איך האב יעצט געהערט א מוראדיגע געשיכטע וואס ווייזט בעיקר אז מענטשן פארשטייען נישט וויאזוי מען ברויך צו העלפן די אידן וואס קריכען פון דארט ארויס, ס'רעדט זיך איבער עפעס א אינגער בחור וואס דריידט זיך לעצטענס ארום אין קרית יואל, וואס קומט פון רב העלבראנץ. זיינע עלטערן זענען גאר געשוואוירענע חסידים דארטן, דער בחור איז געבוירן אינטער די השפעה פונעם רבין. נו וואס האט דא פאסירט.
דערציילט מיר מיין ראש ישיבה, אז פארגאנגענם סוף זמן, נאך פורים, באקומט ער א פאון קאל פון א עסקן דארט אין קרית רימענאוו, אז היות איינע פון אונזערע בחורים הייבען אן צו גליטשען פון וועג, זענען מיר געצווינגען אים תיכף ומיד צו פארשיקען פונעם שטעטל, דער בחור באלאנגט מער נישט ביי אונז. דערציילט ווייטער דער עסקן, אז מען האלט שוין דעם בחור איינגעשפארט פאר עטליכע חדשים אינגאנצען אליינס, מען האט אים דערווייטערט, ווייל ער איז א שרעקליכער געפאר פארן שטעטעל. למשל. ער רעדט פון סעל פאונס, ער לאכט צופיל, ער זאגט ליגענט, און ער טויג שוין נישט פון אלץ קינד, אבער ליידער עכ"ז אפי' מיט'ן זיין איינגעשפארט וויל ער זיך נישט טוישען. און ער זאגט אז מאנכע האבן אים גע'עצה'ט מען זאל אים שיקן קיין קרית יואל צום ראש ישיבה, אים אריינצונעמן און אויפהייבן און מאכן פאר א מענטש.
אויפגעשוידערט ביז גאר איבער אזא ערשט האנטיגע אביוז, און נאכ'ן זיך איבער רעדן מיט רבנים ועסקנים וואס צו טאן, האבן אלע גע'עצה'ט דעם ראש ישיבה אז ער זאל אים אוודאי אננעמען. איבערהויפט אז זיי ווילן אים גאר שיקן. בקיצור דער בחור קומט אן קיין קרית יואל קומט אריין אין ישיבה, און עס באווייזט זיך דער לב טהור באם. א בחור מיט א פארצייטישען פרומען אויסזעהן, א ריזיגע ביבער הוט מיט שווארצע זאקען, פרום אויף משוגע צו ווערן, ממשפחת הסרחי האט ער נעבעך אוועקגעסרוחעט, און גלייך הייבט ער זיך אן היימיש צו מאכען מיט די בחורים. און מען טענהט זיך שוין אהין און צוריק. ער קריטיקירט זייער פראסטע לעבן, נאך בו ביום הייבט ער אן רעדן פון די גדלות פון זיין רבין, און ווייזט זיינע ספרים ומכתבים, און זיי די בחורים, נאכען שוין הערן א שעור איבער זיין גורל קוקען אים נעבעך אן מיט שטארקע רחמנות געפילען, זיי פארגינען אים די פריייע שפראך עקספיריענס צום ערשטען מאל, און זאגן אים ברוך שהחיינו וקימנו והגיענו לזמן הזה. מיר זענען דא דיר צו העלפען.
אלע האבן גלייך פארשטאנען אז דער בחור איז דא אנגעקומען אויפן ריכטיגען פלאץ, עפעס א זכי' האט ער דאך געהאט, דער ראש ישיבה האט אים גענומען אונטער זיין אויפזיכט און געשאפט אש"ל אויף בין הזמנים, נישט גערעדט וועגן שכ"ל, די בחורים האבן פארשטאנען דעם נחיצות הענין וכו'
למעשה קומט בין הזמנים און דער בחור הייבט אן צו וואנדערן אין שטעטל און דערציילט פאר יעדען וואס וויל נאר הערן איבער זיין לעבנס געשיכטע, אלע האבן מיטלייד מיט אים און מען רופט אים פאר סעודות און צו שמועסען. אויך דערציילט ער אז די ישיבה איז נישט פאר אים ווייל ס'איז באמעס, זיי לאכען, זיי עסען בשר בהמה, זיי שפעטען פונעם רבין, און ער האלט אז ער דארף צוריקפארן קיין רימענאוו ווייל דארט האט ער כאטשיק דעם צדיק הדור, אלע פרובירן אים אויפצוקלערן. ביז ס'קומט איינער א בייזוויליגער ראטצער א געבוירענער שלעכטער און זאגט פאר דעם בחור ווי גערעכט ער איז, און ער זאל נישט אריין אין יענע ישיבה. און דער שלאנג הייבט אן תיכף צו רופען קיין רימענאוו מסביר זיין די סכנה וואס שוועבט אויף דעם בחור'ל אויב גייט ער אריין אין ישיבה. דער ראש ישיבה האט דאס וויי געטאן עד דכדוכה של נפש, מען רעדט דא נישט פון קיין כבוד אדער געלט נאר פשוט נפש אחת מישראל.
דער בחור איז ליידער אויפן וועג צוריק.
פרעג איך אייך וואס נאך וואלט איר ווען דא געטאן