Under maintenance
הויפט זייט » נייע סידי לב מיט דודי קאליש

נייע סידי לב מיט דודי קאליש

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
12 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13262
מאנטאג אוגוסט 05, 2019 9:01 pm#434337
נייע סידי לב מיט דודי קאליש
א הערליכע אלבוים איז ערווארטעט נאך תשעה באב דודי קאליש מיט לב א שבת סידי!!!!
מאנטאג אוגוסט 05, 2019 10:01 pm#434341
Re: נייע סידי לב מיט דודי קאליש
מעפענט נישט אזוי א נייע אשכול. ביטע ליינט דורך די תקנות
מאנטאג אוגוסט 05, 2019 10:38 pm#434343
סאשי פיש האט געשריבן:מעפענט נישט אזוי א נייע אשכול. ביטע ליינט דורך די תקנות

לאז
מאנטאג אוגוסט 05, 2019 10:47 pm#434344
איך האב נישט געזעען די תקנות.... מען מעג נישט פארוואס
מאנטאג אוגוסט 05, 2019 10:58 pm#434346
.
מאנטאג אוגוסט 05, 2019 11:41 pm#434349
כדי ארויסצוהעלפן אונזער נייע חבר וועל איך אראפברענגן די תקנה וואס ATUB @סאשי פיש ATUB רעפערירט צו.

יד) וויאזוי אן אשכול דארף געעפנט ווערן
1) דער פותח פון א נייעם אשכול מוז שרייבן עטליכע שורות און ערקלערן פון וואס ער וויל רעדן, און זאל פאקטיש רעדן דערפון. בלויז א לינק איז נישט גענוג. לכתחילה זאל דער פותח עפעס מחדש זיין, צולייגן א ידיעה וכדומה.
2) קאפירן טעקסט פון אן אנדערן וועבסייט איז נישט ערלויבט, נאר אויב 1) מ'גיט אן דעם מקור, און 2) מ'לייגט אליין עפעס צו.
3) א נייער אשכול דארף פלאצירט ווערן אין דעם ריכטיגן פארום.
4) א נייער אשכול דארף זיין קלאר געשריבן. אן אשכול וואס עס איז נישט קלאר וואס דער פותח וויל דערמיט האט שאנסן אפגעשפארט צו ווערן.
סוף דבר: עפענען אן אשכול פארלאנגט כאטש עטליכע מינוט מחשבה. טראכט וואס איר גייט שרייבן, צי פעלט טאקע אויס נאך אן אשכול, אדער קען דאס אריינגיין ערגעץ אנדערש? סתם אריינפעיסטן אן ארטיקל פון ערגעץ אנדערש אן נעמען די מי צוצולייגן עטליכע ווערטער האט נישט קיין פשט. אויב לייגט מען גארנישט צו האט מען דאך געקענט לייגן בלויז א לינק צו דעם ארטיקל אין דעם "אינטערעסאנטע לינקס" אשכול. צום ביישפיל, אן אשכול וואס קוקט אויס אזוי וועט אפגעשפארט ווערן: "ראמני האט פארלוירן די וואלן, נאכ'ן זיין פארנומען מיט זיין קאמפיין פאר זעקס יאר. וואס מיינט איר וועט ער יעצט טון?"
איינער וואס וועט אנגיין מיט כסדר עפענען אומפאסיגע אשכולות וועט פארלירן די רעכטן צו עפענען אשכולות.


די רעשט פון די תקנות זענען אוועילעבל דא.

געדענקט נישט צו ווערן באליידיגט פון קריטיק. נייע ניקס כאפן קריטיק, ביטע נישט נעמען פערזענליך.
דינסטאג אוגוסט 06, 2019 12:38 am#434357
טענק יו האשעם דערשרעק דיך נישט פון די קריטיק, מען מיינט נאר יעדעם'ס גוטס.
שרייב אביסל מער דעטאלן וועגן דעם סידי, די נאמען, זינגערס, קאמפאוזערס , בילדער, ווידיאוס וכו'
דינסטאג אוגוסט 06, 2019 12:40 am#434358
Re: נייע סידי לב מיט דודי קאליש
וואס מיינט מיט לב? אזוי ווי דוד ושלמה סידי? אה הלוואי.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
דינסטאג אוגוסט 06, 2019 12:47 am#434359
גראף האט געשריבן:וואס מיינט מיט לב? אזוי ווי דוד ושלמה סידי? אה הלוואי.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

מיט לב קווייער,
מסתמא אזויווי זיינע סי די'ס מיט ידידים
דינסטאג אוגוסט 06, 2019 1:18 am#434362
Re: נייע סידי לב מיט דודי קאליש
לב איז זייער א אויסגעשפילטע קווייער, מה פשט?

Sent from my SM-G960U using Tapatalk
דינסטאג אוגוסט 06, 2019 1:21 am#434363
moneyminded האט געשריבן:לב איז זייער א אויסגעשפילטע קווייער,

Sent from my SM-G960U using Tapatalk

Says who?
דינסטאג אוגוסט 06, 2019 9:26 am#434377
לב איז היינט צוטאגס פין די שטערקסטע קוויייערס די חברה זענען זייער גוט איך גלייב עס וועט זיין א קנאק פין א סידי