Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » קאווע שטיבל • הגה"צ רבי מרדכי אהרן שיינבערגער זצ"ל

קאווע שטיבל • הגה"צ רבי מרדכי אהרן שיינבערגער זצ"ל

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13288
מאנטאג אוגוסט 19, 2019 9:35 am#435005
הגה"צ רבי מרדכי אהרן שיינבערגער זצ"ל
הגה"צ רבי מרדכי אהרן שיינבערגער זצ"ל איז היינט נפטר געווארן איינער קען אריינקומען ווער דאס איז געווען
מאנטאג אוגוסט 19, 2019 6:50 pm#435039
כמעט יעדער וואס האט אמאל געלערנט אין אר"י האט געהערט פון אים אדער געגעסן א סעודה ביי אים (כאטש עס איז נישט געווען וואס צו עסן דארט למשל איין בונדל פאר טשולענט בלי גוזמא) דער איד איז געווען א תלמוד חכם מופלג געקענט כל התורה כולה אבער געווען מורא'דיג באהאלטן מען האט אים געוואלט אויפנעמען פאר דיין וכו' אבער ער האט קיינמאל מסכים געווען. ער פלעגט אינגערהייט ווען ער האט געזעהן אז רוב ספרדים פאלן אוועק האט ער געעפענט אזא שטיקל ישיבה אדער כיתה פאר זיי און הרב עובדי' יוסף ז"ל האט דעמאלטס געלערנט ביי אים, ער האט דעמאלטס געזעהן אז ער איז טויגליך האט ער אים געשטעלט אלץ ר"י ביי אים ביז שפעטער איז ער געווארן די גאנצע זאך ביי די ספרדים, (איך האב עס געהערט פון אים אליין) בקיצור עס איז א געוואלדיגע פארלוסט פאר אנשי ירושלים,ער איז געווען אן עכטע מוסטער פון אן אמאליגע ירושלימ'ער איד.
מאנטאג אוגוסט 19, 2019 7:15 pm#435041
Re: הגה"צ רבי מרדכי אהרן שיינבערגער זצ"ל
יהא זכרו ברוך.בילדבילד

Sent from my LGLS991 using Tapatalk