Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » דער וועקער » דער חילוק צווישען אמאל און היינט

דער חילוק צווישען אמאל און היינט

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
15 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13229
דאנערשטאג יולי 18, 2019 1:38 am#433312
דער חילוק צווישען אמאל און היינט
אמאליגע צייטן ווען ס'פלעגט ארויסקומען די וועקער זשארנאל בערך אכט מאל א יאר פלעגט זיין אן עקסייטמענט אין די לופט שוין וואכן פריער, ראובן איז פארנומען געווען אנצורייצן דעם עולם מיט נייגעריגקייט אריין צו בליצן שרייענדע קורצע בליציגע שורות וואס האט ארויסגעברענגט שטארקע נייגער, וועם גייט מען אינטעריוויוען דאס מאל, און היינט איז שא שטיל, נישטא קיין בליצן נישטא קיין דינערן. ס'איז שא שטיל ווי נאכן וועלט אינטערגאנג

אמאל ווען מ'האט געהאלטן בערך א צוויי וואכן נאכן וועקער ערשיינען, האט מען שוין באקומען מעלדונגן פון אינזער באליבטן און שווערער ארבייטער ראובן אז די נעקסטע וועקער איז שוין אין פולסטן שוואנג, און מ'בעט דער עולם זיך אנשטרענגן אריין שיקן די ארטיקלן ווי שנעלער, ווייל די נעקסטע וועקער גייט איבערוואקסן די היצטיגע.
אזוי איז געקומען איין מעלדונג נאכן צווייטן, היינט קוים וואס קומט ארויס איין, נאכן שפעטיגן די צייט, און ס'שא שטיל קיינער מוטשעט נישט ס'קוקט אויס ווי ראובן איז אויף וואקאציע. כ'האף אבער אז תיכף נאכן וואקאציע גייט מען צוריק צו דער ארבייט!

אמאל פלעגט @שלום שטיסל זיין פארנומען צוזאמשטעלן געלט פארן קומענדיגן וועקער,
און היינט, נישטא קיין @שלום שטיסל, נישטא קיין וועקער, נישטא קיין ראובן אלץ איז נעלם געווארן.
און יעצט קומט די דריי וואכן, ווי אזוי וועט מען דאס דורך שטופן??

רבותי, חברים היקרים לאמיר אויסשרייען הויך, ראובן!!! וועקער!!! שלום!!!
דאנערשטאג יולי 18, 2019 4:21 am#433314
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן: רבותי, חברים היקרים לאמיר אויסשרייען הויך, ראובן!!! וועקער!!! שלום!!!


דאס שטילקייט שרייעט שוין
דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:35 am#433322
ונוסף לזה. א יעדן טאג ווען איך מאך אויף קאווע שטיבל, קוק איך אויב ס'איז דא עפעס נייע מעסעדזשעס. אדער חידושים. ס'איז אלעס די זעלבע...!

יא. די תירוצים זענען אז יעצט איז זומער און דער עולם איז אין קאנטרי. נאך די קאנטרי איז דער תירוץ אז ס'איז פאר ראש השנה און דער עולם איז פארנומען איינשרייבן די קינדער אין ישיבות און סקול. אויך איז דער עולם פארקאכט מיט איינהאנדלען די ד' מינים. און ווי מ'קען זעהן אויף די 13'טע עוו. יונגעלייט און עלטערע אידן שטייען פארקאכט און מ'באקוקט אתרוגים און לולבים. דער עולם קוקט מיט פארגרעסערונג גלעזער. נאר רוב עולם פון די קוקערס ווייסן נישט וואס זיי קוקן. און וואס זיי דארפן קוקן. און ביי די אתרוג סוחרים איז ששון ושמחה. נאך א פאר פישלעך געכאפט היינט. ב"ה. אריינגעלייזט א פאר מאות פאר א פשוט'ן אתרוג וואס מ'קען דעם זעלבן אתרוג קויפן ביי די יונגלעך אויף דרייצן פאר 25 דאללער...!

איך פערזענליך וואלט אויכעט אריינגעגאנגען אין די אתרוגים ביזנעס. נאר איך מיין אז ס'איז שוין א ביסל צו שפעט. דער עולם קען שוין די אלע טריקס מיט'ן גארטל. און די קריצן און בליצן. און אז מ'האט אויפגעמאכט א קעסטל פונקט פאר דעים (נאאיוון) קאסטומער. און וואס טוט דער יונגערמאן וואס האט נעבעך קוים לחם לאכול. ער בארגט זיך צוזאם דעם ריזיגן סכום פון 1000 דאלער און געט עס אוועק פאר דעם אתרוג סוחר פאר א פשוט'ן אתרוג. און דער סוחר פרובירט איהם נאך איינצורעדן אז ער האט דא געכאפט א ווילדע מציאה. עכ"פ איך האב שוין פארשפעטיגט. ווען איך וואלט יא (ח"ו) געווען אין די אתרוגים ביזנעס. וואלט א יעדער געוויזן מיט די פינגער....אט דא איז בערל בעל עגלה' /לעקיש'ס טרעילער. און איך וואלט נישט פארקויפט קיין איין אתרוג. ועוד. און אפילו אויב איך וואלט שוין יא פארקויפט אן אתרוג וואס איז ווערט א צוואנציגער פאר טויזנט דאלער, וואלט איך נישט געקענט אהיימגיין פאר איך רוף אן דעם יונגערמאן (אדער אלטן איד) און איך געב איהם צוריק דאס געלט...!

היוצא לנו מכל הדברים האלו. השיבנו ה' אליך ונשובה. חדש ימנו כקדם. אז זומער איז שטיל און ווינטער איז אויכעט שטיל.
דאנערשטאג יולי 18, 2019 3:55 pm#433344
Re: דער חילוק צווישען אמאל און היינט
פרעג נישט וואס קען דער וועקער טון פאר דיר, פרעג וואס קענסט דו טון פארן וועקער

Sent from my SM-G973F using Tapatalk
דאנערשטאג יולי 18, 2019 8:11 pm#433360
ציפור בודד: או. קעי. וואס קען איך טון פאר'ן וועקער...?! שטיין אויף לי עוועניו און שרייען...רבותיי. הערטץ נישט אויס וואס די רבנים הרב מנשה פליפ פלאפ און שמואל שלמה טעללער זאגן. און קויפטס יא דעם וועקער ביים אראבער אויף בראדוועי. וועלכער איז ב"ה נישט געשלאגן אויף ציונות. זיין געלט איז שקל הטהור פון די וואוילע אראבישע מדינות...! ער האט אין זיין סטאר א פושקע פון כאמאס. און דאס געלט גייט נאר פאר גוטע צוועקן. צו צאללן פאר די רוצחים אז זיי זאללן הרג'ענען אידן. אויכעט פאר צאללן פאר די חשוב'ע משפחות פון די שאהידים...!
דאנערשטאג יולי 18, 2019 9:39 pm#433361
יאפ, שטעלט זיך ארויס דער עולם האט איינגעזען אז עס איז הבל די גאנצע מעשה, דער עולם האט ווי ליפא שמעלצער בשעתו צוריק אראפגעשארצט די ארבל, אנגעטון דעם טלית קטן, וועסטל, רעקל, הוט, בארד, וכו' און צוריק צום שורש. עס איז קיינמאל נישט געווען און וועט קיינמאל נישט זיין. א טעות געווען די גאנצע זאך. מען ארבעט זעקס טעג א וואך. שבת דאוונט מען און מען פארהערט די קינדער. אין מקוה קאכט מען מיט אהרוני זאלוני ברענעדיגע נושאים. און שוין. ווער דארף קאווע שטיבל, ווער דארף דער וועקער. א באנדע אפיקורסים קליינע קינדער וואס ווייסן אליין נישט וואס זיי ווילן.
דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:16 pm#433364
Re: דער חילוק צווישען אמאל און היינט
אייוועלט קוועלט.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
פרייטאג יולי 19, 2019 1:02 am#433370
Re: דער חילוק צווישען אמאל און היינט
berlbalaguleh האט געשריבן:ציפור בודד: או. קעי. וואס קען איך טון פאר'ן וועקער...?! שטיין אויף לי עוועניו און שרייען...


קענסט פאר זיי שרייבן אדער זיך אנטראגן אונטערצולייגן א פלייצע אויף טויזנט אנדערע אופנים.

Sent from my SM-G973F using Tapatalk
פרייטאג יולי 19, 2019 1:30 am#433371
די שמועה גייט ארום אז ראובן האט אפגעפיצט מיט די גאנצע געלט וואס דער וועקער האט געמאכט און לעבט זיך א רייכן לעבן ערגעץ וואו אין דרום אמעריקע.
זונטאג יולי 21, 2019 6:19 pm#433449
Re: דער חילוק צווישען אמאל און היינט
ווי אין דרום אמעריקא פארקויפט מען די בלאט?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
זונטאג יולי 21, 2019 9:48 pm#433458
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ווי אין דרום אמעריקא פארקויפט מען די בלאט?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


דארט איז נישט דא גזירת אינטערנעט. מ'לייענט צייטונגען נאר אונליין.

חוץ אז ער וואוינט אין ארגענטינע דרבינו יואל...
זונטאג יולי 21, 2019 11:36 pm#433467
זאג נישט וואס וועקער קען טון פאר דיר, זאג וואס דו קענסט טון פאר וועקער.
מאנטאג יולי 22, 2019 12:23 am#433478
ATUB @דער גאלדענער אדלער ATUB יקירי, העי, נעקסט טיים טעג מיך. כ'האב ביז היינט נישט באמערקט דעם אשכול. אוודאי בין איך דא, און יא, מ'ארבעט פעסט אויפן נעקסטן וועקער.

א דאנק ATUB @צפור בודד ATUB פאר דיין מימרא, און ATUB @קאווע קריטיק ATUB פאר'ן עס איבער'חזר'ן.

ATUB @מיימון ATUB , זיי נישט אזוי געפאלן. דער וועקער קומט אן צו טויזנטער מענטשן, און דער פארלאנג איז גרויס. עס קומען אריין אימעילס ממש יעדן טאג, פון לייענער וואס חלש'ן פאר ווי מער וועקערס. דער וועקער גייט בע"ה ווייטער אן, און געדענקט,
קאווע קריטיק האט געשריבן:זאג נישט וואס וועקער קען טון פאר דיר, זאג וואס דו קענסט טון פאר וועקער.

:)
מאנטאג יולי 22, 2019 7:34 pm#433519
Re: דער חילוק צווישען אמאל און היינט
ראובן האט געשריבן:@דער גאלדענער אדלער יקירי, העי, נעקסט טיים טעג מיך. כ'האב ביז היינט נישט באמערקט דעם אשכול. אוודאי בין איך דא, און יא, מ'ארבעט פעסט אויפן נעקסטן וועקער.

א דאנק @צפור בודד פאר דיין מימרא, און @קאווע קריטיק פאר'ן עס איבער'חזר'ן.

@מיימון, זיי נישט אזוי געפאלן. דער וועקער קומט אן צו טויזנטער מענטשן, און דער פארלאנג איז גרויס. עס קומען אריין אימעילס ממש יעדן טאג, פון לייענער וואס חלש'ן פאר ווי מער וועקערס. דער וועקער גייט בע"ה ווייטער אן, און געדענקט,
קאווע קריטיק האט געשריבן:זאג נישט וואס וועקער קען טון פאר דיר, זאג וואס דו קענסט טון פאר וועקער.

:)
כ'ניץ נאר טעפעיטאלק און פאר סאם ריזן קען מען נישט טעגן דערויף
מאנטאג יולי 22, 2019 7:40 pm#433521
צפור בודד האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:ציפור בודד: או. קעי. וואס קען איך טון פאר'ן וועקער...?! שטיין אויף לי עוועניו און שרייען...


קענסט פאר זיי שרייבן אדער זיך אנטראגן אונטערצולייגן א פלייצע אויף טויזנט אנדערע אופנים.

Sent from my SM-G973F using Tapatalk

אפשר מיינסטו געלט? ניין. געלט האביך נישט. כ'האב געהערט א שיינע ראשי תיבות. ואני בצדק אחזה פניך. איז די ראשי תיבות...ווייל איך נאר איד ביז צו די קעשענע...!