דינסטאג יולי 23, 2019 10:09 pm#433600
זאל מען רעדן צו די בחורים איבער נישט צורירן די בארד? (2)
ביי אונזערע ידידים אין אייוועלט האט זיך געעפענט א שמועס איבער דעם וואס מ'זעט היינט גאר אסאך בחורים און יונגערלייט וואס פיצן זיך די בערד, און זיי האבן א שאלה צו ס'איז געקומען די צייט אז מ'זאל רעדן וועגן נישט רירן די בארד ביי די בחורים.
מ'זעהט דארטן די אלארעם וואס טוט זיך ביי זיי, און ווי זיי ציטערן אז קינדער זענען נישט קאפיס פון די עלטערן און ברענגען נחת וואס דאס איז דאך די גאנצע תכלית אויף די וועלט.
איך וויל מאכן דריי נקודות איבער דעם ענין:
א. אז מ'זאל נישט שניידען די בארד קען מען נישט מחנך זיין. א בחור דארף דאס אליינס וועלן טוהן. אויב ס'איז אמת ווי די זאגסט אז היינטיגע בחורים און יונגעלייט זענען נישט אינטערסירט דאס צו טוהן, איז דאס נישט די שאלה אויף די בחורים און יונגעלייט נאר די דארפסט זיך מפשפש זיין אין דיינע מעשים און אין דיין חינוך פארוואס ס'ארבייט נישט.
ב. ס'איז דא דארטען א רעדע אז מ'זאל רעדן צו די בחורים אז מ'טאר נישט רירן די בארד. אט דא פאנגט זיך אהן די פראבלעם. מ'מעג יא!! אוודאי איז דא א חומרא און א חסידות אז מ'זאל נישט רירן די בארד, אבער חומרות און חסידות איז נישט קיין זאך וואס מ'איז מחנך אז מ'מוז אזוי טוהן! דא ליגט באגראבען א יסוד פון דעם חורבן פון אונזער חינוך, אז מ'רעדט איין די קינדער אז מ'מוז טוהן פארשידענע זאכן אדער מ'טאר נישט טוהן פארשידענע זאכן וואס זענען מדרכי החומרות וחסידות, און די עלטערן און מחנכים זענען שקרנים און עושי עוול ווען זיי ווילן איינרעדן די קינדער אז זיי "מוזן" זיך אזוי פירן. (דאס האט טיפע נאכפאלגען שפעטער אין לעבן ווען מ'ווערט געוואר וויפיל ליגענט מ'האט פארקויפט, און דעמאלטס איז שניידן די בארד פון די גאר קליינע עבירות וד"ל)
ג. אז מ'טראכט טיף אריין איז דא איין עכטע און יסודות'דיגע סיבה פארוואס איינער זאל נישט שניידן די בארד, דאס איז ווייטער זיך צו פירן אויף די וועג ווי אזוי מ'איז אויפגעוואקסען און צופרידענשטעלן די טאטע און מאמע. מיר האלטן היינט נאך עטליכע יאהר פון פינסטערע אטאקעס קעגן טאטעס פון קינדער. ריזיגע פראצענטען פון די היינטיגע קינדער און בחורים וואקסען אויף באקומענדיג מעסעדזשעס כמעט יעדן טאג אז זייער טאטע טוהט עבירות מיט זיין סמארטפאון. די רשעים וואס פירן די שמוציגע מערכות קעגן סמארטפאון רייסן נישט נאר אויס די פונדאמענט פון א קשר פון טאטע צו זוהן, דער יסוד פון א אידישע שטוב, דער יסוד פון אידישקייט, די יסוד פון אונזער מסורה - נאר פשוט פראקטיש, אין אונזער געזעלשאפט ווי אלעס איז געבויט צופרידנצושטעלן די עלטערן און ארומיגע משפחה, רייסן זיי אויס יעדע רעספעקט פון קינדער צו זייערע עלטערן. דער בחור דארף נישט זיין קיין דזשיניעס צו טראכטען, "אז מיין טאטע האט א סמארטפאון וואס זיי שרייען אז מ'טוהט דערמיט כל דבר אסור, מעג איך נישט אביסעלע צופיצען מיין בארד וואס איז מותר עפ"י הלכה?!"