איר מישט צוויי זאכן לדעתי , נישט יעדער וואס שטעלט זיך ארויס צו זיין עקסטרעם איז די פשט אז ער איז א בעל דמיון. סאטמארער רב איז בכלל נישט אריין אין כלל פון א בעל דמיון כאטש ער האט געהאט אן עקסטרימיסטישע מהלך צו פארשידענע זאכן. פונקט פארקערט סאטמאר רב איז געווען א היבשער סקעפטיק, הגם זיין סקעפטיסיזם האט בכלל נישט אריינגעדרינגן אין זיין צוגאנג צו אידישקייט וואס ער האט מקבל געווען מבית אבותיו ורבותיו וואס ער איז געווען שטארק מקושר צו דעם בעבותות הרגשים פון נאסטאלאגיע און פערזענליכע רעליגיעזע פארבינדונגן.
יעדעס סארט פרואוו איינציטיילן פארשידענע סארט פערזענליכקייטן אין א מצומצמדיגע אויסוואהל פון קאטאגארעיס שטויסט זיך אן אין פארשידענע אנדערע פאקטארן וואס איז מחוץ פון די עצם פערזענליכקייט און האט בעצם אפילו אן השפעה אויפן פערזענליכקייט הגם דאס זעלבע איז פארקערט, רעליגיעזע אדער אידילאגישע גלויבונג איז א וויכטיגע פאקטאר סיי אין פארמען דעם פערזענליכקייט, סיי אין ברענגן אויפגעפירעכץ וואס איז לאו דוקא אין איינקלאנג מיטן פערזענליכקייט, און צו די זעלבע צייט ווערט גלויבונג געפילטערט אין א געוויסן זין זייער שטארק לויטן פערזענליכקייט.
מיין פערזענליכע מיינונג איבער סאטמאר רב איז ווי פאלגענד. סאטמאר רב האט געגלויבט אין די אידישקייט צוגאנג פון סיגעט בעלז און שינאווע, ער איז זייער שטארק באגייסטערט געווארן איבער זייער צוגאנג פון לגדור גדר ולעמוד בפרץ. סאטמאר רב'ס צוגאנג איז אידילאגיש א המשך צו אט זייער צוגאנג און איז בכלל נישט מער עקסטרעם. נאר בשעת ווען עס קומען זיך צוזאם לפונדק אחד פארשידענע אידילאגיעס און שטרעמונגען אזוי ווי ס'איז געשען ווען חרדישע אידן האבן זיך צוזאמגענומען לאגודה אחת ובפרט נאכן צווייטן וועלט קריג, איז מטבע הדברים עוורעדזשט זיך אויס די פארשידענע מיינונגען מיט די צייט. נישט אבער אזא פערזענליכקייט ווי דער סאטמאר רב וואס פארשידענע פאקטארן האבן צוגעברענגט צו דאס וואס ער האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין, ער איז געווען שטארק עמאציענעל פארבינדן מיט די אויבנדערמאנטע אידילאגיע און האט לוחם געווען דערויף מאז ומקדם ביז עס איז אים ממש געווארן אן אבסעסיע, ער איז בכלל נישט נתפעל געווארן נאך אין אונגארן פון פארשידענע אנדערע שטרעמונגען ווייל ער האט מזלזל געווען אין זייערע כושר ההנהגה, ער האט שטארק אראפגעקוקט פארשידענע אונגארישע רבנים אלס אזעלכע וואס זענען נישט צו שארף און האבן נישט קיין מושג אין ההנהגה. בעיקר איז ער שטארק אנטוישט געווארן קומענדיג קיין א"י און אמעריקע ווי ער האט אנגעהויבן צוביסלעך איינזעהן אז רוב רובם פון גדולים זענען בכלל נישט איינשטימיג מיט אים. דא קומט יא אריין א שטיקל דמיון אז ער האט באמת געגלויבט אז אויב זאל ער נאר פורס זיין משנתו וועט יעדער סוכ"ס איינזען אז ער איז גערעכט. מיט גרויס מיה און פלאג האט ער צוזאמגעשטעלט דעם חיבור ויואל משה חלומנדיג אז אט אט וועט זיך טון העפטיגע דיונים איבער אלע נושאים פונעם חיבור. ווי אנטוישט איז ער געווען נאכן ארויסגעבן דעם חיבור ווי קיינער איז זיך בכלל נישט מתייחס דערצי, דאס איז געווען א מוראדיגע דערשלאגנקייט פאר אים, הערשט דאן האט ער אנגעהויבן זיך מער און מער צו איזאלירן פון די אלגעמיינע חרדישע אידן און באשלאסן אליין ווייטער צו בויען די אייגענע קהילה אלס א פעסטונג פון נצחון אז די שיטה וואס ער איז דא צו פארשפרייטן וועט ווערן פרעזערווירט אן די הילף פון אנדערע אין וואס ער איז זייער אנטוישט געווארן