ארי עלה מבבל!
גילי מאד בת ציון הריעי בת ירושלם הנה מלכך יבוא לך צדיק!
חד מינן כי סליק להתם עדיף כתרי מינייה!
ארץ ישראל וואס איז היינט די תורה צענטער פון די אידישע וועלט, ווי מען זעהט נאך א שטייגער כעין אמאליגע תלמידי חכמים, מתמידים בתורה, און בכלל נאטירלעכע אידן, גרייט זיך צו ווערן איבערגעדרייט און אפ געבן די כבוד פאר אונזער הייליגע תורה, און ווייזען פאר פרייע די וועלט לא אלמן ישראל, ענק האבן נישט געקענט דורך פירן וואס ענק האבן געפלאנט, עס איז נאך דא אין כלל ישראל אזא איד ווי
ר' זלמן לייב טייטלבוים וואס טראץ זיין לעבן פון אלץ קינד האט ער געפירט ווי א יעדע דורכשניטלעכע איד, און כל גדולתו וחשובתו איז, אז ער איז א רעביש קינד א בנש"ק, און וואס טראץ דעם אייבערשטען'ס נאמען איז געווארן פארשוועכט צענדליגע מאל דורך אים און זיין ברידער, האט דאס דער אייבערשטער אים פארגעבן און פארצייט, און האט אים דערהויבן העכער אלע אידן, און געקרוינט צו זיין מלך און שולט זיין אויף כלל ישראל, און אים פאראייניגט מיט אינזער תורה כתרין רעין דלא מתפרשין, ווי ווען מען זעהט דעם איד זעהט מען די כבוד פון אינזער תורה, די חכמה פון אינזער תורה ווי עס שטייגט איבער אלע חכמות פון די וועלט. אויף אזוי ווייט האט אים דער אייבערשטער דערהויבן, אז ער האט אים געשאנקן אז ער זאל נישט ברויכן טראגן אויף זיך די מינדיסטיגע דאגה אויף זיין עולם הזה, דאס שיינע גרויסע קאר וואס ניטאמאל אין טרעפיק דארף ער זיצן ווי דער אייבערשטער שטעלט אים צו אן עסקאר, און זיינע טייערע רייכע בגדים, און משרתים און גבאים פון אלע זייטן, ווי ניטאמאל א קליין זעקל ברויך ער שלעפן.
עכ"פ אונז אמעריקאנע מגושמים האבן נישט די שכל אים אויסצוניצן ריכטיג, אבער ענק תושבי ארצינו הקדושה, וואס אטעמען אוירא דא"י, וואס די תורה האט נאך א שטיקל חשיבות גרייט'ס ענק צו, תלמידי חכמים גרייט'ס ענק, איר האט עפעס ספיקות און א שווערע תוספות, צו און א רשב"א, צו אפילו אין א תשובה אין נודע ביהודא גרייט'ס ענק אן, און אז נישט קוקט'ס ענק עפעס גוט פאר און גרייט'ס ענק אן, און מאכט'ס שוין אן אפויטמענט צו אריבער קומען קומעדיגע וואך פארברענגען און תורה מיט דעם גאון און תורה ריז, אדער עכ"פ זעהן זיין ליכטיגע צורה, און הערן זיינע דרשות וואס עס פארגליווערט יעדן צוהערהער.
איר קענט ריפן דעם דעם הויפט משמש זיינעם, "שמואל טייטלבוים" וואס באדינט אים ווי יהושע בן נון האט באדינט משה רבינו, אויף 917-575-5181.
@הנוי והנצח פארגעס נישט עס צו פארשרייבן אין די היסטאריע,
וואס וועט דעפיינען די תש"פ יארן?