Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » היסטארישער ערשטמאליגער דורכברוך אין עולם החינוך !

היסטארישער ערשטמאליגער דורכברוך אין עולם החינוך !

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13323
דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 9:03 am#435782
היסטארישער ערשטמאליגער דורכברוך אין עולם החינוך !
שוין א לענגערע צייט וואס עס טוט זיך אויף טישן און בענק בנוגע די רעגולאציעס וואס משומדים האבן אנגידרעלעוועט אויף די חרדישער ניו יארקער באפעלקערונג,
בהמשך הזמן זענען געטון געווארן אינטערן טיש פארשידענע המצאות וויאזוי ניו יארקע עסקנים האבן מיט פריוון און מהלכים /פאליטישע און געריכטליכע געזיכט צו משתיק זיין די קול פון די משומדים.
איצט צום נייעם לערן יאר תשע"ט אלול ווען די רעגולאציעס שוועבט אין די ניו יארקע לופטן, האבן זיך אזוי בין יום ללילה ארויסגעשלייכט א שיינע צאל מוסדות און רבנים/עסקנים/אדמיניסטראטארן פון אינטער די עסקנים פירערשאפט וואס האבן די לעצטערע 3 יאר געהאנדעלט מיט די אינסטאנצען בנוגע די רעגולאציעס, און די מוסדות האבן זיך זעלבשטענדיג ערקלערט אז זיי גייען פייטן די רעגולאציעס אויף א אנדערע סארט צוגאנג, דהיינו זיי גייען נישט מיטארבעטן מיט די סדר החינוך פון COMMON CORE
דאס איז נתפרסם בראש כל חוצות די הודעה.
דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 9:07 am#435783
ווי עס קוקט אויס וועט צווישן די אלע מוסדות החינוך געשאפן ווערן א פרישע עסקנים קאליציע וואס וועט קעמפן קעגן די משומדים מיט ציין און נעגל אפצולאזן די ילדי החרדים און זיי לאזן מנוחה.
דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 6:33 pm#435829
סאו די מעכטיגע וועד איז הויפקווארטירט אין א גימייל קעסטל?
זונטאג סעפטעמבער 08, 2019 9:01 pm#435963
כפירה - אקדמיה: לא זו אף זו?
דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 3:59 pm#436033
רבותי, ס'איז לעבעדיג.

די פרומע זאליס מיט די סתם זאליס, האלטן פאר א מלחמה אויסברוך.

פאר מער הערט אויף קול חומת הדת, (די האטליין פון די פרומע זאליס) #1-2 718-362-8800.



עס קוקט אויס ווי סאטמאר גייט זיך צוטיילן אין נאך אפאר חלקים, ווייל למשל די טשאטער רב פון קרית יואל, וואס געווענליך איז ער מיט די פרומע, אבער דא איז ער מיט די מקילים. (מאנכע זאגן וויבאלד עס איז נישט נוגע ארץ ישראל). הרב הלל וויינבערגער, וואס געווענליך שטעלט ער זיך צי, צו זלמן לייב, דא האט ער זיך געלאזט הערן שארף זיין התנגדות, נאך איידער זלמן לייב איז ארויס צו עס כשר'ן.

בקיצור קוקט אויס אז עס גייט זיין אזוי

סתם זאליס (וואס זלמן לייב טוט איז גוט)
פרומע זאליס (ר' שמחה ישראל בלום סטייל)
פרומע זאליס (טשאטער רב'ס סטייל)
מקצת פרומע זאליס (ר' הלל וויינבערגער סטייל)