Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » קאווע שטיבל • איז דער אפסטעיט גוי אן אנטיסעמיט?

קאווע שטיבל • איז דער אפסטעיט גוי אן אנטיסעמיט?

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
24 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13254
דאנערשטאג אוגוסט 01, 2019 4:41 pm#434116
איז דער אפסטעיט גוי אן אנטיסעמיט?
די וואך איז ערשינען א נייע ווידעא וואו מען זעט אן אויפגערעגטער מאן שרייען פון א רויטער פיקאפ טרעקל צו איינער פון אונזערע היימישע סובארבאן דרייווערס.

מען שעלט און מען רעגט זיך און מען שרייט אז דער גוי איז א אנטיסעמיט וואס שרייט ראסיסטישע לאזונגען, מען פרובירט צו מאכן א מצב פון א פליג און בעאומשולדיגן דעם איד.

אבער קאנענדיג די חרדישע קאמיוניטי פון די נאנט בין איך גאנץ איבערגעצייגט אז דער גוי וואס שרייט איז א פיינער און גלייכער מאן, נאר וואס? דער סובארבאן דרייווער האט אים ערגעצוואו טעראריזירט אויפן ראוד זייענדיג צוגעוואוינט צו וויליאמסבורג ברוקלין וואו מען טוט וואס די העל מען וויל און מען פליט ארום מיט היי ביעמס און מען שניידט אריין אן בלינקערס בייסנדיג אין א גריל אן לי סענדוויטש ווייל מען מיינט אז מען האט דארט די מאכט.

ווען מען איז אנגעקומען צו אן אינטערסעקשן האט דער גוי געעפנט זיין ווינדאו ווילנדיג שרייען אויפן אינגערמאן, דער חזיר אבער אנשטאט זיך אנטשולדיגן פאר זיין מאדנע התנהגות נעמט ער ארויס זיין משומר סמארטפאון און ער מאכט א ווידעא פון דעם צעשראקענעם מאן וואס ווערט מער און מער אויפגערעגט און הייבט אן שעלטן מער און מער.

קען זיין אז כ'בין זיך טועה און דער אינגערמאן איז אומשולדיג און דער גוי איז אן אנטיסעמיט, אבער כ'מיין אז עס מאכט מער סענס וויאזוי עס איז געווען אפגעלייגט אויטאמאטיש אין מיין מח נאכן זען די ווידעא.

און הייבט אן איינרוען אין קאנטרי, סייקאפאטן.
דאנערשטאג אוגוסט 01, 2019 5:11 pm#434121
אפילו ס'זאל אמת זיין וואס דו טראכסט איז ער נאך אלס אן אנטיסעמיט און ביליגער ראסיסט פארן זאגן וואס ער זאגט.
דאנערשטאג אוגוסט 01, 2019 5:13 pm#434122
ATUB @מאך זיכער ATUB
נישט זיכער אז דאס איז געווען דער מציאות הדברים.
און אפילו אויב יא געבט דאס נאכאלס נישט די רעכט צו שרייען און זאגן "אזאנע זאכענעס"
דאנערשטאג אוגוסט 01, 2019 5:17 pm#434123
וואס מיינסטו צו זאגן? דערמאנסט מיר פון א חב"דסקער משפיע וואס האט אמאל אנגערופן איינעם א 'פארץ', ווען מען האט אים געפרעגט וואס איז פשט פון די נידריגע אויסשפראך האט ער געזאגט "כ'פארשטיי נישט, ער מעג עס זיין און איך טאר עס נישט זאגן?" וד"ל.
דאנערשטאג אוגוסט 01, 2019 5:21 pm#434124
אויב סאיז אמת איז עס צוליב זיין רעליגיע אדער ראסע?
דאנערשטאג אוגוסט 01, 2019 5:24 pm#434125
ניין נאר צוליב זיין פארשטינקענעם פערזענליכקייט וואס לדאבונינו איז די גאנצע קאמיוניטי אנגעשטעקט מיט די סראכעדיגע גאוה.
דאנערשטאג אוגוסט 01, 2019 5:26 pm#434126
און אט דאס מיינט מען מיט ראסיזם.
דאנערשטאג אוגוסט 01, 2019 5:31 pm#434127
קלאר אז נישט, ראסיזם האט אינגאנצן אן אנדערע אפטייטש.
דאנערשטאג אוגוסט 01, 2019 5:33 pm#434128
נו וואס מיינט ראסיזם?
דאנערשטאג אוגוסט 01, 2019 5:48 pm#434129
מאך זיכער האט געשריבן:קלאר אז נישט, ראסיזם האט אינגאנצן אן אנדערע אפטייטש.

ראנג, קיין שום אנדערע אפטייטש. נוצן אויסדרוקן וואס באשולדיגן א רעליגיע, ראסע, פאלק, קאליר, דזשענדער, איז ריין ראסיזם.

ס'איז אמת אז דער איד איז מעגליך שולדיג, אבער בארעכטיגט איז עס נאכאלץ נישט. דער שווארצער איז אויך א חיה רעה, אבער אים אנשרייען אלס שווארצער איז ראסיזם.
דאנערשטאג אוגוסט 01, 2019 5:55 pm#434130
הוי דן את כל גוי לכף זכות
הוי דן את כל חסיד לכף חובה
קרעדיט: מאך זיכער
דאנערשטאג אוגוסט 01, 2019 8:38 pm#434133
גדליה האט געשריבן:הוי דן את כל גוי לכף זכות
הוי דן את כל חסיד לכף חובה
קרעדיט: מאך זיכער

העי כ'האב דאס נישט געזאגט, כ'וויל נאר א אויפוואכונג אז נישט יעדער גוי איז אן אנטיסעמיט.
דאנערשטאג אוגוסט 01, 2019 8:51 pm#434134
Re: איז דער אפסטעיט גוי אן אנטיסעמיט?
פארוואס נאך אן אשכול? ער האט דאך שוין אן אשכול מי כעמך הגוי
דאנערשטאג אוגוסט 01, 2019 8:51 pm#434136
Re: איז דער אפסטעיט גוי אן אנטיסעמיט?
מיט זיין פריערדיגע ניק
דאנערשטאג אוגוסט 01, 2019 9:57 pm#434143
מאך זיכער האט געשריבן:ניין נאר צוליב זיין פארשטינקענעם פערזענליכקייט וואס לדאבונינו איז די גאנצע קאמיוניטי אנגעשטעקט מיט די סראכעדיגע גאוה.

מאך זיכער: ליידער איז די זעלבע פרשה אין בארא פארק אויך. אין מאנסי ווייס איך נישט. אויך. איך האב נישט געזעהן דעם ווידיא קליפ. אבער אונז זעמיר ליידער אנגעשטעקט מיט גאווה און אראגאנץ. דער איינציגער לימיט זכות (אינטענשיאנעללי מיסספעלל'ד) איז אז די אראגאנטע און צולאזטע און צעיושעטע יונגען טוען עס פאר אידן אויך...!
דאנערשטאג אוגוסט 01, 2019 10:01 pm#434144
איסר האטלקי האט געשריבן:
מאך זיכער האט געשריבן:קלאר אז נישט, ראסיזם האט אינגאנצן אן אנדערע אפטייטש.

ראנג, קיין שום אנדערע אפטייטש. נוצן אויסדרוקן וואס באשולדיגן א רעליגיע, ראסע, פאלק, קאליר, דזשענדער, איז ריין ראסיזם.

ס'איז אמת אז דער איד איז מעגליך שולדיג, אבער בארעכטיגט איז עס נאכאלץ נישט. דער שווארצער איז אויך א חיה רעה, אבער אים אנשרייען אלס שווארצער איז ראסיזם.

איסר האיטלקי: די פראגע דא איז נישט צו ס'איז יא ראסיזם אדער נישט. ווען דער באקריוודעטער. אין דעם פאל דער גוי באגעגנט זיך נאך מיט אראגאנץ, כדרכנו וועט ער שיסן מיט וואס ער האט. און אויב דער וואס איז באגגאנגען די עוולה איז א איד, וועט ער דאס אויכעט אריינווארפן. אונז מעג מיר זיך טאקע שעהמען. און א ביסל נאכלאזן פון די גאווה...ווייל דאס ברענגט אנטיסעמיטיזם...!
דאנערשטאג אוגוסט 01, 2019 10:04 pm#434145
מאך זיכער האט געשריבן:
גדליה האט געשריבן:הוי דן את כל גוי לכף זכות
הוי דן את כל חסיד לכף חובה
קרעדיט: מאך זיכער

העי כ'האב דאס נישט געזאגט, כ'וויל נאר א אויפוואכונג אז נישט יעדער גוי איז אן אנטיסעמיט.

און אונז מעג מיר א ביסל נאכלאזן פון דעם וואוילן יונגשאפט און שטאלץ...!
דאנערשטאג אוגוסט 01, 2019 10:06 pm#434146
גדליה האט געשריבן:הוי דן את כל גוי לכף זכות
הוי דן את כל חסיד לכף חובה
קרעדיט: מאך זיכער

גדליה: דער לייק איז פאר די גוטע מליצה. (איך האב זייער שטארק ליעב גוטע מליצות און פאנס). נישט אז איך בין מסכים מיט דיר...!
דאנערשטאג אוגוסט 01, 2019 10:37 pm#434154
איך האב זייער שטארק ליב באלעגאלעס און פערד
דאנערשטאג אוגוסט 01, 2019 10:39 pm#434155
נו, ברענג פיקטשערס פון באלעגאלעס און פון פערד...!
דאנערשטאג אוגוסט 01, 2019 10:44 pm#434157
למעשה וואס ענטפערט מען אזוינעם? מיר האט געגרידזשעט צו הערן ווי דער אינגערמאן מעקל'ט אוועק. איך האב לעצטענס געהאט אזא מעשה ביי טרעפיק אויפן פאליסעידס, נישט טרעפנדיג די ריכטיגע קללות צוריקצושרייען האב איך מיר גענומען שרייען בריך שמיה און אריינגעמישט די עף ווארט נאך יעדע דריי ווערטער.
וואס האב איך אויפגעטוען? גארנישט. מקען סייווי נישט אויפטהון אבער ביי מיר איז מיין זעלבסט-רעספעקט געבליבן גאנץ און יענער האף איך איז אוועק מער אויפגערעגט ווי פארדעם.
דאנערשטאג אוגוסט 01, 2019 11:47 pm#434161
ביבער: דאס איז גראדע זייער א גוטער מיטל. ווען איך האב אין מיינע יונגערע יארן געהאט קאנפליקטן מיט גויים אנטיסעמיטן, האב איך מיך אייביג אויסגעטענה'ט (געשאלטן) אויף אידיש. און ווען דער שייגעץ האט געזאגט..."סעי איט אין אינגליש"... האביך איהם געענטפערט..."וויל איך נישט. טוה מיר עפעס"...פארשטייצעך ער איז אוועקגעגאנגען אינגאנצן אויפגערעגט...! איינמאל האביך געשריגן פאר א שייגעץ וואס האט עס פארדינט...עף. יו. האט ער מיר צוריקגעענטפערט די זעלבע ווערטער מיט א לשון פון א באגריסונג...!
פרייטאג אוגוסט 02, 2019 12:27 am#434167
ביבער האט געשריבן:למעשה וואס ענטפערט מען אזוינעם? מיר האט געגרידזשעט צו הערן ווי דער אינגערמאן מעקל'ט אוועק. איך האב לעצטענס געהאט אזא מעשה ביי טרעפיק אויפן פאליסעידס, נישט טרעפנדיג די ריכטיגע קללות צוריקצושרייען האב איך מיר גענומען שרייען בריך שמיה און אריינגעמישט די עף ווארט נאך יעדע דריי ווערטער.
וואס האב איך אויפגעטוען? גארנישט. מקען סייווי נישט אויפטהון אבער ביי מיר איז מיין זעלבסט-רעספעקט געבליבן גאנץ און יענער האף איך איז אוועק מער אויפגערעגט ווי פארדעם.

דיין תגובה האט מיר געקאסט א שטארקער געלעכטער... די אמת איז אז מען ענטפערט איים סארי און מעם יאפעצט אפ פון שטח, אבער טאמער איז יענער א קלעבעכץ און א פגע איז די איינציגסטע עצה צו טון דיין וועג, אבער זיכער נישט ארויסנעמען די סמארטפאון און זיך אונטערברימען 'דעט'ס גרעיט'...
דינסטאג אוגוסט 06, 2019 7:54 pm#434414
Re: איז דער אפסטעיט גוי אן אנטיסעמיט?
berlbalaguleh האט געשריבן:ביבער: דאס איז גראדע זייער א גוטער מיטל. ווען איך האב אין מיינע יונגערע יארן געהאט קאנפליקטן מיט גויים אנטיסעמיטן, האב איך מיך אייביג אויסגעטענה'ט (געשאלטן) אויף אידיש. און ווען דער שייגעץ האט געזאגט..."סעי איט אין אינגליש"... האביך איהם געענטפערט..."וויל איך נישט. טוה מיר עפעס"...פארשטייצעך ער איז אוועקגעגאנגען אינגאנצן אויפגערעגט...! איינמאל האביך געשריגן פאר א שייגעץ וואס האט עס פארדינט...עף. יו. האט ער מיר צוריקגעענטפערט די זעלבע ווערטער מיט א לשון פון א באגריסונג...!


דאס בעסטע ווען ער שרייט עף יו ענפער איך טענק יו איי לייק דעט איים עקטיאלי דאינג איט עוורי נייט יוא ווערט ער צוווילדיועווט ער ווייסט נישט וואס נאך צו זאגן ער זוכט אנדערע קללות.