועלכע פרעזידענט טראמפ האט געלאזט פאלן אויף די פיר שווארצע סאציאליסטישע קאמעדיאנטן וועלכע טומלען ארום אין די דאזיגע טעג. דאס ווארט ראסיזם איז א דאנק די דאזיגע פיר קאמעדיאנטן געווארן א אפשלאג-ווארט אויף יעדער וואס טראכט אנדערש ווי זיי באפעלן, ס'האט צום באדויערן גענצליך פארלוירן איר ריכטיגער באדייט.

וואס אייגענטליך באדייט ראסיזם? וואס איז שלעכט מיט ראסיזם? ווען איז דער ווארט ראזיסם אריינגעשטעלט געווארן אינעם ווערטער לעקסיקאן? וואס איז די געשיכטע פון ראסזים?

קנעכטשאפט פון די תורה שטאנדפונקט:

אין די תורה הק' געפונען מיר אז אויב עמיצער קויפט א אידישער קנעכט, איז ער פארליכטעט אים פריי צו לאזן נאך זעקס יאר, אדער יובל. די תורה וויל נישט אז איין איד זאל פארקנעכטן א אנדערע איד. בלויז אין געציילטע אויסנאמס-פעלער. וו.צ.ב.ש. אויב עמיצער האט גע'גנב'עט און האט נישט צו באצאהלן, דאן פארקויפט אים בית דין. אדער עמיצער איז נעבאך אזוי ארעם און פארמאגט נישט דאס מינימום צו שפייזן זיין פאמיליע. און אפילו דאן שרייבט די תורה פאר א גאנצע ליסטע פון רעגולאציעס און אנווייזונגן, גענוי ווי אזוי זיך אומצוגיין מיט א אידישער-שקלאף. די תורה הק' פארפליכטעט פארן האר אויסצוהאלטן די ווייב און קינדער פון זיין אידישער קנעכט מיט אלע זייערע געברויכן. דער האר טאר נישט ארבייטן מיט זיין אידישער שקלאף צו שווער אדער אים צווינגן דורכצופירן נידעריגע-ארבייט. דער האר איז פארפליכטעט צו באלאדענען זיין קנעכט מיט אלעס גוטן,ווען ער גייט ענדליך ארויס פריי. און נאך. און אויב די רעדע איז גאר פון א אידיש מיידל אונטער די צוועלעף איז גאר דער האר פארפליכטעט איר צו הייראטן!

דער אורזאך פארוואס די תורה איז אזוי אויסגעשפראכן קעגן קנעכשאפט צווישן אידן, איז ווארשיינליך צוליב דעם וואס אידן זענען אייביגע קנעכט צום הייליגן באשעפער, און טאקע בלויז צום אייבישטן אליינס. די תורה הק' וויל נישט אז א איד זאל פארמאגן צוויי הארן איבער זיך. דערפאר האט די תורה אזוי שווער געמאכט פאר א איד צו פארקנעכטן זיין אידישער ברודער.
דאקעגן מיט א גויאישער קנעכט האט די תורה נישט קיין שום פראבלעם, נאר קאפויער, אויב עמיצער האט פארמאגט א גויאישער קנעכט, איז ער גאר געווען פארבאטן אים צו לאזן גיין פריי. ער האט אים געקענט פארקויפן צו א צווייטן אדער גאר איבערלאזן א ירושה פאר זיינע קינדער. און ווער רעדט נאך פון א שווארצע קנעכט אפשטאמיגע פון חם וואס דער זיידע נח זאל זיך מיהען, האט זיי נאך פארשאלטן אז זיי זאלן זיין שטענדיג שקאלפן, צוליב די געמיינע מעשה וואס חם האט אים אנגעווערטשאפט ווען ער איז ארויס פונעם קאסטן נאכן מבול. וואס מיר זעען פון דעם איז, אז די תורה הק' האט ווארשיינליך נישט קיין שום פראבלעם מיט קיין גויאישע קנעכטשאפט.

אין יארן איידער חורבן בית המקדש איז זיך פארלאפן די פאלגענדע געשיכטע:

ירמיהו באקומט א פארארדענונג פון באשעפער – נאך וואס דער קעניג צדקיהו האט געשניטן א בונד מיטן גאנצן פאלק וואס געפונט זיך אין די שטאט ירושלים, אויסצורופן פרייהייט – איטליכער זאל באפרייען זיין אידישע קנעכט פערמאָנענט, און מער זאל א איד נישט חלילה פארשקאלפן זיינס א אידישער ברודער אדער שוועסטער. די קייזערליכע מיניסטארן, און דאס פאלק, האבן זיך טאקע צוגעהערט צו די ווערטער פון באשעפער, און יעדער האט באפרייט זיינע אידישע קנעכט און דינסט פערמאָנענט. זאגאר נישט אויף צו לאנג – די אידן האבן זיך ווארשיינליך נישט געקענט באהערשן און נאך א קורצע וויילע האט זיך יעדער צוריק גענומען זיינע קנעכט און דינסט. דער באשעפער האט געצארנט ביז גאר.

ירמיהו באקומט א זענדונג פון באשעפער. זאג פאר די אידן – איך האב געשניטן א בונד מיט ענקערע עלטערן אינעם סאמען טאג וואס כ'האב זיי ארויסגעצויגן פון מצרים - פונעם שקאלפן הויז, אז ביי די ענדע פון זיבן יאר זאלט איר באפרייען, איטליכער זיין אידישער ברודער, וואס האט זיך פארקויפט פאר דיר, ער זאל דיך דינען בלויז זעקס יאר, און דאס זאלסטו אים פריי-לאזן. ענקערע עלטערן האבן זיך נישט צוגעהערט צו מיר און זיי האבן נישט צוגענייגט זייער אויערן. ענק האבן טאקע יא תשובה געטאן - און באפרייט ענקערע אידישע שקאלפן. אבער דאן זענט איר געגאנגן און פארשוועכט מיין נאמען, און צוריק גענומען ענקערע אידישע קנעכט און דינסטן.

דערפאר - זאגט דער אייבישטער ווייטער פאר ירמיהו - ווייל איר האט נישט אויסגערופן קיין פרייהייט, גיי איך אויסרופן א פרייהייט, און שוין איינמאל א פרייהייט - א פרייהייט צו שווערד און מארד – איך וועל אייך געבן צו א ציטערניש צו די פעלקער פון דער ערד. כ'וועל ענק געבן אין די הענד פון ענקערע פיינט, און אין די הענד וואס זוכן ענקער זעל. ענקערע טויטע קערפער וועלן פארוואנדלט ווערן פאר עסנווארג צו די פייגל פון הימל און די בהמות אויף דער ערד. צדקיהו דער קעניג פון יהודה אינאיינעם מיט זיינע מיניסטארן און הארן וועל איך געבן צו די הענד פון די ארמייען פונעם קעניג פון בבל, וועלכע האבן זיך נאר-וואס אפגעטאן פון ענק. כ'וועל זיי באפעלן, זאגט דער אייבישטער. כ'וועל זיי אומקערן צו דעם דאזיגער שטאט, און זיי וועלן האלטן קריג אויף איר, און עס גענצליך איינעמען, און עס גלייכצייטיג פארברענען אין פייער, און די שטעט פון יהודה וועל איך פארוויסטן...

א שרעק! דאס חורבן בית המקדש איז געקומען בלויז צוליב דעם וואס אידן האבן אנגעהאלטן שקאלפעריי, און נישט געוואלט באפרייען זייער אידישער קנעכט. מיליאנען אידן זענען ברוטאליש גע'הרג'עט דורך די ציושטע בבלישע זעלנער. און דער באשעפער האט אפגעטאן זיין הייליגע שכינה פון זיין באליבטן פאלק – אלעס צוליב אומלעגאלע שקאלפעריי, א פחד און א שרעק.
ס'גייט נאך פיל ווייטער.

דער נביא רעדט עפעס פון א מיסטיריעזער בונד וועלכע דער אייבישטער האט געשלאסן מיט די אידן, אינעם טאג פון פרייהייט – אינעם טאג וואס זיי זענען ארויס פון מצרים און באפרייט געווארן פון די קייטן פון טיראני. אינטערסאנט, אז אין די תורה ווערט גארנישט דערמאנט פון אזא בונד? פון וועלכע בונד רעדט דער נביא? זאגן די מפרשים, אז אין די טאג וואס די אידן זענען ארויס פון מצרים, וואו זיי זעלבסט האבן געדינט אלס נידעריגע שקאלפן פאר די עגיפטער, און געצווינגענערהייט געבויעט שטעט און סקלאדן פאר די אנגעפראסענע עגיפטער, און געפילט אויף די אייגענע הויט די גרוילטאטן פון שקאלעפעריי, האבן זיי געשלאסן א הייסע בונד מיטן הייליגן באשעפער, אז זיי וועלן קיינמאל זיך נישט פארנעמען מיט קיין שקאלעפעריי.

די תורה האט אבער שפעטער יא געמאכט געוויסע אויסנאמען און רעגולאציעס, ווען און ווי אזוי שקאלעפעריי זאל יא זיין ערלויבט.

און די אידן אין ארץ ישראל האבן זיך נישט בלויז נישט צוגעהאלטן צו זייער ארגינעלער בונד, וואס זיי האבן געשלאסן מיטן אייבישטען אינעם טאג וואס זיי זענען ארויס פון מצרים - גענצליך זיך אפצוהאלטן פון יעדע סארט שקאלפעריי, נאר אפילו די שקאלפעריי וואס די תורה ערלויבט יא האבן זיי אויך פארלעצט – די תורה פארפליכטעט צו באפרייען אידישע שקאלפן נאך זעקס יאר, און די אידן האבן דאס פארלעצט, דערפאר האבן זיי פארלוירן זייער נאציאנאלע זעלבסטשטענדיקייט און זיי זענען פארטריבן געווארן פון זייער היימלאנד דורך די מעכטיגע ארמייען פון נבוכאנאצר דער גרויזאמער.

פארמאגן מיר שוין אצינד צוויי מאטיוון קעגן שקאלפעריי: איינס ווייל דער אייבישטער וויל נישט אז א איד זאל האבן צוויי הארן, כי לי בני ישראל עבדים, עבדי הם. וואס לויט דעם איז טאקע נישט קיין שום פראבלעם צו האבן גויאישע קנעכט. דאן איז דא די צווייטער מאטיוו אז די אידן ביים ארויסגיין פון מצרים האבן זיך פארגענומען זיך נישט אפצוגעבן מיט קיין שקאלפריי צוליב דאס געמיינקייט דערפון, לויט דעם וואלט אפילו האלטן גויאישע קנעכט ווען געווען א פראבלעם. אבער די תורה ערלויבט דייטליך צו האלטן גויאישע קנעכט איז דאך באשיינפערליך געדרינגען אז די תורה האט מערסטייל אנגענומען די ערשטע מאטיוו אז א איד זאל נישט פארמאגן קיין צוויי הארן, און בלויז זיי אונטערטעניגט אונטער דעם האר איבער אלע הערן.

אין די ווירקליכקייט האבן אידן אלעמאל געהאלטן שקאלפן סיי אידישע ווי מ'זעט אין די פסוקים אין ירמיהו, און סיי גויאישע ווי מ'זעט אין משניות אומצאליגע געשיכטעס איבער דעם לעגענדארען קנעכט פון רבן גמליאל הזקן – טבי עבדו של רבן גמליאל, און נאך. אפגעזען פון די אומראלישקייט דערפון האבן אידן פון אלעמאל געהאלטן קנעכט, הויפט זעכליך גויאישע קנעכט.
*

זשארזש וואשינגטאן פון די ערשטע טאטעס פון אמעריקע האט פארמאגט אן ארמיי פון 317 שווארצע קנעכט. וועלכע האבן געארבייט אין זיינע גיטער אויפן בארג ווערנאָן. אזוי אויך טאמאס זשעפערסאן האט פארמאגט שווארצע קנעכט, און נאך. סיי וואשינגטאן און סיי זשעפערסאן האבן שטארק געגעלייבט און געקעמפט מיט אייפער פאר גלייכבארעכטונג און פרייהייט, פארט האבן זיי געהאלטן קנעכט פאר זייער פרעזענליכע באנוץ. פארוואס? פארוואס קומט זיך נישט פארן קנעכט די זעלבע פרייהייט ווי אלע ביגער? איז דען דער שווארצער שקלאף נישט באשאפן געווארן מיט ג-ט'ס געשטאלט? פארוואס זענען שווארצע נישט בארעכטיגט פאר גלייכבארעכטיקייט? נאר וואזשע דען? זיי זענען געווען פאלנע ראסיסטן! זיי האבן געהאלטן אז פרייהייט און גלייכע רעכטן זענען בלויז געמאכט פאר ווייסע מענטשען, זיי האבן פילייכט נישט באטראכט די שווארצע קנעכט, ווי מענטשן וואס זענען באשאפן געווארן אין ג-טס געשטאלט, נאר ווי פאלנע בהימות וואס האבן נישט קיין שום רעכטן.

און פון א תורה'דיגער שטאנפונקט איז דאס אויך אזוי. א קנעכט, הויפטזעכליך א גויאישער קנעכט, ווערן פאררעכענט בלויז ווי די פארמעגן פון א מענטש, און נישט ווי קיין מענטש זעלבסט. איי פארוואס? איז דער קנעכט דען נישט באשאפן געווארן אין ג-טס געשטאלט? נאר ווי עס שיינט די תורה נישט געהאט קיין פראבלעם מיט קיין ראסיזם! בלויז די אידן ווען זיי זענען ארויס פון מצרים זיי האבן געהאט א פראבלעם מיט ראסיזם! אבער זייערע שפעטערע גענעראציעס, האבן אפגעזען פון די אנטי-שקאלף אנטשואונגען פון זייערע עלטערן וואס זענען זעלבסט געווען פארשקלאפט ביי די עגיפטער פאר איבער צוויי הונדערט יאר, נישט געהאט קיין שום פראבלעם מיט קיין ראסזים.

האלטן קנעכט איז ראסיזם במעשה! גלייבן אז איין מענטש און מער ווי א צווייטער מענטש, אדער אז איין עטינישע ראסע און מער ווי א צווייטע איז ראסיזם במחשבה, די קאנטראסט פון ראסזים איז ווארשיינליך גלייכבארעכטונג.

ס'איז פארהאן ראסיזם במחשבה, בדיבור, ובמעשה:

ביז די צייטן פון פרעזידענט אברהם לינקלאן איז ראסזים אין גאנצן נישט געווען קיין פראבלעם! לינקלאן איז געווען דער ערשטער ארויסצוגיין מיט שווערד און שפיזן קעגן האלטן קנעכט. ער איז געווען אויסגעשפראכן קעגן ראסזים-במעשה! ער האט געהאלטן אז גלייכע-רעכטן און פרייהייט זענען פאר אלע מענטש גלייך אן קיין שום אויסנאם, אריינגערעכנט שווארצע קנעכט! אבער אפילו לינקלאן האט מיט ראסזים מחשבה ובדיבור פילייכט נישט געהאט קיין פראבלעם. ער אפילו געהאלטן אז די קאנסטאטוציע שענקט פאר יעדער בירגער פרייהייט פון אויסדרוק, און יעדער קען געזעצליך רעדן וויפול ראסזים ער וויל, און קיינער האט נישט קיין רעכט אים צו שטערן. דערפאר אפילו נאכדעם וואס ראסיזם במעשה איז געווארן אומלעגאל און שקאלפעריי איז גענצליך אפגעשאפן געווארן, פארט האט ווייטער געהערשט אין לאנד א פולשטענדיגע סעגרעגאַציע, און ראסזים במחשה און אפילו בדיבור איז געווען א העכסט נארמאלער ערשיינונג אין לאנד.

נאך די שרעקליכע טראגעדיע וואס האט באטראפן דאס אידישער פאלק ביים צווייטן וועלטס קריג, האט די וועלט דייטליך געזען אז פון ראסיזם במחשבה ובדיבור ווערט עטווענטועל א ראסיזם-למעשה! 6 מיליאן אידן האבן זיך געטראפן אין די אוישוויצער קאלעכאויווענס אין רעזולטאט פון ראסיזם! און א באוועגונג קעגן אלערליי ראסיזם האט זיך אנגעהויבן צו באוועגן אין די גאנצע וועלט. ס'איז נישט קיין שום צווייפל אז דער לעגענדארער מענטשען רעכטן קעמפער דר. מאַרטין לוטער קינג איז געווען גאר שטארק אינסטרומענטאל אפצושאפן ראסיזם בדיבר און די סעגרעגאַציע וואס איז געווען איינגעשטעלט אין די פאראייניגטע שטאטן.

נעמליך, ראסיזם-במחשבה איז נאך ווארשיינליך נישט גענצליך אפגעשאפן געווארן. און דאס וואס די פיר שווארצע סאציאליסטישע קאמעדיאנטן באשולדיגען יעדער וואס טראכט אנדערש ווי זיי ווילן מיט ראסיזם העלפט באשיינפערליך נישט צו אויפצולעזן דאס ראסיזם-במחשבה וואס בושעוועט נאך אין גרויסן...

דער סך הכול:

ראסיזם איז אלעמאל געווען א נארמאלער ערשיינונג:
די ערשטע אמעריקאנער טאטעס זענען געווען ראסיסטן.
די תורה האט נישט קיין שום פראבלעם מיט ראסזים.
די הויפט פראבלעם איז ראסזים-במעשה, האלטן שקאלפן, אדער באגיין אקטן קעגן מענטשען צוליב זייער קאליר, ראסע אדער רעליגיע.
ראסזים בדיבור ובמחשבה איז בלויז אסור משום גזירה אטו דלא ליתי לידי ראסזים-במעשה...

כ.נ.ל.ד.






.
מיטוואך יולי 17, 2019 11:31 pm#433306
Re: דער ווארצל פון ראסיזם:
דער היינטיגער דור האט גענומען ראסיזים צו א עקסטריעם. מען טאר טאקע נישט זאגן ווערטער וואס קענען העצן אבער עס איז אויך דא פרידאם אוו ספיטש. און ווי אויך נישט איעדער זאך וואס א ווייסער זאגט און א נישט ווייסער מיינט אז עס איז ראסיזים מוז טאקע זיין אז עס איז ראסיסטיש. ווי אויך אין די היינטיגער וועלט וואו מען שפיעלט איינער מער אדער ווייניגער כאילו מען ליבט יעדעם. א פעיק פאוני. אלס א איד ווייס איך און האב שוין געהערט גענוג מאל וואו דער נישט איד איז זייער ארענטליך און ווען ער האט געמיינט אז איך בין נישט דארט האבן זיי געזאגט וואס זיי טראכטן באמת. קוק און הער וואס די ליבעראלע עי-האול בייקערס אין פארק סלאופ זאגן ווען זיי שניידן אריין אין דיר און האבן נאך טענות פארוואס דו עקסטעזירסט בכלל.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
דאנערשטאג יולי 18, 2019 10:31 am#433320
דזשארזש וואשינגטאן האט געטוהן ראסיזם במעשה. אבער במחשבה האט ער פילייכט געהאלטן אז ס'איז נישט ריכטיג. בימים ההם איז זייער שווער געווען זיך צו באגיין אן שקלאפן און ס'איז געווען א ריזיגע נסיון. מ'זעהט אבער אז ס'האט איהם שטארק בּאַ'אומריאוגט, ווארים ער האט צוואה געלאזט אז אויף זיין טויט זאלן אלע שקלאפן באפרייט ווערן.
דאנערשטאג יולי 18, 2019 10:39 am#433321
אברהם לינקאלן איז אויך נישט געווען די ערשטע צו מאכן א עסק פון שקלאפעריי. ס'שוין געווען אן אלטער געפעכט. ער האט עס נאר אויסגעפירט למעשה אויפן פעדעראלע לעוועל.
דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:46 am#433323
די מאמר ליינט זיך ווי ןויאך מיט אלע זיבען גרייזען אינאיינעם. ראסיזם און קנעכטשאפט זענען אזעלכע מחותנים ווי אידישקייט און כאליפצעס. ערגעץ טרעפן זיי זיך, אבער איינס מיינט נישט די צווייטע.

אין די אלגעמיינע מערב'ישע קולטור, איז ראסיזם א שלעכטע זאך, און א חרבן פאר'ן גאנצע געזעלשאפט. און דאס איז נישט קיין גזירה אדער א גזירה לגזירה, נאר א פראבלעם פאר זיך. אבער צו פארשטיין די נקודה מוז מען זיך אויסלערנען א מושג וואס הייסט אויף ענגליש empathy. דאס איז נישט sympathy, דאס איז עפעס אנדערש. די כח פון זיך אריין לייגן אין יענעמ'ס שיך פאר א פאר מינוט, און פארשטיין די לעבן וואס זיי דארפן דורכגיין.

ראסיזם, אין א ווארט, מיינט אנקוקען א מענטש אנדערש צוליעב זיין ראסע.

די ערשטע זאך איז, אז עס איז נישט ריכטיג. א מענטש איז נישט זיין ראסע, און ער האט אייגענע בחירה. ער איז נישט פאראנטווארטליך פאר די זינד וואס א צווייטע פון זיין ראסע איז באגאנגען, און ער איז נישט בעסער ווייל אנדערע מיט זיין הויט קאליר האבען עפעס אויפגעטון.

און ווען א מענטש ווערט אנגעקוקט ביי די קולטור אלס נאר זיין ראסע, לאזט עס איהם נישט אנטוויקעלן די אייגענע כוחות און רצונות. אונז אידען ליידען דערפון ווייל אונזער געזעלשאפט לאזט עס נישט. זיי ליידען דערפון ווייל פונדערויסען לאזט מען זיי נישט. א קינד וואס מוז כסדר באגיין stop and frisk, לעבט אין א מצב וואס ער קען אליינס נישט טראכטן אז ער איז עפעס ווערט, עפעס אן אויפריכטיגע בירגער פון די לאנד וואס קען זיך אויפבויען אונטער די ראמען פון די אלגעמיינע געזעלשאפט. גיי זאג איהם ער זאל ארבעטן ארנטליך און נישט זוכען אויסצומיידען די סיסטעם! מ'האט איהם בידים פארטריבען פון די סיסטעם! און דאס איז אמת אין הונדרעטער ערטער.

מוזלעמענער אימיגראנטן צו אמעריקא, מוזן שפירען ביי זיך אז זיי זענען אמעריקאנער מיט א שטיקל פלעיוואר. ווען מ'הייסט זיי צוריק גיין צו זייער לאנד, אפילו ווען זיי דערגרייכן אזעלכע הויכע אמטן, איז דאס א מעסעדזש פאר יעדער אימיגראנט וואס זוכט זיך צו פארבעסערען די צושטאנד אז עס לוינט זיך נישט, ער זאל זיך נישט אסימילירן. קען דער לאנד דען האבען גאנצענע קבוצות פון מענטשן וואס אסימילירן זיך נישט?

די טענה אז 'עס איז אלעמאל אזוי געווען' איז טאקע די יסוד פון די רעכטע לאגער, און עס דארף ניטאמאל א תשובה. אדרבא, זיי מסביר וואס די טענה דארף מיינען. פארוואס מיינט דאס אז די סיסטעם איז ריכטיג?
דאנערשטאג יולי 18, 2019 12:15 pm#433326
א קורצע פראגע:

אויב גלייבסטו אלע מענטשען זענען גלייך, יעדער אייניג איז באשאפן געווארן מיט ג-ט'ס געשטאלט, יעדער האט די געבורטס-רעכט פון פרייהייט, דאן ווי אזוי קענט איר פארשקלאפן א צווייטער מענטש?
דאנערשטאג יולי 18, 2019 12:45 pm#433328
ס'איז דא אין דעם ארטיקל אזויפיל נארישקייטן אז ס'איז שווער צו וויסן וואו אנצוהייבן.

לגבי דער תורה, דער שטאנדפונקט פון דער תורה בנוגע א מאנס ומפתה איז בפירוש און ידוע. צי האלטסטו אז מ'דארף היינט אזוי באהאנדלען א מאנס? לגבי א גט שטייט אין תורה והיה אם לא תמצא חן בעיניו וכתב לה ספר כריתות ודברי בית הלל ידועים. צי האלטסטו אז אלע דרשות היינט איבער דער עפעקט פון א גט אויף די קינדער זענען היפך דעת תורה וויבאלד די תורה נעמט נישט קיין שום אינטערעס אין די קינדער?

איך פארשטיי אויך נישט וואס עבדות האט אהער. עבדות בזמנינו האט מיט יומאניסטישע רעכטן. עס קלאפט זיך אן מיט ראסיזם ווען מען באהאנדלט אדער מ'בארעכטיגט אז מ'זאל באהאנדלען אפריקאנער אפשטאמיגע מענטשן ווי קנעכט. ממילא פארשטיי איך נישט וויאזוי דו שפרינגסט פון עבדות אין דער תורה צו קנעכט לויט דער פארב פון זייער הויט.

דאס איז אלעס אויסער די דברי תורה פון ואהבתם את הגר, על אשר לא קדמו אתכם בלחם ובמים, גבעונים ועוד ועוד. און אז מ'רעדט פון עבדות, זע רמב"ם הלכות עבדים פרק ט' הלכה ח'. אפשר איז דער מדת חסידות פון דער רמב"ם אויך נישט אויסגעהאלטן. איך זוך דיר נישט איבערצוצייגן נאר פשוט דיר צו פארשטיין.

שפעטער ברענגסטו ראיות פון וואשינגטאן, דזעפערסאן און לינקלאן. אויף וואס זענען זיי א ראיה? זיי זענען דעת תורה? זייערע מיינונגען און אויפפירעכטס איז נצחי? זיי האבן טאקע געטון וואס זיי האבן געטון און פארוואס קען נישט זיין אז זיי זענען געווען פראגרעסיוו פאר זייערע צייטן און דער וועלט האט זיך פון דעם ווייטער גערירט?

ווי געזאגט, איך וועל לכאורה נישט טוישן דיין מיינונג נאר זיי אזוי גוט און באליידיג אונז נישט מיט נארישקייטן און זיי נישט מגלה פנים בתורה שלא כהלכה.
דאנערשטאג יולי 18, 2019 12:51 pm#433329
הערליך שיין פייגלע... כ'בין אצינד אין גאנצן אפגעפרעגט... זשאב וועל דאן!
דאנערשטאג יולי 18, 2019 1:24 pm#433332
Re: דער ווארצל פון ראסיזם:
די תורה אין דעם איז ניואנסד. בעיקרון, איז די תורה יא ראסיסטיש, עס מאכט חילוקים צוישען מענטשן בלויז צוליעב ראסע. די זעלבע תורה זאגט ׳ואהבתם את הגר׳, אבער גרים זענען נישט אייניג מיט געבוירענע אידען.

דאס איז אלס אין די קאנטעקסט פון א תורה לאנד, וואס איז נישט דעמאקראטיש. אין דעמאקראטיע מוזען אלע זיין אייניג, ווייל נאר אזוי שטימט עס.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דאנערשטאג יולי 18, 2019 1:37 pm#433333
דאן ווי אזוי האבן די ערשטע טאטעס פון אמעריקע געקענט האלטן שקאלפן? אלע מענטשען זענען דאך גלייך? איז דער שקלאף דען נישט קיין מענטש?
דאנערשטאג יולי 18, 2019 1:41 pm#433334
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:די זעלבע תורה זאגט ׳ואהבתם את הגר׳, אבער גרים זענען נישט אייניג מיט געבוירענע אידען.

מקור?

דאס איז איינמאל קלאר אז די תורה איז קלאר יא ראסיסטיש, אבער איינמאל א מענטש שליסט זיך אן אינעם אידשן ראסע (ליין: גר) איז ער געהעריגע איד, די איינציגסטע חילוק וואס איך געדענק איז לגבי נעמען א כהן פאר אן איידעם לויט געוויסע שיטות.
דאנערשטאג יולי 18, 2019 1:52 pm#433335
Re: דער ווארצל פון ראסיזם:
קאך_לעפל האט געשריבן:דאן ווי אזוי האבן די ערשטע טאטעס פון אמעריקע געקענט האלטן שקאלפן? אלע מענטשען זענען דאך גלייך? איז דער שקלאף דען נישט קיין מענטש?
א געוואלדיגע קשיא און לשנה הבאה צו זעלבסטשטענדיג טאג וועט מען האבן דער בית קאך לעפל'ס קשיא פאר 150 תירוצים

Sent from my SM-G973F using Tapatalk
דאנערשטאג יולי 18, 2019 1:58 pm#433337
צפור בודד האט געשריבן:
קאך_לעפל האט געשריבן:דאן ווי אזוי האבן די ערשטע טאטעס פון אמעריקע געקענט האלטן שקאלפן? אלע מענטשען זענען דאך גלייך? איז דער שקלאף דען נישט קיין מענטש?
א געוואלדיגע קשיא און לשנה הבאה צו זעלבסטשטענדיג טאג וועט מען האבן דער בית קאך לעפל'ס קשיא פאר 150 תירוצים

Sent from my SM-G973F using Tapatalk


דער עלענדער פייגל ווערט בלויז בעסער און בעסער פון סקונדע צו סקונדע...
האלט אן דיינע גוטע ווערק, דיינע זאכליכע און טיפזיניגע קאמענטארן זענען ווי קאלט וואסער אויף מידע זעהל, און ווי באלזאם אויף א אפענעם וואונד. קיפ איט אפ....
דאנערשטאג יולי 18, 2019 2:33 pm#433338
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:די זעלבע תורה זאגט ׳ואהבתם את הגר׳, אבער גרים זענען נישט אייניג מיט געבוירענע אידען.

מקור?

דאס איז איינמאל קלאר אז די תורה איז קלאר יא ראסיסטיש, אבער איינמאל א מענטש שליסט זיך אן אינעם אידשן ראסע (ליין: גר) איז ער געהעריגע איד, די איינציגסטע חילוק וואס איך געדענק איז לגבי נעמען א כהן פאר אן איידעם לויט געוויסע שיטות.

עס איז דא עטליכע מקורות אז א מענטש איז אנדערש צוליעב זיין ראסע אין די תורה, און גרות טוישט עס נישט

א. א גר האט נישט קיין חלק אין א"י, הייסט'ס זיין אידישקייט פעלט עפעס. אלע אידען האבען א חלק, און ער נישט.

ב. געוויסע פעלקער, אפילו נאך זייער גירות, זענען דערווייטערט פון די אידישע פאלק.

ג. די גמרא עצה'ט נישט חתונה האבען מיט א גיורת.
דאנערשטאג יולי 18, 2019 3:33 pm#433343
תורה (פייוו בּוקס אָוו מאוזעס) איז איין זאך, נ''ך, איז א צווייטע זאך, די גמרא איז גאר אינגאנצן א דריטע זאך.

אז די גמרא איז ראסיסטיש מיינט נישט דירעקט אז די תורה איז אויך.

און אויב געציילטע פערזאנען אין די גמרא זענען געווען ראסיסטישע איבערצייגט עס נישט אויף יעדער
דאנערשטאג יולי 18, 2019 4:16 pm#433345
קורקלענד האט געשריבן:תורה (פייוו בּוקס אָוו מאוזעס) איז איין זאך, נ''ך, איז א צווייטע זאך, די גמרא איז גאר אינגאנצן א דריטע זאך.

אז די גמרא איז ראסיסטיש מיינט נישט דירעקט אז די תורה איז אויך.

און אויב געציילטע פערזאנען אין די גמרא זענען געווען ראסיסטישע איבערצייגט עס נישט אויף יעדער

איך האב געשריבען תורה, נישט פייוו פבוקס אוו מאזעס. ווען איך וואלט געמיינט די פייוו בוקס אוו מאזעס, וואלט איך עס געשריבען.
דאנערשטאג יולי 18, 2019 5:04 pm#433349
ביז וואו גייט די תורה ביי אייך? אז הרב ש''ך וואלט געווען א ראסיסט מיינט עס אויך אז די 'תורה' איז ראסיסטיש? וואס איז אויב סאטמאר רב איז געווען א ראסיסט? איז עס אויך תורה?
דאנערשטאג יולי 18, 2019 5:15 pm#433350
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:עס איז דא עטליכע מקורות אז א מענטש איז אנדערש צוליעב זיין ראסע אין די תורה, און גרות טוישט עס נישט
א. א גר האט נישט קיין חלק אין א"י, הייסט'ס זיין אידישקייט פעלט עפעס. אלע אידען האבען א חלק, און ער נישט.
ב. געוויסע פעלקער, אפילו נאך זייער גירות, זענען דערווייטערט פון די אידישע פאלק.
ג. די גמרא עצה'ט נישט חתונה האבען מיט א גיורת.


איך בין אן אייניקעל פין ראטשילד, דו נישט!
אלס אייניקל פין ראטשילד באקים איך יעדעס יאר א טשעק פין די ראטשילד פאנדעשען, דו נישט!
האט דאס עפעס מיט ראסיזעם?!?

איך בין א אייניקעל פין אברהם אבינו, דער גר נישט!
א"י געהערט פאר די אייניקלעך, וואו קימט דא אריין ראסע?!?

רעסיזעם וועט מיינען איין ראסע איז מער פין די אנדערע ראסע באשר זיין ראסע
דאנערשטאג יולי 18, 2019 5:16 pm#433351
Re: דער ווארצל פון ראסיזם:
חזקה איז, אז ווען אן אשכול וואלט געווען אויף די גדרים פון תושבע"פ, וואלט אונזער קרוקלאנד פארדרייט די שמועס אויף ראסיזם

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דאנערשטאג יולי 18, 2019 5:18 pm#433352
Re: דער ווארצל פון ראסיזם:
הקטן האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:עס איז דא עטליכע מקורות אז א מענטש איז אנדערש צוליעב זיין ראסע אין די תורה, און גרות טוישט עס נישט
א. א גר האט נישט קיין חלק אין א"י, הייסט'ס זיין אידישקייט פעלט עפעס. אלע אידען האבען א חלק, און ער נישט.
ב. געוויסע פעלקער, אפילו נאך זייער גירות, זענען דערווייטערט פון די אידישע פאלק.
ג. די גמרא עצה'ט נישט חתונה האבען מיט א גיורת.


איך בין אן אייניקעל פין ראטשילד, דו נישט
אלס אייניקל פין ראטשילד באקים איך יעדעס יאר א טשעק פין די ראטשילד פאנדעשען, דו נישט!
האט דאס עפעס מיט ראסיזעם?!?

איך בין א אייניקעל פין אברהם אבינו דער גר נישט
א"י געהערט פאר די אייניקלעך, וואו קימט דא אריין ראסע?!?

רעסיזעם וועט מיינען איין ראסע איז מער פין די אנדערע ראסע באשר זיין ראסע
ארץ ישראל איז א רוחניות׳דיגע ירושה, נישט נאר א גשמיות׳דיגע. מן הגורן ומן העקב, איז דער גר א שוואכערע איד. דער מגדף האט זיך שוין אפגערעדט דערוועגן

און דאס איז אחוץ דעם אז א גר קען נישט זיין א מלך, און די סאווערינטי אויף א"י איז נאר פאר אידען וואס זייער טאטע איז א איד. און דאס האט נישט מיט ירושה.
דאנערשטאג יולי 18, 2019 5:20 pm#433353
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
הקטן האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:עס איז דא עטליכע מקורות אז א מענטש איז אנדערש צוליעב זיין ראסע אין די תורה, און גרות טוישט עס נישט
א. א גר האט נישט קיין חלק אין א"י, הייסט'ס זיין אידישקייט פעלט עפעס. אלע אידען האבען א חלק, און ער נישט.
ב. געוויסע פעלקער, אפילו נאך זייער גירות, זענען דערווייטערט פון די אידישע פאלק.
ג. די גמרא עצה'ט נישט חתונה האבען מיט א גיורת.


איך בין אן אייניקעל פין ראטשילד, דו נישט
אלס אייניקל פין ראטשילד באקים איך יעדעס יאר א טשעק פין די ראטשילד פאנדעשען, דו נישט!
האט דאס עפעס מיט ראסיזעם?!?

איך בין א אייניקעל פין אברהם אבינו דער גר נישט
א"י געהערט פאר די אייניקלעך, וואו קימט דא אריין ראסע?!?

רעסיזעם וועט מיינען איין ראסע איז מער פין די אנדערע ראסע באשר זיין ראסע
ארץ ישראל איז א רוחניות׳דיגע ירושה, נישט נאר א גשמיות׳דיגע. מן הגורן ומן העקב, איז דער גר א שוואכערע איד. דער מגדף האט זיך שוין אפגערעדט דערוועגן


ווער האט דיר געזאגט אז א גר האט נישט קיין חלק אין די רוחניות׳דיגע ירושה פין א"י?
איך ווייס נאר ער האט נישט קיין חלק אין די גשמיות׳דיגע חלק פין א"י

און יעדען פאל ליגט אויף דיר די אויפגאבע צי פראווען אז ראסע איז די דיפייניג פעקטער
דאנערשטאג יולי 18, 2019 5:53 pm#433354
Re: דער ווארצל פון ראסיזם:
די גשמיות איז די רוחניות. דאס איז די חידוש פון א"י איבער אלע לענדער.

דער גר אין אמעריקא, ווען ער איז א בירגער, איז נישט אנדערש ווי אנדערע בירגערס. א ווייסע מענטש פון ענגלאנד איז נישט קיין מ"ד כלפי א היספאנישע מענטש וואס איז יא א בירגער. ווייל די געזעץ און מאראל פון אמעריקא נעמט נישט אריין קיין חילוק אין ראסע.

משא"כ ביי אידען, עס קען זיין א מענטש וואס איז פונקט אזוי באפליכטעט צו היטען תורה און איז פונקט אזא מחותן מיט רוחניות ווי א געבוירענע איד, און פון דעסטוועגען איז פארהאנען א חלק פון עבודת ה׳ וואס ער האט נישט, צוליעב די צושטאנד פון זיין געבורטס, נעמליך זיין טאטענ׳ס ראסע.

און דאס איז אחוץ די אנדערע חילוקים וואס איך האב שוין דערמאנט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דאנערשטאג יולי 18, 2019 6:22 pm#433356
דער חידוש איז אייגענס, אדער מ'קען עס שוין טרעפן אין די פריערדיגע?
דאנערשטאג יולי 18, 2019 7:15 pm#433357
האלטן פון שקלאפעריי האט גארנישט מיט ראסיזם, הגם ס'איז פיל ערגער.

דורכאויס די גאנצע היסטאריע האט קנעכטשאפט נישט געהאט מיט ראסע קיין שייכות. רוב קנעכט זענען געווען געפאנגענע אין מלחמה, א חלק זענען געווען סתם מענטשן וואס האבן זיך פארזינדיקט פאר די רעגירונג און באשטראפט געווארן צו זיין קנעכט, און א קליינע חלק זענען געווען סתם געפאנגענע דורך רויבער מענטשן כאפער, וואס האבן געכאפט א מענטש פון זיין היים לאנד און פארקויפט אין א צווייטע פלאץ אלס א קנעכט (גונב איש ומכרו).

רוב קנעכט זענען דעריבער געווען פון די זעלבע אדער ענלעכע ראסע און קאליר ווי די הארן זייערע, און א שווארצע קנעכט איז געווען א זעלטנהייט. הגם אין מיטל מזרח בימי התנאים זענען רוב שווארצע וואס א מענטש האט געזען געווען קנעכט, זענען אבער רוב קנעכט נישט געווען קיין שווארצע, און עס וואלט אפילו געקענט זיין א מציאות ווי א רייכער שווארצער גביר זאל פארמאגן ווייסע קנעכט.

דאס אלעס האט זיך געטוישט פאר בערך פיר הונדערט יאר צוריק, ווען די שפאניארדן —נאכדעם וואס האבן באזעצט די אמעריקעס און פארשקלאפט אירע מיליאנען אריגינעלע איינוואוינער מיט א גרויס אכזריות, מיט דיאויסרייד אז וויבאלד זיי זענען נישט קיין ערליכע קריסטן פארדינען זיי נישט צו ווערן שיין באהאנדלט, וואס דאס האט גורם געווען אז ניינציג פראצענט פון די נעטיוו אמעריקאנער זאלן אויסשטארבן פון מגיפות און פיין, — האבן זיי גענומען קויפן קנעכט פון אפריקע, וואס זאלן ערפילן דאס פלאץ פון די אריגינעלע אמעריקאנע שקלאפן. דאס איז געווען די ערשטע מאל אין היסטאריע וואס שווארצע זענען געווארן פארשקלאפט אויף א מאסיווע פארנעם, און זיין שווארץ אין די אמעריקעס האט אויטאמאטיש געמיינט א צייכן פון עבדות.

פון אנפאנג האט די זעלבע אויסרייד צו פארשקלאפן אנדערע — א זאך וואס איז פארבאטן געווען אין אייראפע דורך קריסטנטום — וואס זיי האבן גענוצט פאר די ארגינאלע אמעריקאנער, אויך גענוצט פאר די שווארצע, ווייל זענען דאך אויך געווען עובדי עבודה זרה, אבער מיט די דורות זענען אלע שווארצע וואס זענען געבוירן געווארן דאהי שוין געווען ערליכע קריסטן ווי זייערע הארן האבן זיי געלערנט, איז דאך נולד געווארן א שרעקליכע פראבלעם. ווי קען מען בארעכטיגן דאס פארשקלאפונג פון א צווייטן מענטש, נאכדערצו אונטערן שלייער פון די ליבע פון די קריסטלעכע רעליגיע.

א גוי געט זיך אבער א עצה, נאכדערצו א ערליכע גוי, האבן זיי ארויסגעשלעפט א בייבל מיט א איר אלטע מעשה פון א נח מיט חם, וואס וויבאלד לויט די ביבלישע מסורה שטאמען געוויסע אפריקאנע פעלקער פון חם, הגם לאו דוקא שווארץ, די מצריים און כנענים זענען נישט שווארץ, אבער צו פארענטפערן א מנהג ברויך נישט אלעס שטימען, הכל פנים האבן זיי געטענה'ט די אפריקאנער באפעלקערונג זענען פאראורטיילט געווארן צו זיין שקלאפן דורכן זיידע נח, און אויב אזוי ווער קען נאך האבן טענות אז מיר זענען אכזריים, מיר טוהען סך הכל דעם רצון השם. און פון די קרעפל תורה איז ארויסגעוואקסן די געדאנק פון ראסיזם, אז געוויסע פעלקער אלס א כלל פארדינען נישט די זעלבע רעכטן ווי אנדערע פעלקער. ויצא מה שיצא אז כלומר'שטע ערליכע אידן באמבלען נאך די ראסיסטישע שטותים פון די אכזריות'דיגע פאנאטישע קריסטן.
פרייטאג יולי 19, 2019 11:42 am#433381
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:די זעלבע תורה זאגט ׳ואהבתם את הגר׳, אבער גרים זענען נישט אייניג מיט געבוירענע אידען.

מקור?
...
ב. געוויסע פעלקער, אפילו נאך זייער גירות, זענען דערווייטערט פון די אידישע פאלק.
...

די תורה זאגט דארט א טעם פארוואס נישט, און די טעם איז קיינמאל נישט ראסע!
פרייטאג יולי 19, 2019 11:59 am#433382
ס'איז א טעם פארוואס יענע ראסע איז פאראומווערדיגט, יעדע ראסיזם האט א תירוץ.
פרייטאג יולי 19, 2019 12:09 pm#433383
Re: דער ווארצל פון ראסיזם:
עס זעט אויס כוונת קדשו פון הקטן, אז דאס איז אן עונש פאר עמון ומואב, על דבר אשר לא וגו׳, אז זייער אייניקלאך זאלען ליידען נישט צו קענען חתונה האבען מיט אידען. און נישט קיין אפטייטש פון זייער טבע וואס איז נישט ראוי להתדבק בזרע אברהם יצחק ויעקב.

אפילו אזוי, איז עס אן עונש אויפ׳ן ראסע, און א צדיק פון א גר עמוני, וואס האט בוחר געווען בטוב און טוט אלע מצוות און היט זיך פון אלע עבירות, קען זיך נאכאלס נישט דערהייבען, צוליעב די אומשטענדן פון זיין געבורטס, אין וואס ער האט נישט געהאט קיין מיינונג.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
פרייטאג יולי 19, 2019 2:04 pm#433395
זיין אן אייניקעל אדער נישט זיין אן אייניקעל פין די ראטשילדס, מיט אלעס וואס דאס מיינט, איז קלאר - אומשטענדן פון געבורטס - מיט ראסע האט דאס אבער נישט איינגעלייגט!
עיין ערך ראסע
פרייטאג יולי 19, 2019 2:13 pm#433396
הקטן האט געשריבן:עיין ערך ראסע

קריינא דאיגרתא איהו ליהוי פרוונקא.
פרייטאג יולי 19, 2019 3:47 pm#433402
די תורה איז געשריבן געווארן אין א תקופה וואס די וועלט –אדער הכל פנים די חלק וועלט פון וואס די תורה דערמאנט – איז צוטיילט אין שבטים וואס יעדער שבט איז פאררופן אויף זייער אמאליקן זיידע און גרינדער פון די שבט. די אייגנארטיקייט פון איטליכער שבט ווערט געווענליך צוגעטיילט צו די אופן ווי דער שבט האט זיך געגרינדעט, און פארשטייט זיך דער חשיבות פון א מענטש איז געמאסטן אין די חשיבות פון די שבט. די שטה ווערט היינט גערופן טרייבאליזם.

לויט די תורה איז די חשיבות פון די אינדיווידועלע שבטי ישראל געמאסטן לויט די שטאנד פון זייער אריגינעלע זיידעס, און אזוי אויך די גאנצע עם ישראל איז חשובער פון זייער קאזינס די אדומים, צוליב די אויפפירונג פון זייערע זיידעס יעקב ועשיו, אזוי אויך איז די פערזענלעכע קריגערייען פון די צוויי ברודער, א סיבה פארוואס די צוויי פעלקער זענען אלס געבליבן אין א קריגס צושטאנד.

עמון ומואב זענען אומווירדיג צוליב וואס זייער זיידע לוט איז געווען א שיכור און געפאטשקעט מיט זיינע טעכטער, די בני ישמאל זענען מדבר וואנדערער צוליב וואס זייער זיידע ישמאל איז פארטריבן געווארן, וכו' וכו'.

מאדערנע ראסיזם רעכנט זיך נישט אזוי ווייט מיט די מקור פונקטליך פון וועם א שבט אדער פאלק שטאמט, פשוט צוליב נעמען אין באטראכט אז נאך טויזענטער יארן איז היינט כמעט מער נישט געבליבן קיינע אריגינעלע שבטים וואס קענען נאכגיין פונקטליך פון וועם זיי שטאמען, נאר אנשטאט דעם גלייבן ראסיסטן אין א דארווינישע מהלך אז זשענעטיקס איז וואס איז גורם אין די אייגנארטיקייט פון פארשידענע פעלקער, און אפילו אויב די גאנצע פאלק שטאמט נישט דוקא פון איין אינדיווידועלען מענטש, איז די פאקט אז די גרופע מענטשן האבן געוואוינט צוזאמען און נאר חתונה געהאט צווישן זיך, און זייערע גופים זענען געווארן מער צוגעפאסט צו די אייגנארטיקע קלימאט ווי זיי וואוינען, א סיבה זיי צו באטראכטן ווי איין ראסע און צו מעסטן זייער חשיבות לויט די חשיבות פון די ראסע פון ווי זיי שטאמען.

לענינינו, ראסיסטן זענען נישט מחולק מיט טרייבאליסטן, זיי בויען נאר ווייטער אויף די מהלך פון לייקענען אין שיטת האינדיווידועליזם, אז מענטשן זענען צו קאמפליצירט, און מען קען נישט מעסטן א גאנצע גרופע מענטשן מיט איין מעסטער, און זענען יא דן די חשיבות פון א גאנצע גרופע אין איין באקס.

עס וואלט זיך געוואלט לאזן גלייבן אז די תורה וואס גלייבט אין טרייבאליזם גלייבט נישט אין ראסיזם, אבער עס איז שווער צו זעהן פארוואס א תורה וואס גלייבט אז מען ברויך הרגענען בעיבס פון עמלק, בלויז צוליב שטאמען פון איין זיידע, זאל אין יארע צוויי טויזענט האלטן אז אלע ראסען זענען אלע אייניג חשוב.
פרייטאג יולי 19, 2019 4:16 pm#433403
הקטן האט געשריבן:זיין אן אייניקעל אדער נישט זיין אן אייניקעל פין די ראטשילדס, מיט אלעס וואס דאס מיינט, איז קלאר - אומשטענדן פון געבורטס - מיט ראסע האט דאס אבער נישט איינגעלייגט!
עיין ערך ראסע

פונקט אזויווי א מאנקי קען נישט האבן קיין טענות פארוואס ער קריגט נישט קיין מענטשן רעכט ווייל ער איז נישט קיין מענטש און איז נישט געבוירן פון מענטשליכע אפשטאם און פונקט אזויווי ראטן רעזערווירן נישט קיין רעכט פון נישט ווערן אויסגעראטן פון מענטשליכע אנוועזנהייט אזוי אויך זענען דא מענטשן וואס גלויבן אז כאטש געוויסע ראסן האבן געוויסע ענדליכקייטן צו מענטשן איז דאס אויך נאר אויסערליך אבער ספירטועלי זענען דא עכטע מענטשן ווי למשל די ארישע ראסע און דערנאך איז דא אונטער מענטשן אזעלכע חיות וואס האבן זיך נישט למעשה אנטוויקלט צו די שטאנד פונעם מענטש, זייערע געוויסע מענטשליכע ענדליכקייטן שאפט גאר גרויסע פראבלעמען פאר די מענטשהייט צוליב דעם ווייל זיי קענען זיך אריינמישן צו פארדארבן די מענטשליכע ראסע און דער אמת איז דא עפעס גאר א שעדליכע ראסע וואס וויל זיך אינסטיקטיוולי אריינמישן אין די ריינע ראסע כדי איר צו פארדארבן, די שעדליכע ראסע קען נאר סורווייוון דורכן פארדארבן די מענטשליכע קולטור פון די ריינע ראסע כדי אזוי צוביסלעך דאס אונטערצוברענגן, עס איז פארהאן איין עצה זיי אפציווישן פון דער ערד.
זונטאג יולי 21, 2019 12:36 am#433412
מ'מעג קאסטען טשייניז עסען, אדער עס איז ראסיזים? אלע פעלקער און עסען איז די זעלבע..
זונטאג יולי 21, 2019 11:15 am#433434
פערינא האט געשריבן:מ'מעג קאסטען טשייניז עסען, אדער עס איז ראסיזים? אלע פעלקער און עסען איז די זעלבע..

אויב דער קעכער איז אן אנגארישער קען מען מיקל זיין
אויב אבער ביסטו יא מקפיד אז דער שעף זאל זיין א טשייניז גייט דאס שוין אריין אין לייקענען אין שיטת האינדיווידועליזם

אויב גלייבסטו אז genes' שפילט א ראלע אין טאלאנט, מדות אדער מהלך המחשבה לייקענסטו אין שיטת האינדיווידועליזם און ביסט ל"ע א רעסיסט
זונטאג יולי 21, 2019 6:30 pm#433450
שמערל האט געשריבן:עס וואלט זיך געוואלט לאזן גלייבן אז די תורה וואס גלייבט אין טרייבאליזם גלייבט נישט אין ראסיזם, אבער עס איז שווער צו זעהן פארוואס א תורה וואס גלייבט אז מען ברויך הרגענען בעיבס פון עמלק, בלויז צוליב שטאמען פון איין זיידע, זאל אין יארע צוויי טויזענט האלטן אז אלע ראסען זענען אלע אייניג חשוב.

די ווארט חשוב איז זייער א לער ווארט און די קאנטעקטס
איז א פרעזידענט מער חשוב פין א סענעטער?
איז א כהן מער חשוב פין א לוי?
איז א סעלברעטי מער חשוב פין א לעה-מעין
...
איז ראטשילד'ס אן אייניקל מער חשוב פין ...
איז שמערל מער חשוב פין ...

יעצט נעם חשוב און לייג אריין סיי וואס.
איז שמערל מער ... וואו ...
דאס מעג מען יא?



אפשר מעג מען אלס אן אידיווידיאעל זיין מער ... אבער נישט מכח די דשינס.
זונטאג יולי 21, 2019 10:17 pm#433460
כ'בין נישט באקאנט וואס מען מעג און וואס מען טאר נישט, אז דו פרעגסט מיך איך האלט מעגסט זיין אלעס אפילו א וויסטער אנטיסעמיט. וואס איך האב פראבירט מסביר צו זיין איז וואס דו תורה האלט, וואס ראסיזם האלט, און וואס אינדיווידואליזם האלט, והבוחר יבחר און וואס אדער יא אדער נישט צו האלטן.

אבער כנראה לא זכית להבין אפילו די בעיסיקס. עמער ענטפערן אויף די שאלות דיינע. אינדיווידואליזם מיינט אז יעדער יחיד - אינדיוויאל, ווערט געמאסטן לויט זיין פערסאנאלע מעלות און טאלאנטן, און ווערט נישט געמשפט לויט זיינע זיידעס אדער פאלק פון ווי ער שטאמט. במילא וועט א פרעזידענט זיין חשובער פון א סענאטאר, שמערל פון הקטן, אבער נישט קיין כהן פון א ממזר. קלאר?
זונטאג יולי 21, 2019 10:17 pm#433461
.
מאנטאג יולי 22, 2019 10:07 am#433488
שמערל האט געשריבן:... אינדיווידואליזם מיינט אז יעדער יחיד - אינדיוויאל, ווערט געמאסטן לויט זיין פערסאנאלע מעלות און טאלאנטן, און ווערט נישט געמשפט לויט זיינע זיידעס אדער פאלק פון ווי ער שטאמט.


וואס טוט זיך מיט א סענעטער אדער א פרעזידענט וואס איז גאווארן וואס ער איז געווארן, אדאנק זיין לעצטע נאמען
אדאנק געלט וואס ער האט געירשענט...
אדער גאר אדאנק טאלאנט וואס ליגט אין זיין דשינס...
אדער גאר א געוויסער תוכנת הנפש וואס ער האט אויפגעפיקט פין זיין surrounding, יא, זיין אפשטאם די פאלק וואו ער איז אויפגעוואקסען


אויב איך וויל זאגן אז א מענטש'ס מעשים איז נישט דיטערמענט, זיין outcome איז נישט דעסטענט פין פאראויס נאר ער האט אויך אן אידיווידיאל כח און בחירה וואו אזוי צי פירען זיין לעבן, מיז איך עפעס לייקענען אז זיין עבר, זיינע זיידעס, זיינע דשינס האבן אויך אויף אים אן השפעה?!?

אויב וויל איך זיין פאליטקילי קארעקט, אדער אויפגעקלערט, מיז איך טאקע דאס אלס לייקענען?!?
ווען דארף איך זיין אויף די זייט פין Determinism און ווען אינדיווידואליזם , הע! איך הער נישט!
אביסל קאמען סענס וואלט נישט געשטערט


זייער א נאיווע בליק!
מאנטאג יולי 22, 2019 11:48 am#433494
די גאנצע ראסיזם סומעטאכע רופט ארויס גרויס וואונדער ביי אלעמען, פון עטליכע עספעקטן:

פרעזידענט טראמפ האט די פארגאנגענע וואך שארף אטאקירט די פיר שווארצע סאציאליסטישע קאמעדיאנטן – נוצנדיג דערביי דאס אויסדרוק: זאלן זיי גיין פון וואו זיי קומען. א אויסדרוק וואס אימיגראנטן קוקן אן ראסיסטיש. נעמליך, אין די פאראייניגטע שטאטן איז יעדער איינער גלייך, בירגער, אימיגראנטן – אפגעזען לעגאלע אדער אומלעגאלע, שווארצע, ווייסע, אזיענער, אידן, קריסטן, מוסולמענער. רעטאריק איבער אפשטאם, קאליר, רעליגיע פון מענטשן ווערט אנגערופן ראסיזם בדיבר, אפגעזען צו דער זאגער מיינט ראסזים צו נישט. אין אזא וועלט לעבן מיר היינט. און דאס מערסט-אומווירקזאמסטער רעפרעזאנטן הויז אין די היסטאריע פון די פאראייניגטע שטאטן, האט באלד געפונען פאר גאר וויכטיג דאס צו פארדאמען אויפן הארבסטן פארנעם – אין די זעלבע צייט וואס אפענע און העסליכע אנטיסמיטישע רעטאריק ווערט עמטליך פראקטיצירט און טאלארירט אינעם רעפרעזאנטן הויז אויף א מאסנשטאבליכער פארנעם ווי קיינמאל בעפאר.

אנטיסמיטיזם איז אין א געוויסער זין נאך פול ערגער פון ראסיזם. ראסיזם איז אין אלגעמיין געצילט קעגן יעדע אינדיווידואל וואס איז אנדערש ווי דער אלגעמיינער שטרעמונג. דאקעגן אנטיסמיטיזם איז געצילט בלויז קעגן איין ראסע – קעגן אידן. פארט האבן נישט די דעמאקראטן קיין שום פראבלעם דערמיט. דאס צייגט באשיינפערליך אז די דעמאקראטן האבן גאנץ א קנאפע פראבלעם מיט ראסזים אדער אנטיסמיטיזם – זיי האבן בלויז א פראבלעם מיט פרעזידענט טראמפ, וואס שטייט נאכאנאנד אויף די וואך ווי א געניטער שיפס קאפיטאן, זיכער צו מאכן אז זייערע ראדיקאלע און געפארפולע אנטשויאונגען פארבלייבט צווישן די גרינע ווענט פונעם רעפרעזאנטן הויז און ביי שבת אחים אין די געדאנקן, און עס פארפעסטעט נישט די אלגעמיינע אמעריקאנע באפעלקערונג, דאס טרייבט די ליבעראלע סאציאליסטן צו משוגעת...

אייגעטליך, וואלט ווען א ארטאדאקסישע איד ווען נישט געדארפט האבן קיין שום פראבלעם ווען א פארשטונקענער אנטיסמיט שרייט אים נאך, איד גיי דיר אהיים! דער הייליגער קלויזענבורגער רב דער שפע חיים זי''ע פארציילט, אז ווען ער איז געווען א קינד אין רודניק, און די לאקאלע פוילישע אנטיסמיטן האבן אים נאכגעשריגן מיט האס: זשיד! גיי דיר קיין פאלאסניטע, האט ער אלע מאל גענטפערט מיט א הילכיגער אמן! לשנה הבא בירושלים...

ווי אויך איז אינטערסאנט צו באמערקן – אז פרעזידענט טראמפ איז דער ערשטער רעפאבליקאנער פרעזידענט באשולדיגט צו ווערן מיט ראסזים. ארגינעלע ראסזים און אנטיסמיטיזם זענען אין אלגעמיין רעזעווירט בלויז פאר דעמאקראטישע פרעזידענטן. א שטייגער ווי פרעזידענט זשעקסאן וואס אפגעזען פון זיין שרעקליכער אנטיסמיטזם, איז ער גלייכצייטיג אויך געווען א שרעקליכער ראסיסט – ער האט געהאסט די נאטיווע-אמעריקאנער צום טויט, און ער האט זיי אויסגעשחטן אין די מאסן, ווי די הינער ממש. און אזוי אויך פרעזידענט וואָדראָו ווילסאָן וואס האט א סאך צוגעגעבן צו די פארשפרייטונג און לעגיטימירן דעם העסליכער פילעם 'דער געבורט פון א נאציאן' א פילעם וואס האט געפירט צום ווידער-אויפשטייג פון די טרויעריג-בארימטע קיו קלוקס קלען, און פארפלייצט אמעריקע מיט ראסזים ווי קיינמאל בעפאר.