Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » אזא וואונדערליכער וועלט

אזא וואונדערליכער וועלט

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13306
דינסטאג אוגוסט 27, 2019 2:41 pm#435419
אזא וואונדערליכער וועלט
איך זע רויזעס אין רויט, ביימער פון גרין.
פאר מיר און פאר דיר, איך זע זיי בליען.
און איך טראכט זיך צו מיר,
אזא וואונדערליכער וועלט.

איך זע וואלקנס פון ווייס, הימלען פון בלוי.
די ליכטיגע טעג, די נעכט טונקל אזוי.
און איך טראכט זיך צו מיר,
אזא וואונדערליכער וועלט

אזוי שיין אין די הימלען, די רעגנבויגן קאלירן.
עס גלאנצט אויך אין די אויגן, פון די וואס טוען שפאצירן.

איך זע פריינט זיך באגריסן, זאגן וואס מאכט דיין שטוב.
עכט מיינען זיי, איך האב דיר ליב.

איך הער קינדער וויינען, מערן זיך אן צאל.
זיי וועלן לערנען מער, ווי איך וועל אמאל.

און איך טראכט זיך צו מיר,
אזא וואונדערליכער וועלט.
יא, איך טראכט זיך צו מיר,
אזא וואונדערליכער וועלט.

m https://www.youtube.com/watch?v=CWzrABouyeE m
דינסטאג אוגוסט 27, 2019 9:31 pm#435431
פאר א טויש איז דא אביסעל פאזיטיווע פאעזיע.
די לעצטע פאר שטיקלאך פאעזיע דא, מאכט מיר טראכטן אז זען די וועלט פון א פאעטישע בליק און זען די וועלט שווארץ גייט אינאיינעם.
דינסטאג אוגוסט 27, 2019 11:03 pm#435436
דינסטאג אוגוסט 27, 2019 11:23 pm#435438
גראדעמעכעלע האט געשריבן:https://youtu.be/IyucnGjFN-g


גוט, אבער איך מיין איך האב מיר נישט וואס צו שעמען פון אים.