Under maintenance
הויפט זייט » מאיר לאבין און יצחק ניבארסקי דעבאטירן אידיש-יידיש

מאיר לאבין און יצחק ניבארסקי דעבאטירן אידיש-יידיש

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13276
מאנטאג אוגוסט 12, 2019 5:39 pm#434715
מאיר לאבין און יצחק ניבארסקי דעבאטירן אידיש-יידיש
דער חסידישער שריפטשטעלער מאיר לאבין האט עטליכע טעג צוריק געשריבן א שארפן ארטיקל אויף דעם "פארווערטס" וועבסייט, ערקלערנדיג פאר די יידישיסטישע לייענער אז אידיש האלט נישט ביים שטארבן, נאר לעבט א חיים טובים ביי די חסידים. אין "מאמע-לשון שטארבט נישט; זי האט נאר געטוישט איר פנים" האט לאבין געפאדערט אז יידישיסטן זאלן ברענגען זייער ליטעראטור צום אידיש וואס חסידים נוצן, אויב זיי ווילן אז חסידים זאלן קענען שעפן פון זייערע ליטערארישע אוצרות. ער האט זיך באקלאגט אז ווען א חסיד וויל לייענען יידישיסטישע לייענווארג שטעכט עס אויס די אויגן. ס'איז פשוט אומבא'טעמ'ט און פרעמד.

היינט איז ארויסגעשטעלט געווארן אן ענטפער פון דר. יצחק ניבארסקי (דוכט זיך דער זיידע פון עטל ניבארסקי, וועלכע האט געווינען דעם צווייטן פלאץ פונעם וועקער'ס שרייבן פארמעסט).

ניבארסקי טענה'ט אז חסידים זענען נישט מקפיד אויף די כללי הלשון, און ער פארשטייט נישט פארוואס מ'דארף זיך צושטעלן צו דעם. ער טענה'ט אז דער יידישיסטישער יידיש איז נענטער צו וואס אונזערע אור-עלטערן האבן גערעדט, און ער פארשטייט נישט פארוואס מיר חסידים קענען נישט לייענען זייער ליטעראטור.

ער דערמאנט אויך די אויסלייג-כללים פון "כלל-יידיש", אז דאס איז וואס שטעכט די חסידים אין די אויגן. "איך זע נישט פֿאַר וואָס זאָל „שטעכן אין די אויגן“ עפּעס, וואָס איז ראָוי געלייענט צו ווערן, בלויז ווײַל עס איז אויסגעלייגט מיט ייִוואָ־אויסלייג, אַפֿילו אויב דער לייענער האַלט בעסער פֿון אַן אַנדער אויסלייג," טענה'ט ניבארסקי.

לדעתי, אז ניבארסקי זעט עס נישט, איז נישט שייך עס צו ערקלערן. אבער לאבין איז אוודאי גערעכט. די ייוו"א נקודות זענען ווילד-פרעמד פאר א חסיד, און ס'איז צייט עס אפצולאזן. כ'מיין אז לאבינ'ס טענה איז נישט אז מ'דארף אפלאזן גראמאטיק -- ער קען באשטיין אז חסידים זאלן שרייבן גראמאטיש-אויסגעהאלטן. נאר די ייוו"א כללים זענען דורכגעפאלן. די טאטעס פון דער יידישיסטישער ליטעראטור האבן נישט אזוי געשריבן -- ייוו"א האט נאר פרובירט צו שאפן א נייעם "כלל-יידיש" וואס זאל ווערן דער אנגענומענער סטאנדארט. לאבינ'ס בשורה פאר די יידישיסטן איז אז אט דאס איז דורכגעפאלן. רוב מנין ובנין אידיש-רעדער זענען חסידים, און זיי האבן נישט אדאפטירט דעם אויסזען פון א טעקסט וואס איז געשריבן לויט די ייוו"א כללים. ס'איז א שאלה פון קולטור און עסטעטיק; נישט גראמאטיק. אוודאי דארף מען ווייטער אנהאלטן אלע כללים פון גראמאטיק, אבער אויב רוב מנין ובנין פון כלל-ישראל ווייסט נישט פון כלל-יידיש, האט נישט קיין זין אנצוהאלטן די שטרעכלעך און פיטעלעך, און די מערכות קעגן שטימע אלפ'ס.
מאנטאג אוגוסט 12, 2019 9:18 pm#434734
איך זע נישט קיין אָפּגרונט צווישן לאַבינס שפּראַך אין זײַן אַרטיקל ‏(סײַדן ער האָט זיך עקסטרע געפֿלײַסט צו שרײַבן „וועלטלעך“)


כראובן ועוד, אויב האט ניבארסקי געקענט טראכטן אז לאבין האט געשריבן אריגינעל היימישע מאמע לשון דאן הויבט ער נישט אן צו פארשטיין דעם חילוק.
מאנטאג אוגוסט 12, 2019 9:58 pm#434737
Re: מאיר לאבין און יצחק ניבארסקי דעבאטירן אידיש-יידיש
עס איז אינטרעסאנט אנצומערקן וואס דר. שלמה אשר בירנבוים (א זון פון נתן בירנבוים), א יידישער לינגוויסט, שרייבט אין זיין בוך Yiddish: A Survey and a Grammar (p. 100).
1.jpg
מאנטאג אוגוסט 12, 2019 11:09 pm#434742
יצחק ניבארסקי איז דער זיידע נישט נאר פון דער יונגער שרייבערין עטעלע ניבארסקי, אבער אויך פון איר ברודער רואוועלע ניבארסקי, וועלכער האט געשפילט די ראלע פון מנשה לוסטיג'ס זון אינעם פילם. ער איז אויך זייער א גרויסער קענער פון אידיש.

פאראן א גרויסער חילוק צווישן דעם יידיש פון יידישיסטן און דעם אידיש פון חסידים. דאס איז אייגנטליך געווען די טעמע פון מיין דיסערטאציע. איך האלט אבער אז דער חילוק אין אויסלייג איז צווישן די נישטיגסטע חילוקים. דער חילוק אין גראמאטיק און ארויסרעד (אויסשפראך) איז מיר אסאך אינטערעסאנטער. און דאס איז ארויסגעוואקסן פונעם פאקט אז דער יידישיסט און דער חסיד רעדן נישט איינער מיטן צווייטן (בדרך כלל)... דאס, און נישט דעם חילוק אין אויסלייג, וואלט מען געדארפט באדויערן און באקעמפן.
דינסטאג אוגוסט 13, 2019 12:45 am#434749
דרך אגב אויב וויל מען ליינען א פארווערטס ארטיקל אויפן היימישן אויסלייג קען מען נוצן מיין "פארהיימישער" פראגראם. עס (אדער אידישיסטישער, ווייל "פראגראם" איז לשון נקיבה: זי) האט נאך גרייזן אבער פארט איז דאס אן ערשטער פרואוו. למשל:

אריין:
קודם־כּל — אַ דאַנק לאַבינען פֿאַרן אַוועקשטעלן אָרנטלעך זײַן מיינונג און אַ דאַנק דערפֿאַר, וואָס בײַם זאָגן זיינע אייגענע אמתן, שעצט ער פֿאָרט די מי און אויפֿטוען פֿון די, וואָס טראַכטן אַנדערש ווי ער. אַזאַ צוגאַנג מאַכט מעגלעך, אַז מע זאָל רויִקערהייט קענען אַרומשמועסן די חילוקי־דעות.

ארויס:
קודם-כל — א דאנק לאבינען פארן אוועקשטעלן ארנטליך זיין מיינונג און א דאנק דערפאר, וואס ביים זאגן זיינע אייגענע אמת'ן, שעצט ער פארט די מי און אויפטוען פון די, וואס טראכטן אנדערש ווי ער. אזא צוגאנג מאכט מעגליך, אז מ'זאל רואיגערהייט קענען ארומשמועסן די חילוקי-דעות.

m https://ibleaman.github.io/hasidifier/ m
דינסטאג אוגוסט 13, 2019 1:20 am#434750
אידיש אזויווי אלע אנדערע אקטיווע שפראכן, איז א שפראך וואס טוישט זיך מיט די יארן, סיי וועלכע אקטיווע שפראך ווערט טראנספארמירט נאך לאנגע יארן, ס'קומען נייע ווערטער און ס'פאלן ארויס אלטע. אידיש ספעציעל איז געשלאגן מיט דעם וויבאלד ס'איז אזא גלות שפראך וואס סוף כל סוף איז עס אריגענירט געווארן פון א פרעמדע קאלטור, איז פשוט מסתבר אז ווען די באניצער וועלן זיך אריבערציען צו א צווייטע קאלטור וועט עס טראנספארמירט ווערן מיט אַדאַפּציעס פון די פרישע קאלטור.

אידישיסטן זענען שטעקן געבליבן ערגעץ וואו מיט עטליכע זעכציג יאר צוריק, און זיי זענען סטאָק דאָרט, די עכטע אקטיווע באניצער האבן עס אבער ווייטער מעינטעינד און אפּדעיטעד כדי ס'זאל קענען זיין ניצבאר צו די היינטיגע סטאַנדאַרטן.

אידן האבן אייביג געניצט דזשודעא-סעקיולאַרע שפרייכן, הן מיט אראמיש, אראביש, דויטש/ײדיש/אידיש און לעצטענס ווערט עס שטייטלעך טראנספארמירט צו דזשודעא-אנגלית.
מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 3:33 pm#439094
לויט מיין מיינונג איז ניט די חילוקים צווישן ייווא-יידיש און חסידיש-אידיש אזוי גרויס. פאר א יידישיסט צו לייענען א היינטיקער טעקסט פון א חסידיש סביבה, איז אפשר ניט ערגער ווי לייענען א טעקסט פון די באוואוסטע מחברים פון אנהייב 20טן יארהונדערט. איך טראכט אז עס איז א גרויסער ארויספאדער צו לייענען א אידיש טעקסט פון א ענגלישרעדענדיק סביבה - אויב מע ניט געקענט אסך ענגליש... אבער, איינע פון די שיינסטע זאכן מיט אידיש איז: אידיש אז אן אמתן וועלטשפראך - מע קען עס געפינען טאקע אומעטום דער וועלט, אבער אביסל אנדערש אבהענגיג פון דער סביבה!
מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:02 pm#439106
אין אנדערע ווערטער, ס'נישט אידיש קעגן יידיש, ס'איז אידיש קעגן יינגליש אדער אידיש קעגן לשון קודשיש.
מיטוואך נאוועמבער 27, 2019 9:27 pm#439234
לאשיצער האט געשריבן:יצחק ניבארסקי איז דער זיידע נישט נאר פון דער יונגער שרייבערין עטעלע ניבארסקי, אבער אויך פון איר ברודער רואוועלע ניבארסקי, וועלכער האט געשפילט די ראלע פון מנשה לוסטיג'ס זון אינעם פילם. ער איז אויך זייער א גרויסער קענער פון אידיש.

פאראן א גרויסער חילוק צווישן דעם יידיש פון יידישיסטן און דעם אידיש פון חסידים. דאס איז אייגנטליך געווען די טעמע פון מיין דיסערטאציע. איך האלט אבער אז דער חילוק אין אויסלייג איז צווישן די נישטיגסטע חילוקים. דער חילוק אין גראמאטיק און ארויסרעד (אויסשפראך) איז מיר אסאך אינטערעסאנטער. און דאס איז ארויסגעוואקסן פונעם פאקט אז דער יידישיסט און דער חסיד רעדן נישט איינער מיטן צווייטן (בדרך כלל)... דאס, און נישט דעם חילוק אין אויסלייג, וואלט מען געדארפט באדויערן און באקעמפן.

איך ווילל נאר אויסברייטערן לאשיצער'ס נקודה און צו לייגן נאך א ביסל אן אנדער'ן פערספעקטיוו. אין דעם חילוק פון דעם אידישיסטישן וועג פון ארויסרעדן די שפראך און ארויסזאגן די ווערטער. און דער וועג ווי די חסידים רעדן די שפראך. ווען א מענטש וואס איז אויפגעוואקסן מיט דעם חסיד'ישן אידיש הערט א אידישיסט רעדן די שפראך קלינגט עס ביי איהם ווי איינער פון ספעיס רעדט דא. ווייל עס איז נישט נאטורליך. משא"כ א חסידיש געשטימטער איד (ניין. נישט, ייד) איז אויפגעוואקסן און לעבט מיט די שפראך אין זיין טאג טעגליכן לעבן...!
מיטוואך נאוועמבער 27, 2019 9:51 pm#439235
קורקלענד האט געשריבן:אידיש אזויווי אלע אנדערע אקטיווע שפראכן, איז א שפראך וואס טוישט זיך מיט די יארן, סיי וועלכע אקטיווע שפראך ווערט טראנספארמירט נאך לאנגע יארן, ס'קומען נייע ווערטער און ס'פאלן ארויס אלטע. אידיש ספעציעל איז געשלאגן מיט דעם וויבאלד ס'איז אזא גלות שפראך וואס סוף כל סוף איז עס אריגענירט געווארן פון א פרעמדע קאלטור, איז פשוט מסתבר אז ווען די באניצער וועלן זיך אריבערציען צו א צווייטע קאלטור וועט עס טראנספארמירט ווערן מיט אַדאַפּציעס פון די פרישע קאלטור.

אידישיסטן זענען שטעקן געבליבן ערגעץ וואו מיט עטליכע זעכציג יאר צוריק, און זיי זענען סטאָק דאָרט, די עכטע אקטיווע באניצער האבן עס אבער ווייטער מעינטעינד און אפּדעיטעד כדי ס'זאל קענען זיין ניצבאר צו די היינטיגע סטאַנדאַרטן.

אידן האבן אייביג געניצט דזשודעא-סעקיולאַרע שפרייכן, הן מיט אראמיש, אראביש, דויטש/ײדיש/אידיש און לעצטענס ווערט עס שטייטלעך טראנספארמירט צו דזשודעא-אנגלית.

קורקלענד: דו ביסט גערעכט מיט דיין באהויפטונג אז אידיש, פונקט אזוי ווי אלע אנדערע אקטיווע שפראכן איז דינאמיש. דאס מיינט אז ס'האט א רוח החיים. און ס'טוישט זיך א יעדע עטליכע יאר. און אין משך פון א סאך יארן זעהט מען א גרויסן חילוק. איך וועלל נאר ברענגען איין משל. פון דעם ספר שערי יצחק, וואס א מלמד האט געשריבן בערך מיט 115 יאר צוריק. היינט איז כמעט נישט דא ווער ס'קען עס אפליינען אין די אריגינאלע שפראך. (מ'האט עס שוין ..."אפ-דעיטעד"... אויף די היינטיגע אידיש.)...!

נאך א נקודה וואס דו מאכסט ווילל איך שטערקער ארויסברענגען. אז אידיש האט אין משך פון הונדערטער יארן און אין רעזולטאט פון די אידישע וואנדערונגען אין פארשידענע מדינות איינגעזאפט ווערטער פון עטליכע לענדער. הויפטזעכליך פון די סלאווישע שפראכן. און אויך פון פראנצויזיש. נאר אין משך פון יארן האט מען אזוי שטארק פארבויגן די געוויסע ווערטער אז מ'דערקענט שוין כמעט נישט די אריגינאלע שפראך. איך האב שוין ביי אן אנדערע געלעגנהייט אויסגערעכנט עטליכע ווערטער וועלכע שטאמען פון פראנצויזיש און פון די סלאווישע שפראכן, ווי טשעכיש, רוסיש און פויליש...!

מיט אט דעם לעצטן פאראגראף ביניך מחולק מיט דעם פראפעסאר הערר לאשיצער...!