Under maintenance
הויפט זייט » זענען אמאליגע רבי'ס געווען אנדערש?

זענען אמאליגע רבי'ס געווען אנדערש?

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
44 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13259
זונטאג אוגוסט 04, 2019 3:51 pm#434238
זענען אמאליגע רבי'ס געווען אנדערש?
ס'איז אנגענומען היינטיגע צייטען אז די רבי'ס זענען קארופטירט, דאס איז נישט עפעס א מתנגדי'שע שיטה, נאר אפילו ביי חסידים אליינס איז פארשטענדליך אז די רבי'סטעווע איז געווארן שטארק קארופטירט, און א רבי היינט איז דא נאר ווייל זיין טאטע אדער פעטער אדער זיידע האט מצליח געווען, אדער ווייל די גבאי האט בוחר געווען אז ער זאל פירן ווייטער די מלוכה. ס'איז א דבר מובן ביי כמעט יעדן איינעם, אז אזעלכע סארט צדיקים ווי די חוזה פון לובלין, רבי ר' אלימלך, צאנזער רב, צו אפילו לעצטיגע צדיקים ווי די בעלזער רב רבי אהר׳לע, אדער אפילו ריבניצער רבי, זענען שוין היינט א דיסקאנטיניוד אייטעם. היינטיגע צייטען אז מ'וויל זאגען אז א רבי איז א געהויבענע איד, וועט מען ארויסברענגען אז ער פירט א שיינע קהילה, און ער איז א שטיקעל ת"ח, אין ער איז א פעהיגע מנהיג, אבער כמעט קיינער וועט נישט זאגען למשל אז מיר האבען היינט רבי'ס וואס זענען אויף די קאליבער פון שינעווער רב אדער פון רבי מענדעלע רימנובער.
די סארט הנחה קומט נישט סתם פון ירידת הדורות, וואס הרב לעיקוואד האט שוין מברר געווען אין די וועקער באריכות, אז אמאל איז געווען גרעסערע אידען ווי היינט, נאר ענדערשט אז די רבי'סטעווע וועלט איז געווארן קארופטירט, און בעת אמאליגע צייטען איז א רבי געווארן ערוועהלט מחמת זיין גרויס צדקות און קדושה און עבודת ה׳, איז היינטיגע צייטן א רבי נאר א אנדייטונג אז דער איד האט א נאנטע קירבה משפחתית צו א אדמו״ר פון א גרויסע חסידות וואס לעבט שוין נישט.
אין א שמוס מיט א חבר מיינער, א שטיקעל אויפגעקלערטער, האט ער זיך גע׳טענה׳ט מיט מיך, אז לא דובים ולא יער, ס׳איז נישט אמת אז די אמאליגע צדיקים זענען געוועזן אנדערש ווי אמאל. זיין טענה איז אז זיי זענען אלע געווען אייניג.
יעצט כ׳האב שוין באגעגעגענט אידן וואס האלטן מיט אזא שיטה, אז היינטיגע צייטן זענען נאכאלץ דא די זעלבע צדיקים ובעלי מופתים וואס ס׳איז אמאל געווען. אבער מיין חבר דער אויפגעקלערטער האט עס געזאגט פארקערט, דהיינו, פונקט ווי היינטיגע צייטן זענען רוב נארמאלע חסידישע אידן מודה אז ס׳איז שוין נישט דא קיין צדיקים בעל רוה״ק און עובדי ה׳ במסירת נפש, אזוי אויך איז קיינמאל נישט געווען אזא זאך.
פארשטייט זיך אז איך האב מוחה געווען אויף אזעלכע דיבורים. ווי קען מען למשל זאגען אז דער הייליגער בעל התניא, איז געווען פון די זעלבע קאליבער ווי ר׳ מענדעלע האגער י׳ ירפאהו ויחלמהו, אדער צו זאגען אז דער הייליגער קאצקער איז געווען אויף די זעלבע מדריגה ווי די סקווערער רבי זאל זיין געזונט און שווארץ. אבער מיין חבר האט זיך געהאלטן ביי זיינס, און מיך געפאדערט צו אויפווייזן א חילוק צווישן היינטיגע רבי׳ס און אמאליגע רבי׳ס.
אויף יעדע זאך וואס כ׳האב געזאגט מיין חבר פון די קאריפציע פון היינטיגע רבי׳ס, אדער די גרויסקייט פון אמאליגע רבי׳ס, האט ער מיך געוויזן אז יעדע זאך איז דא פארקערט.
למשל כ׳האב עם געזאגט אז היינטיגע רבי׳ס פירן זיך מיט א איבערגעטריבענע אויפרייסערישקייט. רייכע הייזער, און טייערע קארס. האט ער מיך באלד אויסגערעכענט א גאנצע ליסטע פון רבי׳ס פון אלע סארטן הויפן וואס האבן זיך געפירט בגדולה ובשררה. למשל די טשערנאבלער רבי׳ס, ריזשינער רבי׳ס. וכדו׳.
האב איך אים געזאגט אז היינטיגע רבי׳ס זענען אמעראצעם, פרעגט ער פון וואנען איך ווייס אז אמאליגע רבי׳ס האבען יא געקענט לערנען, ווייל אין מאור עינים און אין קדושת לוי זענען קיין גרויסע לומדות נישט פארהאנען.
אפילו די לומדי׳שע ספרים פון חסידישער רבי׳ס, זאגט מיין חבר אז היינט זענען אויך דא לומדי׳שע ספרים פון געוויסע רבי׳ס. למשל די קלויזענבורגער רבי פון א״י מאכט פשט׳לעך יעדע וואך. האב איך עם געענטפערט אז די היינטיגע רבי׳ס פארמאגען ספעציעלע יונגעלייט וואס לערנען דורך די תורות מיט די רבי, פרעגט ער מיך פון וואנען ווייס איך אז אמאל איז נישט אזוי געווען?
איך זאג אים אז די צאנזער רב פלעגט אויסטיילען אוצרות מיט געלט פאר צדקה, ענטפערט ער צוריק אז יעדע היינטיגע רבי האט א צדקה קאסע און פארטיילט מיליאנען.
איך זאג עם אז היינטיגע רבי׳ס קריגען זיך ארום, און זיי גייען אין קאורט, זאגט ער אז אמאל איז געווען צען מאל ערגער, און די גרעסטע רבי׳ס, וואס זענען פארשריבן מיט גאלדענע אותיות אלץ שרפי מעלה און בעלי רוה״ק, האבען זיך ארומגעשלאגען און זיך ארומגעהארגעט. נו אוודאי זיי האבן געהאט העכערע זאכען, אבער אפשר די היינטיגע האבען אויך העכערע זאכען?
הקיצור, דער יונגערמאן זאגט מיך אז פונקט ווי איך גלייב נישט אין סקווערע רבי, אדער אין פאפא רבי, אזוי גלייבט ער נישט אין די חוזה פון לובלין צו אין בעש״ט.
וואס ענטפער איך אים?
זונטאג אוגוסט 04, 2019 4:00 pm#434239
Re: זענען אמאליגע רבי'ס געווען אנדערש?
וואס וועט געשעהן אויב דו גייסט נישט ענטפערן?
זונטאג אוגוסט 04, 2019 4:02 pm#434240
וואס וועט געשען אויב איך גיי דיך נישט ענטפערן?
זונטאג אוגוסט 04, 2019 4:03 pm#434241
אז דו לייקנסט שוין יא, לייקן שוין אין משה און אהרן, אליהו און אלישע, פארוואס שטעלסטו זיך אפ פונקט ביי שנת ה'תקכ?
זונטאג אוגוסט 04, 2019 4:03 pm#434242
Re: זענען אמאליגע רבי'ס געווען אנדערש?
גדליה האט געשריבן:וואס וועט געשען אויב איך גיי דיך נישט ענטפערן?
גארנישט! און די זעלבע גייט געשעהן אויב דו גייסט "יענעם" נישט ענטפערן!
זונטאג אוגוסט 04, 2019 4:04 pm#434243
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:אז דו לייקנסט שוין יא, לייקן שוין אין משה און אהרן, אליהו און אלישע, פארוואס שטעלסטו זיך אפ פונקט ביי שנת ה'תקכ?

סאיז געווען א שמועס איבער רביסטעווע נישט איבער אידישקייט
זונטאג אוגוסט 04, 2019 4:08 pm#434244
הייסט עס אז מופתים/רוח הקודש לייקנט ער נישט, זיין פראבלעם איז נאר מיט'ן נאמען "רביסטיווע", אינעם באבא סאלי און סבא אלפנדרי גלייבט ער נאך באמונה שלימה?
זונטאג אוגוסט 04, 2019 4:11 pm#434245
רביהק דו האסט נישט ארויס די נידון
די שאלה דא איז נישט איבער רוח הקודש און נישט וועגן מופתים
די שאלה איז איבער א געוויסע פאזיציע וואס רופט זיך אדמור, אדער חסידישע רבי
היינטיגע צייטן זעען מיר אלע די הנהגה פון די היינטיגע רביס און סאיז א דבר מוסכם אז זיי זענען פשוטע מענטשן אדער גאר באנדיטן און שארלאטאנען
יעצט איז די שאלה אויב מימות עולם איז די פאזיציע געווען די זעלבע קארופטירט אדער ניין, אמאליגע רביס זענען געווען אנדערש.
דו שאלה האט גארנישט צוטון מיט די כח פון מופתים
למשל איך קען גלייבען אין מופתים אבער אויך אננעמען אז נאר אמאליגע רביס מרוב קדושתם זענען געווען עכטע בעלי מופתים
אדער קען א מענטש נישט גלייבען אין מופתים, אבער האלטן אז אמאליגע רביס זענען געווען צדיקים און עובדי השם און גאונים
זונטאג אוגוסט 04, 2019 4:20 pm#434246
אויב אזוי אז ער גלייבט אז די רבי פון לובלין איז געווען א העכערע מענטש מיט רוה"ק וכו', פארוואס זאל מען זאגן אז ער איז געווען א שארלאטאן?
זונטאג אוגוסט 04, 2019 4:30 pm#434248
איך פארשטיי נישט אייער פראגע
זונטאג אוגוסט 04, 2019 4:34 pm#434249
איך וועל באצייכענען נאכאמאל אז דו פראגע קען געפרעגט ווערען אפילו דורך א סעקולארער מענטש
זענען אמאליגע רביס, בדרך כלל, געווען אנדערש ווי היינטיגע רבי'ס, וועלכע לעבן נאך היינט און טראגן די זעלבע טיטלען?
זענען אמאליגע רבי'ס געווען הייליגער, ערליכער ווי היינט?
איז עס אמת אז אמאליגע רביס זענען געווען אראפגעלאזן צום פאלק און האבן ארויסגעקוקט פארן המון עם און נישט זייער אייגענע כבוד און מאכט?
האבען אמאליגע רביס געהאט א טיפערע מהלך אין אידישקייט ווי היינט?
זונטאג אוגוסט 04, 2019 6:28 pm#434253
זייענדיג א איד וועל איך ענטפערן מיט א פראגע,

וועט מען אין צוויי הונדערט יאר פון איצט זאגן אויף די היינטיגע רבי'ס אז זיי זענען געווען צדיקים פון אמאליגע דור מיט העכערע חשבונות...........? לכאורה יא, אויב אזוי קען מען אננעמען כמעט אויף זיכער אז צוויי הונדערט יאר צוריק איז געווען די זעלבע זאך.
זונטאג אוגוסט 04, 2019 6:45 pm#434254
גדליה האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:אז דו לייקנסט שוין יא, לייקן שוין אין משה און אהרן, אליהו און אלישע, פארוואס שטעלסטו זיך אפ פונקט ביי שנת ה'תקכ?

סאיז געווען א שמועס איבער רביסטעווע נישט איבער אידישקייט

דאס איז דיין מיט דיין חבר'ס טעות. חז''ל לערנען אונז יפתח בדורו כשמואל בדורו און אתפשטותא דמשה בכל דרא און נאך א שלל ענליכע מאמרים.

איך האב נישט קיין ספק אז דיין חבר האט ערנסטע פייגעלעך ספיקות באמונה אין קאפ.
זונטאג אוגוסט 04, 2019 6:59 pm#434255
איך גלייב נישט אז דער האט קשיות אין אמונה, די אלע ספיקות אויף פריערדיגע רביס קומט נישט פון באמת ווילן פארשטיין, ס'איז פשוט אויפגעקלערט און cool אפצולאכן פון רביס, פון משה און יפתח לאכט ער טאקע נישט ווייל ס'איז נישט cool. די אלע וועלכע האבן ריכטיגע קשיות זענען טאקע פונקט אזוי און נאך מער מסופק אויף משה רבינו ווי אויפ'ן בעלזע רב.
זונטאג אוגוסט 04, 2019 7:07 pm#434256
Re: זענען אמאליגע רבי'ס געווען אנדערש?
איך פארשטיי נישט זיין ספעציפישע פראבלעם מיט דער בעל התניא. שו"ע הרב איז נישט קיין באמבע פון א ספר אויף הלכה און לומדות אינאיינעם? ליקוטי תורה איז עפעס א באר הפרשה?

בכלליות שטימט דער שכל, אז אידען שעצן איינעם, זאגאר קלוגע אידען, איז מסתמא יש דברים בגיו. אז תלמידי חכמים שיקען זייער שאלות צו איינעם, מסתמא קען ער לערנען. ווען מ׳פארלאזט זיך אויף איינעם בענייני הכלל, איז עס מסתבר אז ער זאגט עפעס צום זאך. ווען זיי האבען קיין ברירה נישט געהאט, ווייל יענער האט געירשנ׳ט זיין פאסטן, גילט שוין נישט די כלל. ווען מיר ווייסען אז טרור איז פארגעקומען, קען מען דאס אויך נישט אננעמען. אבער גלאט אזוי וואלט דאס געווען א סברא.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
זונטאג אוגוסט 04, 2019 7:17 pm#434257
ATUB @גדלי' ATUB איך וואלט געענטפערט אויף דיין פראגע מיט א פשוט'ע יש לחלק.

היינט ווייסט יעדער אז עס זענען פארהאן גרויסע מנהיגי קהילות וואס זענען בכלל נישט קיין אדמורי"ם, אבער די זעלבע איז פארהאן אידן, נחבאים אל הכלים, הצנע לכת, וואס וואלטן ווען מיט'ן פולסטן רעכט געקענט באקרוינט ווערן אלס רבן של כל בני הגולה, און מיט אמת. סיי אלס זייער ערליכקייט, עבודה און אלעס ארום.

נאר, דער פראבעלם איז אז זיי זיצן אין בית המדרש, אנע גבאים און אן די היינטיגע פרסום.

און די זעלבע איז פארקערט, עס זענען פארהאן גרויסע מפורס'מדיגע מענטשן, וועלכע פירן קהילות. און זיי פאררופן אלס "רבנים" איז א חרפה און אומפארדיריסליכער און גאר שעדליכער טעות.

--

קומט אויס אז דער פראבלעם איז נאר אז מיט'ן היינטיגן עולם השקר איז אן עולם הפוך, די עליונים זענען תחתונים און תחתונים זענען גאר עליונים. ווען וועלט וואלט געווען וועלט, וואלטן אסאך היינטיגע קהילה פירער געווען באזייטיגט און פארשעמט לדראון עולם, און ווידעראום אסאך באהאלטענע אידן וואס האבן מאיזה סיבה שהוא נישט זוכה געווען צו קיין פרסום, געווען די מנהיגי הדור אדער ראשי חבריא פון געהויבענע תלמידים.

ווי אזוי דען האט זיך אנגעהויבן דער רבי'סטעווע פונעם חוזה, און אנדערע צדיקי עליון? זיי זענען געווען הייליגע אידן און די ארום וועלכע האבן געהאט גלאררייכע אויגן האבן געשפירט פאר א תועלת און זכי' זיך צו מתאבק זיין בעפר רגליהם הטהורות.

אזלא, קושייתו פון יענעם שואל מעיקרא ליתא. ווייל זיין גאנצע כח הקושיא איז נאר ווען ער פארגלייכט די אמאליגע רבי'ס מיט די היינטיגע רבי'ס איז אפשר דא א קושיא, אבער ווען מ'זאל פארגלייכן די אמאליגע רבי'ס מיט היינטיגע גרויסע אבער באשיידענע לייט פון ארה"ק און חו"ל שטימט אלעס.
זונטאג אוגוסט 04, 2019 7:19 pm#434259
איך אויך האט געשריבן:
גדליה האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:אז דו לייקנסט שוין יא, לייקן שוין אין משה און אהרן, אליהו און אלישע, פארוואס שטעלסטו זיך אפ פונקט ביי שנת ה'תקכ?

סאיז געווען א שמועס איבער רביסטעווע נישט איבער אידישקייט

דאס איז דיין מיט דיין חבר'ס טעות. חז''ל לערנען אונז יפתח בדורו כשמואל בדורו און אתפשטותא דמשה בכל דרא און נאך א שלל ענליכע מאמרים.

איך האב נישט קיין ספק אז דיין חבר האט ערנסטע פייגעלעך ספיקות באמונה אין קאפ.

פארשטייט זיך אז מיר ווייסען אלע איבער אזוינע מימרות, לא אלמן ישראל, חס ושלום שתשתכח תורה מישראל, וכו׳. סאיז זיכער אז אין היינטיגען דור זענען דא עהרליכע אידן צדיקים און גאונים וואס זענען ראוי שתשרה שכינה עליהם.
די פראגע איז צו די רבי׳ס אין זייערע געבלומטע בעקיטשעס, מאדערנע קארעטעס, אין אנגעהויפנטע באנק קאנטעס, צו זיי זענען טאקע דער ״יפתח בדורו.״
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך גלייב נישט אז דער האט קשיות אין אמונה, די אלע ספיקות אויף פריערדיגע רביס קומט נישט פון באמת ווילן פארשטיין, ס'איז פשוט אויפגעקלערט און cool אפצולאכן פון רביס, פון משה און יפתח לאכט ער טאקע נישט ווייל ס'איז נישט cool. די אלע וועלכע האבן ריכטיגע קשיות זענען טאקע פונקט אזוי און נאך מער מסופק אויף משה רבינו ווי אויפ'ן בעלזע רב.

ס׳האט נישט צוטון מיט זיין ״קיהל״.
זיין ארגומענט איז א פשוטע.
ביי אנדערע צדיקים און גדולים, האבען זיי איבערגעלאזן עעפעס א רעקארד נאך זיך.
משה רבינו האט מקבל געווען די תורה ביים בארג סיני.
יפתח איז געווען שופט ביי כלל ישראל, אין זיין געשיכטע איז אראפגעשריבען אין פולסטן דעטאל אין די ספרים פין אידישן פאלק.
דער בית יוסף האט געשריבן א וויכטיגע הלכה ווערק פאר כלל ישראל.
דער אריז״ל האט מגלה געווען א דיקן חיבור מיט סודות אין חכמת הנסתר.
משא״כ ביי א רבי איז אלץ געבויט אויף די מעשה׳לעך און אנעקדאטן און אמונת צדיקים.
איז איינמאל מיר זעען אז היינטיגע צייטן זענען די רבי׳ס בכלל נישט ראוי צו די אלע טיטלען און כבוד וואס מ׳טיילט זיי צו, מאן יימר אז אמאל איז געווען אנדערש.
זונטאג אוגוסט 04, 2019 7:24 pm#434260
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך פארשטיי נישט זיין ספעציפישע פראבלעם מיט דער בעל התניא. שו"ע הרב איז נישט קיין באמבע פון א ספר אויף הלכה און לומדות אינאיינעם? ליקוטי תורה איז עפעס א באר הפרשה?

בכלליות שטימט דער שכל, אז אידען שעצן איינעם, זאגאר קלוגע אידען, איז מסתמא יש דברים בגיו. אז תלמידי חכמים שיקען זייער שאלות צו איינעם, מסתמא קען ער לערנען. ווען מ׳פארלאזט זיך אויף איינעם בענייני הכלל, איז עס מסתבר אז ער זאגט עפעס צום זאך. ווען זיי האבען קיין ברירה נישט געהאט, ווייל יענער האט געירשנ׳ט זיין פאסטן, גילט שוין נישט די כלל. ווען מיר ווייסען אז טרור איז פארגעקומען, קען מען דאס אויך נישט אננעמען. אבער גלאט אזוי וואלט דאס געווען א סברא.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

אויב לאמיר זאגען א גאנצע קבוצה מיט אידן שווערן זיך אז פלוני אלמוני איז א קדוש וטהור און ער רעדט מיט מלאכים יעדע נאכט נאך חצות, כאטש וואס פאר אונזערע אויגן איז פלוני אלמוני א בשר ודם ווי יעדער איינער, עסט שלאפט און טרינקט כאחד האדם.
איז עפעס א ראיה אז מענטשען זאגען?
זונטאג אוגוסט 04, 2019 7:26 pm#434261
גדליה האט געשריבן:ס׳האט נישט צוטון מיט זיין ״קיהל״.
זיין ארגומענט איז א פשוטע.
ביי אנדערע צדיקים און גדולים, האבען זיי איבערגעלאזן עעפעס א רעקארד נאך זיך.
משה רבינו האט מקבל געווען די תורה ביים בארג סיני.
יפתח איז געווען שופט ביי כלל ישראל, אין זיין געשיכטע איז אראפגעשריבען אין פולסטן דעטאל אין די ספרים פין אידישן פאלק.
דער בית יוסף האט געשריבן א וויכטיגע הלכה ווערק פאר כלל ישראל.
דער אריז״ל האט מגלה געווען א דיקן חיבור מיט סודות אין חכמת הנסתר.
משא״כ ביי א רבי איז אלץ געבויט אויף די מעשה׳לעך און אנעקדאטן און אמונת צדיקים.
איז איינמאל מיר זעען אז היינטיגע צייטן זענען די רבי׳ס בכלל נישט ראוי צו די אלע טיטלען און כבוד וואס מ׳טיילט זיי צו, מאן יימר אז אמאל איז געווען אנדערש.

דערפאר האב איך טאקע געשריבן אז רוב פון די אמאליגע צדיקים זענען נישטגעווארן אדמורי"ם צוליב וואס זייער באבע איז געווען א שכנ'טע מיט שרה דער בעקערין אדער די קוניזשע באבע. סיי זענען געווארן אדמורי"ם ווייל זיי האבן זיך געפירט הייליג און די תלמידים זעלבסט האבן זיי מכתיר געווען, און ווען וועלט וואלט געווען וועלט, וואלטן מיר זיך אלע אויפגעשטעלט און מכתיר געווען די צדיקים נסתרים, יושבי אוהל אשר אתנו און אלץ וואלט פארענטפערט געווארן, און די היינטיגע רבנים וואלטן אראפגעווישט געווארן פון מאפע.
זונטאג אוגוסט 04, 2019 7:27 pm#434262
כ׳בין נישט אזוי זיכער
כ׳מיין אז איבער פופציג פראצענט רביסטעווע אינדערהיים איז געווען געירשנט
די גרעסטע הויפן זענען אריבער בירושה
למשל:
גער
בעלז
צאנז
ריזין
טשערנוביל
ראפשיץ
ויזניץ
סיגוט
ועוד ועוד
זונטאג אוגוסט 04, 2019 7:28 pm#434263
פון רוב רביס זענען דא מער תולדות סיפורים און געשריבענע ווערק פון אלע שופטים און נביאים צוזאמען.
זונטאג אוגוסט 04, 2019 7:29 pm#434264
גדליה האט געשריבן:אויב לאמיר זאגען א גאנצע קבוצה מיט אידן שווערן זיך אז פלוני אלמוני איז א קדוש וטהור און ער רעדט מיט מלאכים יעדע נאכט נאך חצות, כאטש וואס פאר אונזערע אויגן איז פלוני אלמוני א בשר ודם ווי יעדער איינער, עסט שלאפט און טרינקט כאחד האדם.
איז עפעס א ראיה אז מענטשען זאגען?

איז דען נישט אקוראט אזוי געווען ביי רוב פון די תלמידי בעל שם וואס זייערע תלמידים האבן זייערשט אנדעקט און געשריבן קדוש יאמרו לו?
אויב איז דאס אז מענטשן זאגן נישט קיין ראי', פאלט אוועק אונזער אמונה אין אסאך פריערדיגע צדיקים און אנדערע אמאליגע הייליגע געשעענישן און וועלכע מיר גלייבן נאר אדאנק דעם וואס אונזערע זיידעס און רבי'ס האבן דאס דערציילט זענען בטל כעפרא דארעא.
(אנדערש איז אויס דאס איז פארשריבן שחור ע"ג לבן, א שטייגער ווי די תורה)
זונטאג אוגוסט 04, 2019 7:32 pm#434265
גדליה האט געשריבן:כ׳בין נישט אזוי זיכער
כ׳מיין אז איבער פופציג פראצענט רביסטעווע אינדערהיים איז געווען געירשנט
די גרעסטע הויפן זענען אריבער בירושה
למשל:
גער
בעלז
צאנז
ריזין
טשערנוביל
ראפשיץ
ויזניץ
סיגוט
ועוד ועוד

חכם,
די רעדע איז דאך פון אנהויב אנהויב, ווען די דינאסטיע איז געגרונדערט געווארן.

ווער האט מכתיר געווען דעם ישמח משה אלס מנהיג?

די אלע רבנים'לעך און הויפעלעך זענען דאך נאר נאכדעם וואס תלמידים האבן מדעת עצמם אויפגענומען דעם בעל שם טוב, און פון דארט און ווייטער האט זיך געבויעט הויפן אין וואס מיר זענען מחוייב צו גלייבן ביז'ן היינטיגן טאג...
זונטאג אוגוסט 04, 2019 7:43 pm#434266
לבי ובשרי האט געשריבן:
גדליה האט געשריבן:אויב לאמיר זאגען א גאנצע קבוצה מיט אידן שווערן זיך אז פלוני אלמוני איז א קדוש וטהור און ער רעדט מיט מלאכים יעדע נאכט נאך חצות, כאטש וואס פאר אונזערע אויגן איז פלוני אלמוני א בשר ודם ווי יעדער איינער, עסט שלאפט און טרינקט כאחד האדם.
איז עפעס א ראיה אז מענטשען זאגען?

איז דען נישט אקוראט אזוי געווען ביי רוב פון די תלמידי בעל שם וואס זייערע תלמידים האבן זייערשט אנדעקט און געשריבן קדוש יאמרו לו?
אויב איז דאס אז מענטשן זאגן נישט קיין ראי', פאלט אוועק אונזער אמונה אין אסאך פריערדיגע צדיקים און אנדערע אמאליגע הייליגע געשעענישן און וועלכע מיר גלייבן נאר אדאנק דעם וואס אונזערע זיידעס און רבי'ס האבן דאס דערציילט זענען בטל כעפרא דארעא.
(אנדערש איז אויס דאס איז פארשריבן שחור ע"ג לבן, א שטייגער ווי די תורה)

איך ווייס נישט פונקט וויפיל פון די מעשיות וואס זענען אנגענומען איז מען מחוייב צו גלייבען
אבער ס׳איז דא א חילוק צווישען גדולים וואס מ׳דערציילט ״אויך״ מעשיות אויף זיי, און גדולים וואס זייער גאנצע גרויסקייט באשטייט פון מעשיות
למשל אויף די ש״ך פארציילט מען אז ער האט שפאצירט אין די לופטן. אבער די גרויסקייט פון די ש״ך שטעקט נישט אין שפאצירן אין די לופטן, נאר זיין גרויסקייט ליגט אין זיין גדלות בתורה, וואס א דאנק דעם איז אנגענומען ביי כלל ישראל אז ער האט זוכה געווען צו ניסים למעלה מדרך הטבע.
משא״כ די רבי אינדוסטרי קען מאכען א קדוש וטהור ״בלויז״ פון אזוינע ניסים׳לעך, במילא וויאזוי ווייסט מען אז ס׳איז בכלל אמאל געווען עפעס טיפערס דערינען
זונטאג אוגוסט 04, 2019 7:46 pm#434267
גדליה האט געשריבן:אויב לאמיר זאגען א גאנצע קבוצה מיט אידן שווערן זיך אז פלוני אלמוני איז א קדוש וטהור און ער רעדט מיט מלאכים יעדע נאכט נאך חצות, כאטש וואס פאר אונזערע אויגן איז פלוני אלמוני א בשר ודם ווי יעדער איינער, עסט שלאפט און טרינקט כאחד האדם.
איז עפעס א ראיה אז מענטשען זאגען?

א. זענען זיי קלוגע מענטשן?
ב. האבען זיי אן אנדערע סיבה דאס צו זאגן?
זונטאג אוגוסט 04, 2019 8:07 pm#434269
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:פון רוב רביס זענען דא מער תולדות סיפורים און געשריבענע ווערק פון אלע שופטים און נביאים צוזאמען.

ס׳האט נישט קיין שייכות מיט וויפיל מעשיות ס׳איז דא
ס׳האט צו טון מיט די מדובר פון וואס מרעדט
די פאזיציע פון א שופט איז א אנדערע פאזיציע ווי א חסידישע אדמור.
מאנטאג אוגוסט 05, 2019 12:53 pm#434304
דאס עצם שאלה קומט פון עםהארצות און היסטארישע איגנאראנץ. אויף 90% פון חסידישע צדיקים, און ווער רעדט נאך פון גאונים און תורה פערזענליכקייטן, אין היסטאריע זענען דא דאקומענטירטע באווייז און היסטארישע פאקטן וועלכער ווייזען אויף אמת׳ע גדלות. סאיז אויך דא א חוש ביי פארשער און ביי חובבי היסטוריה צו קענען מבחין זיין און מגדיר זיין גדולי ישראל מפי כתבם ומפי כתבי בני דורם וכדו׳. אסאך רביים האבן איבער געלאזט א מורשת מיט אן אייגענארטיגען טעם און ריח וועלכער ציען זיך עד היום, וואס דאס אליינס איז א שטיקל פלא ומופת. און דווקא משום הכי איז אזוי וויכטיג צו לערנען מיטן יוגנד היסטוריע און תולדות עם ישראל, און זיי צו העלפן אין קענען לערנען און מגדיר זיין די גרויסע לייבן פון פריערדיגע דורות. סאיז נאר אביסל שווער פארן היינטיגן דור צו גלייבען אין צדיקים וועלכער האבן גפראוועט מופתים, ווייל ס׳כמעט נישט פארהאן אזעלכע הנהגות היינט. נוגע די רביס פון היינט וועלכער זענען קליינע מענשען, לדעתי קומט ארויס דאס אמת זייער שנעל.
מאנטאג אוגוסט 05, 2019 1:18 pm#434305
שושן פורים האט געשריבן:זייענדיג א איד וועל איך ענטפערן מיט א פראגע,

וועט מען אין צוויי הונדערט יאר פון איצט זאגן אויף די היינטיגע רבי'ס אז זיי זענען געווען צדיקים פון אמאליגע דור מיט העכערע חשבונות...........? לכאורה יא, אויב אזוי קען מען אננעמען כמעט אויף זיכער אז צוויי הונדערט יאר צוריק איז געווען די זעלבע זאך.

דיין לאגיק איז לעכערלעך
מאנטאג אוגוסט 05, 2019 1:23 pm#434306
תורה ומדע האט געשריבן:דאס עצם שאלה קומט פון עםהארצות און היסטארישע איגנאראנץ. אויף 90% פון חסידישע צדיקים, און ווער רעדט נאך פון גאונים און תורה פערזענליכקייטן, אין היסטאריע זענען דא דאקומענטירטע באווייז און היסטארישע פאקטן וועלכער ווייזען אויף אמת׳ע גדלות. סאיז אויך דא א חוש ביי פארשער און ביי חובבי היסטוריה צו קענען מבחין זיין און מגדיר זיין גדולי ישראל מפי כתבם ומפי כתבי בני דורם וכדו׳. אסאך רביים האבן איבער געלאזט א מורשת מיט אן אייגענארטיגען טעם און ריח וועלכער ציען זיך עד היום, וואס דאס אליינס איז א שטיקל פלא ומופת. און דווקא משום הכי איז אזוי וויכטיג צו לערנען מיטן יוגנד היסטוריע און תולדות עם ישראל, און זיי צו העלפן אין קענען לערנען און מגדיר זיין די גרויסע לייבן פון פריערדיגע דורות. סאיז נאר אביסל שווער פארן היינטיגן דור צו גלייבען אין צדיקים וועלכער האבן גפראוועט מופתים, ווייל ס׳כמעט נישט פארהאן אזעלכע הנהגות היינט. נוגע די רביס פון היינט וועלכער זענען קליינע מענשען, לדעתי קומט ארויס דאס אמת זייער שנעל.

לאמיר מאכען א רשימה פון אמאליגע רבי'ס און דו וועסט אונז ברענגן די דאקומענטירטע פאקטן איבער זייער גדלות. אבער קודם כל דארפסט אונז זאגען וואס דארפען די דאקומענטן ווייזען? וואס איז עס? א סערטיפיקעט פון א יוניווערסיטעט? תשובות געשריבען צו תלמידי חכמים נישט פון זיין קרייז? אז זיין תורה האט מען שפעטער געלערנט ביי תלמידי חכמים וואס האבען נישט געהאט קיין זייטיגע סבה דערצו? אותות ומופתים פון מעשיות דערציילערס? אז מ'לויפט צו זייער קברים ווען מ'האט אן איבעריגע דאללאר?

אז דו קענסט אויפווייזען, לאמיר זען וואס דו האסט
מאנטאג אוגוסט 05, 2019 1:55 pm#434309
לדעתי איז דער שאלה באזירט אויף דער הנחה אז היינט זענען זיכער אלע רבי'ס .... פאלש.. סתם ווייל זייערע זיידעס טאורוס פעטער'ס וכו', און אמאהל זענען זיי יא געוועהן וואס מען זאגט, און אויף דעם קומט דער שאלה, איז עס טאקע אזוי?

ולדעתי נראה, אז ביידע הנחות זענען נישט ריכטיג, מען טוט אונטערשאצען די היינטיגע, און איבערשאצען די אמאהליגע, זיי זענען ביידע בשר ודם מנהיגים, און צווישען זיי האט יעדער אן אנדערע תכונת הנפש, און אנדערע לעוועלס און הבנה אין תורה, און אנדערע מדות.

עס איז נאריש אנצונעמען די מעשיות וואס מען פארציילט אויף די אמאהליגע, הן לגבי מדות, וקל וחומר לגבי מופתים אז זיי זענען אמת און טאקע געשעהן. א מעשה וואס מאכט נישט קיין סענס איז לכאורה נישט געשעהן.

ולהיפוך, רשעות וואס מען פארציילט אויף היינטיגע וואס מאכט נישט קיין סענס, איז אויך נישט געשעהן, דער פראבלעם איז, אז אסאך פין די מעשיות זענען אמת, ווייל זיי מאכן יא סענס.

דער מהרש"ב צו דער מהר"ש פין חב"ד זענען אנגענומען צו זיין גאר גרויס, און לעצטענס איז נתגלה געווארן טראנסקריפטען פין זיין טעראפיסט, ווי ער שרייבט אז דער רבי האט געהאט א פראבלעם, אז ער האט אנגעהויבן טראכטן אומווערדיגע מחשבות ווען אינזין האבן לשם יחוד קוב"ה וכו'. גיי פארשטיי, ווער האט א השגה.

און פין דא אן דארט קען אפענע אויג זעהן, אז זיי האבן זיך געמוטשעט פונקט ווי אונז אלע, דער תולדות מיט כעס, און דער רר"ב מיט עצבות, און דער חוזה מיט סתם דעפרעסיע. כאטש זיי זענען אלע זיכער געוועהן גרויסע לייט, וואס האבן געקענט אסאך, און געהאט כלים צו ארבעטען אויף זיך, און האבן געארבעט אויף זיך.

און לעומת זה, איז דא גאר אסאך גוטע אידן וואס זענען פארגעסן געווארן, און לכאורה ווייל זיי האבן נישט געהאט אזוי פיל מזל ווי די אנדערע, און קען זיין ווייל זיי זענען נישט געוועהן אזוי יוצא דופן ווי די אנדערע, זענען געוועהן מער רעגלמעסיג, זעהן זיי פארגעסן געווארן.
מאנטאג אוגוסט 05, 2019 2:08 pm#434310
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
תורה ומדע האט געשריבן:דאס עצם שאלה קומט פון עםהארצות און היסטארישע איגנאראנץ. אויף 90% פון חסידישע צדיקים, און ווער רעדט נאך פון גאונים און תורה פערזענליכקייטן, אין היסטאריע זענען דא דאקומענטירטע באווייז און היסטארישע פאקטן וועלכער ווייזען אויף אמת׳ע גדלות. סאיז אויך דא א חוש ביי פארשער און ביי חובבי היסטוריה צו קענען מבחין זיין און מגדיר זיין גדולי ישראל מפי כתבם ומפי כתבי בני דורם וכדו׳. אסאך רביים האבן איבער געלאזט א מורשת מיט אן אייגענארטיגען טעם און ריח וועלכער ציען זיך עד היום, וואס דאס אליינס איז א שטיקל פלא ומופת. און דווקא משום הכי איז אזוי וויכטיג צו לערנען מיטן יוגנד היסטוריע און תולדות עם ישראל, און זיי צו העלפן אין קענען לערנען און מגדיר זיין די גרויסע לייבן פון פריערדיגע דורות. סאיז נאר אביסל שווער פארן היינטיגן דור צו גלייבען אין צדיקים וועלכער האבן גפראוועט מופתים, ווייל ס׳כמעט נישט פארהאן אזעלכע הנהגות היינט. נוגע די רביס פון היינט וועלכער זענען קליינע מענשען, לדעתי קומט ארויס דאס אמת זייער שנעל.

לאמיר מאכען א רשימה פון אמאליגע רבי'ס און דו וועסט אונז ברענגן די דאקומענטירטע פאקטן איבער זייער גדלות. אבער קודם כל דארפסט אונז זאגען וואס דארפען די דאקומענטן ווייזען? וואס איז עס? א סערטיפיקעט פון א יוניווערסיטעט? תשובות געשריבען צו תלמידי חכמים נישט פון זיין קרייז? אז זיין תורה האט מען שפעטער געלערנט ביי תלמידי חכמים וואס האבען נישט געהאט קיין זייטיגע סבה דערצו? אותות ומופתים פון מעשיות דערציילערס? אז מ'לויפט צו זייער קברים ווען מ'האט אן איבעריגע דאללאר?
אז דו קענסט אויפווייזען, לאמיר זען וואס דו האסט

דו גהערסט אפנים ניט צו דער גרופע פון היסטאריקער וועלכער האבן ענטוויקלט א חוש און סענס פון הבחנה צו דערקענען און אפטייטשען אמת׳ע גדולי עמינו.
מאנטאג אוגוסט 05, 2019 3:43 pm#434314
וחוזרים חלילה, צוריק צום אנהייב פון אשכול.
מאנטאג אוגוסט 05, 2019 4:17 pm#434315
אלא מאי? ס'פעהלט אייך אביסל ליטוואק, איר זיינט צופיהל בודאפעשט.
מאנטאג אוגוסט 05, 2019 4:51 pm#434316
Re: זענען אמאליגע רבי'ס געווען אנדערש?
ממש דאס האב איך געמיינט, און דאס איז די תביעה פון דער פותח האשכול. אנשטאטס א נארמאלען קנה מדה וויאזוי אנצוקון גדולי ישראל, שטעלט מען א ליניע כפי דער נויט. אזוי איז עס היינטיגע צייטען, און יעדער שטעלט דער קנה מדה לויט דאס וואס ער קען באווייזען אויף זיין יו"ר יורש הנדל"ן, אזוי איז מעגליך אויך געשען ביי פריערדיגע. אדער נישט. לאמיר זען.
דאס וואס דו האסט מיר געפסל׳ט איז נישט צוליעב עפעס א קרומקייט, נאר ווייל מיין חשבון האט נישט אויסגעפיהרט צו דיין געטשקע, ממילא מוז מען צוריק גיין און פסל׳ן די חשבון.

חד גדיא האט עפעס מיט דער פראבלעם, און ממילא האט דער קאטץ געמעגט עסן דער פיש

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מאנטאג אוגוסט 05, 2019 5:21 pm#434317
אישתישבי האט געשריבן:לדעתי איז דער שאלה באזירט אויף דער הנחה אז היינט זענען זיכער אלע רבי'ס .... פאלש.. סתם ווייל זייערע זיידעס טאורוס פעטער'ס וכו', און אמאהל זענען זיי יא געוועהן וואס מען זאגט, און אויף דעם קומט דער שאלה, איז עס טאקע אזוי?

ולדעתי נראה, אז ביידע הנחות זענען נישט ריכטיג, מען טוט אונטערשאצען די היינטיגע, און איבערשאצען די אמאהליגע, זיי זענען ביידע בשר ודם מנהיגים, און צווישען זיי האט יעדער אן אנדערע תכונת הנפש, און אנדערע לעוועלס און הבנה אין תורה, און אנדערע מדות.

עס איז נאריש אנצונעמען די מעשיות וואס מען פארציילט אויף די אמאהליגע, הן לגבי מדות, וקל וחומר לגבי מופתים אז זיי זענען אמת און טאקע געשעהן. א מעשה וואס מאכט נישט קיין סענס איז לכאורה נישט געשעהן.

ולהיפוך, רשעות וואס מען פארציילט אויף היינטיגע וואס מאכט נישט קיין סענס, איז אויך נישט געשעהן, דער פראבלעם איז, אז אסאך פין די מעשיות זענען אמת, ווייל זיי מאכן יא סענס.

דער מהרש"ב צו דער מהר"ש פין חב"ד זענען אנגענומען צו זיין גאר גרויס, און לעצטענס איז נתגלה געווארן טראנסקריפטען פין זיין טעראפיסט, ווי ער שרייבט אז דער רבי האט געהאט א פראבלעם, אז ער האט אנגעהויבן טראכטן אומווערדיגע מחשבות ווען אינזין האבן לשם יחוד קוב"ה וכו'. גיי פארשטיי, ווער האט א השגה.

און פין דא אן דארט קען אפענע אויג זעהן, אז זיי האבן זיך געמוטשעט פונקט ווי אונז אלע, דער תולדות מיט כעס, און דער רר"ב מיט עצבות, און דער חוזה מיט סתם דעפרעסיע. כאטש זיי זענען אלע זיכער געוועהן גרויסע לייט, וואס האבן געקענט אסאך, און געהאט כלים צו ארבעטען אויף זיך, און האבן געארבעט אויף זיך.

און לעומת זה, איז דא גאר אסאך גוטע אידן וואס זענען פארגעסן געווארן, און לכאורה ווייל זיי האבן נישט געהאט אזוי פיל מזל ווי די אנדערע, און קען זיין ווייל זיי זענען נישט געוועהן אזוי יוצא דופן ווי די אנדערע, זענען געוועהן מער רעגלמעסיג, זעהן זיי פארגעסן געווארן.

א. וואס הייסט אז די היינטיגע רבי׳ס זענען אונטערגעשאצט? האלטסט אז זיי האבען עפעס מדריגות וואס די עולם זעהט נישט איין? מיך קוקט אויס אז כמעט יעדע איינציגסטע רבי אויף די כדור הארץ, איז היפש איבערגעשאצט.
ב. דאס אז אמאליגע רבי׳ס האבען זיך געמוטשעט מיט נסיונות איז נישט קיין ראיה לכאן או לכאן. אדרבה אמאל א גרעסערע מענטש האט א גרעסערע נסיון.
מאנטאג אוגוסט 05, 2019 6:34 pm#434318
גדליה, אלע משלים וואס דו ברענגסט אראפ פון פריעדיגער רבי'ס זענען געווען סעלפ-מעיד. נישט קיין יורשים. אפשר חוץ פון דער שינעווער רב און בעלזער רב. (קיין איינער פון די רבי'ס נאך די קריג האבען גע'ירש'נט עפעס חוץ פון זייער נאמען און מעמד. אלע האבען געארבייט שווער און מיט מסירת נפש, און ממילא איז שווער צו זעהן ר' אהרן מבעלזא ווי א יורש)

טאקע אלע קאראפציע משלים וואס דו נוצט פון אמאליגע רבי'ס זענען שוין געווען דינאסטיס! ואין כל חדש.

איך האב געהערט א ווארט פון דער הייליגער רבי ר' בער, וואס האט מסביר געווען דער פעור, ווי רש"י עקלערט "על שם שפוערין לפניו פי הטבעת ומוציאין רעי, וזו היא עבודתו". זאגט ער אז דער ערשטע דור האט זיך מדבק געווען און דער עבודה זרה ביז זיי זענען אויסגעגאנגען און זיך באקאקט. דער נעקסטע דור האט עס נישט פארשטאנען געהעריג און זיי פלעגען שטיין און דאווענען צום געטשקע ביז זיי האבען געמאכט און די הויזען, און דער שפעטערדיגע דורות האבען אנגענומען אז זו היא עבודתו. והוסיף לי מדליה, אז דווקא דער מעזריטשער מגיד, וואס האט געפירט דער חבריה נאכען בעש"ט און געזען 'לייב' ווי אזוי קוקט אויס דער נעקסטע דור, האט געקענט פארשטיין דער עבודה זרה.

למעשה, נישט אלע יורשים זענען אייביג קאראפט. קיינער וועט נישט זאגען אויף דער רחמסטריווקע בא"י אז ער איז גלייך מיט די רבי ר' מענדל ממרכז. דער זעלביגע קען געזאגט ווערען ביי דער פריעדיגער דורות אויך, רבי אהרן מבעלזא איז געווען א יורש פאר דער מלחמה.

דאס איז אמאל זיכער אז מען האלט שוין אט אט איבעראל ביי דער דריטע דור פון דער קריג. אלע היינטיגע זענען יורשים. און וועלכע 'גייסטישע יורש' וויל נישט פריוואטע פליגערס און ריזיגע פארענטשעס, עס איז דאך עבודתו!
מאנטאג אוגוסט 05, 2019 8:06 pm#434321
וואס האט מען אמאל גע'ירש'נט אחוץ דעם נאמען? גארנישט, און ווער ס'האט געוואלט בלייבן אונטער דעם נאמען איז געבליבן און ווער נישט נישט. ווי איז דאס א פארגלייך צו היינטיגע צייטן ווען מ'ירש'נט די גאנצע לעבן פון א מענטש, אנגעפאנגען פון קינדערגארטען ביז'ן בית הקברות און אלעס אינצווישן? נישט דא פארוואס צו בלייבן און נישט דא פארוואס אוועקצוגיין, ס'איז אינגאנצן א דריטע מציאות.

מ'זאגט אז די ערשטע פון די היינטיגע סארט רביס איז געווען דער קדושת ציון פון באבוב, און ער איז טאקע דער וואס האט אנגעפאנגען די גאנצע חסידות-פאבריק.
מאנטאג אוגוסט 05, 2019 11:45 pm#434350
דער אמת איז אבער אז מען קען עס פארשטיין דורכן קוקן אויף די רבי'ס פון א דור צוויי צוריק.

נעם א דוגמא פון ר' ישראל הוסיאטענער, ר' אהר'לע בעלזער, ר' יואל מסאטמאר, ר' מנחם מענדל פון ליובאוויטש א.ד.ג, זיי זענען געווען רבי'ס מיט גבאים/ריעל עסטעיט/יח"צ/געלט/מוסדות/טישן, און זיי זענען אויך ערוועלט געווארן נאר וועגן זייער יחוס און נישט דוקא וועגן זייערע אייגענע מעלות, פונקט ווי היינט.

אבער דאך זענען זיי געווען מער ווערד ווי זייערע נאכגייער, דאס מיינט אז ר' אהרן און ר' זלמן לייב, בעלזע רב, אלע היינטיגע רוזשינע רבי'ס, זענען אפשר זייער מצליח און פירן שיינע גרויסע קהילות, אבער קיינער וועט נישט אפלייקענען דעם פאקט אז זיי זענען פשוט'ע בני אדם ווי אונז, דאגעגן די פריערדיגע אויסגערעכנטע זענען אלע געווען 'מער' ווי סתם עמך אידן.

די גרעסטע ראי' איז אז זיי האבן געקענט אנגיין נאכן קריג מיט אזא פעלזן פעסטקייט, און דאס וואלטן אונזערע היינטיגע מאנקי'ס נישט באוויזן.

יעצט טאמער זעה מיר אז די פריערדיגע דור זענען געווען העכער זענען מיר שוין מער איבערצייגט אז די פריערדיגע פון זיי זענען אוודאי געווען גרויסע מענטשן.
דינסטאג אוגוסט 06, 2019 12:32 am#434355
@מאך זיכער
דו ביזט לכאורה נישט גערעכט. פאר די מלחמה האט מען אויך געהאקט קעגן די צדיקים און נאך די מלחמה האט מען געזען זייער מסירות נפש און אהבת ישראל מיט אלע מעלות. און געס וואט? נאך די מלחמה ביז היינט יא דא אויף קאווע שטיבל קייט מען נאך אלס. סאו ווער ווייסט וואס די היינטיגע קענען באווייזען איין טאג.
דינסטאג אוגוסט 06, 2019 9:21 am#434375
גראף האט געשריבן:@מאך זיכער
דו ביזט לכאורה נישט גערעכט. פאר די מלחמה האט מען אויך געהאקט קעגן די צדיקים און נאך די מלחמה האט מען געזען זייער מסירות נפש און אהבת ישראל מיט אלע מעלות. און געס וואט? נאך די מלחמה ביז היינט יא דא אויף קאווע שטיבל קייט מען נאך אלס. סאו ווער ווייסט וואס די היינטיגע קענען באווייזען איין טאג.

ווען מ'וועט אריין טראכטן וואס איז די פראבלעם פון יורשים, וועט מען וויסן די תשובה צו דעם אויך. עס גייט טיפער ווי דעם אז ער דארף גארנישט ווייזן צו ווערן א קדוש מרחם.

דער קדוש מרחם הייבט אן זיין לעבן אז דער וועלט איז איהם עפעס שולדיג. ווי אימער ער גייט, האט מען פון איהם עפעס צוגענומען. זיין גאנג צו אנדערע איז געבויט אויף דעם אז כולו שלי, ווייל אזוי פיהרט זיך זיין וועלט. דא האט א יונגערמאנטשיק פאר די צוואנציג א גבאי מיט א דרייווער, דארט האט ער אן אייגענעם פלאץ ביים טיש (געדענק אז ביי זיי איז א טיש א גרויסע זאך, נישט קיין צייט פארשווענדעניש). ווען זיין טאטע שטארבט און איין חסיד גייט אוועק, איז עס א שטאך פאר איהם, און יענער איז שוין א שונא. עס זאמעלט זיך פראבלעמען און שונאים, צוליב דער צוגאנג, און דערנאך דארף מען זיך ספראווען מיט די בארד און פאות פון יענער פראבלעם. איך זעה דאס אין לעיקוואד בחוש, ווי עס איז נישט דא קיין טיש וכדו', אבער דער כולו שלי פאראורזאכט ימ'ען פון פראבלעמען. ווען זיי וואלטן געדארפט בויען אליינס, אן קיין חזקות, וואלט עס אנדערש אויסגעקוקט.
מאנטאג אוגוסט 12, 2019 7:10 pm#434723
ליטוואק
אז די ביסט שוין דא, וואס איז מיט די ליטווישע ירושות, קאטלער, מיר וכו', זיי האלטען עס קומט זיי נישט? וואס איז די הרגשה פין די בנעשיטלעך ביי ענק?
מאנטאג אוגוסט 12, 2019 7:57 pm#434728
מיר קען איך נישט, אבער קאטלער איז אקוראט די זעלבע זאך. נאר ביים ציבור איז עס נאך נישט איינגעגלידערט, ממילא איז עס ביזדערווייל נאר ביי זיי און די אנהענגערס (די חברה וואס האלטען זיי האבען וואס צו פארדינען דערפון)
זונטאג אוגוסט 18, 2019 8:08 pm#434960
מאך זיכער האט געשריבן:דער אמת איז אבער אז מען קען עס פארשטיין דורכן קוקן אויף די רבי'ס פון א דור צוויי צוריק.

נעם א דוגמא פון ר' ישראל הוסיאטענער, ר' אהר'לע בעלזער, ר' יואל מסאטמאר, ר' מנחם מענדל פון ליובאוויטש א.ד.ג, זיי זענען געווען רבי'ס מיט גבאים/ריעל עסטעיט/יח"צ/געלט/מוסדות/טישן, און זיי זענען אויך ערוועלט געווארן נאר וועגן זייער יחוס און נישט דוקא וועגן זייערע אייגענע מעלות, פונקט ווי היינט.

אבער דאך זענען זיי געווען מער ווערד ווי זייערע נאכגייער, דאס מיינט אז ר' אהרן און ר' זלמן לייב, בעלזע רב, אלע היינטיגע רוזשינע רבי'ס, זענען אפשר זייער מצליח און פירן שיינע גרויסע קהילות, אבער קיינער וועט נישט אפלייקענען דעם פאקט אז זיי זענען פשוט'ע בני אדם ווי אונז, דאגעגן די פריערדיגע אויסגערעכנטע זענען אלע געווען 'מער' ווי סתם עמך אידן.

די גרעסטע ראי' איז אז זיי האבן געקענט אנגיין נאכן קריג מיט אזא פעלזן פעסטקייט, און דאס וואלטן אונזערע היינטיגע מאנקי'ס נישט באוויזן.

יעצט טאמער זעה מיר אז די פריערדיגע דור זענען געווען העכער זענען מיר שוין מער איבערצייגט אז די פריערדיגע פון זיי זענען אוודאי געווען גרויסע מענטשן.

קען זיין אבער ווען די רעדסט למשל צו א קארלין'ער חסיד, זיי האלטן יא אז זייער רבי איז ממש אזוי ווי די פריערדיגע תלמודי בעל שם
זונטאג אוגוסט 18, 2019 8:09 pm#434961
yerushalmi האט געשריבן:

משא"כ ביי א סאטמאר חסיד איז ער מודה אז זיין רבי איז פשוט אן עמך איד אפשר אביסל מער...