חילול השם / קידוש השם.
אינעם באדייט פון חילול השם און קידוש השם הערשט א גרויסער צומישעניש.
עטליכע יאר צוריק האב איך בייגעוואוינט אן אינטערסאנטער ספעקטאל. כ'בין געשטאנען ביי שריפות חמץ און פארברענט מיין ברויט-טארבע מיטן לולב, און ווי עס איז די שטייגער, זענען מאסן קינדער געשטאנען באוואפענט מיט לאנגע שטאגען און לאפאטעס, און העפטיג ארום געארבייט מיטן פייער. די לאקאלע מידיע איז ערשינען אויפן ארט - און ווי עס איז זייער שטייגער האבן זיי באריכטעט איבערן יערליכער שריפות-חמץ-מאניפסטאציע, וועלכע שטעלט די פייער לעשער אויף די פוס יעדע ערב פסח. שפאצירט אזוי דורך אזא אזוי-גערופענער עסקן לכל דבר שבקדושה, ועוד..., א מאן וואס מאכט ב''ה ברייט פרנסה דורכן אנפירן מיט אן אנגעבליכער וואוילטעטיגער ארגענעזאציע, און שרייט צו די קינדער: מאכט א קידוש השם! מאכט א קידוש השם! אזוי אז ער זאל אויסזען טעטיק...
ס'האט מירגאר שטארק פארדראסן... נעמליך, דו זוכסט פובליציטעט און מידיא-אויפמערזאמקייט צוליב דיין ברייטער טאש? בסדר! אבער לאז ארויס דעם באשעפער פון דיינע שגיונות, און פראקלאמיר נישט קידוש השם...
פארט א אידל מיט זיין האנדא אויפן שאָסיי, מיט איין האנד גרובלטער אין א שאכטעל ארבעס, און מיט די אנדערע האנד פיץ ער זיך די נאניע, ער פארט אזוי פון איין ליניע באלד אריין אין די צווייטע, און ס'פאלט אים גארנישט ביי צו קוקן אין שפיגל, און ווער רעדט נאך פון זיך צו באנוצן מיט די סיגנאלן. ער שנייד אריין אין קארס אויף רעכסט און אויף לינקס, עס הילכעט א פייפעריי און ס'הערשט א מיטל-פינגער אויפשטייג, אבער ער קימערט זיך נישט מיט די רשעים און אנטיסמיטן וואס קענען אים נישט פארגינען מיט זיינע פרישע געשמאקע ארבייס וואס ער הויפענט אריין אין גארגעל אן קיין רחמנות. פארט דורך א קאר מיט ניו זשערסי פלאטעס, א לעדי פון לייקוואד אנגעקליידעט אין איר שעיטל, און ארבייט פון אינדערפרי ביז אויף די נאכט, מיט ניין קינדער אין שטוב, אזוי אז דער מאן אירער זאל קענען דרייען מיטן פינגער אין בית מדרש גבוה... זי מאכט אויף די פענסטער און שרייט פאר אונזער אידל מיט די פיגער אין די נאז. יו מעקונג עי יואזש חילול השם...
ג-ט אין הימל וואס קומט דא אריין חילול השם? יעדע משוגענער קאפריז וואס א איד טיט איז א חילול השם?
דער הייליגער רמב''ם שרייבט אויף אן ארט, אז א חילול השם באדייט אויב גוים זאגן אז די אידן האלטן נישט די תורה, און א קידוש השם באדייט אויב גוים זאגן אז אידן האלטן די תורה און מצות. איר ווילט מאכן א קידוש השם? שטעלט אראפ אין צענטער טיים סקווער און ציעט ארויף טלית און תפילין! ווילט איר מאכן א חילול השם? דאן שפאצירט אריין אין א בית זונות. און מאכט זיכער אז קיין שום איד זעט אייך נישט חלילה. חילול השם איז בלויז אויב גוים זען...
מיט דעם אז פרוי נויבערגער איז געווארן די הויפט אויפזעערין איבער סייבער זיכערהייטס פאר די ען.עס.עי. ווערט נאך נישט דעם אייבישטענס נאמען געהייליקט...