Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » הרה''ג ר' ישראל דוד הארפענעס אב''ד ישראל והזמנים

הרה''ג ר' ישראל דוד הארפענעס אב''ד ישראל והזמנים

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
23 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13268
מיטוואך אוגוסט 07, 2019 9:00 am#434439
הרה''ג ר' ישראל דוד הארפענעס אב''ד ישראל והזמנים
לעצטענס ווינדער איך מיר וועגן הרה''ג ר' ישראל דוד הארפענעס. ער איז פון די עכטע תלמידי חכמים אין וויליאמסבורג, און אייביג געוועהן באקאנט ווי איינער וואס האט גוט פארשטאנען צו א נושא מיט אייגענע שכל. צב''ש ס'איז באקאנט אז ער האט געהאלטן פון די עירוב אין וויליאמסבורג פאר מ'האט אים ממש געצווינגען צו אונטערשרייבן קעגן.

לעצטענס שטעלט זיך אבער ארויס אז ער איז ממש פון די עקסטרעמיסטן אויף אזוי ווייט אז וועט עס איז לעצטענס געוועהן די לי עוועניא שבת שפאציר קעגן די עירוב האט ער זיך באטייליגט - כאטש ער אליין פלעגט האלטען פון די עירוב!!

א נייע זאך זעה איך היינט אז ער האט אונטערגעשריבן מיט די פּאָר עקסטרעמיסטן קעגן צוריקשטעלן ענגליש ווי ס'איז געוועהן בימי רביה''ק מסאטמאר זצ''ל, נאר מ'דארף עס לאזן ווי ס'איז געוועהן אין די לעצטע יארן....

האט זיך הרב הארפענעס געטוישט אין די לעצטע יאהרן אדער האב איך אים קיינמאל נישט קלאר ארויסגעהאט?
מיטוואך אוגוסט 07, 2019 9:02 am#434440
.
מיטוואך אוגוסט 07, 2019 10:35 am#434449
חתם סופר האט געשריבן:לעצטענס ווינדער איך מיר וועגן הרה''ג ר' ישראל דוד הארפענעס. ער איז פון די עכטע תלמידי חכמים אין וויליאמסבורג, און אייביג געוועהן באקאנט ווי איינער וואס האט גוט פארשטאנען צו א נושא מיט אייגענע שכל. צב''ש ס'איז באקאנט אז ער האט געהאלטן פון די עירוב אין וויליאמסבורג פאר מ'האט אים ממש געצווינגען צו אונטערשרייבן קעגן.

לעצטענס שטעלט זיך אבער ארויס אז ער איז ממש פון די עקסטרעמיסטן אויף אזוי ווייט אז וועט עס איז לעצטענס געוועהן די לי עוועניא שבת שפאציר קעגן די עירוב האט ער זיך באטייליגט - כאטש ער אליין פלעגט האלטען פון די עירוב!!

א נייע זאך זעה איך היינט אז ער האט אונטערגעשריבן מיט די פּאָר עקסטרעמיסטן קעגן צוריקשטעלן ענגליש ווי ס'איז געוועהן בימי רביה''ק מסאטמאר זצ''ל, נאר מ'דארף עס לאזן ווי ס'איז געוועהן אין די לעצטע יארן....

האט זיך הרב הארפענעס געטוישט אין די לעצטע יאהרן אדער האב איך אים קיינמאל נישט קלאר ארויסגעהאט?

חת"ם סופר: דו האסט איהם יא גוט ארויסגעהאט. ווייל איך האב אויך געהאלטן פון איהם אלס גרויסער ת"ח מיט שכל הישר. ספעציעל ביי הילכות שבת האט ער געהאט זייער א פראקטישן צוגאנג. און מיט זיין גרויס גאונות האט ער זייער קלאר מברר געווען א הלכה. נאר ער האטציך אין די לעצטע פאר יאר ליידער געטוישט. אונטער דעם פרעשור און טעראר פון די עקסטרעמיסטן. ס'זענען אייביג געווען אזעלכע ברואים. ווי די שפיגל ברעכערס. נאר בימי רביה"ק מ'סאטמאר זי"ע זענען זיי אינגעזיצן. אבער היינט ווען אונז האבן די פאלשע מורי דרך ווי הרב מנשה פיליפ ודוכוותיה גייט אלעס משה קאפויער. און זיי האבן איבערגעדרייט דאס גאנצע אידישקייט און חסידות לויט ווי זייער פארדרייטער קאפ דיקטירט. און זיי איבן אויס א גרויסן דרוק מיט דעראר און אנדערע מיטלען אויף די פאר נארמאלע רבנים ומורי הוראה...! וחבל...ס'איז א שאד ווייל ר' ישראל דויד הארפענעס וואלט געקענט אויסוואקסן א גדול הדור. אשטייגער ווי ר' משה האלבערשטאם און ר' שלמה זלמן אויערבאך זצ"ל...!
מיטוואך אוגוסט 07, 2019 10:44 am#434450
חת"ם סופר: יעצט אז איך זעה ווער ס'איז אלץ אונטערגעשריבן אויפ'ן קול קורא זעה איך אז איך האב גוט צוגעטראפן. הרה"ג ר' משה מאיר בן ר' ישראל בריעף (פון די הויפט שפיגל ברעכערס) הרה"ג ר' מנשה פיליפ. א באוואוסטער דעמאגאג. וואס ער וועט פארקויפן זיין באבע אלעס צו גיין אין די שיטה וואס איז היינט שולט אין סאטמאר. ער וועט זאגן און שרייבן די מערסטע אבסורדאלע זאכן. אפילו וואס ער אליינס גלייבט נישט. נאר אבי צו שטופן די פאררוקטע און פאלשע אגענדא...!
מיטוואך אוגוסט 07, 2019 10:54 am#434451
זיי פארשלאגן אבער נישט קיין אלטערנאטיווער מהלך. ווי אזוי קען דאס מצליח זיין?
מיטוואך אוגוסט 07, 2019 2:18 pm#434468
תורה ומדע: ווייל דער היינטיגער יונגער דור ווייסט נישט וואס סאטמאר'ע רב זצ"ל האט געוואלט. און וויאזוי ער האט געפיהרט זיין קהילה. אויב דו ווייסט וואס דער מושג..."שפיגל ברעכערס".. מיינט. און וויאזוי דער סאטמאר'ע רב און זיינע גבאים האבן זיי באהאנדלט. און וויאזוי די גאנצע קהילה האט געקוקט אויף זיי וועסטו קענען פארשטיין וואס ס'פעהלט היינט אין סאטמאר אין די הנהגה. יא. לאמיר רעדן אפן אויב דער רבי איז נישט מער ווי א פיגורהעד. א פאפפעט האט אלעס אזא פנים...! ער דארף קענען שיין שמייכלען צו די קעמערעס. און צומאל זיך אויכעט איינהאלטן פון אויספלאצן אליינס אין א געלעכטער. משה גבאי וסייעתו זענען די טאן געבערס. און אין ענייני השיטה איז מנשה פיליפ ..."בעניו הבהירות"...דער דיעה זאגער איבער אלץ און אלעמען...!
מיטוואך אוגוסט 07, 2019 3:35 pm#434476
.
מיטוואך אוגוסט 07, 2019 5:54 pm#434481
דו ווילסט ער זאל אויך אסר'ן קאווע שטיבל?

l viewtopic.php?f=3&t=11561 l
מיטוואך אוגוסט 07, 2019 6:51 pm#434484
ק/פ

עס איז היינט פארגעקומען א מיטינג בבית מהרי"י איבער די פראגע פון אריינגעבן א קאריקולעם. לויט ווי איך הער די ערשטע באריכטן איז געבליבן אז אלס וואס איז געווען ביים רבי'ן הייסט נישט קיין שינו.און דאס מיינט אז אויב איז וויכטיג ארינצוגעבן מער שעות און מער סאבדזשעקסט ווי לעצטענס איז דאס נישט קיין פראבלעם. איך ווייס נישט צו מען האט באהאנדעלט די שעת השמד. דאס וועל איך שפעטער איבערפרעגן.עס איז דארט געווען רי'"ד הארפענעס זז"ג צו זאגן אז נישט נאר האט ער נישט אונטערגעשריבן די בריוו וואס איז ארום געגאנגען, נאר ער האלט אפילו נישט אזוי.דארט זענען געווען מער ווייניגער די רבנים פון סאטמאר, דאס הייסט די דיינים לאנדאנער רב מהרי"י פלוס הרבנים מגלאנטע און קאשוי, און ר' ישראל דוד ווי פריער דערמאנט.
מיטוואך אוגוסט 07, 2019 6:52 pm#434485
באקומען אין אישי:


א נאנטע חבר, רעדט אסאך מיט ר י"ד, האט היינט גערעדט מיט אים ער האט אים געזאגט אז ער האט דעם צעטיל נישט אונטערגעשריבן, מען האט גערעדט מיט אים דערוועגן נעכטן און ער האט געזאגט אז ער איז נישט מסכים מיט וואס עס שטייט דארט און וויל נישט אונטערשרייבן.
מיטוואך אוגוסט 07, 2019 7:17 pm#434486
יעצט כאפ איך שוין פארוואס ספעלט די הקטן פון רב הארפענעס
מיטוואך אוגוסט 07, 2019 7:18 pm#434487
חתם סופר האט געשריבן:באקומען אין אישי:


א נאנטע חבר, רעדט אסאך מיט ר י"ד, האט היינט גערעדט מיט אים ער האט אים געזאגט אז ער האט דעם צעטיל נישט אונטערגעשריבן, מען האט גערעדט מיט אים דערוועגן נעכטן און ער האט געזאגט אז ער איז נישט מסכים מיט וואס עס שטייט דארט און וויל נישט אונטערשרייבן.

יעצט פארשטיי איך פארוואס שטייט נישט דאס באקאנטע צו-נאמען " הק' " בעפאר זיין נאמען
ווי אלע אנדערע חותמים האבן גע'חתמ'עט נאכ'ן צו-נאמען.

וכי יעלה על הדעת כי ר' ישראל דוד אינו מחזיק עצמו כקטן?

אלא מאי, ווען א מענטש חתמ'עט אליינס מעג ער זיך בא'קטנ'ען
אבער קומען שלא בהסכמתו איהם אנ'קטנ'ען איז דאך חוצפה
במילא האבן זיי געשריבן זיין נאמען אנ'עם טיטל ולישראל (דוד) היתה הרווחה.


גדליה האקט דאס זעלבע אבער שוין
דאנערשטאג אוגוסט 08, 2019 6:22 am#434500
געווען אמאל א אנדערע ר' דוד א חשובע גאון ראב''ד בביד''ץ קהילת העדה החרדית בירושלים. האט ער זיך אמאל אויסגעדרוקט מיט ווייטוג פאר זיין משמש:

''רחמנות אויף א איד אין מיינע יארן וואס שטייט אויף צופרי און זעהט די וואנט באדעקט מיט צעטלעך אויף וואס ער האט קיינמאל נישט אונטערגעשריבן''.
דאנערשטאג אוגוסט 08, 2019 9:12 am#434504
29856.png
פרייטאג אוגוסט 16, 2019 7:55 am#434902
.
זונטאג אוגוסט 25, 2019 12:52 pm#435297
באקומען אין אישי קלארע פרטים פון הרה''ג ר' ישראל דוד'ס דעה


1 - ער האט נישט אונטערגעשריבן אויף יענע צעטיל ווייל איז נישט מסכים דערמיט, ער האט געשריבן זיין אייגענע און זיי האבן עס אליינס צאמגעשטעלט.
2 - איינער ק. האט אים אנגעדרייעט אז מען פארהאנדעלט מיט די רעגירונג מוסיף צו זיין ווי equality אויף חוקי תועבה און לימודים וואס זענען כפירה וכדומה.
3 - איינער האט אים געברענגט עפעס א בריוו וואס מען קען באקומען פון יענקל כהן'ס? האטליין וואס איין קאמישענער שיקט צו עפעס א צווייטע קאמישענער אז פעירלס האט געזאגט אזוי און אז זיי זענען גרייט אזוי בלא בלא בלא... (פרטים איז מיר אויפן מינוט נישט אינטערסאנט געווען ממילא האב איך נישט אויפגככאפט).
4 - מוסיף זיין לימודי חול זעהט ער נישט פאר קיין פראבלעם, ער האט נאר באצויגן צו די סארט לימודים. מיין חבר האט אים געפרעגט אויב מען קען לערנען מיט די יונגלעך ווי ביי די מיידלעך, זאגט ער יא אבער פארשטייט מען דארף אינאכט נעמען אז יונגלעך האבן א מצוה פון לימוד התורה אבער אדרבה אמאל פלעגט מען לערנען מער ווי אויך אין צעהלים האט ער אויך געהעריג געלערענט.
5 - פארהאנדלען טאר מען נישט בשום אופן. די רעגירונג פארשטייט אונז נישט. די רעגירונגס שיטות איז נגד התורה (ווי חוקי תועבה כפירה און נאך). דער רבי איז געווען א גרויסע מענטש ער האט געקענט שוקל זיין וואס יא און וואס נישט אבער אז מען וויל טוישן תוכן הלימודים ברויך מען א גברא רבה.

נ.ב. אויב די ביסט מפרסם פליז נעם אויס מיינע פרטים און טויש די שפראך אביסל. א דאנק.
זונטאג אוגוסט 25, 2019 1:17 pm#435301
חתם סופר האט געשריבן:באקומען אין אישי קלארע פרטים פון הרה''ג ר' ישראל דוד'ס דעה


1 - ער האט נישט אונטערגעשריבן אויף יענע צעטיל ווייל איז נישט מסכים דערמיט, ער האט געשריבן זיין אייגענע און זיי האבן עס אליינס צאמגעשטעלט.


וואס מיינט הנני מצטרף לקריאת הרבנים הגאונים הנ"ל?

און אז די האסט שייכות מיט ר' ישראל דוד'ס נאנטע, ווער מיר געוואר וואס איז פארגיקומען ביי די מיטונג ביי זלמן לייב אין סוואן לעיק. געהערט שמועות כ'ווייס נישט יא אמת נישט אמת
זונטאג אוגוסט 25, 2019 7:55 pm#435334
חתם סופר האט געשריבן:באקומען אין אישי קלארע פרטים פון הרה''ג ר' ישראל דוד'ס דעה


1 - ער האט נישט אונטערגעשריבן אויף יענע צעטיל ווייל איז נישט מסכים דערמיט, ער האט געשריבן זיין אייגענע און זיי האבן עס אליינס צאמגעשטעלט.
2 - איינער ק. האט אים אנגעדרייעט אז מען פארהאנדעלט מיט די רעגירונג מוסיף צו זיין ווי equality אויף חוקי תועבה און לימודים וואס זענען כפירה וכדומה.
3 - איינער האט אים געברענגט עפעס א בריוו וואס מען קען באקומען פון יענקל כהן'ס? האטליין וואס איין קאמישענער שיקט צו עפעס א צווייטע קאמישענער אז פעירלס האט געזאגט אזוי און אז זיי זענען גרייט אזוי בלא בלא בלא... (פרטים איז מיר אויפן מינוט נישט אינטערסאנט געווען ממילא האב איך נישט אויפגככאפט).
4 - מוסיף זיין לימודי חול זעהט ער נישט פאר קיין פראבלעם, ער האט נאר באצויגן צו די סארט לימודים. מיין חבר האט אים געפרעגט אויב מען קען לערנען מיט די יונגלעך ווי ביי די מיידלעך, זאגט ער יא אבער פארשטייט מען דארף אינאכט נעמען אז יונגלעך האבן א מצוה פון לימוד התורה אבער אדרבה אמאל פלעגט מען לערנען מער ווי אויך אין צעהלים האט ער אויך געהעריג געלערענט.
5 - פארהאנדלען טאר מען נישט בשום אופן. די רעגירונג פארשטייט אונז נישט. די רעגירונגס שיטות איז נגד התורה (ווי חוקי תועבה כפירה און נאך). דער רבי איז געווען א גרויסע מענטש ער האט געקענט שוקל זיין וואס יא און וואס נישט אבער אז מען וויל טוישן תוכן הלימודים ברויך מען א גברא רבה.

נ.ב. אויב די ביסט מפרסם פליז נעם אויס מיינע פרטים און טויש די שפראך אביסל. א דאנק.


אויך געהערט פון א איד וואס האט גערעדט מיט ר' שראל דוד כנ''ל
זונטאג אוגוסט 25, 2019 9:23 pm#435339
שמערל האט געשריבן:אויך געהערט פון א איד וואס האט גערעדט מיט ר' שראל דוד כנ''ל


אזוי? פרעג אים וואס עס טייטש הנני מצטרף לקריאת הרבנים הגאונים הנ"ל?



חתם סופר האט געשריבן:
5 - פארהאנדלען טאר מען נישט בשום אופן. די רעגירונג פארשטייט אונז נישט. די רעגירונגס שיטות איז נגד התורה (ווי חוקי תועבה כפירה און נאך). דער רבי איז געווען א גרויסע מענטש ער האט געקענט שוקל זיין וואס יא און וואס נישט אבער אז מען וויל טוישן תוכן הלימודים ברויך מען א גברא רבה.



איך האלט אויך אז מען טאר נישט פארהאנדלען, אבער הא קערס וואס איך האלט? אבער וואס דארף מען א גברא רבה צו שוקל זיין וואס נישט, יעדער רעליגיעזא בר דעת, אז ער לייגט זיך אריין אין די סאבטשעקטס, פארשטייט ער פונקטליך וואס עס אויסגעהאלטן און וואס נישט, זאג הרב ר' ישראל דוד ער זאל פארמאכען די גרויסע העפטן זיינע (נשמת שבת חלק יא') און אנהייבן צו שרייבן א חיבור אויף "נשמת ישראל"
זונטאג אוגוסט 25, 2019 9:31 pm#435340
עס שטייט דארט אז מ'טאר נישט אוועק רירן פון וואס רביה"ק מ' סאטמאר האט זיך מייסד געווען.
אין אנדערע ווערטער מ'מעג לערנען צווי אהאלב שעה ענגליש.
זונטאג אוגוסט 25, 2019 10:27 pm#435347
וואס איז דער שטות אז מ'דארף א גברא רבה? דער רבי ז"ל, ווער עס זאל נאר זיין, ביי דעפינישען לעבט שוין נישט. וואס טוט מען יעצט? מ'זיצט איינגעלייגט און מ'לאזט יענער פארפיהרען ווי ער וויל? וואס פארא מההלך איז דאס? בחיי דער חתם סופר, האט מען אויך נישט געהאט קיין נביאים אין דער וועלט, מלכה ונביאיה בגוים אין תורה, האט דער חת"ס זיך געזעצט אין ווינקעל מיט אן אויסרייד "איך ווייס נישט, עס איז נישא דא קיין נביא"? מ'דארף טון וואס מ'קען, מיר לעבן אין די דור, און מיר דארפען זיך ספראווען מיט אונזער נסיונות. טאמער דער אב"ד ישראל והזמנים והגלילות ווייסט נישט, זאל ער מוחל זיין און זיצען שטיל און נישט מאכען קיין פסק פון נישט וויסען.
זונטאג אוגוסט 25, 2019 10:30 pm#435348
שמערל האט געשריבן:עס שטייט דארט אז מ'טאר נישט אוועק רירן פון וואס רביה"ק מ' סאטמאר האט זיך מייסד געווען.
אין אנדערע ווערטער מ'מעג לערנען צווי אהאלב שעה ענגליש.

אויב טאר מען זיך טאקע נישט אוועק רירן, דאן מוז מען לערנען צוויי אהאלב שעה... וואו זענען די פאשקעווילן און קול-קוראס? :lol: :lol: :lol:
מאנטאג אוגוסט 26, 2019 12:56 pm#435371
רביה"ק זי"ע: כמו שאמרנו אז אפילו בשעתו זענען געווען די פאלשע פרומאקעס וועלכע ווערן דעפינירט אין דעם טערם..."שפיגל ברעכערס"... אזוי ווי הרה"צ ר' ישראל בריעף זצוקללה"ה. און נאך א פאר משוגעים דיכוותיה. נאר ווען דער סאטמאר'ע רבי זי"ע איז געווען בתוקפו האבן זיי געמוזט איינזיצן. ווייל ער האט זיי געלייגט אין פלאץ. משא"כ היינט זענען דא נאר משוגעים אין די הנהגה. און א יעדער נארמאלער מענטש ווערט פארשריגן...!