Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » וואו קען מען טון א גראבע עבירה?!?!

וואו קען מען טון א גראבע עבירה?!?!

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
31 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13244
דאנערשטאג יולי 25, 2019 4:57 pm#433734
וואו קען מען טון א גראבע עבירה?!?!
איך זוך אפצוטון עפעס א גראבע עבירה, אבער נישט סתם, א פעסטע עבירה וואס זאל זיין אזאנס און אזעלכעס... די שאלה איז נאר וואס?

איך האב עטליכע קנאקעדיגע ראיונות, אבער אויב איינער קען צולייגן צו די רשימה און ברענגען עפעס א קנאקעדיגע המצאה, תבוא עליו ברכת טוב.

עסן גיד-הנשה
עסן הערינג אן די קיכל
נישט שרייבן בס"ד
נישט וויינען ביי א לויה
אנטאן די לינקע שיך פאר די רעכטע
עסן ווייניגער ווי א כזית ביי די מצה
חתונה האבן דווקא אום ספירה
געבן דווקא מער פון א חומש פאר צדקה
זאגן שנים מקרא אן די תרגום
נישט פארן קיין טריפס אום חול-המועד
הארעווען אום ניטל אין א געזונט שטיקל קצות
גיין אנגעטאן די ציצית אן די שטרייפן
נישט באצאלן ביים גיין אין מקוה
זינגען התקוה
נישט בעטן פאר א שידוך ביים גיין צו עמוקה
ווען איך זעה אן עמלקי, אים נישט צו הרג'ענען
נישט געבן חנוכה געלט פאר די קינדער
מאכן א ברכה ביי ורחץ
נעמען אן אתרוג פול מיט פינטלעך
עסן אין סוכה שמיני עצרת
טובל'ען אין מקוה, אנכאפנדיג א שרץ
טשערן ביי המנ'ס נאמען...
נישט לאכן ביים פורים שפיל
טרינקען די אנדערע ביר ביי א שלום-זכר (נישט וואס עס איז נהוג צו טרינקען)
נוצן די קלענערע העלפט פאר אפיקומן
טרינקען דווקא ג' כוסות צום סדר
עסן מרור אן חרוסת
עסן דווקא די שוואנץ ראש-השנה
טאנצן דווקא אן עבירה טאנץ, ביי א חתונה

איינער האט אפשר נאך גוטע רעיונות פאר א פעסטע עבירה?
דאנערשטאג יולי 25, 2019 5:07 pm#433739
איך האב ממש לעצטענס געטאן א שרעקליכע זאך.

כ'האב געאטעמט אינמיטן זאגן די י''ג שבחים ביי ישתבח, כ'מיין ס'איז געווען ביי תהלה. כ'האב מיך מתבנון געווען פארוואס ס'איז געשען, האב איך מיר דערמאנט אז כ'האב בטעות געקושט די אונטערשטע ציצית ביי ברוך שאמר. די רעזולטאטן זענען געווען שרעקליך... כ'האב יענע נאכט געגעסן פיצא... אזוי ווייט האב איך מיך דערקייקלט רח''ל.
דאנערשטאג יולי 25, 2019 5:56 pm#433741
דעס איז סתם אמעראצעס נישט קיין עבירה... די משנ"ב ברענגט פונעם יעב"ץ און זוהר אז די ט"ו שבחים דארף נישט זיין בנשימה אחת. קושן די אונטערשטע ציצית ביי ברוך שאמר איז נישט געפערליך, אויב קוקט מען נאך אין די מקור אין די כוונות פארוואס מען האלט בכלל די ציצית ביי ברוך שאמר.

אבער א פיצא?? פארדעם וועט מען שוין מוזן ברענען!!
#עד_שאומר_לו_לך_עבוד_ע"ז
דאנערשטאג יולי 25, 2019 6:16 pm#433743
גיד הנשה קען טרעפן אין עני קאסקאו. כ'מיין אז עס הייסט טענדערלוין.
דאנערשטאג יולי 25, 2019 6:59 pm#433746
דאנערשטאג יולי 25, 2019 7:05 pm#433747
הוגה האט געשריבן:גיד הנשה קען טרעפן אין עני קאסקאו. כ'מיין אז עס הייסט טענדערלוין.

אין בגידין בנותן טעם, איך מיין אז די טענדערלוין איז פעט און פין די חלק אחריים
דאנערשטאג יולי 25, 2019 7:06 pm#433748
l viewtopic.php?p=53075#p53075 l

איך מיין אז די לינקס דארט ארבעטן שוין נישט. ATUB @קטלא קניא ATUB
דאנערשטאג יולי 25, 2019 8:56 pm#433750
יכה יוסי את יוסי
דאנערשטאג יולי 25, 2019 9:30 pm#433754
Re: וואו קען מען טון א גראבע עבירה?!?!
טרונקן נעגל וואסער.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
דאנערשטאג יולי 25, 2019 10:11 pm#433756
הוגה האט געשריבן:גיד הנשה קען טרעפן אין עני קאסקאו. כ'מיין אז עס הייסט טענדערלוין.

זייער פיין.
אבער ווי אזוי ווייסט די?
פרייטאג יולי 26, 2019 12:24 am#433765
Re: וואו קען מען טון א גראבע עבירה?!?!
כ'בין מיך נישט געגאנגן געזעגענן מיט א קוויטל פאר די ימים נוראים פון מיין רבין שליט"א וואס כ'האב ליידער נישט, נאר געגאנגן הערן פעסטער רב'ס סליחות מיט וויי וויי'ס מוסר דרשות.
אנגעהויבן האט זיך עס דעם ערשטן טאג פון יאר ווען כ'בין אויפגעשטאנן לאנג נאכן עלות, און צו תקיעת שופר איז מיין רביצין נישט געקומען אין שול אפגעבינדן מיט איר שלאף טיכל. און פון דארט און ווייטער איז שוין געווען עבירה גוררת עבירה אזש אז כפרות שלאגן איז שוין געווען מיט גרינע וואשינגטאן ביללס און געמאכט די נענועים מיט א ארץ ישראל'דיגע שמיטה אתרוג און פאר די זעקסטע הקפה ניגון געזינגן ופרצת און צום באגלייטן מוצאי יו"ט בין איך שוין ליידער נישט געגאנגן, און אזוי האט זיך ס'נייע יאר אנגעהויבן און פון דארט ביזן נישט זיך באווייזן ביי כ"א כסליו איז שוין א קליינע וועג.
פרייטאג יולי 26, 2019 11:43 am#433787
כבר קדמוך דר. דרייזיך

m https://www.youtube.com/watch?v=h1-f9p4kmbg m
מוצ"ש יולי 27, 2019 9:47 pm#433810
שעטנז !!

פריקען שעטנז. טריי עס, כ'זאג דיר ס'גוט.
זונטאג יולי 28, 2019 12:43 am#433827
יין שרף האט געשריבן:דעס איז סתם אמעראצעס נישט קיין עבירה... די משנ"ב ברענגט פונעם יעב"ץ און זוהר אז די ט"ו שבחים דארף נישט זיין בנשימה אחת. קושן די אונטערשטע ציצית ביי ברוך שאמר איז נישט געפערליך, אויב קוקט מען נאך אין די מקור אין די כוונות פארוואס מען האלט בכלל די ציצית ביי ברוך שאמר.

אבער א פיצא?? פארדעם וועט מען שוין מוזן ברענען!!
#עד_שאומר_לו_לך_עבוד_ע"ז

יין שרף: כ'עלל דיר אויסזאגן דעם אמת. ביי א טייל פון די גראבע עבירות האביך פשוט מורא פאר די עונשים וואס מ'קען ח"ו באקומען. כ'האב לעצטנס געהערט אז אנקל סעם האט אריינגעלייגט א איד אין דזשעיל. ווען כ'האב געפרעגט זיין אייניקל. (דער יונגל האט עס מיר אליינס פארציילט.)פארוואס. האט ער מיר געזאגט אז זיין זיידע האטציך נישט געוואלט וואשן צו א בילקע מיט הערינג ביי שלוש סעודות...כ'האב מורא אנצוהייבן...!

איך קען א איד וואס מ'האט איהם איינגעזעצט. (שוין לעצטנס באפרייט געווארן, ב"ה.). ווייל ער האט פארגעסן צו קושן די אונטערשטע ציצית ביי קריאת שמע. פאר נאך אנדערע זאכן אויך. טעקס פראוד. דינגען א גוי זאלל עמיצן בארויבן. און שיסן...מצוה גוררת מצווה. ועבירה גוררת עבירה...!
זונטאג יולי 28, 2019 12:48 am#433828
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:כ'בין מיך נישט געגאנגן געזעגענן מיט א קוויטל פאר די ימים נוראים פון מיין רבין שליט"א וואס כ'האב ליידער נישט, נאר געגאנגן הערן פעסטער רב'ס סליחות מיט וויי וויי'ס מוסר דרשות.
אנגעהויבן האט זיך עס דעם ערשטן טאג פון יאר ווען כ'בין אויפגעשטאנן לאנג נאכן עלות, און צו תקיעת שופר איז מיין רביצין נישט געקומען אין שול אפגעבינדן מיט איר שלאף טיכל. און פון דארט און ווייטער איז שוין געווען עבירה גוררת עבירה אזש אז כפרות שלאגן איז שוין געווען מיט גרינע וואשינגטאן ביללס און געמאכט די נענועים מיט א ארץ ישראל'דיגע שמיטה אתרוג און פאר די זעקסטע הקפה ניגון געזינגן ופרצת און צום באגלייטן מוצאי יו"ט בין איך שוין ליידער נישט געגאנגן, און אזוי האט זיך ס'נייע יאר אנגעהויבן און פון דארט ביזן נישט זיך באווייזן ביי כ"א כסליו איז שוין א קליינע וועג.

דער גאלדענער אדלער: ווען דו רעדסט פון עלות. מיינסטו אוודאי עלות החמה...!
מאנטאג יולי 29, 2019 11:29 am#433893
הוגה האט געשריבן:גיד הנשה קען טרעפן אין עני קאסקאו. כ'מיין אז עס הייסט טענדערלוין.

מען ברויך נישט קריכען ביז קאסקא, קויף עני שטיקעל פלייש מיט נירבאטור הכשר, און דו קענסט פילען א טעם חלב און גיד הנשה.
מאנטאג יולי 29, 2019 11:33 am#433894
אישתישבי האט געשריבן:
הוגה האט געשריבן:גיד הנשה קען טרעפן אין עני קאסקאו. כ'מיין אז עס הייסט טענדערלוין.

מען ברויך נישט קריכען ביז קאסקא, קויף עני שטיקעל פלייש מיט נירבאטור הכשר, און דו קענסט פילען א טעם חלב און גיד הנשה.

זייט נישט ברויגז! איר זענט א שאנדע פאר די מענשטהייט.

א גוטן טאג אייך!
מאנטאג יולי 29, 2019 11:41 am#433895
אישתישבי האט געשריבן:
הוגה האט געשריבן:גיד הנשה קען טרעפן אין עני קאסקאו. כ'מיין אז עס הייסט טענדערלוין.

מען ברויך נישט קריכען ביז קאסקא, קויף עני שטיקעל פלייש מיט נירבאטור הכשר, און דו קענסט פילען א טעם חלב און גיד הנשה.

די גמרא איז דן צי יש בגידין בנותן טעם צי אין בגידין בנותן טעם, וואלט די מ"ד וואס האלט יש בגידין בנותן טעם געקענט ברענגן א ראיה פון נירבאטור פלייש.
מאנטאג יולי 29, 2019 12:30 pm#433899
Re: וואו קען מען טון א גראבע עבירה?!?!
calculator האט געשריבן:

אבער ער האט נאר געגעסן סאלאמאן'ס
מאנטאג יולי 29, 2019 3:58 pm#433924
גראף האט געשריבן:טרונקן נעגל וואסער.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

דאס איז buy one get one free.

ס'נאך דא ווערים און די נעגל וואסער וואסער אויך....
מאנטאג יולי 29, 2019 4:01 pm#433926
calculator האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:
הוגה האט געשריבן:גיד הנשה קען טרעפן אין עני קאסקאו. כ'מיין אז עס הייסט טענדערלוין.

מען ברויך נישט קריכען ביז קאסקא, קויף עני שטיקעל פלייש מיט נירבאטור הכשר, און דו קענסט פילען א טעם חלב און גיד הנשה.

די גמרא איז דן צי יש בגידין בנותן טעם צי אין בגידין בנותן טעם, וואלט די מ"ד וואס האלט יש בגידין בנותן טעם געקענט ברענגן א ראיה פון נירבאטור פלייש.

זייער שיין, און מיט דעם איז פארענטפערט דער באקאנטער סתירת הרמב"ם.
מאנטאג יולי 29, 2019 4:34 pm#433931
Re: וואו קען מען טון א גראבע עבירה?!?!
וואלווי האט געשריבן:
גראף האט געשריבן:טרונקן נעגל וואסער.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

דאס איז buy one get one free.

ס'נאך דא ווערים און די נעגל וואסער וואסער אויך....
כ'האב פארגעסן צו שרייבן און אן א שהכל..

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
מאנטאג יולי 29, 2019 5:07 pm#433933
גראף האט געשריבן:
וואלווי האט געשריבן:
גראף האט געשריבן:טרונקן נעגל וואסער.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

דאס איז buy one get one free.

ס'נאך דא ווערים און די נעגל וואסער וואסער אויך....
כ'האב פארגעסן צו שרייבן און אן א שהכל..

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

נע, דאס איז א דבר פשוט. מ'קען דאך נישט ארויס זאגען א דבר שבקדושה פאר נטילת ידים...
מאנטאג יולי 29, 2019 9:17 pm#433943

פאר נטילת ידיים איז דאס דאך נאך נישט קיין נעגל-וואסער וואסער,
האט ער בלויז אום-געפילטערטע וואסער
מאנטאג יולי 29, 2019 11:24 pm#433948
טאקע א שווערע דילעמא מאי עדיף ממאי.
מאנטאג יולי 29, 2019 11:27 pm#433950
Re: וואו קען מען טון א גראבע עבירה?!?!
נקודת-אמת האט געשריבן:
וואלווי האט געשריבן:
גראף האט געשריבן:
וואלווי האט געשריבן:[quote="גראף"]טרונקן נעגל וואסער.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

דאס איז buy one get one free.

ס'נאך דא ווערים און די נעגל וואסער וואסער אויך....
כ'האב פארגעסן צו שרייבן און אן א שהכל..

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

נע, דאס איז א דבר פשוט. מ'קען דאך נישט ארויס זאגען א דבר שבקדושה פאר נטילת ידים...

פאר נטילת ידיים איז דאס דאך נאך נישט קיין נעגל-וואסער וואסער,
האט ער בלויז אום-געפילטערטע וואסער[/quote]ס'קען האבן אנאדערן פראבלעם, אויב האט מען גענומען פון טוילעט סינק
מאנטאג יולי 29, 2019 11:57 pm#433952
נקודת-אמת האט געשריבן:
וואלווי האט געשריבן:נע, דאס איז א דבר פשוט. מ'קען דאך נישט ארויס זאגען א דבר שבקדושה פאר נטילת ידים...

פאר נטילת ידיים איז דאס דאך נאך נישט קיין נעגל-וואסער וואסער,
האט ער בלויז אום-געפילטערטע וואסער

פאר דעם קען מען יוצא זיין דורך סאבסעטוטען מיט די חטא אז די טעפל וואסער איז געלעגען אינטער די בעט...
דינסטאג יולי 30, 2019 12:02 am#433954
סך הכל: נעגל וואסער, מיט ווערעמדיגע וואסער, גענומען פון טוילעט סינק, געלייגט אונטער'ן בעט, אויסגעטרינקען נאכ'ן גיסן, אן א ברכה, און אן א קאפעל...

כ'קען נישט פארשטיין פארוואס חז"ל האבן זיך בכלל אזוי געגרויס'ט מיט די משנה פון יש חורש תלם אחד...
דינסטאג יולי 30, 2019 4:29 am#433963
אישתישבי האט געשריבן:
הוגה האט געשריבן:גיד הנשה קען טרעפן אין עני קאסקאו. כ'מיין אז עס הייסט טענדערלוין.

מען ברויך נישט קריכען ביז קאסקא, קויף עני שטיקעל פלייש מיט נירבאטור הכשר, און דו קענסט פילען א טעם חלב און גיד הנשה.

דערמאנסט מיך פון א בעלזער איד פון וויליאמסבורג וואס לעבט שוין נישט. ער פלעגט אייביג זאגן אויב גיי איך שוין עסען סאטמארער פלייש, גיי איך ענדערש צו C Town סאיז דאך אסאך ביליגער :lol: (עליו השלום- ווער געדענקט סי-טאון? דוויזשן קארנער ווייט)

אברהם בער פר״מ דער גרויסער שלום בית מאכער :roll: פארציילט מיר אז סקומט אריין צו א אים א סאטמארער יונגערמאן זיך דורכרעדן וועגן זיינע שלום בית פראבלעמען און אינמיטן רעדן נעמט ער ארויס א מעקדאונלד בעיקאן-טשיזבורגער און ער נעמט זיך עס עסן מיט א געשמאק. פרעגט אים אברהם בער. וואס איז פשט אז א סאטמארער יונגערמאן עסט חזיר-טריפה?

זאגט ער אים זייער פשוט די ארונים שרייען חי וקים אז די זאלונישע פלייש איז טריפה. ווידער די זאלונים שרייען חי וקים אז די ארונישע פלייש איז חזיר טרייף. נו? אויב זיי זענען ביידע במילא טריפה פארוואס זאל איך כאטש נישט באצאלן ביליגער??? :lol:

ער זאגט מיר אז ער האט פארציילט די מעשה פאר רעב אהרנ׳ן.

גיי גלייב אברהם בער דער פאפענער שלום בית מאכער, איין ווארט.... :?
דינסטאג יולי 30, 2019 4:53 am#433964
כ׳מיין איינע פון די גרעסטע עבירות האסטו אויסגעלאזט. זאגן קידוש לבנה אינמיטן א שלאקס רעגן ווען סאיז ניטאמאל דא א לבנה אין לאק-שעלדרעק נאכדערצו אן קיינעם פרעגן שלום עליכם און אן די קליינע טאנץ
ביי כשם שאני רוקד... און אן באקוקן די ציצת.

סאיז ידוע אז פראנץ יאזעף פלעגט זיך פון מאל צומאל פארשטעלן ווי א פשוטע מענטש און שפאצירן צווישן די פשוטע בירגער.

איין טאג קומט ער צוריק אין פאלאץ און ער זאגט פאר די מיניסטארן אז די עקאנאמיע שטייט מורא׳דיג גוט!

פרעגט אים די מיניסטאר: וויאזוי האט זיך דער קעניג דאס איבערצייגט?

ווייל איך בין דורך געגעאנגען די אידישע געגענטער און איך האב געזעהן אז אין אלע ווינקלעך טאנצן די אידן. האב איך מיך פארגעשטעלט אז אויב אידן טאנצן מוז עפעס זיין א גוטע סיבה דערביי. האב איך מיך נאכגעפרעגט ביי איינע פון די אידן ולשמחה מה זו עושה? האבן זיי מיר מסביר געוועהן אז ס׳האט צוטוהן מיט די לבנה! ווען איך האב געהערט אז די אידן זענען מעהר נישט פארנומען מיט קיין געלט נאר גאר מיט די לבנה האב איך גלייך פארשטאנען אז ס׳מוז זיין אז זיי שטיין גוט און זארגן זיך בכלל נישט מעהר וועגן קיין געלט...