berlbalaguleh האט געשריבן:ליטוואק פון בודאפעסט: דער מהריי"צ איז געווארן ארעסטירט. און די חקירות און וויאזוי זיי זענען צוגעגאנגען דורך ..."לולאוו"...און די סטראשונגען מיט'ן לעבן. און די דערנידערונגען וואס ער איז אדורך . ווען ..."לולאוו"...וועלכער איז געווען א כהן. און א זון פון אליובאוויטשער חסיד האט זיך גערייצט מיט דעם רעב'ן זאגנדיג אז ער איז געבוירן דורך א ברכה פון רעבי'ן. און ער וועט אויס שיסן אע קאנטער רעוואלוציאנערן ביז איינעם"... מיינענדיג דעם מהריי"צ...!
איך מיין אז ..."לולאוו"... איז געווען לאזאר קאגאנאוויטש...!
ח״ו ניט אָפּצומאַכן וואָס דער רבי האָט דורכגעמאַכט יסורים גשמיים כפשוטו, אָבער דער רבי איז דאָך ניט געוועזן אין לאַגער צוואַנציק יאָר אויף קאַטאָרגע (כאָטש תחילת נאָכדעם וואָס מ'האָט אָפּגעשאַפט דעם טויט אורטייל האָט מען דעם רבי'ן פאַראורטיילט צו צען יאָר קאַטאָרגע אין די סאָלאָווקי אינדזלען, וואָס זײנען געוועזן באַוואוסט אַלס די ערגסטע לאַגערן (נאָך ערגער פאַר קאָלימאַ), שפּעטער האָט מען אונטער דרוק פאַרביטן אויף דרײ יאָר פאַרשיקונג – ניט קיין קאַטאָרזשנע פאַרשיקונג – אין קאָסטראָמאַ, און נאָך אַ קורצע ווײלע האָט מען אויך דעם אורטייל אינגאַנצן אָפּגעשאַפט).
לולאָוו איז ניט קאַגאַנאָוויטש, אויב ס'געדענקט זיך מיר ריכטיק האָט זײן פאָטער געהייסן ר' נח לולאָוו פון ריגע. דער צווייטער יעווסעק וואָס האָט זיך איזדיעקעוועט איבערן רבי'ן האָט געהייסן נחמנסאָן, אויך פון אַ חסידישער משפחה פון נעוול.
ביידע האָבן שפּעטער פאַרזוכט פון דעם אייגענעם נזיד וואָס זיי האָבן פאַרקאָכט. לולאָוו איז אומגעקומען דורך סטאַלינען. נחמנסאָנען האָט מען אויך אַרעסטירט און ער האָט אָפּגעזעסן אַ שיינע פּאָר יאָר, אָבער ער האָט איבערגעלעבט, און איז געשטאָרבן שוין נאָך דעם צוזאַמענפאַלן פון קאָמוניזם. אויפן וועב איז דאָ בילדער פון די ביידן אינאיינעם, ווי אויך פון נחמנסאָנען אין זײנע שפּעטערדיקע יאָרן.
אַ לעגענדע דערציילט מען דאָ, אַז איינער האָט אַמאָל אויף אַ „מצוה־טאַנק” אָנגעטאָן תפילין מיט לולאָווס אַן אייניקל, און יענער האָט גראַדע געוואוסט ווער עס איז געוועזן זײן זיידע און פון דער מיאוסער אַרבעט וואָס ער האָט אָפּגעטאָן. צי ס'איז אמת צי ניין – ווייס איך ניט.