Under maintenance
הויפט זייט » טערעפיסט אברהם פישער

טערעפיסט אברהם פישער

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
16 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13303
מאנטאג אוגוסט 26, 2019 11:51 pm#435403
טערעפיסט אברהם פישער
איז שוין איינער געווען ביי אים ?
מה טיבו איז ער גוט אדער נישט ?
איז זיין דרך אויסגעהאלטען ?
לויט וואס איך האב געהערט זאגט ער אז 3 מאל וואס מען קימט צו אים איז געניג איז עס אמת ?
אויב יא פארוואס איז געניג 3 מאל אין ביי אנדערע דארף מען גיין ווי לאנג ספר לא ארויס ?
דינסטאג אוגוסט 27, 2019 3:04 am#435408
איך האב נישט קיין תירוצים צו דיינע קשיות. אבער פאר אסאך פראבלעמען איז 3 סעסיעס גענוג. נישט אז אלעס גייט זיך טוישן פון 3 שעה, אבער 3 שעה איז גענוג צו אויסלערנען סקילס, מיינדסעט און טעקניקס וואס דו גייבט דארפן אימפלעמענטן אין דיין מח, און אין דיין לעבן אין די נעקסטע שטיק צייט.

פארגעס נישט מענטל העלט איז נישטא גארנישט וואס די טערעפיסט קען טוהן אנשטאט דיר, (חוץ רעקעמעדן מעדיקאציע, אבער דאן דארף מען גיין צו א פסיכיאטער), א טערעפיסט קען דיר נאר אויסהערן, געבן עצות, הדרכה און גוטע methods צו פארבעסערן דיין פראבלעם, אבער דו ביסט דער וואס דארף טוהן די גאנצע ארבייט.

אויב שוין יא געצאלט, און שוין גרייט צו ווערן געהאלפן, גיי נאר, און נאר צו א לייסענסד טערעפיסט. לייסענסד! נישט סירטיפייד וכדו'! ראה בני כי הזהרתיך.
דינסטאג אוגוסט 27, 2019 10:27 am#435412
אמאל צי לערנען סקילס איז 3 נישט סעסיעס נישט געניג, אבער פאר א גיטע ערעקסאניען אינטערווענטשען, NLP, און דאס גלייכן קען אמאל איין סעסיע זיין אלס וואס פעלט אויס
דינסטאג אוגוסט 27, 2019 1:57 pm#435417
למשל rapid resolution therepy
RRT איז דריי סעשאנס געניג
דינסטאג אוגוסט 27, 2019 2:11 pm#435418
יין שרף האט געשריבן:איך האב נישט קיין תירוצים צו דיינע קשיות. אבער פאר אסאך פראבלעמען איז 3 סעסיעס גענוג. נישט אז אלעס גייט זיך טוישן פון 3 שעה, אבער 3 שעה איז גענוג צו אויסלערנען סקילס, מיינדסעט און טעקניקס וואס דו גייבט דארפן אימפלעמענטן אין דיין מח, און אין דיין לעבן אין די נעקסטע שטיק צייט.

פארגעס נישט מענטל העלט איז נישטא גארנישט וואס די טערעפיסט קען טוהן אנשטאט דיר, (חוץ רעקעמעדן מעדיקאציע, אבער דאן דארף מען גיין צו א פסיכיאטער), א טערעפיסט קען דיר נאר אויסהערן, געבן עצות, הדרכה און גוטע methods צו פארבעסערן דיין פראבלעם, אבער דו ביסט דער וואס דארף טוהן די גאנצע ארבייט.
.

נישט ממש
מאנטאג מאי 10, 2021 3:37 pm#472836
נו, איינער האט מער אינפארמאציע איבער דעם מענטש? כ׳האב געהערט איבער איהם זייער שטארק אבער נאר פון כלי שני ושלישי, ער האט עפעס אן אייגנארטיגע טעכניק וואס ער האט צאמגעשטעלט פון אפאר שיטות וואס ער האט זיך געלערנט. אזויווי דעם פותח האשכול האב איך אויך געהערט אז ער העלפט מענטשן אין דריי סעסיעס. כ׳בין נייגעריג צו ער האט אויך תלמידים וואס טוען די זעלבע זאך ווי איהם, ווי אויך צו ער (אדער איינע פון זיינע תלמידים) האט ארויסגעגעבן א בוך איבער זיין שיטה, צו ס׳דא קריטיקירער אויף זיין מהלך, וכו׳. אויב איינער האט ערשטהאנטיגע אינפארמאציע וואס קען בייהילפיג זיין ביטע ענטפערן דא אדער אין פריוואט, א דאנק.
מאנטאג מאי 10, 2021 5:46 pm#472843
יין שרף: איך האב געהאט א גאר נאנטן קרוב משפחה (א מומע. מיין מאמע'ס שוועסטער.) זי איז געווען א וואוילע אידענע. אבער א ביסל גערירט. איהרע נערוון האבן געשפיעלט. זי איז געווען א האלאקאוסט סוירווייווער.

איך האב איהר אנאליזירט. (ביני לבין עצמי). זי האט געהאט 2 ערנסטע פראבלעמען. זי איז געווען ..."אבסעססיוו"... נישט דווקא או.סי.די. נאר סתם אבסעססיוו. פאר די קלענסטע זאך וואס איז נישט געווען אזוי ווי זי האט געוואלט איז זי געשפרינגען אינגאנצן ארויס פון קאנטראל. איבער דעם קענמען נישט בלעימען די האלאקאוסט.

די צווייטע חלק. זי האט געטראגן א שווער פעקל פון גילט (שולד געפיהל). ווער ווייסט וואס זי איז (ליידער) אדורך און וואס זי איז געצווינגען געווען צו טון ביי די נאציס, ימ"ש.

ווען איהר מאן, (מיין פעטער) א וואוילער, ערליכער פשוט'ער און תמימות'דיגער איד האט שבת נאכמיטאג געזאגט תהילים. ער האטציך שיין אונטערגעברימט. דאס האט איהר ארויסגענומען פון די כלים. זי האט גענומען צוזאמרעדן כל מיני דיבורים. ווי למשל זי האט געזאגט (אין אונגאריש.) ..."אז דו הערסט נישט אויף צו ברימען ווארף איך ארויף דעם טיש אויף דיר"...!

יא. זי האט געהאט נאך א פראבלעם. זי איז געווען פאראנויד. זי האט א יעדן און אלעס חושד געווען אלס א קאנספיראציע. ס'איז דא נאך עטליכע קאמישע חלקים צו די מעשה. אבער עכ"פ די פאראנויע איז זיכער געקומען אלס רעזולטאט פון וואס די נאציס ימ"ש האבן געטון צו איהר (און צו אלע אידן) אין אוישוויץ.

אינטרעסאנט. מיין מאמע, ע"ה. איהר עלטערע שוועסטער איז אויך אדורך אוישוויץ. זי האט געארבעט אין א פעקטארי וואו מ'האט עלעקטראפלעיטעד די פליגלעך פון עראפלאנען צו ראסט פרופ'ן. איהר דזשאב איז געווען איינטינקען דעם פארט אין א פאס אדער טאנק מיט וואסער געמישט מיט סולפיוריק עסיד (פאר ווער ס'ווייסט וויאזוי עלעקטרא-פלעיטינג ארבעט.) אין רעזולטאט איז די הויט צווישן די פינגערס געווארן אפגעברענט ביי איהר...! איך האב איהר איינמאל געפרעגט אויב זיי האבן איהר נישט געגעבן הענטשיך (ראבער גלאווס.) האט זי ביטערליך געלאכט. דו האסט געוואלט אז זיי זאללן געבן הענטשוך...?!

אבער אויסער די פיזישע ייסורים וואס זי האט געהאט האט זי געהאט א גוטן כאראקטער (איזי גאואינג) און א סענס אוו היומאר. זי איז געווען א שטארקע כאראקטער. זי איז געווען ממש דער היפוך פון איהר שוועסטער. איך האב איהר קיינמאל נישט געהערט שרייען אדער ווילדעווען. זי איז נישט ארויס פון קאנטראל...!

עכ"פ פאר מענטשן אזוי ווי מיין מומע (האלאקאוסט סוירווייווערס) וואלט זיכער געהאלפן טעראפי. און אפשר מעדיצין אויך. אבער ס'איז דא מענטשן וועלכע זענען עמאציאנאליש אינגאנצן צושטערט. (פסיכיש/סייקאטיק) אזוי אז א טעראפיסט וועט זיי נישט העלפן. זיי דארפן שוין אנקומען צו א פסיכיאטאר (סייקייעטריסט, בלע"ז.) און נעמען שטארקע מעדיצין (סייקא-טראפיק דראגס.)...!
מאנטאג מאי 10, 2021 8:09 pm#472854
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:נו, איינער האט מער אינפארמאציע איבער דעם מענטש? כ׳האב געהערט איבער איהם זייער שטארק אבער נאר פון כלי שני ושלישי, ער האט עפעס אן אייגנארטיגע טעכניק וואס ער האט צאמגעשטעלט פון אפאר שיטות וואס ער האט זיך געלערנט. אזויווי דעם פותח האשכול האב איך אויך געהערט אז ער העלפט מענטשן אין דריי סעסיעס. כ׳בין נייגעריג צו ער האט אויך תלמידים וואס טוען די זעלבע זאך ווי איהם, ווי אויך צו ער (אדער איינע פון זיינע תלמידים) האט ארויסגעגעבן א בוך איבער זיין שיטה, צו ס׳דא קריטיקירער אויף זיין מהלך, וכו׳. אויב איינער האט ערשטהאנטיגע אינפארמאציע וואס קען בייהילפיג זיין ביטע ענטפערן דא אדער אין פריוואט, א דאנק.


אני לא מכיר אותו אישית, אבל לכאורה איז זיין מעטאד SFBT - Solution Focused Brief Therapy

עיין כאן ותמצא נחת

m https://positivepsychology.com/solution ... d-therapy/ m
מאנטאג מאי 10, 2021 8:18 pm#472858
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:נו, איינער האט מער אינפארמאציע איבער דעם מענטש? כ׳האב געהערט איבער איהם זייער שטארק אבער נאר פון כלי שני ושלישי, ער האט עפעס אן אייגנארטיגע טעכניק וואס ער האט צאמגעשטעלט פון אפאר שיטות וואס ער האט זיך געלערנט. אזויווי דעם פותח האשכול האב איך אויך געהערט אז ער העלפט מענטשן אין דריי סעסיעס. כ׳בין נייגעריג צו ער האט אויך תלמידים וואס טוען די זעלבע זאך ווי איהם, ווי אויך צו ער (אדער איינע פון זיינע תלמידים) האט ארויסגעגעבן א בוך איבער זיין שיטה, צו ס׳דא קריטיקירער אויף זיין מהלך, וכו׳. אויב איינער האט ערשטהאנטיגע אינפארמאציע וואס קען בייהילפיג זיין ביטע ענטפערן דא אדער אין פריוואט, א דאנק.


איך האב א קרוב וואס איז געווען ביי איהם זייער נישט געווען צופרידן מיט איהם. ווען ער האט אנגעפאנגען צו גיין האט ער איהם צוגעזאגט ער גייט איהם אויסהיילן פון זיין נפשיות'דיגע דאגות, מיט שלום בית און אויסלערנען ווי אזוי ער זאל ווערן אַן עושר אין 6 חדשים.. ער איז נישט געווען צופרידן נישט נאר מיט די תוצאות נאר ווי אזוי ער האט זיך אויפגעפירט צו איהם דורך די גאנצע צייט. ווי אזוי איך האב געהערט איז ער נישט לייסענדס אדער סעריטיפייט.
ר' חיים ליבוש ראטענבערג שיקט אסאך צו איהם.

געהערט פון א כלי ראשון אבער איך בין שוין א כלי שני.
מאנטאג מאי 10, 2021 9:07 pm#472866
יא, כ׳האב א חבר וואס חיים לייבוש האט געזאגט צו גיין צו איהם אבער ער זאל נאר וואוסן אז ער איז זייער tough, פארשטייט זיך אז ער איז נישט געגאנגען...

די חלק פון דמיונען אויף עשירות מיין איך האט ער זיך אויסגעלערנט פון Tony Robbins, דאס איז מן הסתם אויסער די ״דריי סעשנס״...
מאנטאג מאי 10, 2021 10:06 pm#472868
קען איינער מזביר זיין פארוואס די פארשעי'ער שיקט צו אים? וואס האט ער מיט עם, מה טובו?
מאנטאג מאי 10, 2021 10:57 pm#472875
איינער האט זיין נאמבער?
מאנטאג מאי 10, 2021 11:08 pm#472877
Lesser האט געשריבן:קען איינער מזביר זיין פארוואס די פארשעי'ער שיקט צו אים? וואס האט ער מיט עם, מה טובו?


מיך זעהט עס אויס ווי א שותפות פון 50/50
דינסטאג מאי 11, 2021 12:34 am#472882
ווען איינער זאגט ער קען היילן א מחלת הנפש און 3 סעסיעס איז אדער קיין מחלה נישט געווען אדער קיין היילונג איז נישט געשען.
דינסטאג מאי 11, 2021 11:21 am#472910
Chuchem האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:נו, איינער האט מער אינפארמאציע איבער דעם מענטש? כ׳האב געהערט איבער איהם זייער שטארק אבער נאר פון כלי שני ושלישי, ער האט עפעס אן אייגנארטיגע טעכניק וואס ער האט צאמגעשטעלט פון אפאר שיטות וואס ער האט זיך געלערנט. אזויווי דעם פותח האשכול האב איך אויך געהערט אז ער העלפט מענטשן אין דריי סעסיעס. כ׳בין נייגעריג צו ער האט אויך תלמידים וואס טוען די זעלבע זאך ווי איהם, ווי אויך צו ער (אדער איינע פון זיינע תלמידים) האט ארויסגעגעבן א בוך איבער זיין שיטה, צו ס׳דא קריטיקירער אויף זיין מהלך, וכו׳. אויב איינער האט ערשטהאנטיגע אינפארמאציע וואס קען בייהילפיג זיין ביטע ענטפערן דא אדער אין פריוואט, א דאנק.


אני לא מכיר אותו אישית, אבל לכאורה איז זיין מעטאד SFBT - Solution Focused Brief Therapy

עיין כאן ותמצא נחת

https://positivepsychology.com/solution ... d-therapy/

פארוואס עפעס?
פין וואס דער עולם שרייבט דא "זייער tough" קוקט בכלל נישט אויס אזוי

בענדשימען, ביסט נישט אינגאנצען גערעכט
זיכער איז שייך, ס'דא געניג און נאך, דאקיאמענטעט קעסעס, וואס האבן דאס געטון מיט איין סעסיע אויך..

ווען איינער זאגט ער קען "אלעס" היילען אין 3 סעסיעס דער איז א ליגענער
דינסטאג מאי 11, 2021 3:33 pm#472919
זאגסט אזוי, עס איז דא גענוג און נאך דאקומנטירטע קעסיס וואס אפילו 1 סעסיע האט געהיילט א מחלת הנפש. נו, ניתי ספר ונחזי, האינטענעט מונח בקרן זוית וכל הרוצה יבא ויוכיח עידותו. ברענג אהער צווי- דריי אזעלעכע דאקומנטירטע קעסיס ווי עני באשטעטיגטע דיסארדער פונם DSM האט מען געהיילט מיט איין סעסיע (א חוץ Acute PTSD). בפרט אז ער פארופט זיך אלס ספעשעליסט אויף Personality Disorders וואס איז לכאורה לענגער און שווערער און לויט טייל כמעט אוממעגליך צו היילן.