Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » וואס דארף א חסיד טוהן אויב ער האט א טענת ממון אויף זיין רבי?

וואס דארף א חסיד טוהן אויב ער האט א טענת ממון אויף זיין רבי?

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
19 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13231
פרייטאג יולי 19, 2019 11:25 am#433379
וואס דארף א חסיד טוהן אויב ער האט א טענת ממון אויף זיין רבי?
עס טוהט זיך יעצט די פרשה אין גער צווישן א איד בערלינער און די חסידות איבער א קעמפ. בערלינער טענה'ט אז ער האט אינוועסטירט א מיליאן דאלאר און די קעמפ. און גער, בראש פונעם רבי'ן, טענה'ט אז ס'באלאנגט פאר זיי.

בערלינער זאגט אז ער וויל גיין צו דין תורה. גער זאגט דער רבי זאגט אז ס'באלאנגט פאר גער.

פרעג איך ענק, וואס טאקע דארף מען דא טוהן? אויב בערלינער זאגט אז ער איז א גערער חסיד, האט ער בכלל רעכט צו גיין צו א דין תורה? איז נישט דער רבי די העכסטע אטאריטעט? און אויב וואלט איך געפרעגט גערער רבי אליין: אויב דיין חסיד האט א טענת ממון קעגן דיר, וואס זאל ער טוהן?? וואס וואלט דער רבי געענטפערט?

און איך מיין נישט גער אליין. וואס וואלט געוועהן די פראטאקאל אין אנדערע חסידותער? אז איך פרעג די שאלה פון איינע פון די סאטמערער רבי'ס, באבובער רבי'ס - וואס וואלטען זיי געזאגט?
פרייטאג יולי 19, 2019 12:54 pm#433385
די פראקטישע ענטפער איז, אז מ'זאל גלייך אויפגעבן און שטילערהייט שעפשן די ווערטער "ה' נתן, ה' לקח, ה' עוז לעמו....." און אנגיין ווייטער מיטן לעבןַ

נאך פראקטישער איז אז מ'זאל קיינמאל נישט אריינלייגן נכסי פרטי אין א רבינ'ס מוסד. אבער נישט אייביג זעהט די מענטש אזוי פאראויס.

אלע אנדערע איידיעס זענען אומפראקטיש. א רבי קען מען נישט געוואונען. איך האב עס שוין מיטגעהאלטן פון דאס נאענט מערערע מאל.

איך קען איינער גוט וואס האט געהאט א ענליכע סוכסוך מיט א גרויסע רבי. ער האט איהם גענומען אין ד''תּ. און ער האט געוואונען. יארן שפעטער האט איהם אבער דער חסידות אזאנס צוגעפיקסט!

זיי זענען ידו על העליונה און מ'דארף שנעל אנערקענען. און נאכאמאל, מ'דארף געדענקען גוט אז די אחריות איז אויף נישט משקיע צו זיין. ווייל ארויסנעמען קען מען נישט.
פרייטאג יולי 19, 2019 1:20 pm#433386
אין אמעריקא זאגט מען no one is above the law. אז ער גייט אין בית דין וועט ער מקדש זיין שם שמים. אין סעקולארער קארט איז זיכער א חילול השם.
פרייטאג יולי 19, 2019 1:27 pm#433387
אזוי 'זאגט' מען אין אמעריקע. פראקטישע מציאות איז פארקערט. פרוביר נאר צו שיקן א הזמנה צו א רבי. טרעף בכלל א בית דין וואס זאל איינס שיקן.... אא''וו.

סיי פאליטיש און סיי רעליגיעז זענען דא מאנכע איבער די געזעץ, צו מען וויל יא אדער נישט...
פרייטאג יולי 19, 2019 1:29 pm#433388
אויפן גערער דערציילט מען אז אין די פריערדיגע יארן, ווען ער פלעגט בארגן געלט פאר אידן פלעגט ער אליינס אנרופן די לווים און פאדערן דאס געלט.

קענסט זיך פארשטעלן?
דער ריזיגער גורער רבי, האט טויזענטעער חסידים, א מאסיווער נשיא החסידות, זאל פאר דאס געלט זיך אליינס משפיל זיין און אנקלינגען אידן איבער דיני ממונות וואס מען איז אים שולדיג.

דער רבי פלעגט מיט געלט ענינים קיינעם געטרויען, אפילו זיינע נאנסטע מענטשן.

שוין ביים ערשטן מאל אפמאנען דאס געלט פלעגט ער זעעלבסט רופן דעם לוה.

אלזא... ווען דער רבי זעלבסט האט א טענה, ובפרט דער גורער רבי, אביער דיני מוונונות, נעוואדע זאל מען אים רופן צו דין תורה... אדער אונטערנמען אייגענע ווירקזאמע מיטלען.

ATUB @קורקלענד ATUB האקט---

מעגליך איז טאקע נישט שייך צו שיקן הזמנה פאר א רבי. אבער עפעס מיטלען קעגן אים דירעקט איז באופן דא ובגבר דא זייער פיין.

דאס מיינט אבער נישט אז מען וועט אים געווינען... לכאורה נישט...
אבער אויב ער האט געקענט זיין אזא שטייפער ווען עס איז געקומען צו אייגענע געלט זאכן, דארף מען זיך פירן מידה כנגד מידה
פרייטאג יולי 19, 2019 1:59 pm#433392
Re: וואס דארף א חסיד טוהן אויב ער האט א טענת ממון אויף זיין
ווען הרב הוטנר איז געגאנגען וואוינען אין א"י, האט ער געלייגט אלס זיין ממלא מקום דאהי אין ישיבת רבי חיים ברלין, זיין תלמיד להבחל"ח הרב אהרן משה שכטר שליט"א. ער האט דעמאלס פארטריבען די משגיח הרב שלמה קרליבך שליט"א, מח"ס משכיל לשלמה. דער האט גערופען הרב הוטנר אוו די גאנצע שטאב און באורד פון די ישיבה אין ב"ד ביי ר׳ משה.

זיי זענען נישט געגאנגען אין ב"ד, טענה׳דיג אז א ראש ישיבה איז ווי א רב אין שטאט וואס מ׳קען נישט נעמען אין ב"ד פאר זיין אויפפיהרונג אלס רב. זיי האבען געטענה׳ט אז הרב גוסטמאן האט מסכים געווען צו די סברא.

ר׳ משה איז געווען שטארק ברטגז אויף זיי, און געשריבען א סירוב וואס איז נאכאלס גילטיג. ער האט געטענה׳ט "הטוב אתם מר׳ אהרן? ר׳ אהרן האט מען גערופען אין בי"ד ביים אגודת הרבנים, און ער איז געקומען (און ער האט דערלייגט, און באצאלט ווי א טאטעלע)"

היינט צוטאגס קען חיים ברלין קיינער נישט רופן אין בי"ד, ווייל זיי אלע זענען אונטער סירוב

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
פרייטאג יולי 19, 2019 2:00 pm#433394
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ווען הרב הוטנר איז געגאנגען וואוינען אין א"י, האט ער געלייגט אלס זיין ממלא מקום דאהי אין ישיבת רבי חיים ברלין, זיין תלמיד להבחל"ח הרב אהרן משה שכטר שליט"א. ער האט דעמאלס פארטריבען די משגיח הרב שלמה קרליבך שליט"א, מח"ס משכיל לשלמה. דער האט גערופען הרב הוטנר אוו די גאנצע שטאב און באורד פון די ישיבה אין ב"ד ביי ר׳ משה.

זיי זענען נישט געגאנגען אין ב"ד, טענה׳דיג אז א ראש ישיבה איז ווי א רב אין שטאט וואס מ׳קען נישט נעמען אין ב"ד פאר זיין אויפפיהרונג אלס רב. זיי האבען געטענה׳ט אז הרב גוסטמאן האט מסכים געווען צו די סברא.

ר׳ משה איז געווען שטארק ברטגז אויף זיי, און געשריבען א סירוב וואס איז נאכאלס גילטיג. ער האט געטענה׳ט "הטוב אתם מר׳ אהרן? ר׳ אהרן האט מען גערופען אין בי"ד ביים אגודת הרבנים, און ער איז געקומען (און ער האט דערלייגט, און באצאלט ווי א טאטעלע)"

היינט צוטאגס קען חיים ברלין קיינער נישט רופן אין בי"ד, ווייל זיי אלע זענען אונטער סירוב

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


יא יא,
מיר אלע געדענקן נאך ווען ר' אהרנ'ען פון קרית יואל האט מען גענומען אין קאורט ערב שבת...
אוי איז דאס געווען צייטן
פרייטאג יולי 19, 2019 2:49 pm#433398
איך פארשטייט נישט דעם שאלה ! אלעס באלאנגט פארן רבי'ן, דיין ווייב, (ער קען דיר הייסען ווען יא צו מאכן דעם מצוה און ווען נישט...) קינדער, ווי דו זאלסט זיי שיקען, שידוכים, וכו', דיין קאר, דיין געלט, דיין הויז, ועל כולם דיין דעת באלאנגט אויכעט צו איהם !!!
ויען לבן: הצאן צאני והבנות בנותי וכל אשר לך - לי הם !!!!!
פרייטאג יולי 19, 2019 3:16 pm#433400
אזוי קוקט עס אויס ווען מען רופט א רבי צו דין-תורה...

m http://www.93fm.co.il/radio/320905/?utm ... 7%99%D7%9F m
מוצ"ש יולי 20, 2019 6:00 pm#433405
Re: וואס דארף א חסיד טוהן אויב ער האט א טענת ממון אויף זיין
חרש שוטה וקטן פגיעתן רעה. די שאלה איז נאר צו וועלכער ענדלט א רבי דער מערסטער.

Sent from my SM-G973F using Tapatalk
מוצ"ש יולי 20, 2019 6:10 pm#433406
Re: וואס דארף א חסיד טוהן אויב ער האט א טענת ממון אויף זיין
שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:איך פארשטייט נישט דעם שאלה ! אלעס באלאנגט פארן רבי'ן, דיין ווייב, (ער קען דיר הייסען ווען יא צו מאכן דעם מצוה און ווען נישט...) קינדער, ווי דו זאלסט זיי שיקען, שידוכים, וכו', דיין קאר, דיין געלט, דיין הויז, ועל כולם דיין דעת באלאנגט אויכעט צו איהם !!!
ויען לבן: הצאן צאני והבנות בנותי וכל אשר לך - לי הם !!!!!
איך האב געהערט זאגן אויף א אינגערמאן אז ער האט מקנה געווען זיין הויז פארן רבי'ן אז ביים בענטשן זאל ער קענען זאגן הרחמן הוא יברך את הרב בעל הבית הזה

Sent from my SM-G973F using Tapatalk
מוצ"ש יולי 20, 2019 10:06 pm#433408
תורה ומדע האט געשריבן:אין אמעריקא זאגט מען no one is above the law. אז ער גייט אין בית דין וועט ער מקדש זיין שם שמים. אין סעקולארער קארט איז זיכער א חילול השם.

אין סאוויעטן פארבאנד פלעגט מען זאגן "From each according to his ability, to each according to his needs", די אלע לאזונגען זענען פונקט ווערד אויף וויפיל ס'ברענגט שטים צעטלעך ותו לא מידי.
מוצ"ש יולי 20, 2019 10:48 pm#433409
צפור בודד האט געשריבן:חרש שוטה וקטן פגיעתן רעה. די שאלה איז נאר צו וועלכער ענדלט א רבי דער מערסטער.

Sent from my SM-G973F using Tapatalk

איך געדענק א ווערטל פון איינעם, אז 'רבי מכבד עשירים', רבי פלעגט מכבד זיין עשירים. וויאזוי? ווייל אן עושר באלאנגט דאך אויך אין די רשימה, החובל בהם חייב והן שחבלו פטורים, נאר רבי האט זיי מכבד געווען אז זיי זאלען נישט דארפען זיצען אין די רשימה מיט די חברה
מוצ"ש יולי 20, 2019 11:58 pm#433411
דער בערלינער מאכט א טעות מטעם אחר, איך קען נישט זעהן א בית דין וואס זאל פסק'נען קעגען גער נאכדעם וואס זיי געבן דאס גיהנם פאר בערלינער יעצט.

דאס איז טאמער די מעשה איז אזוי ווי בערלינער זאגט ַַ לויט ווי עס זעהט אויס איז דא א טיילונג אין גער וואס האלב בארא פארק איז זיך נישט מכניע צום רבי'ן נאר ווען מען מוז, און ווען אין נישט געבן בעלות אויף די מוסדות דא, איז אדער נעמען זייַ זיך צוזאמען און צוטיילען זיך אפ פין גער, און מאכן זיך אפיציעל חסידים פין ר' שאול, און זאל ער קומען וואוינען דא אן מען וועט האבן נאך א רבי דא, אדער הערען זיי אויף די האלבע שטיק.

אמת, דער רבי און זיין באהערדע זעהן א חברה עקסטרימיסטן און רשעים, אבער פירען א שטילע מלחמה איז נישט קיין תכלית. זיי ליידן אין די מוסדות דורך די באהערדע, איז דא איין עצה, הבה נפרידה.
זונטאג יולי 21, 2019 3:24 am#433422
Re: וואס דארף א חסיד טוהן אויב ער האט א טענת ממון אויף זיין
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
צפור בודד האט געשריבן:חרש שוטה וקטן פגיעתן רעה. די שאלה איז נאר צו וועלכער ענדלט א רבי דער מערסטער.

Sent from my SM-G973F using Tapatalk

איך געדענק א ווערטל פון איינעם, אז 'רבי מכבד עשירים', רבי פלעגט מכבד זיין עשירים. וויאזוי? ווייל אן עושר באלאנגט דאך אויך אין די רשימה, החובל בהם חייב והן שחבלו פטורים, נאר רבי האט זיי מכבד געווען אז זיי זאלען נישט דארפען זיצען אין די רשימה מיט די חברה
דער ליעזשער רב פלעג צו טייטשן, רבי האט אויסגעקערט די עשירים

Sent from my SM-G973F using Tapatalk
זונטאג יולי 21, 2019 9:45 pm#433457
רעדסט פונעם דער לעיט לעישזער פון לאנדאן? ער האט פיין געהאט א קופה של שרצים מאחוריו.
מאנטאג יולי 22, 2019 8:54 am#433484
איך אויך האט געשריבן:רעדסט פונעם דער לעיט לעישזער פון לאנדאן? ער האט פיין געהאט א קופה של שרצים מאחוריו.

איך רעד פון זיין שטיף שווער דער אריגינעלער ליעזשער רב, ר' חיים וויינגארטן זצ"ל, וואס האט געפירט דער בארימטער סטעינס ישיבה אין ענגלאנד בשעת'ן און באלד נאך דער צווייטער וועלטס קריג. דאכט זיך מיר אז ער איז בלויז געווען א שוחט אין ליעזש, א שטאט אין בעלגיע, צווישן די צוויי קריגן.
מאנטאג יולי 22, 2019 9:35 am#433486
Ok that's something else.
מאנטאג יולי 22, 2019 9:52 am#433487
Re: וואס דארף א חסיד טוהן אויב ער האט א טענת ממון אויף זיין
איך אויך האט געשריבן:Ok that's something else.
Indeed ;-)

Sent from my SM-G973F using Tapatalk